די פולע ווערסיע פון א סוכה'לע א קליינע...

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג ינואר 01, 2012 1:51 pm

זוכנדיג א געוויסן ענין אין א דייטשן מאָנאַטסשריפט (געדרוקט בשנת תרע"ז) האב איך מיך אנגעשטויסן אין די נאטען פון דעם ניגון פון א סוכה'לע א קליינע מיט די גרעסערע נוסח, און איך האב געדענקט אז עס איז יעמאלט געווען א שמועס דערוועגן, ממילא וועל דא אנצייכן פאר וועם עס קען זיין אינטערסאנט, (איך מיין אז ביי די ערשטע פאל איז ער נישט אזוי מדוקדק מיט די ווערטער).

http://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/c ... ew/2597536
צוגעלייגטע
2597536.jpg

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » זונטאג אוקטובער 05, 2014 11:54 am

קען איינער ביטע ארויפשטעלן דא נאכאמאל דעם ניגון פון אידיש קלאסיקס?
(בעצם האב איך דעם ערשטן אידיש קלאסיקס נאך אויף א קאסעטע - איז אויב איינער וויל מיר שיקן ס'גאנצע וואלט איך איהם זייער דאנקבאר געווען)

און אויב איינער קען מיר ביטע זאגן ווער עס זינגט דא - און פון וועלכן טעיפ דאס קומט.

א דאנק
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

טשאלנט טאפ
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 27, 2014 12:15 am
לאקאציע: אין קאך

די מקור אדער די מעשה פון א סוכה'לע א קליינע

תגובהדורך טשאלנט טאפ » זונטאג אוקטובער 05, 2014 5:09 pm

האט איינער?

בשבילי
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 04, 2014 6:21 pm

תגובהדורך בשבילי » זונטאג אוקטובער 05, 2014 5:15 pm

זוך אברהם רייזן ס'דא א וויקי בלאט
לעצט פאראכטן דורך בשבילי אום זונטאג אוקטובער 05, 2014 5:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אוקטובער 05, 2014 5:16 pm

וואס הייסט א מקור? עס איז א משל אויף כלל ישראל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

טשאלנט טאפ
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 27, 2014 12:15 am
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך טשאלנט טאפ » זונטאג אוקטובער 05, 2014 5:18 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:וואס הייסט א מקור? עס איז א משל אויף כלל ישראל.

וואס איז די נמשל... איך דארף אויף דעם אדער א רש"י אדער א פריוואטע מלמד!

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » זונטאג אוקטובער 05, 2014 5:20 pm

קודם פארצייל די מעשה
אויב מיינסטו די ניגון זעלבסט, דאס דארף נישט זיין א ספעציפישיע מעשה, אין דער אלטער היים ווען עס איז נאך נישט געווען קיין לאמבער וואס האבן אהער געשטעלט שיינע ברעטער ספעציעל פאר סוכות האט מען צוזאם געקלאפט ברעטער פון כל הבא ליד, אפילו דא אין אמעריקע איז געווען אידן וואס האבן צוזאם געשלעפט אלטע טירן פאר די סוכה ברעטער, איך האב געהערט פון א אמעריקאנער איד פון די מלאכים ווי זיי האבן זיך א עצה געגעבן מיט סכך יעדעס יאר, בקיצור די גלות אינזערע קען ראיג זיין א נמשל צו יענעם סוכה.
לעצט פאראכטן דורך עבודת_הבורא אום זונטאג אוקטובער 05, 2014 5:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אוקטובער 05, 2014 5:23 pm

טשאלנט טאפ האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:וואס הייסט א מקור? עס איז א משל אויף כלל ישראל.

וואס איז די נמשל... איך דארף אויף דעם אדער א רש"י אדער א פריוואטע מלמד!

א צוקלאפטע סוכה'לע, עס קוקט אויס ווי יעדע רגע פאלט עס צוזאם, און עס גייט ווייטער אן שוין טויזענטער יארן, יעדע מינוט א נייע סיבה עס זאל צוזאמפאלן, און עס בלייבט ווייטער.

