מיין באזוך אין קהל מחזיקי הדת אין ניו העמפשיר

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

איז דא דארט א כשר'ע גראסערי/רעסטאראנט/טעיק אוט אין די געגנט? בנטע ברענגט נעמען מיט אדרעסן אויב מעגליך
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

נישטא קיין כשר געשעפט

ר' פנחס מיילך האט אפאר לעבנס וויכיטיגע פראדוקטן (מילכיגס, טרינקן, פארפרוירענע פיצא און נאש), שאוס (Shaw's) געשעפט האט אויך עפעס א כשר סעקשן, (קדם קרעקערס און רוקח (!) געפילטע פיש)

ערגעץ נעבו לון מאונטען האטעל אין לינקאלן (נישט ווייט פון בעטלעהעם) איז אויך דא א געשעפט וואס פלעגט האבן כשר'ס (שמילאוויטש בראוני בארס וכדומה...), מפי השמועה
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
היטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטל »

פאריגע וואך געהערט אז נעבן לו מאונטען האטעל איז דא א כשר'ע מילכיגע רעסטוראנט.
קאן זיין יענער האט געמיינט די זעלבע געשעפט וואס שנאפס רעדט, ווייסעך נישט.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

איך בין לעצטע מאל דארט געווען צוויי יאר צוריק (ווען די סטרולאוויטש האטעל איז נאך געווען אפן), קען זיין אז עס האט זיך געעפענט היי יאר, איינער וואס איז דארט געווען פאראיאר זאגט מיר אז עס איז נישט געווען
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אין ניו העמפשיר אויב מ'נעמט נישט מיט קיין עסן נארמאל האט מען נישט.

ס'איז אבער דאך כדאי, ס'איז זייער א געשמאק פלאץ, די לופט דארט איז עפעס אויסערגעווענדליך גוט.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

עסן און טרינקען, פליגן כאפער'ס, מאסקיטא קריעם, דארף מען מיטברענגען.

אבער: ר' פנחס אלימלך האט גאנץ א פיינעם אויסוואל, און צו מיין סורפרייז, האב איך דאס יאר געקוקט, און ער איז נישט אזויפיל טייערער.

דהיינו: עס איז דא זאכן וואס לוינט ענדערש דארט צו קויפן ווי איידער דער שלעפ
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

זאג, זאלץוואסער קען מען באקומען דארט?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

זאלץוואסער האט געשריבן:עסן און טרינקען, פליגן כאפער'ס, מאסקיטא קריעם, דארף מען מיטברענגען.

אבער: ר' פנחס אלימלך האט גאנץ א פיינעם אויסוואל, און צו מיין סורפרייז, האב איך דאס יאר געקוקט, און ער איז נישט אזויפיל טייערער.

דהיינו: עס איז דא זאכן וואס לוינט ענדערש דארט צו קויפן ווי איידער דער שלעפ

איך פארשטיי אז איר זענט עלטער געווארן מיט א יאר, אבער איר פארגעסט שוין אויך? איר האט שוין דאס געשריבן איינמאל
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

א גרויסער יישר כח אייך חברים טייערע פאר אלע אינפארמאציע

איז דא א היימישע יישוב אויפן וועג פון/צו ברוקלין וואו מ'קען זיך אפשטעלן פאר מנחה-מעריב וכדומה?
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

לכאורה אין באסטאן, ווייסעך אבער נישט קיין פרטים ווי ווייט די I91 איז פון די היימישע געגנט
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

שנאפס האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן:עסן און טרינקען, פליגן כאפער'ס, מאסקיטא קריעם, דארף מען מיטברענגען.

אבער: ר' פנחס אלימלך האט גאנץ א פיינעם אויסוואל, און צו מיין סורפרייז, האב איך דאס יאר געקוקט, און ער איז נישט אזויפיל טייערער.

