טאמעיטא דיפ, די היינט צוטאגיגע פאטעיטא קוגל

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

שמעלקא טויב האט געשריבן:איך האב נאכנישט געזעהן ביי קיין טיש פון א ערליכער איד זאל זיין טאמעטא דיפ, נישט ווייל כ'האלט אז מ'טאר נישט צו וואס, גראדע ביי אונז אין שטוב איז עס יא דא, אבער ס'איז נישט קיין מאכל שבת, ס'איז א צושפאס פאר די פיש פון שבת קודש.

איך האב יא געזען
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים צבי »

שמעלקא טויב האט געשריבן:איך האב נאכנישט געזעהן ביי קיין טיש פון א ערליכער איד זאל זיין טאמעטא דיפ, נישט ווייל כ'האלט אז מ'טאר נישט צו וואס, גראדע ביי אונז אין שטוב איז עס יא דא, אבער ס'איז נישט קיין מאכל שבת, ס'איז א צושפאס פאר די פיש פון שבת קודש.

באזוך דעם טיש פון אדמו״ר מהרא מסאטמאר
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6764
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

בנימין הלוי האט געשריבן:

שמעלקא טויב איז א ערליכער איד

פארקערט, ער זאגט אז ערליכע אידן האבן נישט און ער האט יא איז דאך געדרונגען וכו'
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שמעלקא טויב האט געשריבן:איך האב נאכנישט געזעהן ביי קיין טיש פון א ערליכער איד זאל זיין טאמעטא דיפ, נישט ווייל כ'האלט אז מ'טאר נישט צו וואס, גראדע ביי אונז אין שטוב איז עס יא דא, אבער ס'איז נישט קיין מאכל שבת, ס'איז א צושפאס פאר די פיש פון שבת קודש.

ביי אידן פון ארץ ישראל און די אפשטאמיגע פון דארט, איז עס געווען א גאנגבאר מאכל אויף שבת. און פון די צווייטע זייט ביי מיין זיידע פון אונגארישען אפשטאם, איז עס געווען יהרג ואל יעבור.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פונקט די וואך געשטעלט א קורצע מאמר פון רבי שמשון פינקוס איבער פיינע מאכלים אין שבת.
ער שרייבט דארט אז ביי באבא סאלי זצ"ל איז געווען 36 מינים פון דיפ"ן אויפן טיש.

ליינט מיט הנאה viewtopic.php?p=986118#p986118
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

חיים צבי האט געשריבן:
home האט געשריבן:מ״ב ס׳רמב
הא דאמרו דצריך לענגו בדגים גדולים וראשי שומן ותבשיל של תרדין שזה היה מאכל חשוב בזמניהם וכן בכל מקום ומקום לפי מנהגו יענגוהו במאכלים ומשקים החשובים להם עונג [ולפי שמן הסתם רוב בני אדם עיקר ענוגם בבשר ויין ומגדנות לכך איתא בסימן ר"נ ס"ב דירבה בבשר ויין ומגדנות כפי יכלתו].

און אז מען גייט לפי מנהג המקום וואלט איך געטוישט נאך זאכן.

ווען האסטו דאס לעצטע מאל געזען סערווירן ביי א חתונה איינגעמאכטע פיש מיט טאמעיטע דיפ? א ריכטיגע כבוד שבות וואלט געווען א קליין סלייס געבאקענע פיש ארומגענומען מיט סאלאט, קרעקערס, און גרינע זאכן (סערווד רום טעמפרוטשער).

ווער געט נאך היינט טשיקן זופ? ביי בעסערע מאלצייטן סערווירט מען אזא געדיכטע לאווע-סארט זופ.

ביי משפחת נישט האט מען פאריגע שבת אויספרובירט לכבוד שבת חנוכה, א ספעציעלע פיש. אויף א לאנגן שפענדל לייג מען אריין שטיקלעך גרינצייט מיט שטיקלעך פיש.
מען האט עס געבראטן אין אויווען א האלבע שעה פאר'ן, אזוי אז ס'איז נאך געווען ווארעם צום סעודה.
ס'איז געווען ב"ה זייער רייך און אויסערגעווענליך גוט, און ספעציעל גוט אויפן מאגן. אז אי"ה די וואך מאכט די זעלבע זאך.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

שוועמל האט געשריבן:פונקט די וואך געשטעלט א קורצע מאמר פון רבי שמשון פינקוס איבער פיינע מאכלים אין שבת.
ער שרייבט דארט אז ביי באבא סאלי זצ"ל איז געווען 36 מינים פון דיפ"ן אויפן טיש.