אגב, ס'האט זיך מיר נאכנישט געמאכט כ'זאל הערן די ניגון, און עס זאל נישט קאסטן כאטש איין טרער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

טשאלנט טאפ
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 27, 2014 12:15 am
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך טשאלנט טאפ » זונטאג אוקטובער 05, 2014 5:25 pm

עבודת_הבורא האט געשריבן:קודם פארצייל די מעשה
אויב מיינסטו די ניגון זעלבסט, דאס דארף נישט זיין א ספעציפישיע מעשה, אין דער אלטער היים ווען עס איז נאך נישט געווען קיין לאמבער וואס האבן אהער געשטעלט שיינע ברעטער ספעציעל פאר סוכות האט מען צוזאם געקלאפט ברעטער פון כל הבא ליד, אפילו דא אין אמעריקע איז געווען אידן וואס האבן צוזאם געשלעפט אלטע טירן פאר די סוכה ברעטער.

ווער איז די סוכה? כלל ישראל?!
וואס הייסט עס פאלט איין?
א סוכה'לע א קליינע,
פון ברעטעלעך געמיינע,
האב איך מיר א סוכה'לע געמאכט.
באדעקט דעם דאך,
מיט א ביסעלע סכך,
זיץ איך מיר דארט סוכות ביינאכט.
באדעקט דעם דאך,
מיט א ביסעלע סכך,
זיץ איך מיר דארט סוכות ביינאכט.
- - -
דער ווינט א קאלטן,
וואס בלאזט דורך די שפאלטן,
עס לעשן זיך די ליכטעלעך פיל.
עס איז מיר א חידוש,
ווען איך מאך מיר דארט קידוש,
און די לעכטעלעך זיי ברענען גאנץ שטיל.
עס איז מיר א חידוש,
ווען איך מאך מיר דארט קידוש,
און די לעכטעלעך זיי ברענען גאנץ שטיל.
- - -
ביים ערשטן געריכט,
מיט א בלאסן געזיכט,
טראגט מיר מיין טאכטעריל אריין.
זי שטעלט עס אוועק,
און זאגט מיט גרויס שרעק,
טאטע'ניו די סוכה פאלט באלד איין.
זי שטעלט עס אוועק,
און זאגט מיט גרויס שרעק,
טאטע'ניו די סוכה פאלט באלד איין.
- - -
זיי נישט קיין נער,
האב נישט קיין צער,
זאל דיר די סוכה נישט טוהן באנק.
עס איז שוין גאר,
באלד צוויי טויזנט יאר,
און די סוכה'לע זי שטייט נאך גאנץ לאנג.
עס איז שוין גאר,
באלד צוויי טויזנט יאר,
און די סוכה'לע זי שטייט נאך גאנץ לאנג.

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » זונטאג אוקטובער 05, 2014 5:27 pm

די סוכה איז די גלות
די חלק פון ניגון איז ווי אסאך סוכות האבן אמאהל אויסגעזעהן אין די ווירקליכקייט אבער קעגן גלות א משל

א סוכה'לע א קליינע,
פון ברעטעלעך געמיינע,
האב איך מיר א סוכה'לע געמאכט.
באדעקט דעם דאך,
מיט א ביסעלע סכך,
זיץ איך מיר דארט סוכות ביינאכט.
באדעקט דעם דאך,
מיט א ביסעלע סכך,
זיץ איך מיר דארט סוכות ביינאכט.
- - -
דער ווינט א קאלטן,
וואס בלאזט דורך די שפאלטן,
עס לעשן זיך די ליכטעלעך פיל.
עס איז מיר א חידוש,
ווען איך מאך מיר דארט קידוש,
און די לעכטעלעך זיי ברענען גאנץ שטיל.
עס איז מיר א חידוש,
ווען איך מאך מיר דארט קידוש,
און די לעכטעלעך זיי ברענען גאנץ שטיל.
לעצט פאראכטן דורך עבודת_הבורא אום זונטאג אוקטובער 05, 2014 5:29 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אוקטובער 05, 2014 5:28 pm

טשאלנט טאפ האט געשריבן:ווער איז די סוכה? כלל ישראל?!
וואס הייסט עס פאלט איין?

