וויזוי ארבייט לעקטער?
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
- thefact
- שר האלפיים
- תגובות: 2511
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
- לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
- פארבינד זיך:
וויזוי ארבייט לעקטער?
איך בין נייגעריג
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
פראטאנס מיט ניטראנס און עלעקטראנס. פאזעטיוו מיט נעגעטיוו. עס האט עפעס א שייכות מיטן אטאם (די אטאם חכמה איז געוון צו נעמען די ניטראנס, די חלק שאינו מתחלק און עס יא צוטיילן דורך פארשידענע מעטאדן וואס שאפט אן אומבאשרייבליכע אפעקט ווען עס קומט אין קאנטאקט מיט זיינע חברים די פראטאנס און אנדערע יסודות).
אין קורצן ווערט געשאפן א מאגנאטישן כוח דורך צוויי הפיכים וואס שלאגן זיך, דאדורך ווערט די אטמאספער ארום זיי ווי אומבאשלאסן און נעמט זיך אנטלויפן, דאס באשאפט א ראטאציע וואס ברענגט דעם מאטאר זיך צו דרייען. אויפן שפיץ גאפל. (גאנץ לעקטער באשטייט פון א מאטאר. א קאר. א מיקסער. א פען. עירקאנדישאן. באן. ערעפלאן. פריזשידער, און וואס נישט? חוץ א באלב).
'עלעקטריק' איז שם הכולל פאר מיליאנען זאכן, עס קען מיינען וויאזוי פראדוצירט מען לעקטער, וויאזוי דרייעט זיך א מאטאר, וויאזוי ברענט א באלב, וכו' וכו'.
זאג בעסער וואס דו ווילסט וויסן און מ'עט פרובירן.

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
פיקח, דאס איז נישט קיין פראגע ווייל ווי זיידי האט געשריבן, א סוויטש האקט אפ ס'יז נישט קיין חילוק וועלכע (אגב, יעדער עלעקטרישאן ווייסט צו אפהאקן דעם פאזיטיוון זייט).
די פראגע איז נאר וויאזוי א 220 וואלט ארבייט וואס פארמאגט צוויי באזונדער פאזיטיווע ליינס אן קיין נעגעטיוו. א ביאור וועט נאכפאלגן בל"נ.
די פראגע איז נאר וויאזוי א 220 וואלט ארבייט וואס פארמאגט צוויי באזונדער פאזיטיווע ליינס אן קיין נעגעטיוו. א ביאור וועט נאכפאלגן בל"נ.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יישר כח פארן געבן צו פארשטיין
אפשר מיינסטו א דיממער באלב וואס מ'קען מאכן שוואכער און שטערקער
וואס באשטייט טאקע פון צוויי באזונדערע פאזיטיווע, דאס הייסט צוויי מאל 110 = 220
ווי שוועמל האט ערקלערט
און דאס לכאורה איז איז בעצם אזוי ווי צוויי באלבס
ווייל עס האט צוויי פילאמענטס [די פאדעם וואס ווערט הייס און שיינט]
למשל איינס פון 25 וואטס און איינס פון 50 וואטס
און ווען מען שטעלט עס אן אויף די קלענסטע וועט זיך נאר אנצינדען די 25
און העכער וועט זיך נאר אנצינדען די 50
און די העכסטע וועט זיך אנצינדען ביידע וועט זיין ס"ה 75
אפשר מיינסטו א דיממער באלב וואס מ'קען מאכן שוואכער און שטערקער
וואס באשטייט טאקע פון צוויי באזונדערע פאזיטיווע, דאס הייסט צוויי מאל 110 = 220
ווי שוועמל האט ערקלערט
און דאס לכאורה איז איז בעצם אזוי ווי צוויי באלבס
ווייל עס האט צוויי פילאמענטס [די פאדעם וואס ווערט הייס און שיינט]
למשל איינס פון 25 וואטס און איינס פון 50 וואטס
און ווען מען שטעלט עס אן אויף די קלענסטע וועט זיך נאר אנצינדען די 25
און העכער וועט זיך נאר אנצינדען די 50
און די העכסטע וועט זיך אנצינדען ביידע וועט זיין ס"ה 75
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
דארפסט דיך נישט נישט מיטשענען צו פארשטיין מיין פראגע בנוגע 220... איך בין נישט קיין ראשון. כ'וועל דיר עס מסביר זיין פשוט.
