911 GPS א גרויסע הילף אדער א גרויסע ברודער

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

911 GPS א גרויסע הילף אדער א גרויסע ברודער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

ווי באוואוסט האט די רעגירונג פארלאנגט פון אלע קאמפאניס וואס שטעלען צו סערוויס פאר סעלפאון'ס אז ביז די ענדע פון 2005 דארפען רוב סעלפאון'ס האבן די מעגליכקייט אז מ'זאל קענען זעהן וואו עס איז כדי אז ווען מ'קאלט 911 זאל מען קענען זעהן וואו מ'געפינט זיך און די עמערדזשענסי פערסאנאל זאל קענען אהין אנקומען אפי' אויב דער מענטעש קען נישט רעדען אדער ער ווייסט נישט וואו ער איז אהין געקומען וכדומה.
היינט צו טאגג האלט עס ביי דעם אז רוב סעלפאון'ס האבען שוין די מעגליכקייט דורך צוויי אופנים, איינס (ווי למשל ספרינט-נעקסטעל, ווערייזען) איז דורך דעם וואס אין די סעלפאון איז אריינגעבויעט א gps רעסיווער, און דאס איז געווענליך פונקטליך אויף בערך 15 פוס ס'הייסט אז אויב קומט ארויף אז דער מענטש געפונט זיך אויף דעם און דעם ארט מיינט עס אז ער איז בערך אין די 15 פוס פון דעם ארט( כמעט א יעדע gps איז נישט פונקטליך אויף די פוס לויט ווי איך האב אמאל געהערט איז דער טעם דערפון ווייל דו רעגירונג לאזט נישט אויס מורא אויב איינעם וועט בייפאלען צוזאם צושטעלען א מיסיל און וועט עס וועלן אפשיקען צו איינעם אינדערהיים צו וואו איימער דורך א gps זאל עס נישט אנקומען ווי ער האט געוואלט במילא וועלן זיי זיך צוריק האלטען . איי דאונט נאו ) און די צווייטע וועג איז (טי-מאביל, וכו') דורך דעם וואס עס ווערט אויסגערעכענט ווי ווייט עס איז פון דעם טורעם וואס שיקט אים זיין סיגנאל אבער דאס איז ווייט פון אקוראט עס איז 165 פוס אפגערוקט צום בעסט.
זענען טאקע די לעצטע פאר יאר אפיר געקומען פארשידענע פארגראמען וואס שטעלען צו געוויסע סערוויסעס אויף די טעקנאלעדזשי למשל דרייווינג דיירעקשענס, יעלא פעידזשעס, וכו' וכו' אדער למשל אז א טאטע גיט פאר זיין קינד א סעלפאון און ער פראגרעמט עס אזוי אז ווען דאס קינד גייט ארויס פון א געוויסע גרעניץ דהיינו וואס דער טאטע האט אפגעמאכט שיקט דער פאון אויטומאטיש א טעקס מעסידזש פארן טאטען אז והילד איננו קאל עם אן און פארש עם אויס וואו ער דרייט זיך. אדער אז דער מאן זאגט פארן ווייב איך גיי און שול אבער דאס ווייב גלייבט עם נישט קען זי עם נאכקוקען לויט וויאו די סעלפאון געפינט זיך. וכו' וכו'.
די אלע סערוויסען קומען אבער נישט פון דיין סעלפאון סערוויס פראוויידער ווי למשל ווערייזען נאר זיי קומען פון טהערט 3 פארטי דעוועלעפערס און אויב דו ווילסט דיך באניצען דערמיט מיזסטו מסכים זיין ארויס צו געבען דיין אינפארמאציע ( דאס מיינט דיין אינפא. וואו דו ביסט)
יעצט קומט דאס ריכטיגע וואס טוט זיך מיט די רעגירונג קען זי טאקע האלטען חשבון אויף יעדעם וואס האט א סעלפאון אדער קענען גאר אנדערע קאמפאניס (צו מענטשען גאר) אפקויפען דיין אינפארמאציע -וואו דו דרייעסט זיך און וואו דו גייסט- פון די קאמפאניס?
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

מיין אלטע בעל הבית פלעגט נאך קוקן ווי די ארבעטערס דרייען זיך אנמיטן טאג די ארבעטערס דורך די סעלפאון'ס.
יוסעלע_גולם
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 11:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע_גולם »

מיסטער מעסטערמיינד

די סעלפאן קומען נישט מיט קיין GPS Receiver נאר מיט א טעקנאלאשי וואס ווערט גערופען AGPS אדער LBS פאר מער אינפארמיצע דרוק די לינק'ס

http://en.wikipedia.org/wiki/AGPS
/http://www.eweek.com/article2/0,1895,1815843,00.asp
http://www.mobilemag.com/content/100/340/C4739/
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

דריי מאל איך האב נישט פארשטאנען, זיי זיך בעסער מסביר, וויאזוי האט דיין באלעבאס געהאלטן קאנטראל אויף זיינע ארבעטער?
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

ער האט זיך קאנעקטאד צו די טמאנע אינטערנעט און נאכגעקיקט ווי די סעלפון געפינט זיך.

פינקטליך וויאזוי ווייס איך נישט, אבער אזוי איז עס געווען.
אוועטאר
טאגליכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאגליכט »

נישט קיין שלעכטע איידיע
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

nextel has this feature, there is a monthly charge for that, and almost all nextel phones have gps on them
http://www.nextel.com/en/services/gps/mobile_locator.shtml
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

My Samsung phone has a feature that enables you to conceal your location, except from 911. Also the bill doesn't
say where you called from. Not that I need this feature
:wink:
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”