יא יא.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » זונטאג אוקטובער 05, 2014 5:30 pm

דאס איז די אידן דערשראקנערהייט פונעם גלות

ביים ערשטן געריכט,
מיט א בלאסן געזיכט,
טראגט מיר מיין טאכטעריל אריין.
זי שטעלט עס אוועק,
און זאגט מיט גרויס שרעק,
טאטע'ניו די סוכה פאלט באלד איין.
זי שטעלט עס אוועק,
און זאגט מיט גרויס שרעק,
טאטע'ניו די סוכה פאלט באלד איין.

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » זונטאג אוקטובער 05, 2014 5:32 pm

דאס א טרייסט אין א חיזוק אז מיר האבן עס ביז היינט דורך געמאכט און מען וועט עס ווייטער דורך מאכן

זיי נישט קיין נער,
האב נישט קיין צער,
זאל דיר די סוכה נישט טוהן באנק.
עס איז שוין גאר,
באלד צוויי טויזנט יאר,
און די סוכה'לע זי שטייט נאך גאנץ לאנג.
עס איז שוין גאר,
באלד צוויי טויזנט יאר,
און די סוכה'לע זי שטייט נאך גאנץ לאנג.

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » זונטאג אוקטובער 05, 2014 7:11 pm

די ברעטלעך געמיינע וויל איך נאך וויסן וואס עס מיינט?

היינט איז שוין דא צי באקימען ברעטער געהעריגע.

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » זונטאג אוקטובער 05, 2014 8:07 pm

נו, די ניגון אידאך קאמפאזירט געווארן ווען ס'איז נאר געווען עוועילעבעל געמיינע ברעטער.
אז דו ווילסט דוקא קענסטו עס זינגען "מיט ברעטעלעך שיינע"

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 12:30 pm

אפשר דאך קען איינער מנדב זיין א סוכה'לע א קליינע?

דאנקע שיינע!
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 12:51 pm

אליקים געציל האט געשריבן:קען איינער ביטע ארויפשטעלן דא נאכאמאל דעם ניגון פון אידיש קלאסיקס?
(בעצם האב איך דעם ערשטן אידיש קלאסיקס נאך אויף א קאסעטע - איז אויב איינער וויל מיר שיקן ס'גאנצע וואלט איך איהם זייער דאנקבאר געווען)

און אויב איינער קען מיר ביטע זאגן ווער עס זינגט דא - און פון וועלכן טעיפ דאס קומט.

א דאנק

WOW ווער זינגט דארטן ? אזעלעכע שיינע הארמעניס, מיט די אלטע תמימות'דיגע הברה, ס'הערט זיך וואו ערגעץ אין א בעיסמענט אין די איסט סייד פאר פופציג יאר צוריק.

האסט מיך מחיה געווען.

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 1:49 pm

איך קלער אפשר נעמט זיך דיין שאלה פון דעם וואס אין די היינטיגע שפראך ניצט מען דאס ווארט געמיינע נישט אזוי פאר דעם צוועק
סאיז אזוי ווי איינער וואלט געהאט א סוכה צוזאם געשטעלט פון איין גרויסע טיר פון א שאפע די אנדערע עפעס א אלטע פענעל וואס א בימ"ד האט ארויס געווארפן נאך איין שטיקעל אינדערצווישן אריין געקלאפט צוויי אלטע קעבינעט טירן, די אנדערע צוויי ווענט איז פון די בילדינג וואס דרייט זיך ווי א דאלעט די פערטע וואנט איז ארויף געסטעפעלט א פלעסטיק פון איין זייט צו די אנדערע, ווי אזוי וואלסטו אנגעריפן די ברעטער פון די ערשטע וואנט? אט ריפט דאס דער ניגון אן ברעטערליך געמיינע.

