איך פארשטיי אז די מתנחלים ווילען האלטען א פינגער אין די אויגען פון די אראבער און זיי זאגען אז "ארץ ישראל שלנו" און עטץ טראגט זיך אפ פון דא; אבער אפילו לשיטתם מאכט עס נישט קיין סענס; ווייל אין דער מיניט וואס מען מאכט אזעליכע אנאמסמענטס קומט פרעזור פון אמעריקא נישט עס דורך צופירען, און אויך קומט דאך אטאקעס קעגען אידען. ווי איז זייער שכל?
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
איך האב לעצטענס באשלאסעןף, אז זיי האבן באשלאסען (צווייטע מאל אין איין פארעגראף....) אז די איינציגסטע וועג ווי זיי גייען קענען אנגיין, גייט זיין צו "גיין מיטן קאפ אין וואנט" און די וועלט וועט זיך מוזן צוגעוויינען.
דהיינו?
ווען רוסלאנד האט געוואלט איינעמען קרימיע, האט ער געכאפט די געלט, און די בארד, און ווען יענער האט צוריק געכאפט די בארד, האט ער געמאכט א "פשרה" דו לאזט אפ מיין בארד און איך לאז אפ דיין בארד!! אבער דאס, געלט בלייבט ביי מיר!
דאס ארבייט אין כינע, אין רוסלאנד, אין איראן, און אין סיריע! אלזא, האבן די חברה בשלאסן, מיר וועלן טאן די זעלבע! מיר וועלן זיין די "לייב" און דערנאך וועט די וועלט שוין זיין העפי, ווען מיר זענען נאר די "בער".
א צוויטע זאך וואס וועט געשען, מען וועט אויסרופען נאך און נאך זידלונגען, ביז די ציגעלע וועט זיך צוגעוויינען צו אונזער גערוך (קרעדיט: זעמל... היינט געב איך קרעדיט אלל אווער!)! עס גייט ווערן די "נארם" און מען גייט שוין נישט פארדאמען, פונקט ווי מען פארדאמט נישט ווען די אראבער אין איינע פון זייער 50 מלחמות הארגענען 100 מענשטען, ווייל דאס איז "נארמאל".
מיטן זיין "נארמאל" זענען זיי אינערגעץ נישט אנגעקומען, גייען זיי טרייען זיין אביסעל "נישט נארמאל". אבאמא''ס אפענע שנאה צו ביבי האט עס אביסעלע צוגעשטיפט, און אבאמא'ס אלגעמיינע "אויסגעשפילטקייט" אין די אויגן פון די וועלט האט אויך נישט געשטערט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש