חלק ההלכה
מענין לענין, איז כדי אנצומערקן אויף א שלעכטע געוואוינהייט וואס מענטשן האבן, ווען איינער וויל איינעם טשעפענען, וועט ער אים נישט זאגן די טשעפע להדיא, ווייל ער האט מורא אז יענער וועט אים צוריקענטפערן און צוריקטשעפען. נאר ער זאגט עס ברמיזה, אז ס'זאל דויערן עטליכע סעקונדעס ביז מ'כאפט עס, דאס ברענגט ארויס א געלעכטער ביי די צוהערער, און דער געטשעפעטער איז סאך שווערער ארויסצוקריכן פון די אומבאקוועמע מצב.
דאס ברענגט אז חוץ פון דעם וואס ער איז עובר אויף אונאת דברים, איז ער אויך עובר אויף די איסור ליצנות, און אסאך מאל אויף מלבין פני חבירו ברבים.
קבלת לשון הרע איז אויך אסור פאר יעדן איד, נישט קיין חילוק פון וועמען ער האט עס געהערט, חוץ אויף מינים ואפיקורסים, זיי זענען דאך נישט בכלל עמיתך, אויף זיי מעג מען גלייבן אלע לשון הרע'ס.
כאטש אז אויף בעלי מחלוקת מעג מען רעדן לשון הרע (מיט געוויסע תנאים כמבואר במקומו), דאך אבער טאר מען עס [לכאורה] נישט גלייבן, ווייל די איינציגסטע סבה פארוואס מ'מעג עס דערציילן איז ווייל דאס וועט העלפן אפשטילן די מחלוקת, אבער פארוואס זאל מען מעגן גלייבן?
חלק ההתעוררות
כלל ישראל איז איינס!
חז"ל זאגן אז ווען איין איד טוט אן עבירה, טוט ער מיט דעם שלעכט פאר גאנץ כלל ישראל. פונקט ווי ווען א מענטש טוט זיך וויי איין אבר, כאטש די ווייטאג איז נישט די זעלבע שטארק ביי די אנדערע איברים, דאך שפירט ער עס אבער אויפן גאנצן גוף, דאס זעלבע איז ווען איינער טוט אן עבירה ח"ו.
רבי שמעון בר יוחאי זאגט, משל למה הדבר דומה, א מענטש פארט אויף א שיף, און ער נעמט זיך גראבן א לאך אין זיין צימער, האבן די אנדערע מענטשן אים פארגעהאלטן דערויף, האט ער געזאגט, וואס אהרט אייך? איך טו עס נאר אין מיין צימער?! האבן זיי אים געזאגט אז דאס טוט איינזינקען די גאנצע שיף.
על כן, ווען איינער טוט דיר וויי, זאלסטו נישט עובר זיין אויף נקימה ונטירה, ווייל כלל ישראל איז איינס. טראכט אז אלעס איז פון הימל, און דורך דעם וועט דיר דער אייבערשטער פארגעבן זיינע זינד.
ווען דוד המך איז אנטלאפן פון אבשלום, און שמעי בן גרא האט אים געשאלטן קללה נמרצת, האט אבישי בן צרויה געוואלט נקמה נעמען, האט דוד המלך אים נישט געלאזט מיט'ן טענה "ה' אמר לו קלל!" ס'דאך פונעם אייבערשטן. זאגן חז"ל אז אין יענע רגע האט דוד המלך זוכה געווען צו ווערן רגל רביעי במרכבה.
* * *
מאכט זיך אז א מענטש איז אן ענגע מצב, און ער בעט זיין חבר זאל אים א טובה טון, און יענער זאגט אפ, אן קיין ספעציעלע סבה. ווי אזוי קען מען טאקע בארואיגן די געפילן וואס בוזשעווען מיט געפילן פון נקמה און נטירה?
כדי דאס צו קענען ברענגען אביסל נענטער צום שכל, וועלן מיר דאס מסביר זיין מיט א משל.
ראובן איז געווען זייער ברוגז אויף שמעון וועגן א געוויסע זאך וואס שמעון האט אים שלעכטס געטון. ער האט אים בארעדט פאר זיינע פריינד, און שטארק פיינט געהאט.
איין טאג קומט צו יהודה צו ראובן'ען, וואס ראובן האט זייער געשעצט יהודה'ן, און ער זאגט אים, אהובי ידידי, איך האב אליין געזעהן ווי שמעון איז געווען א באזוך ביי איינע פון די גאר גרויסע פון די גדולי הדור, און יענער האט אים מכבד געווען זייער זייער שטארק. ראובן, הערענדיג דאס, איז געווארן אביסל פארצווייפעלט, ער זאגט צו יהודה, יתכן כ'האב געמאכט א טעות, ס'קען זיין א ז וויבאלד דאס ענין איז מיר געווען נוגע, האב איך אים באלד באשמיצט, אבער מעגליך אז איך האב געמאכט א טעות, כ'וועל בלי נדר אים מער נישט בארעדן, אבער כ'מיין נאך אלץ אז ער האט געטון א שרעקליכע עוולה.
צוויי טעג שפעטער דערציילט אים יהודה, דו ווייסט, איך האב געזעהן ווי איינע פון די צדיקים פון די פריערדיגע דור איז אים גאר שטארק מקרב. נאך מער איך האב אים געזעהן רעדן מיט רבי מאיר און רבי יהודה, די הייליגע תנאים!
דא ווערט שוין ראובן פול מיט חרטה געפילן, איי, איך האב זיכער געגרייזט, איך האב עס אנגענומען צום שלעכטס צוליב מיינע נגיעות, אדער מסתמא האט ער זיך נישט געכאפט, אדער האט ער תשובה געטון, ס'קען דאך נישט זיין אז די הייליגע תנאים וואס האבן געהאט גילוי אליהו זאלן מאכן אזא טעות.
והנמשל, דער בורא כל עולמים האט געזאגט, אהבתי אתכם אמר ה', בנים אתם לה' אלקיכם, דער אייבערשטער האט ליב און איז מקרב יעדעס איינציגע איד, ווי איז מעגליך אים פיינט צו האבן?! איי איך האב קעגן אים טענות, דאס איז ווייל איך זעה נאר דעם חומר הגשמי, אבער דער אייבערשטער זעהט די עומק קדושת נשמת ישראל.
דאס איז פשט אין פסוק, לא תקום ולא תטור בני עמך ואהבת לרעך כמוך, ווי אזוי קען איך דאס שפירן? פירט אויס די תוה"ק – אני ה', ווייל איך רבוש"ע האב אים ליב!