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 2:03 pm

... און איך האב געמיינט אז דאס קומט פון עפעס א דורכגעווייקטע איד :o

כא כא כא.. יידישיסט, קאמוניסט, שרייבער, מחבר פון אונזער באליבטער סוכה ניגון'דל אברהם רייזן
צוגעלייגטע
Avraham_Reisen.jpg
Avraham_Reisen.jpg (9.95 KiB) געזעהן 2403 מאל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 4:04 pm

חיים צבי האט געשריבן:... און איך האב געמיינט אז דאס קומט פון עפעס א דורכגעווייקטע איד :o

כא כא כא.. יידישיסט, קאמוניסט, שרייבער, מחבר פון אונזער באליבטער סוכה ניגון'דל אברהם רייזן

בקיצור א קרוב בדעת מיט דיין אוועטאר, הא?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 4:39 pm

ווייסעך וואס? מען נעמט אן אוועטער מכל הבא ליד, האב איך נישט געוואוסט עס איז פראוואקאטיוו, ווער איז טאקע?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אוקטובער 06, 2014 5:16 pm

חיים צבי האט געשריבן:ווייסעך וואס? מען נעמט אן אוועטער מכל הבא ליד, האב איך נישט געוואוסט עס איז פראוואקאטיוו, ווער איז טאקע?

געהייסן יארן לאנג דער הייליגער בעש"ט, לויט ווי מען זאגט לעצטענס להבדיל אלף הבדלות עפעס א משכיל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דינסטאג אוקטובער 07, 2014 4:10 am

נו?? ווער איז זיך מרחם אונז וויל מיר הערן ר' פישל בייגל א סוכהלה (די טעיפ האט מיין זוהן שוין לאנג צופליקט ב"ה)

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » דינסטאג אוקטובער 07, 2014 7:45 am

viewtopic.php?p=948026#p948026

יישר כח אנפין נהירין פארן ארויפשטעלן.
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג אוקטובער 13, 2019 11:01 am

איך פלעג זיך אייביג וואונדערן אויף דעם ניגון צו די לעכטעליך לעשן זיך אויס אדער זיי ברענען זיך גאר שטיל?? איך האב מיר אלס פארגעשטעלט אז עס איז עפעס פארדרייט געווארן.
איז דא אין דעם אשכול אויפן ערשטן בלאט האט איינער געברענגט דעם ניגון אין א ווערסיע וואס די לעכט פרשה שטומט זייער שיין און די ניגון באקומט א באדייט, אבער דארט איז עס די ערשטע געריכט פאר די קידוש מאכן, ווי אויך איז עס די ווייב אנשטאט די טאכטער, האב איך דיסיידעט אז איך וועל עס אביסל פארעכטן און עס דא ארויפלייגן אפשר וועט איינער הנאה האבן.
אזוי גייען מיר עס היינט זינגען אין די סוכה אי״ה.

א סוכּה׳לע אַ קלײנע,

פון ברעטלעך געמײנע,

האָב איך מיר א סוכה׳לע געמאַכט;

באדעקט דעם דאַך

מיט אַביסעלע סכך,

און כ'זיץ אין איר סוכּות בײ נאַכט.

פון די װינט דעם קאַלטן,

װאָס בלאָזט דורך די שפּאַלטן,

מיין ליכטעלע לעשן זיך װיל;

דאָך מאַך איך מיר קידוש,

און - זעט נאָר דעם חידוש! -

מיין ליכטל ברענט זיך רואיִג און שטיל!...

מיט א פאַרזאָרגטן געזיכט

דאָס ערשטע געריכט

עס ברענגט מיר מיין טאכטער׳ל אריין ;

זי שטעלט זיך אַװעק

און זאָגט מיט פיל שרעק:

דער װינט װאַרפט די סוכּה׳לע באַלד אײן!

עט, זײ נישט קײן נאַר

און האָב נישט קײן צער,

עס זאָל דיר דער װינט נישט טאָן באַנג:

נישט זעלטן זײ קומען,

די װינטן, און ברומען -

דאָך שטײט אונדזער סוכּה׳לע שױן לאַנג!

אוי הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת.



א גוט יום טוב.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט