באראק אבאמא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12463
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך מארטש 12, 2008 1:53 pm

אנדי, האסט רעכט, איך בין מיט דיר.

שמעון, דאנט ווארי, איך בין אלץ מיט דיר, מעגסט אמאל איבערלאזן עפעס פאר א צווייטן....
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך מארטש 12, 2008 4:45 pm

צייטליך האט געשריבן:אנדי, האסט רעכט, איך בין מיט דיר.

שמעון, דאנט ווארי, איך בין אלץ מיט דיר, מעגסט אמאל איבערלאזן עפעס פאר א צווייטן....


צייטליך, דו וועסט מוזען מחליט זיין! אם לבעל לכי אחריו..... :lol:

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש מארטש 15, 2008 9:53 pm

איך הער עס דרייט זיך אויף די נעט עפעס א 'תשובה' איבער אבאמא VS קלינטאן, עפעס אזאנס און אזעלכעס...
בדין המלקט לבנות מתוך שחורות...

ווער האט עס? ביטע ארויפשטעלן אהער
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג מארטש 16, 2008 12:00 pm

שוועמל האט געשריבן:איך הער עס דרייט זיך אויף די נעט עפעס א 'תשובה' איבער אבאמא VS קלינטאן, עפעס אזאנס און אזעלכעס...
בדין המלקט לבנות מתוך שחורות...

ווער האט עס? ביטע ארויפשטעלן אהער
באמת האלט איך נישט פון די מינע נאכגעמאכטע תשובות וכדו' עס איז דא וואס זאגן אז דאס איז א זלזול חלילה אין די הייליגע ספרים
אבער כידוע איז דאס שוין געווען יארן צוריק לכבוד פורים הגם סאיז מעגליך אז א קל האט דאס דעמאלט געמאכט אין ס'איז בימים ההם געווען פאשקעווילן קעגן דעם ווייסעך נישט קען זיין
אזוי ווי איך קען נישט דיסיידען צו ס'איז אויסגעהאלטן צו נישט לייג איך דאס דא ארויף אין יעדער זאל פרעגן זיין רב צו מ'מעג דאס ליינען צו נישט אויב נישט דאנלאדס עס אפילו נישט.

נ. ב. איך פרעזענדליך האב א אלטע קבלה 'לאז געמאכט' אז די ווייסט נישט ריר נישט צו איך האב דאס טאקע נישט געליינט.
צוגעלייגטע
black_or_white.pdf
(67.68 KiB) דאונלאודעד 116 מאל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מארטש 16, 2008 12:05 pm

יישר כח לאז געמאכט.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג מארטש 16, 2008 12:14 pm

שכח.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18259
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 16, 2008 12:46 pm

שעקויעח: הרב לאז געמאכט

איך האלט שוין אינמיטן מאכן דעם פאשקעוויל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מארטש 16, 2008 1:37 pm

דאכט זיך מיר אז דאס איז אונזער אלעמען באקאנטער ר' הערשל פריעדמאן, שרייבער אין דער איד און אנאליזירער פון קול מבשר.

יעצט זעה איך אבער אז עס איז אונטערגעשריבן דורך א צווייטן (שלמה לייב וויינבערגער פון קרית יואל).

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24426
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מארטש 16, 2008 2:05 pm

ר' הערשל שרייבט דאס פאר פאר ר' שלמה לייב'ן ונמצא אלו ואלו דברי קרעמער חיים.

לאמיר רעדן וועגן אבאמא אביסל, די לעצטערע אין א סעריע פון אטאקעס איבער דעם שווארצן גלח מיט וועם ער ווערט אידענטיפיצירט הייבט אן שלאגן ווארצלען, עס איז נארוואס פארעפנטליכט געווארן ארעדע פון דעם פארשטינקענעם גלח וועלכער האט געשמייליגט אבאמאס קינדער, ווי ער רייסט אראפ דעם אמעריקאנער רעגירונג אז זיי זענען גאר שולדיג אין די 9/11 אטאקעס אלס א שטראף פארן באמבאדירן יאפאן ביי די צווייטע וועלט קריג, און נאך אזעלכע מיאוס'ע אטאקעס.

אבאמא וועט ברויכן שווער ארבעטן דאס אפצווארפן אפי' קעגן קלינטאן, אבער קעגן מעקעין וועט עס זיין פיל שווערער פאר אים.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג מארטש 16, 2008 3:14 pm

שעקויעח: הרב לאז געמאכט

איך האלט שוין אינמיטן מאכן דעם פאשקעוויל.


