דזשאב געזוכט / ארבעט געלעגנהייט
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן
דזשאב געזוכט / ארבעט געלעגנהייט
ווער עס קען מיר העלפען טרעפען א דזשאב זאל ביטע א טובה טיען
איך בין גרייט צי ארבעטען אדער שווער פאר גיט באצאלט אדער אויב באצאלט מען נישט צי גיט זאל עס נישט זיין קיין שווערע ארבעט און אנדערע ווערטער איך בין גרייט צי ארבעטען גאר געטריי און זיך אוועק געבען באמת אבער נאר פאר די רייט פרייז אבער ביזען קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק איז ביז דערוייל נעם איך אן סיי וואס אפיס ארבעט וואלט געווען די בעסטע פאר די יעצטיגע מצב אבער איך הער אויס אלעס

-
- שר העשר
- תגובות: 40
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 11:47 pm
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
רבותי איך זוך אויך א זשאב!
לכתחילה נישט צו שווער דארפן ארבייטן, מיט א 1500 דאלערדיגע וועיזש.
אויב נישט מעגליך, דאן מסכים צו ארבייטן שווערער, אבער מיט עטליעסט 1800 דאלער וועכנטליך.
די ריכטיגע ארבייט פאר דעם ריכטיגן פערזאן! כאפטס מיך אריין ווילאנג איך בין עוועילעבעל !! אל תאמר לכאשאפנה אשנה !

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
-
- שר מאה
- תגובות: 129
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 4:52 pm
http://www.jewishpress.com/classifieds/
מיר נעמן נישט קיין אחריות אויף די ארטיקלען וואס געפונען זיך דארט.
www.luach.com
www.tjcny.com
www.hatzlacha.com
http://www.jewishjobs.com/cgi-bin/index.cgi
הצלחה רבה!!
מיר נעמן נישט קיין אחריות אויף די ארטיקלען וואס געפונען זיך דארט.
www.luach.com
www.tjcny.com
www.hatzlacha.com
http://www.jewishjobs.com/cgi-bin/index.cgi
הצלחה רבה!!
-
- שר מאה
- תגובות: 129
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 4:52 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 129
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 4:52 pm
גם אני הקטן מצטרף, און איך זוך אויך עפעס אזוינס וואס הייסט ארבעט. דער אמת איז אז וואס איך זוך איז געלט, ממילא ווער עס וויל מיר געבן גלייך מידו לידי וועט עס אנגענומען ווערן כאילו קבלתי און איך וועל זיין העכסט צופרידן, אבער ביז איך טרעף דעם נגיד וועלכער וועט מיר באשטייערן, זוך אן אנדערע מיטל ווי צו מאכן א פאר גרייצער.
מורי ורבותי, ווי איהר אלע זעהט דא אליין, זיץ איך דא אויף דעם אינטערוועלט נעץ א שיינע פאר שטונדען פער טאג. מיינט נישט אז איך בין נאר אין קרעטשמע, ווייל ווען יא וואלט איך שוין אפגעשריבען דא א טוץ שאלות ותשובות ספרים, והמציאות מוכיח אז עס איז נישט אזוי, נאר איך פארברענג אין כל מיני זייטלען למיניהם, און אזוי פארברען איך די צייט די טייערע מיט מינדערוויכטיגע טעמעס, ולא עלתה בידי כלום מכל מצודתי זו.
אלזא, וואס זוך איך? איך זיך אן ארבעט טאקע באותו מקום ובאותו זמן וכו', דהיינו דא אויפן אינטערנעץ. איך וויל נישט און איך זיך נישט א פול טיים דזשאב אויפן אינטערנעט ווייל איך בין ברוך השם פארנומען דאס מערהייט פונעם טאג, אבער עס איז נאך אלץ דא א שיינע פאר שטונדען וואס איך וואלט ווען געקענט אויסנוצען צו מאכן א פאר גרייצער. אויב האט איהר אדער ווייסט איהר וועגן אזא סארט שטעלע, וואלט איך אייך שטארק געשעצט און געווען דאנקבאר דערויף.
איין זאך פאר איך פארגעס: טוט מיר נישט אונטערשאצען דערויף וואס איך בין קרעזי, און איך בטל די צייט אויפן אינטערוועש, ווייל ווי איהר ווייסט זיצען דא אין קרעטשמע פיל געלונגענע יונגעלייט, וואס ווען זיי וואלטען זיך אריינגעלייגט אין לערנען וואלטן זיי אויסגעוואקסען מורי הוראה בישראל, און היינט זיצען זיי ליידער דא אין טוען זיך דערקוויקען מיט א פינא קאלאדא כאחד הריקים רחמנא לישזבן. איך בין נישט אזא בטלן ווי איך זעה אויס. איך האב ברוך השם א שטארקע ידיעה אין די דריי שפראכן וועלכע זענען אנגענומען ביי אידן בכל מקום שהם, ואלו הם: אידיש, ענגליש, און העברעאיש. איך בין אויך גאנץ פיין באהאווענט אין קאמפיוטער אנלעגענהייטען, און ועל כולם בין איך גאנץ א שנעלער לערנער, און איך טוה מיר גאנץ שנעל צופאסען צו סיי וואס. יא, מיינע רבי'ס אין חדר האבן גע'טענה'ט אז ווען איך זאל מיר נאר אריין טון אין לערנען וועל איך קענען זיין א רבי און א מנהיג פון כלל ישראל... זעהט אויס אז אין יענע צייטען איז לערנען געווען איינע פון די קוואליפיקאציעס פון צו זיין א מנהיג ישראל... אוי, איך בין אוועק גענויגט פונעם טעמע. אקיצור, רבותי, איף יו גאט סאמטינג טו אפפער, איי וואד בי פליעסד טו קאנסידער איט.
טשאו!