ליינט מיט הנאה viewtopic.php?p=986118#p986118

ביי הרב ערלאנגער שליט"א איז דא זיבן מינים מיט אנדערע קאלירן ע"פ קבלה לרמז די שבע מדות.
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

צווייפעל האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן:אבער די אלע מאכלים וואס זענען געווען ביז אהער יסודתן מהררי קודש און עס האט גרויסע ענינים חלילה אויסצולאזן

און די זעלבע הררי קודש העט זיין אויף טאמעיטא דיפ אין עטליכע יארע פון איצטערט

צו געזינד

פון די וועג וואס די שרייבסט, פארשטיי איך אז די ביזט פון יוצאי ליטא, וואס האט נישט קיין ענין פון נאכטון וואס מהאט געזען ביי די עלטערן און רבי׳ס, אלזא, דא אויף איי וועלט איז א גרויסע רוב חסידישע אינגעלייט, וואס ביי אונז זענען די זאכן גאר הייקל, מיר ווייסן אז יעדע מנהג ישראל איז גאר הייליג, ביי אונז האט מען געוויסט אז א מנהג ברעכט א דין, ביי חסידים האט מען געהאט מסירות נפש פאר יעדע מנהג ישראל, בתוכם פאר די אנגענומענע מאכלי שבת, סא דיין אשכול באלאנגט אויף א ליטווישע פורום.

מן הסתם עסט מען ביי דיר פרישע בייגעלעך אנשטאט די אלט מאדישע חלות, עגפלענט מיט רייז אנשטאט פיש, און סעסמי טשיקן אנשטאט טשולענט... יאמממי...גוד לאק פאר יו, ביי אונז האט מען געהאט מסירות נפש פאר יעדע מאכל שבת.

ר׳ יענקעלע פשעווארסקער זצ״ל האט אמאל געזאגט, דער שו״ע איז געמאכט געווארן פאר גרים... א איד ברויך טון וואס ער האט געזען אינדערהיים...

אן א שיעור מעשיות ווערט פארציילט איבער די מסירות נפש פאר די מאכלים, אויף די מינוט געדענק איך די מעשה מיטן ראפשיצער רב וואס האט זיך פארשטעלט ווי א פויער און געברענגט צוויבל קיין לובלין אויף שבת, הרה״ק ר׳ יחזקאל׳ע מערץ האט אמאל נישט געהאט קיין געקאכטע אייער פאר שבת האט ער געגעסן א רויע איי כדי ח״ו נישט מבטל זיין א מנהג ישראל, סאיז דא נאך, כגעדענק נישט אויף די מינוט.

סאיז דא א ספר ׳שבת בית ראפשיץ׳, דארט ברענגט ער פילע מאמרים און מקורות, רמזים, אויף אלע אונזערע מאכלי שבת, ביטע האבן רעספעקט פאר אונז, ביי אונזערע קרייזן איז דאס זייער הייליג.

יעצט צו טאמיטע דיפ, טאמעיטע דיפ איז נישט קיין מאכל, סאיז סה״כ א געטינקאכטץ וואס מאכט זיכער אז מרוקט חלה עד אפיסת הכוחות, איך האב עס ארויסגעווארפן פון דערהיים זעענדיג ווי די קינדער רוקן חלה אן א סוף.

עס איז א פראקטישע זאך אין א ישיבה למשל, ווייל פיש מיט פלייש קאסט אסאך געלט, און פארפוילטע טאמעיטעס קען מען האבן פאר שפאט ביליג, סא משטאפט אן די בחורים מיט חלה און דיפ ביז ארויף, אזוי קענען זיי נאר עסן א פיצעלע פיש און פלייש....

עניוועי, אז די ווילסט עסן טאמעיטע דיפ, זשעלעפינאו, חומוס וכו׳ זאל דיר זיין ״צו געזינד״, אבער ח״ו נישט רעדן מיט זלזול אויף אונזערע מאכלים.