טשולדיגט אז איך פארקריך פונעם ענין.. פארשלאפן האט מיך געמאכט אזוי לאכן אז איך האב געפילט פאר א חוב זיך צו באדאנקן און אויך אים זאגן אז איך האב דאס געמיינט ערענסט ס'איז נישט קיין וויץ.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » זונטאג מארטש 16, 2008 3:27 pm

ייש"כ לאז געמאכט.

עס איז גאר אינטערסאנט, און באלערנד. מען דערקענט אז דער איז א גרויסע ת"ח ויודע ספר.

מען האט זיך אלץ דערלויבט לכבוד פורים צו פרייליך מאכן, חוץ אויף מסכת פורים איז מען ארויסגעקומען שארף, צוליב זלזול אין די הייליגע תלמוד, אבער אלע אנדערע יוצרות וכדומה האט מען יא ערלויבט במשך הדורות.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג מארטש 16, 2008 5:18 pm

אה שקויעח פאר אלעקסיי פארן דערמאנען דעם מסכת פורים דעס האב איך טאקע געמיינט איך האב מיך נישט געקענט דערמיינען אויף וואס עס איז געווען די טומעל
נאר מהיכי תיתי אז עס איז דא א חילוק צווישן די גמרא אין אנדערע ספרי קודש?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מארטש 16, 2008 6:42 pm

מיללער;

אקעגן מעקעין איז נישט קיין נפקא מינה, ווייל סייווי קומט די דעמאקראטישע פארטיי ארויס צומאלן אויף שטויב פון די אינערליכע ראנגלענישן.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12463
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג מארטש 16, 2008 6:45 pm

קרעמער; די ביסט שוין זיכער מיט א געווינס פאר די רעפובליקאנער ?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24426
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מארטש 16, 2008 6:50 pm

קרעמער האט געשריבן:מיללער;

אקעגן מעקעין איז נישט קיין נפקא מינה, ווייל סייווי קומט די דעמאקראטישע פארטיי ארויס צומאלן אויף שטויב פון די אינערליכע ראנגלענישן.


דער שמוציגער 'ירמי' רעכט' איז פון די וועלכע צומאלן זיי, דערמיט גיט ער שטאפענע-הוטן פאר די רעפובליקענס, און מעקעין וועלכע איז ביז לעצטענס געווען הונטערשטעליג פון דעם באהאמא האלט היינט אייניג, אלעס ווייל די אומפארטייאישע דעמס הייבן אן אפוויעכען פון אזא איינעם וועלכע האט נאך יעצט נישט געגעגבן א נארמאלע סטיטמענט אפצונויגן פון דעם שוואנץ און זעלבסט-האסער.

ירמי' רעכט! פוי!!!!!!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מארטש 16, 2008 6:52 pm

קענסט אים גלייך באטיטלן ירמי' דעמן...

צייטליך; ניין. אבער האוארד דיען איז זייער באזארגט, אויך די סופער דעלעגאטן און די גרויסע געלט געבער דרוקן אויס אנטוישונג אין דאס וואס האט געזאלט זיין "היסטארישע" וואלן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24426
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מארטש 16, 2008 6:57 pm

קרעמער;

גוט (דעמ-איט),
איך קען פשוט נישט קומען צו מיר בלייב איך ביי דיר... דער הונט האט מיך ארויסגענומען פון די גלייזן לייק נעווער ביפאר, אזא מנוול ומוכה שחין און דער כוסעין האט נאך אים גענוצט צו באפטיזירען זיינע קינדער, ווייסט ער נישט וואס דער רבי שרייבט אין ויואל משה טיים ענד טיים עגעין 'כח הפועל בהפיפעל' פארוואס האט ער נישט געהאט דעת, וויי געוואלד, אם אין דעת, זאגט דאך בוש אבאמא מנין?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מארטש 16, 2008 7:59 pm

חחחחחח מיללער אייזן.


ירמי' רעכט איז עפעס שסטאזל, און דאס איבריגע בלוי-וואזל.

און פאר לאז געמאכט,
א גרויסן שכויח פאר די דאקיומענט, טאקע דאס האב איך געמיינט. גאר גוט אראפגעלייגט א ידען אין תשובה ספרים.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

תגובהדורך יצמח » דינסטאג מארטש 18, 2008 10:39 am

צו זעהן לייו אבאמא'ס דרשה איבער זיין העצערישע גלח.

אוועטאר
Monticello
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2007 11:20 am

תגובהדורך Monticello » דינסטאג מארטש 18, 2008 12:37 pm

אבאמא וועט מעגליך נישט געווינען דו פארמעסט, אבער ערהאט שוין געווינען די עהרע פון יעדען רעכטדענקיגן היסטאריאן, און פאליטיקאל סייענטיסט!

ליינט'ס זיין דרשה ווייל ס'איז אנגעזאפט מיט א טיפע פארשטאנד אין דו טונקעלע זייט פון אמעריקאנע היסטאריע, א פארשטאנד איבער דו מיספארשטענדענישן פון דעם ווייסן אויפן שווארצן, און דעם שווארצן אויפן ווייסן. עפעס וואס עטץ וועטס נישט הערן פונעם גאלדענעם מייקראפאן, פון ראש לימבאו.

דו דרשה פאר זיך איז יעצט א אייביגע שטיק היסטאריע!


ס'איז פיל פאכיג מער און טיפער פון די קענעדי קאטולישע דרשה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24426
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 18, 2008 1:38 pm

מאנטי,

איך האב נישט געהאט קיין שאנס צו הערן די דרשה לייוו, האב איך יעצט גענומען צייט צו לייענען דעם טראנסשריפט כאטש אינו דומה שמיעה לראיה וקריאה לווידיע, האב איך אבער אליינס אימעגענירט וויזאוי דער בעל השמועה איז עומד לפני ביים לייענען.

אזויווי זיינע דרשות ביז אהער איז דאס א געלונגענע רעדע מיט אראטארישע כוחות מיט וועלכע ער איז באשאנקען, גאטס צו רעדן פון אזא פארפלאנטערטע אישו מיט א ברייטקייט, דערביי ארונטעררייסנדיג זיין אפאנענט קלינטאן מיט'ן נישט טאן די זעלביגע ביי די ג'יראלדין פירערא סומטאכע, וואוסענדיג אז זי איז ווייט כרחוק בלעק מווייט ווען ס'קומט צו א דרשה.

וואס אנבאלאנגט די היסטאריע ביכער, יא, וועט די דרשה אראפגיין אלס אזאנס וואס אמעריקע הערט זעלטן, אין די סעריע פון די 'דריעם' רעדע פון דר. קעניג און די 'געטיסבורג אדרעס' פון לינקאלן, די פראזן און ציטאטן וועלן לאנגע יארן ווערן גע'קוואוטעט', און זיין די שטים-ביסן (סאונד-בייטס) פון די קומענדיגע פאר טעג אויף יעדע נייעס סטאנציע פון ק.נ.א. אין אמעריקע ביז על-ג'עזירא אין פאנגיסטאן.

אבער לגבי דעם פארמעסט צו ווערן דער ערשטער שווארץ-ברוינער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, דאס לאנד וואס ער ליבט און אין וועלכע ער האט געקענט גרייכן צו דעם שטאפל, קען זייער מעגליך זיין אז דורך לאזן די האסליכע און העצערישע סטעיטמענטס פון זיין גלח און באפטיזירער פון זיינע קינדער, דער דעמאגאג רעוו., רעכט קורסירן פאר חדשים אין די מידע און אויף יו-טוב-ערליך אן קיין געהעריגע אויפקלערונג נאר ליבערשט זיך ארויסגעדרייעט מיט לגיונות אז ער האט נישט געוואוסט (וואס אגב, ביי זיין דרשה היינט האט ער יא מודה געווען דערויף) האט ער גאנץ מעגליך פארשפילט זיין עתיד., איט מעי ווערי וועל בי טו לעיט.

מיט דעם האט זיך געעפנט א ניי סצענע פאר טייל אמעריקאנער אז אין טייל קירכעס ארום דאס לאנד זענען פארהאן אזעלכע ירמי'ס וואס פרוואקאצירען די מאסען ביים פארשטינקענעם 'פאלפיט' און ניצן אויס זי רעליגעזע שוואכקייטן פון זייערע מיטגלידער איינצובאקן א טיפע שנאה און האס צו זייערע אייגענע לאנדסלייט, היו לא תהי'

(אנזעצונג קומט אי"ה)

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג מארטש 18, 2008 3:52 pm

סאיז מיר נאכנישט אויסגעקימן צי הערן די דרשה איך ווינדער מיך נאר וויאזוי מקען פארענטפערן אזעלעכע סטעיטמענטס ווי
אז ווייל מהאט גענוקט די יאפאנעזר וועגן דעם קימט זיך סעפטעמבער 11
אדער אז די US האט אויסגעטראפן HIV אינארדער צי פארטיליגען די שווארצע
אדער א פרישע וואס איז היינט ארויסגעקומען ווי ער ריפט אן אז איזריעל איז א מואיס ווארט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24426
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 18, 2008 4:31 pm

ער האט עס כלל נישט פארענטפערט נאר פארדאמט.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג מארטש 18, 2008 4:38 pm

אהא, איז וויאזוי איז מען מסביר די שיכות צי אזא פערזאן? וועלעכע טאטע אדער מאמע וואלט געלאזט זיין קינד זיך חבר'ן מיט אזעלעכע פארשוינען?

