רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3686
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו
זמירות עטרת יהושע, מנהגים וחידו"ת מאת הגה"ק משה ארי' פריינד זצ"ל, גאב"ד ירושלים עיה"ק.
איך האב נעכטן מוצשב"ק באקומען דעם זמירות, און איך האב אנגעהויבן צו בלעטערן דערין, מ'זעהט ס'ליגט דערין א מורא'דיגע ארבעט, דערפאר וועל איך פרובין צו גיין על הסדר מעיר זיין כיד ד' הטובה עלי.
בראשית החלי; וויל איך קאמפלימענטן איידער איך טייל דעם קריטיק (מ'קען מיינען.. איך וועל שרייבן באיזה מקומן של שבחי"ם וואס איך שפיר פאר וויכטיג), ווי פארשטענליך, איך בין זייער אומבאהאווענט אין מנהגים פון אזעלכע קדושים, און נעמט אייך אויך אריין אין קאפ, אז איך בין א פלעינער "קרעטשמע שרייבער"... איר מעגט זיכער זיין, ווען די זמירות איז ווען נישט א "געלונגענע ארבעט" וואלט איך עס נישט געהאלטן אזויפיל שעה אין די האנט.
וזה החלי:
א. א ריזן יש"כ פארן אנהייבן דעם זמירות פון "ליל ששי" אזוי פארדינען מיר נאך אפאר בלעטער, יעדע שורה וואס איר שרייבט איז א קוש צום געבן.
ב. איר שרייבט נישט וועגן זיין התנהגות בנוגע "תיקון חצות", קען זיין אז ליל ששי האט ער עס נישט געטון, אבער איר ווייסט אז ער האט געהאט פארשידענע אינטערעסאנטע זאכן דערביי, א שאד א שאד איר דערמאנט נישט גארנישט.
ג. צדיק מה פעל אות א.: גם אם היה ישן הי' מסגף עצמו בשינתו, כי היה ישן תמיד לרוחב המטה ע"כ. צ"ל כי היה ישן כמ"פ לרוחב המטה כצ"ל. כ'מיין וואס שטערט עס צו שרייבן אזוי, ס'ברענגט גענוג ארויס די קדושה וטהרה פון דעם קדוש עליון. אני הקטן האב זוכה געווען צו זיין אפאר חדשים לעבן דעם הייליגן צדיק, יא! אויך ביים ליגן, אפשר דערפאר – און טאקע דערפאר - האט מיר אזוי געצויגן דא מעיר צו זיין.
ד. איך האב פיינט דעם מהלך וואס איר נעמט אפאר מאל דעם פייט צווישן דעם גבאי'ן און רבי'ן, מיר האבן דאס געליינט אלטס קינד און טאקע בימי נעורותינו האבן מיר געמיינט אז ס'שטעקט עפעס דערין, אבער פליז, ענדיגט'ס שוין אמאל דערמיט, פארוואס מאכט'ס זיך אייביג אז דער "גבאי" טענה'ט זיך מיטן רבי'ן? האסטע קוטשע פייע נעקי, דער רבי בעט עפעס, געב אים עס!! צו וואס דארף ער אזוי וויינען.
איך וועל דא מעתיק זיין דעם שטיקל וועט איר זעהן וואס איך מיין (צדיק מה פעל אות א.): ...נענה רבינו זיע"א ואמר: "וכו' אין לי זמן יותר לקבל את האנשים" המשב"ק תמה ושאל: "הלא עתה הוא רק ליל ששי בחצות" אולם שריבנו זיע"א עמד על שלו, וחזר ומאר: "ממהר אני מאד כי השבת באה כבר, המשב"ק ביקש שלפחות יקבל רבינו זיע"א את האנשים הנמצאים עתה בחוץ, וכו' וכו', רבינו זיע"א נתרצה לזה וכו' וכו', משוגעים, דער רבי ווייסט נישט אז מענטשן ווארטן? WOW דער גבאי האט געוואונען, סארי, ס'איז קינדעריש און נעריש.
המשך יבוא

ה. מחבר סעיף י"ט(...) כשחזר לביתו היה מדביק הנרות.
אויף דעם איז זיכער נישטא קיין שום מקור, חוץ דעם "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם". כנלע"ד.
ו. צמ"פ (צדיק מה פעל) או' יט. יש לציין, כי בעת הסועודת שב"ק לא שמעו את רבינו אומר: לכבוד שבת קודש. והוי מרגלא בפומיה עובדא ששמע מפי כ"ק האדמו"ר מבלוזשוב זי"ע מארה"ב כי כאשר הסיב פעם בסעודת שב"ק אצל זקינו הרה"ק מבלוזשוב זי"ע באמצע הסעודה אמר "לכבוד שב,ק" נענה זקינו הרה"ק מבלוזוב ואמר לו: עסט טאקע נישט נאר לכבוד שבת? מען בייסט זיך די ליפן און מען זאגט דאס נישט ארויס" ע"כ.
דאס דארף שוין טאקע א מקור! "נישט" צו זאגן לכבוד שב"ק? און זאל נאך זיין א קפידה?
ז. סעי' נב: לא קיצר מעולם פאות ראשו מלמטה. און אין די מקורות ברענגן זיי אלעס צו הערליך שיין, אבער איין זאך האט נישט אויסגעפעלט צו ברענגן די ערשטע העלפט פונעם שו"ת תורה לשמה, זיי זענען מעתיק אזוי: צריך להחמיר להשאיר שיעור כדי לכוף ראשן לעיקרן, וסגי בהכי כפי הדין ע"כ. גלייבט'ס מיר, אסאך געמיינע יונגן באניצן זיך מיט דעם היתר "כאטש און גאר מעגליך" אז זיי ווייסן אפי' נישט פון אזא שאלות ותשובות ספר..

- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
די טעמע פון מענטשן וואס האבן נישט קיין שכל וואס יא און וואס נישט צושרייבן איז א פארווייטאגט ענין, לדוגמא איך האב געזען איינעם באשרייבן זיין רבי'ן וואס איז באמת געווען א איד א קדוש וטהור און ער שרייבט אז ער האט נישט גענומען קיין מעדיצינען אום פסח, ערשטנס ס'איז א געוואלדיגע אחריות אזאנס צו שרייבן און צווייטענס איך קען נישט גלייבן אזא לשון הרע אויף א גדול בישראל אפילו זיינס א תלמיד שרייבט אזוי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3686
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
ח. אלע הלכות וואס שטייט אין שלחן ערוך אז א איד דארף זיך אזוי פירן, ואין חולק עליו, דארף מען עס כלל נישט צוברענגן, נישט קיין סעי' נישט קיין "מקורות והערות". אויב טוט סיי וועלכע איד אנדערש איז ער א שייגעץ.
איך באציה מיך צו "זייער אסאך סעיפים", אויף די מינוט קוק איך יעצט אין סעיף נט, וז"ל: והיה זהיר מאוד בעת חליצת הבגדים לחלוץ מקודם צד שמאל ואחרי זה צד ימין, וכמו"כ בעת לבישת הבגדים ללבודש מקודם צד ימין ואח"כ צד שמאל.
און זיי ברענגן צו דעם טרוקענעם מחבר סי' ב', וואס קינד און קייט ווייסט דערפון און זענען עס ערליך מקיים, ס'פעלט נישט אויס דער סעיף, און זיכער נישט דעם "והיה זהיר מאוד". טענק יו עוורי באדי.
ט. איינע פון די מוראדיגע חידושים וואס איך זעה דארט איז סעיף צ', וז"ל: בעת חגורת האבנט הכניס את קצותיו בתוך החגורה, והיה זהיר מאד שלא יהיו הקצוות תלויים למטה. ע"כ. ובמקורות והערות אות קי: אמר משם ק"ז הרה"ק מנאסויד זצ"ל כי יש בדבר משום חוקות העכו"ם אם הקצוות תלויים למטה, כי כן דרך הכומרים לחגור כך את אבנטיהם!! ע"כ.

איך ווארן דיר יגר'ל! איך האב לעצטנס א שיעור קבוע צו בליקן אין דעם זמירות (דאכט זיך מיר איך האב דאס באקומען פונעם זעלבן מקום ווי דיר) מדי שבת בשבתו, ביי יעדע סעודה אפאר בלעטער. יעצט ווילסטו מיר אויסזאגן וואס עס שטייט דארט און מיר אוועקנעמען דעם אפעטיט פון גיין ווייטער על הסדר?
וואס וועל איך טאן ביי די שבת'דיגע סעודות (ביז די פירוש סהדותא על תנ"ך וש"ס בבלי וירושלמי ערשיינט)?
וואס וועל איך טאן ביי די שבת'דיגע סעודות (ביז די פירוש סהדותא על תנ"ך וש"ס בבלי וירושלמי ערשיינט)?
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן
יגר'ל איך האב מורא'דיג הנאה ווען דו ברענגסט אראפ די אומקליגשאפט פונעם כותב, איך פיל ווי איך ליין א פורים אשכל.
ברענג נאך דוגמאות, איך וועל דאך נישט צאלען דערפאר, און קרעמער וועט זיך שוין איינהאלטען פון אריינקוקען דא.
ברענג אויך די אינטרעסאנטער זאכען כדוגמת האבנט.

הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
דער זמירות דברי יואל איז מיט גארנישט בעסער אין דעם הינזיכט.
האט איר געוואוסט אז דער רבי ז"ל האט זיך אפגעווישט די הענט אין א מטפחת נאך נטילת ידים? האט איר געוואוסט אז דער רבי ז"ל האט געגעסן די מרק דוקא מיט א לעפל, און קיינמאל נישט מיט א גאפל? האט איר געוואוסט אז דער רבי ז"ל האט געשיקט א שטיקל המוציא פאר די רביצין? פאר די און נאך פילע אינטערעסאנטע מנהגים, לויפט און קויפט דעם זמירות דברי יואל!