דהיינו: עס איז דא זאכן וואס לוינט ענדערש דארט צו קויפן ווי איידער דער שלעפ

איך פארשטיי אז איר זענט עלטער געווארן מיט א יאר, אבער איר פארגעסט שוין אויך? איר האט שוין דאס געשריבן איינמאל

דו עזות פנים מיצח נצחים!!! אן אלטן איד אזוי צו פארשרייען???

אה ניין! כ'האב נישט פארגעסן, נאר דא האט איינער געפרעגט א שאלה האב איך עם געענטפערט און מרחיב בדיבור געווען. משל למה"ד ווען איינער גריסט דיך גוט מארגן און דו ענטפערסט גוט מארגן גוט יאר.... שטייסטע?

אוי וויי! יעצט זעה איך, איך בין טאקע אלט! מיינע פינגערס האבן אנגעהויבן ציטערן און איך האב געדרוקט דעם קנעפל צוויי מאל...
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

אלעס פיינע תירוצים... למעשה וואס האסטו פריער געשריבן? דענקסט נאך?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

שוין דארט געווען, ענדשויט, צוריקגעקומען ב"ה. גרויס דאנק אלע חברים פאר'ן אינפארמאציע

םפעציעלן דאנק פאר הרב זאלץוואסער הי"ו פאר'ן פארציילן איבער'ן ביהמ"ד, מיט דעם אלעם האט מיר גענומען א היבשע וויילע ביז איך האב געלאנדעט

די שילדערונג איז אמת ויציב פלאס אסאך זיסע דיטעילס וואס דו האסט אויסגעלאזט, כי יכלה הזמן והם לא יכלו, ווי למשל די בעגס וואסער אויפ'ן דאך, די בלויע מילכיגע טישטיכער, די בענקלעך וואס זענען קאלעקטעד יעדע איינס פון א צווייטע דיינינג רום אדער דיינעט, די נדבה פאר'ן ביהמ"ד וואס מ'בעט יעדעס מאל וואס מ'צאלט מקוה געלד (עס איז נישט אריינגערעכנט), ועוד ועוד ועוד.
איין זאך דעט איי טאטעלי דיסעגרי איז די שאוערס, אבי געהאקט, געהעריג הויך, מ'קען אפי' אנשטעלן ווי שטארק ס'זאל שפריצן. חוץ אויב דו ביסט 6 אהאלב פוס הויך, אדער האט מען עס איבערגעמאכט
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלס נאר »

זאלצי פארט מען דעיס יאר נאכאמאל אין ניו העמפשיר ? אויב יא ווארט מען אויף א באריכט
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
נטורי-יואל
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2015 4:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטורי-יואל »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:ווען די רעגירונג פון ניו העמפשיר, זאל נאר וויסען אז דו שרייבסט דא, וואלטן זיי עס מן הסתם געטרייט אפצושטעלען פאר יעדע פרייז!! נאך אזא שילדערונג, שפיערט מען ווי מען איז אליינס דארט געווען, און עס פעלט שוין נישט אויס צו פארן בכלל! כ'האלט אז עס קען ערענסט שאטן פאר די "טוריזעם אינדערסטרי" פון ניו העמפשיר!!

(נ.ב., דאס איז אלס "כדי לערבב את השטן, באמת טוט אזא ארטיקל נאר אנרייצן אליינס צו גיין!)

קולמע אויף 114 מעלדט אז די שטאט ווארפט אראפ די היסטארישע בנין.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

יאפס. האמיר דאס יאר גענומען א בילד ווי פינחעס מיילעך נעמט צוזאם אלע ספרים און בינדט זיי אין בינטלעך און דער גרויסער טרעילאר אינדערויסן נעמט אלעס אריין אין זיך אויפן וועג צום שפייכלער. די שמוץ האטער נישט געברויכט אויפרוימען, ווייל עס גייט אריין מיט די שול אין די גרויסע קאנטעינארס. די אלטע פעדערס און פרידריך עיר קאנדישאנערס זיינען א פארגאנגענהייט, ווי אויך די טעלעפאן מיט די נומערס וואס מען דרייט, דארטען ביי די שטיגען ארויף צו פינחעס מיילעך'ס דירה איז אראפ פון די וואנט. די שלאבערישע קאך מיט די אומריינע טעפ וואס ווערט גערייניגט דורך נאכאמאל אויפקאכען און לכאורה הארגעט די היץ אלע באצילען וואס האבען זיך דארט אנגעלייגט זינט די פאריגע מאל וואס מען האט עס גענוצט.

די מקוה: די באנק ביים אדורכגאנג צווישן די שויערס און דעם בור הטבילה, וואס קוים איז דא פלאץ דורכצוגיין איז נאך דארט פערהאן א זיץ ארט. מען דארף צאלען מקוה געלט אבער טעכניש איז גארנישט אריינגערעכנט אין די פרייז.

די אויפגעבלאזענע סאלאמי פעקעלעך אין די גראסערי - אין אנדערע ווערטער, אין די האללועי פון די שול - איז פול פרייז, אפילו ווען ער שוין אויפגעבלאזען ווי פון די מזי רעב.

ווען איינער קומט אן פרעגט פינחעס מיילעך ווען מען גייט אהיים און צו מען קען עפעס מיטנעמען אויף צוריק, און אויב מען ווייסט פון פאראויס קלינגט ער אן אז מען זאל עפעס ארויסברענגען.

די פארקינג לאט אינדערויסן, ווען מען מיינט אז עס די ארויסגאנג פון פארקינג לאט, פלוצלינג שפירט מען אז די אויטא גיט אזא פאר אראפ א צוויי טרעפ און מען טרעפ זיך אויף לואיס הילל ראוד.

די אלטע טעראסע ווי דער טשויבער רבי פלעגט דארט לערנען מיט קולות וברקים איז שוין ניט געווען היי יאר, צוליב וואס די שונאי ישראל בעטלעהעם בילדינג דעפארטמענט האט געזאגט אז עס איז מער נישט פערזיכערט. מען פלעגט זיך שטעלן אויף איין זייט גאניק און אזוי באקוועם זיך מיטגעשאקעלט דערמיט.

די סידורים נוסח אשכנז זיינען אויך שוין געווען גאר ווייניג דערפונען, זינט די חסידים האבען געברענגט אייגענע סידורים און אויף א מיסטעריעזען וועג זיינען די אריגינאלע סידורים ערגעץ ווי אהינגעקומען.

איך קען מער שרייבען, אבער דאס געוויסען פייניגט ווען מען זעהט ווי א קהילה איז אזוי אוועקגעקומען

עס בענקט זיך צוריק צו ראבביי אויגענשטיין, א רב וואס האט אסאך געטוהן פאר אידישקייט אין ניו העמפשיער, ווען פילע פרייע אידען פלעגן קומען אין שול און ער פלעגט זיי מקרב זיין. און דער משמש ר' שלמה קאהן וואס פלעגט יעדן אויפנעמען אזוי ליבליך און פערשרייען די קינדער וואס האבען גערעדט אין שול

ווען אדמו"ר מהר"א פלעגט נאך איינשטיין אין זיין חורבה אויפן בארג אינטערן ארלינגטאן האטעל, און ער פלעגט טאקע זיין אויף דאטשע, אנע בחורים אים קומען באדערן יעדן שבת און זיי רעדן זיך איין אז טוען אים א טובה דערמיט. אוי די חורבה, מיט מייז און ראקונען קריכענדיג אונטער די באנגעללאו. די רביצין מיט אירע ראממי און מאנאפאלי געימס, ווייל זי האט געזאגט אז ווען אויף דאטשע איז מען קיין רביצין, און געשפילט אין די לאבבי פון ארלינגטאן, בשעת איר מאן שטייט אין די רייע און ווארט ווי יעדן אנדערן האטעל גאסט אז זיין רייע צו נוצען איינע פון די פאבליק טעלעפאנען זאלען אנקומען.