אוועטאר
Monticello
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2007 11:20 am

תגובהדורך Monticello » דינסטאג מארטש 18, 2008 4:59 pm

אזוי ווי מיללער זאגט, ער האט עס גאר שטארק פארדאמט. אבער דאס האט ער שוין געטין פריער. די דרשה - געזאגט אין פילידעלפיע, דער מקום ווי די קאנסטעטוציע איז געשריבן און דעבאטירט געווארן - איז געווען סך טיפער. עס האט פרובירט צי געבן קאנטעקסט, אז געווענילכע אמעריקאנע זאלן פארשטיין ווי קומט עס אז מ'רעדט אזוי, דער שורש וואס האט געברעגט די פארווייטאגטע אנגעגעסענע סענטימענטן, און פארוואס עס שלאגט ווארצלן ביי די פארווייטאגטע שווארצע מאסן. אויך האט ער צוגעלייגט אז דו פארקערט סענטימענטן קען מען טרעפן ביי אנגעוויטאגטע ווייסע.

כ'וועל עס מסביר זיין מיט א משל, אבער כ'בין גערישט אז דאס גייט אנרירן א נערוו און כ'וועל נישט האבן דו צייט זיך מסביר צו זיין.

אבער נאדיר.

ווען איך גיי לויפן פאר פרעזידענט, און דאס קען געשעהן אונעם נישט ווייטן צוקונפט, גיי איך האבן א פראבלעם.

דא האט איר איינע פון די ציטאטן פון וואס איך וויל זיך דארפן אפשאקלן, פארדאמען, אדער פארענטפערן.

"מאניסעלוי, האסטו געליינט י.מ. סופר'ס ארטיקלן יעדע וואך? ביסטו איינשטימיג מיט זיינע איידיעס? האסטו אים פארדאמט? ביסטו איינשטימונג מיט די איידיע אז אמעריקע איז די מקור פון זוהמא, ערגער פונעם דור המבול? גלובסטו אז די מבול איז וויראטולי געשעהן? האלסטו אז גאט איז אין צארן אויף אמעריקע און וויל ברענגן א מבול אויף איר? האלסטו אז 9.11 איז געווען א ריף פון הימעל אז מ'זאל זיך נישט פארלאזן אויף די גאווה און כחי ועוצם בידי גייסט פון אמעריקע?

"זאגסטו שלא עשני אשה יעדען טאג? האבן פרויען א פלאץ אין סאסייעטי אויסער מאכן א וועטשערע? זאגסטו הן גוים כמר מדלי (פרעג צו איך זאג פון פארענט בכלל)? האלסטו אז אידן זענען אן עם הנבחר? אויב ווערסטו געוואר אויף הינדערט פראצענט אז עמלקים האלטן זיך אויף ערגעצט אין אמעריקע וועסטו זיין הרגענען? וועסטו זיי באשיצן פון די וואס ווילן זיי הרגנען?"


איך קען אנגיין פאר טעג אין פרעגן שאלות און שפילן קליפס וואס נעטווארק טעליוויזיע וועט שפילן ארום-דו-זייגער בשייכות מיין קאנדיטאטור.


ס'נישט קיין חילוק וואס דער אמת'ע ענטפער איז אויף דו אויבנדערמאנטע שאלות, וואס איך גיי געבן אין פארום פון א פרעסע קאנפרענץ ביים סאטמאר רב'ס ציון הק'. דו אינטערשטע שורה איז אז צו באמת פארשטיין דארף מען קוקען אויף קאנטעקסט היסטאריע, און קאלטור.

ס'איז נישט שווארץ אדער ווייס. דער ענטפער ליגט נישט אין א 30 סעקונדע סאונד בייט. אבער וואלן פארלירט מען יא אויף דעם. ווייל דער אמת ביילאנגט אין אקעדימיע, אין דער שקר, פחד,אומוויסענשאפט, און קורצקעפיקייט געווינט וואלן!

אבאמא'ס דרשה היינט איז געווען אן אקעדעמישע, ס'האט נישט פלאץ אין פאליטיק ווי ס'קומט מיט א ריזיגן ריזיקע.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], shalsheles, בשבילי נברא, יאנקעל פעדראטשיק, פינחס, פערדס מיניסטער, צד תמות, קיווי סטראבערי, קנעטענע קיגעל און 45 געסט