צווייפל, סאגסט זייער גוט, כוואלט נאר צוגעלייגט איין נקודה

אונזער מסורה איז צו עסן חלה פיש פלייש קוגל, אייער וכו'

אבער די פונקטליכע רעסעפיס, האלט זיך אין איין טוישן במשך די יארן, קוקט נאר נאך די עסן וואס ווערט דערמאנט אין שו"ע, די עסן פון די שפעטערדיגע אחרונים, די עסן פון די ראשונים, אלעס איז אנדערע סארטן עסן
לעצט פארראכטן דורך נישט אום פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

צווייפל, לאמיך אביסל אויסקלארען. יאך פערזענליך עס נאר די אלטגעזעסענע שבת מאכלים, וואס ווארשיינלייך האציך קיינמאל געטוישט זינט דעם מבול. אבער די קינדער מיינע לאז איך הנאה פון וואס אימער זיי גלייכען און עסן, אבער עס מוז זיין לכבוד שבת קודש.

און אלס זמירות דברי יואל. ווילאנג ער זאגט מיר נאר דעם נאמען פונעם מאכל, אנע גענויע רעסעפי, דאן קאן מען יעדן מאכל אנגרייטן אוואו ס'שמעקט. פיש קאן זיין געבראטען אדער זיס. מרק שאכל רבינו, ולא נודע מה היה, קאן זיין א סקוואש זופ מיט חוטי בצק. ווידעראום די בארשט פון מיטל נאכט, ביי דעם בלייב איך שטעקן, ווייל די זעלבע סיבה פארוואס ער האט עס געגעסן, טאקע די זעלבע סיבה שטייט מיר אין וועג, ווייל זיין רביצין האט עס יא סערווירט, און מיין פרוי סערווירט עס נישט...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פון אישי:
א קרוב מיינער א משולח איז געווען אמאל א שבת ביי א
רב, אין מעקסיקא דאכט זיך, יענער האט געהאט אויפן
טיש 39 סאלאטים קעגן די ל"ט מלאכות..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים צבי »

פארוואס נישט 702 קעגן שב״ת?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שב"ת איז סייווי דא, סווענדט זיך נישט אין אים.
אבער די לט מלאכות ווענדט זיך אין אים, אויב ער איז עס מקיים איז עס דא אז נישט נישט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6764
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

גערעכטער האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:פונקט די וואך געשטעלט א קורצע מאמר פון רבי שמשון פינקוס איבער פיינע מאכלים אין שבת.
ער שרייבט דארט אז ביי באבא סאלי זצ"ל איז געווען 36 מינים פון דיפ"ן אויפן טיש.

ליינט מיט הנאה viewtopic.php?p=986118#p986118

ביי הרב ערלאנגער שליט"א איז דא זיבן מינים מיט אנדערע קאלירן ע"פ קבלה לרמז די שבע מדות.

איך האב נאכגעקוקט מיין יחוס בריוו נישטא קיין איין סאלי אדער ערלאנגער
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

שוועמל האט געשריבן:שב"ת איז סייווי דא, סווענדט זיך נישט אין אים.
אבער די לט מלאכות ווענדט זיך אין אים, אויב ער איז עס מקיים איז עס דא אז נישט נישט.

ל"ט מלאכות טאר מען "נישט" טון, א רמז צו דעם עס איך טאקע נישט...
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
שכל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל טוב »

איך זיך איינעם וואס נעמט פאר די תריג מצות
אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים צבי »

סמארט גאי האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:שב"ת איז סייווי דא, סווענדט זיך נישט אין אים.
אבער די לט מלאכות ווענדט זיך אין אים, אויב ער איז עס מקיים איז עס דא אז נישט נישט.

ל"ט מלאכות טאר מען "נישט" טון, א רמז צו דעם עס איך טאקע נישט...

ליגט עס טאקע נאר אויפן טיש
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

איצטערט א צווייטע זאך. ווען מען האט אין אונגארן געגעסן פאטעיטא קוגל במקום לאקשן קוגל, דאן פארוואס היינט צוטאג עסט מען נאך פאטעיטא קוגל אום שבת? אלזא איז מעגליך אז ס'קען זיין א מאכל זאל ווערן מקודש לכבוד שבת קודש, געוויסע קבעוה לשעתה און געוויסע קבעוה לדורות
לעצט פארראכטן דורך צו געזונט אום פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 2:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

לחם ויין טוב בשר ודגים
דאס גייט מיט א סדר (כאטש מען עסט די פיש פאר די פלייש) פון דארט און ווייטער קען מען רוקן פון תרדין (עגפלענד באבאגנוש) ביז כסא דהרסנא (איך וואלט געזאגט הערינג..וכדומה)
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

צו געזונט זאגט זייער ריכטיג, דאס האקן און שעלטן די וואס עסן דיפס האט נשיט קיין שום פשט בעולם. עונג שבת מיינט בפשטות הנאה האבן פון גוטע עסנווארג.

אפילו אויף אזא הייליג מאכל ווי פיש, וואס איז יא במפורש אן ענין צו עסן שרייבט דער משנה ברורה סימן רמ"ב., וגם טוב שיאכל בכל סעודה מג' סעודות דגים אם לא שאין נאותים לו לפי טבעו או ששונאן ושבת לעונג ניתן ולא לצער וכדלקמן בסי' רפ"ח .
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

זייער דערהויבן צו זען ווי אידן ווילן זיך קלאמערן צו די מסורה, ווענגלייך מענג זיין דעם שבת כדבעי! ב"ה לא אלמן ישראל!! איך האב שוין אמאל אריינגעווארפן מיינע צוויי סענט איבער דעם ענין אין אן אנדערן אשכול, אבער מחמת חסרון און געדולד און צייט עס אויפצוזוכען, עלעך געבן א שרייב דא וואס ליגט מיר אין קאפ.

כ'מיין אז פאר די צווישן אונז וואס האבן נאך געהאט די זכי' זיך צו קלאמערן ביי די צדיקים מדור הקודם, איז באמת נישטא קיין ספק דערין ס'איז בעיקר נאר א חזרה, און דער וואס האט טאקע קיין שום מסורה נישט (האפנטליך האמיר נישט דא אזעלכעס) וועט קיין שום הסבר סייווי נישט העלפן, ממילא עמיר נאר ארויסברענגען אויפן שפיץ גאפל די נקודה.

די אלע מאכלי שבת וואס מיר עסן היינט כל אחד לפי מסורתו, זענען יסודות'דיג בערך די זעלבע, און זענען אויף איין אופן אדער אנאנדערס יסודתם בהררי קודש! כאטש ס'קען באמת זיין אז די סבה וואס האט געפירט אנצוהויבן נוצן דעם מאכל איז צומאל געווען מחמת א זייטיגע סבה, האבן אבער פריערדיגע צדיקים דאס מעלה געווען אלס מאכלי שבת, און דערביי צוגעלייגט דערצו פארשידענע טעמים און נימוקים (און פארשטייט זיך אז א מאכל וואס האט זוכה געווען צו ווערן אנגענומען דורך אזויפיל קדושים וטהורים, איז דאס נישט קיין צופאל, נאר זיכער צוגעפירט געווארן אזוי פין אויבן), און אמת אז לעצם ההלכה איז "עונג שבת" פשוט פאר יעדן איינעם דאס וואס ברענגט אים אן "עונג", איז אבער דא א נקודה בפרט ביי חסידים און תלמידי החת"ס וואו דער יסוד פין אידישקייט גייט אריין אין די קאטעגאריע פין "מסורה" און "קבלה", איז זייער חשוב און הייליג דאס אנצוהאלטן.

איבריגענס, איז שב"ק א זמן פין חינוך און התחדשות הבריאה, און אזויווי פסח ווען קיינער טוישט נישט גארנישט פין וואס זיינע אור עלטערן האבן געטון, איז שבת מעין דער דוגמא, ווען די קינדער זאפן איין די הייליגקייט אין אידישקייט, אז ס'איז נישט כדאי צו שפילן דערמיט!

אוודאי איז אפשר גאר א כבוד שבת צוצולייגן א מאכל לכבוד שבת! אבער מ'דארף אכטונג געבן אז אוועקנעמען זאל מען נישט! און אויך נישט צולייגן עפעס וואס וועט געבן אנאנדער צורה פאר'ן גאנצן סעודת שבת! ווצב"ש טוישן די הינדל-יוך צו א גרינצייג-זופ, אדער געהעריגע פיש (נישט קיין נפק"מ אויף וועלכען אופן, אזוי לאנג ס'איז אינעם אריגינעלן געקאכטן צורה) מיט סושי.... וואס איז א בחינה פין "כל המוסיף גורע".

א סעודת שבת ע"פ עיקר הדין קען מען יוצא זיין מיט'ן אפכיפערן א סעודה אן קיין זמירות אויך, און ווער עס וויל, קען כאפן א בליק ביי די מאדערנע קרייזן (און געוויסע אפי' גאר ערליכע ליטווישע), וויאזוי א שבת סעודה זעט אויס, און אויב איז דאס וואס ער וויל איבערלאזן פאר זיינע קינדער, איט'ס היס טשויס... מ'זעט שוין באמת און שו"ע רעדן א ענליכער נקודה, אז שבת טאר מען בעצם נישט רעדן קיין דברים בטלים, אבער איינער וואס האט הנאה דערפין מעג! ס'איז אבער ידוע וואס צדיקים האבן באטיטלט אזא איינעם... והדבר עמוק ופשוט מאוד, ודו"ק!!

מעשיות ווי מ'זעט דאס גרויסקייט פינעם ענין פין סעודות שבת בכלל און מאכלי שבת איז דא לרוב, איך געדענק נישט אויף די מינוט, אפגערעדט חסידישע ספרים וואס רעדן ארום, אבער המספרים יספרו והמגידים יגידו. און פאר ווער ס'וויל איז דא אן ארטיקל פין ידידנו הרב שאץ מאץ איבער דעם שבת טיש (?), אווי אויך פין הרב הירש אין דער מעלות, ווי דער סעודת שבת ווערט הערליך אויסגעשמועסט אראפשגעשטעלט אז פאר די קינדער זאל זיין אינטערעסאנט ווענגלייך נישט אוועקנעמען דעם אריגינעלן חן! ותן לחכם ויחכם עוד.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
נערוועזער
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2008 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערוועזער »

אבערוואס, געשריבן צום פונקט.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

אבערוואס צום פינטל (נד"נ)
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

אין א אפדעיט איבער די צדדים פון נושא האשכול

לעצטנס דא א שטארקע אויפוואכונג און די נושא דורך הג"ר דוד דוב מייזליש שליט"א מסיגעיט נישט צו משנה זיין קיין זיז כל שהוא פון די מסורה'דיגע מאכלי שב"ק.

אין דעם שיעור איז משמע ווי ר"י ראטה שליט"א מברסלב איז נישט בדעה אחת מיט אים.

ומי יכניס ראשו בין ההרים הרמים, נהרא נהרא ופשטידיה.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

די באבע ע"ה פלעגט צו נאכזאגן,
אייער מיט צוויבל איז מרמז אז די וואס דארפן צוקומען צו בארגן אויף שבת צו מאכן, און זיי פארלאזן זיך אויף דעם "לוו עלי ואני פורע"
איז 'ביצים - בצלים' מלשון נופל על לשון "בעט'ס-איהם באצאל-איהם',
און צוגעלייגט אז מיט די לעבער און זאלץ איז דאס
'בעט'ס-איהם באצאל-איהם בכבוד מלכים'....
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

חיים צבי האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:איך האב נאכנישט געזעהן ביי קיין טיש פון א ערליכער איד זאל זיין טאמעטא דיפ, נישט ווייל כ'האלט אז מ'טאר נישט צו וואס, גראדע ביי אונז אין שטוב איז עס יא דא, אבער ס'איז נישט קיין מאכל שבת, ס'איז א צושפאס פאר די פיש פון שבת קודש.

באזוך דעם טיש פון אדמו״ר מהרא מסאטמאר

כ׳קען נישט גלייבן אז דער אדמו״ר אליינס עסט דערפון. מן הסתם מיינסטו אז ער לאזט די בחורים עסן...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”