- מעסטערמיינד
- שר האלף
- תגובות: 1514
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm
מר. קרעזי
דיין לעצטע ווארט טוט אונדיקעיטען אז דו שרייבסט אויף נאך א שפראך,
יעצט בנוגע ארבעט אויפן נעט איז אזוי, מ'זעהט לעטענס ווי עס קומען ארויס פארשינדענע וועב זייטלעך וואס פאנגען זיך אן מיט גארנישט אבער נאך א יאר צוויי זענען זיי ווערט אין די ביליאנען, דער קונץ דערפון איז אז זיי קומען ארויף מיט אן איידיע וואס איז א וואן אף עי קיינד צו ווייל עס איז נאך נישט דא אדער ווייל זיי טוהן דאס בעסער ווי סיי ווער,
דערנאך איז דא וועגען וויאזוי צו מאכען געלט אויף די אינטערנעט איז אויב מ'קויפט אפ אלע לאקשען וואס שטייט אין די אימצאליגע אימעיל'ס וואס מ'באקומט, פארשטייט זיך אז עס איז נישט ראטזאם,
דערנאך אויב ביזסטו באהאווענט אין איינע פון די פאלגענדע שפראכען ווי html, xhtml, php, .net, java, my sql, וכדומה . דאן קענסטוו באקומען ארבעט צו זיין ערגעץ א וועב מעסטער,
ס'איז דא נאך פארשידענע וועגען ווי אזוי צו מאכען געלט אויף די אינטערנט ואין כאן מקומם להאריך אבער נישט אלעס קען א יוד טוהן למשל א קליינע דוגמה רוב סייט'ס וואס לאזען ארויף לייגען ווידיאו קליפס געבען א טשענס אז דער מחבר דערפון זאל אויך קענען מאכן אפאר דאלער , נא ווער וויל ווערן א אקטיאר?
ס'איז נאך דא אסאך צו שרייבען דערוועגן , אבער דער בעסטער וועג איז דאס וואס איך האב געשריבען אויבן דער ערשטע,

א גרויסען דאנק מעסטערמיינד. איך פארשטיי זייער גוט פון וואס די רעדסט. יו-טוב למשל איז געווארען אויפגעשטעלט דורך צוויי נארישע חברה וואס האבן קיינמאל געטרוימט אז זייער זייטל וועט אמאל אפגעקויפט ווערן דורך גוגל, וכהנה רבות ואכהמ"ל ועוד חזון למועד.
די פראבלעם איז נאר איין זאך. ווי טרעפט די בליציגע איינפאלען? ווען איך קום ווען אויף מיט די רעיונות וואלט איך זיך מן הסתם נישט געדרייט דא אין קרעטשמע און געבעטן ארבעט ווי א פאלנער ארבעטסלאזער יונג... אפשר האסטו אפאר איידיעס מיר צו פארלייען?
צווייטענס, איך בין נישט זיכער אבער איך מיין אז אויב איך וואלט ווען אפילו יא געהאט א רעיון, וואלט איך נישט געהאט גענוג צייט פאר דעם, ווייל איך מיין אז פאר אזא זאך צו מצליח זיין, דארף מען זיך ממש אוועקגעבן און ארבעטן א פולן טאג, און ביז ווילאנג מען זעהט די פירות דערפון נעמט א היבש ביסל צייט, און כעת בין איך פארנומען א שיינע פארציע פון טאג.
עניוועי, איך הער נאך אלץ פארשלאגן... העכסטענס אויב עס וועט מיר איינפאלן עפעס א גוטס, וועל איך אייך שיקן לופטערן ווייטער...
די פראבלעם איז נאר איין זאך. ווי טרעפט די בליציגע איינפאלען? ווען איך קום ווען אויף מיט די רעיונות וואלט איך זיך מן הסתם נישט געדרייט דא אין קרעטשמע און געבעטן ארבעט ווי א פאלנער ארבעטסלאזער יונג... אפשר האסטו אפאר איידיעס מיר צו פארלייען?
צווייטענס, איך בין נישט זיכער אבער איך מיין אז אויב איך וואלט ווען אפילו יא געהאט א רעיון, וואלט איך נישט געהאט גענוג צייט פאר דעם, ווייל איך מיין אז פאר אזא זאך צו מצליח זיין, דארף מען זיך ממש אוועקגעבן און ארבעטן א פולן טאג, און ביז ווילאנג מען זעהט די פירות דערפון נעמט א היבש ביסל צייט, און כעת בין איך פארנומען א שיינע פארציע פון טאג.
עניוועי, איך הער נאך אלץ פארשלאגן... העכסטענס אויב עס וועט מיר איינפאלן עפעס א גוטס, וועל איך אייך שיקן לופטערן ווייטער...
- מעסטערמיינד
- שר האלף
- תגובות: 1514
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm
לויט וויפיל איך ווייס איז נאך יו טוב נישט געווארן אפגעקויפט, אבער אפי' גוגל אליין איז אויך א ראיה,
עני וועי מ'דארף נישט האבן אזויפיל צייט וויפיל דו מיינסט, מ'דארף נאר האבן דעם רצון, אגב איך קען אויך באשטיין צו הערן איידיעס, דער זאך איז אבער אז איך האלט מיינע אויגן אפן זוכענדיג ווייל נאר אזוי קען מען עפעס מאכן.