איך רעד פון א עיר קאנדישאן וואס נוצט 220 וואלט (נישט קיין באלב), אדער א העווי מיקסער פון די בעקערי וואס נוצט 220 וואלט וכדומה. אויב עס האט נישט קיין נעגעטיוו וויאזוי ווערט די אפגענוצטע צעלן צוריקגעשיקט צום פלענט ?
איך רעד פון א עיר קאנדישאן וואס נוצט 220 וואלט (נישט קיין באלב), אדער א העווי מיקסער פון די בעקערי וואס נוצט 220 וואלט וכדומה. אויב עס האט נישט קיין נעגעטיוו וויאזוי ווערט די אפגענוצטע צעלן צוריקגעשיקט צום פלענט ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
1. א באלב איז פון די פשוטס'טע חלק פון לעקטער וואס ווערט געברענגט אין סדר הדורות אויף א ראשון וואס האט געהייסן ר' מאיר, אז ער האט געהאט א לעכט ואוס האט קיינמאל נישט אויסגעברענט אדער געדארפט טוישן אויל.
2. פלארעסנט איז נישט אנדערש לגבי די וועג וויאזוי ס'שיינט. ס'יז אבער יא אנדערש מיט פארשידענע טעכנישע דעטאלן, למשל א פלארעסנט איז א 'לאו וואלטעזש' בעת א האלעזשען באלב איז באזירט אויף הויך וואלטעזש מעינלי. און די עיקר חילוק וואס מאכט א פלארעסנט שיינען אנדערש ווי א האלעזשען באלב איז דערפאר וואס ס'יז אנגעשמירט מיט א קעמיקאל פון אינסייד אזוי וואס טוישט די שיין. (ווילסט אריינגיין אין מער דיטעילס? נעווער ענדינג).
3. דו פרעגסט 'וואטס', אבער דו מיינסט 'וואלטס' מסתם. ס'יז צוויי באזונדערע זאכן. וואלטס ווערט גענוצט אין טערמינען צו מעסטן די קראפט פונעם עלעקטריק שטראם, ווי העכער די וואלטס אלס שטערקער די קראפט. א בלויזע AA באטערי באשטייט פון א נישטיגע 1.5 וואלטס וואס איז פונקט גענוג צו געבן קראפט פאר א קליינטשיגע באלב אדער קליינע זייגער מיט א דרייער'ל (מאטאר). ווידער פאר די גרויסע באלבס וואס דארפן נוצן 110 וועט די כוח פון א באטעריע נישט זיין גענוג.
לגבי 'וואטס', דאס איז מער ווייניגער א טערמין פון מעסטן היץ וואס ווערט פרודוצירט פון די לעקטער קראפט וואס וועט כאפן א חילוק אין פארשידענע פעלער. א לאנגען אריכות וואס איך פארשטיי נאך עד היום נישט..
4. דורכאויס די אנטוויקלינגען אינעם לעקטער סומאטוכע, האט מען ערפינדן אז געוויסע מאטעריאל פירט דורך די עלעקטרישע שטראם אין זיך, דאגעגן זענען דא מאטעריאלן וואס פירן נישט אדורך אין זיך נאר פארקערט, זיי בלאקן די שטראם. לדוגמא, 'אייזן', 'וואסער', פירן דורך לעקטער אין זיך, דערפאר באשטייט אלע ווייערס פון אייזן אדער קופער. א בעל חי וואס האט אין זיך לעבעדיגקייט פירט אויך דורך אין זיך אן עלעקטריק שטראם. און דערפאר וואס דער כוח אינעם מענטש איז באגרעניצט באקומט מען א שאק ווען עס פירט דורך א העכערן שטראם ווי וואס דער קערפער קען דערהייבן. ווידעראום 'ערד', פלעסטיג און גלאז וכדומה האקן אפ די שטראם, דערפאר זענען אלע ווייערס ארומגענומען מיט פלאסטיג אדער ראבבער באשיצונג צו היטן אויף די מענטשן וואס כאפן דאס אן.
עוד חזון למועד