א פרייטאג צונאכטס מיט א באטעמטע באטע ביי אים ( דאן ר' אהרן, נאכער דער רב, ביז איצטערט דער רבי ) אין שטוב, א שיינע שבת האט מען געהאט א צירקע זיבען מענטשען. אבער ביר מיט פרוכט איז געווען גענוג און "יעדער" אין שטוב האט געטרונקען און זיך געשפירט היימיש און אלעס געשמועסט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
דרך החיים
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 2:44 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך החיים »

איך בין געווען דארט די זומער שבת נחמו אין געזען אז מען גייט אראפווארפען די אלטע שול און עס קומט א נייע נעקסטע יאר
אינמיטען לערנען דרך החיים
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

צו געזונט, דו דערמאנסט מיר יענע עטליכע וואכן וואס מיר האבן געוויילט אין די בנינים אקייגן איבער די ררוד, שוין אן אלטער פארגאנגענהייט, פטירת אדמור זידיטשוב, אוועקגעפירט מיט א פריוואטען ערעפלאן קיין ניו יארק.. די בוים נעבן ארלינגטאן מיט די קליינע עפעלעך דערויף, די וועג צום גראסערי וואס האט פארקויפו בענענעס.. אה, איז דאס געווען א זוממער צום געדענקען..
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

די בנינים אנטקעגן איבער האבען געהייסן ווי פאלגענד. צו די לינקע זייט האט געהייסן די עלפיין וואס דאס איז געווען היבש א חורבה, די רעכטע זייט די ענעקס וואס האט שוין ניטאמאל דעם נאמען חורבה געמעגט טראגען אויף זיך. און פון אונטער זיי איז געווען דער שווים באסיין, אויב מעג מען עס אזוי אנרופען. גראדע האט מען איבערגעלאזט די עפל ביימער טראץ וואס מען האט אלעס ארום אויסגעגראבען.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

בעוה''ר איז די גאלף קארט ארויסגעקומען ביז די ראוד, איין זכר פון די בנינים זענען נאך יא פארהאן, די צעמענטענע שטיגן פונעם פארטש צום פעלדל צווישן די צוויי בנינים.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

יא יא, דעם קליינעם וואסערל וואס לויפט דארט פערביי אונטער די שטיגען. דער פאליציי הויפט וואוינונג אנטקעגן דעם שול געדענקן מיר אויך. וואו אויך געדענקן מיר אן אלטען סאדע, א צירקע דרייסיג-פינף און דרייסיג יאר צוריק ווענדינג מאשין אויפן טעראסע פונעם ארלינגטאן וואס א סאדע האט געקאסט פינף און צוואנציג צענט, און ווער האט זיך בכלל דאס געקענט עפאדערן?
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

האסט דערמאנט פריער די אשכנז סידורים.. יעפ, געדענק'ך דאס גוט, בינ'ך געווען א קליינער אינגל דאן און כ'אב געקוקט אויף די (תיקון מאיר אפשר האט'ס געהייסן?) סידורים און געליינט די אידישע אינסטרוקשענס מיט די היברו פובלישינג אותיות...
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

שוין, זעה איך אז מיר רעד מיר דא צו אן היימישן. צו געדענקסטו די שול אריינגאנג און אויפן הויפט טיר איז געווען אזוי א דרייענדיגן גלאק אויפן טיר? און טאקע רעדנדיק פון טשויבער, ער פלעגט פרייטאג צענאכט אריינקומען צו מנחה מיטן טלית און זיך שטעלן פארענט פון ארון הקודש ( אויב האט מען אריינגעלאזט און די אשכנזים האבען שוין געענדיקט דאווענען ) און פלאמען מיט זיין שטימע.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”