An article a day keeps the babies away
- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3686
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
קרעמער; ווי ס'קוקט אויס גיי איך שנעל מיד ווערן, זיי מאכן מיך קראנק.. סאוי זיי נישט באזארגט.
אנדי; וואס פשט? יעדער איינער - אלע ניקס - שיקן מיר אריין אפאר דאלער יעדע וואך פאר מיין שרייבן נאר דו נישט?? יוי שרעק זיך נישט, ווייל ס'איז נאר א דזשאק..
מאשקע; ביסט גערעכט, האסט מיך זייער געמאכט לאכן מיט דיין אדווערטייזמענט.

- אלעקסיי
- שר האלפיים
- תגובות: 2874
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
- לאקאציע: בערג און טאלען
- פארבינד זיך:
יגרסהדותא האט געשריבן:ו. צמ"פ (צדיק מה פעל) או' יט. יש לציין, כי בעת הסועודת שב"ק לא שמעו את רבינו אומר: לכבוד שבת קודש. והוי מרגלא בפומיה עובדא ששמע מפי כ"ק האדמו"ר מבלוזשוב זי"ע מארה"ב כי כאשר הסיב פעם בסעודת שב"ק אצל זקינו הרה"ק מבלוזשוב זי"ע באמצע הסעודה אמר "לכבוד שב,ק" נענה זקינו הרה"ק מבלוזוב ואמר לו: עסט טאקע נישט נאר לכבוד שבת? מען בייסט זיך די ליפן און מען זאגט דאס נישט ארויס" ע"כ.
דאס דארף שוין טאקע א מקור! "נישט" צו זאגן לכבוד שב"ק? און זאל נאך זיין א קפידה?
ז. סעי' נב: לא קיצר מעולם פאות ראשו מלמטה. און אין די מקורות ברענגן זיי אלעס צו הערליך שיין, אבער איין זאך האט נישט אויסגעפעלט צו ברענגן די ערשטע העלפט פונעם שו"ת תורה
איך האב געהערט די סיפור מיט אביסל אן אנדערע נוסח
ער האט געזאגט, ממה נפשך, האלטסו טאקע דערביי, וואס פעל עס אויס צו זאגען הויעך, עס איז דאך סתם גיאות. און אויב האלטסו נישט דערביי, ביסט דאך סתם א פאלנע שקרן, ואפילו עם הארץ אימת שבת עליו!
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3686
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
י. חידוש: סעי' צג וז"ל: טרם לבישת השטריימל לקחו בידו וזרקו לארץ, והי' מקפיד להגביהו בעצמו (וכאשר נשאל לפשר מנהגו זה הי' מסתיר את דרכיו הקדושות וכו').
יא. דער איז דאך שוין סתם א לץ, כמ"פ וואס ער ברענגט צו זאכן וואס דער צדיק האט געוואלט באהאלטן און גארנישט, נעבעך איז פאר'ן ירושלימער רב נישט באשערט געווען צו זיצן במנוחה נאר דער "באי ביתו" פארציילט אלעס.
כ'מיין, קאטם אן, געט א קוק סעי' צז: ....עשה עצמו כאילו אוכלם להסתיר את מעשיו מעיני הבריות. ע"כ. צמ"פ אות מה: לא רצה [רבינו] להודיעו הדבר, אלא לקח חתיכה קטנה מהדגים, וכאשר הי' נדמה לו כי המשמש אינו מבחין במעשיו זרקו מתחת לשולחן כדי שיחשוב שאכל מהם ע"כ.
יא. דער איז דאך שוין סתם א לץ, כמ"פ וואס ער ברענגט צו זאכן וואס דער צדיק האט געוואלט באהאלטן און גארנישט, נעבעך איז פאר'ן ירושלימער רב נישט באשערט געווען צו זיצן במנוחה נאר דער "באי ביתו" פארציילט אלעס.
כ'מיין, קאטם אן, געט א קוק סעי' צז: ....עשה עצמו כאילו אוכלם להסתיר את מעשיו מעיני הבריות. ע"כ. צמ"פ אות מה: לא רצה [רבינו] להודיעו הדבר, אלא לקח חתיכה קטנה מהדגים, וכאשר הי' נדמה לו כי המשמש אינו מבחין במעשיו זרקו מתחת לשולחן כדי שיחשוב שאכל מהם ע"כ.
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן
ווער האט דעם פונקטליכן יחוס פון הרה"ק ר' משה ארי' פריינד.
לויט ווי איך ווייס איז עס אזוי:
ר' משה אריה פריינד זצ"ל
בן ר' ישראל זצ"ל
בן ר' אברהם יהושע (נאסויד) זצ"ל
בן ר' משה אריה זצ"ל
בן ר' יהושע קראלער זצ"ל
בן ר' יצחק (קרוב) זצ"ל
איז דאס ריכטיג, אדער איז ער דער נאסוידער רב געווען א זון פון ר' משה אריה פריינד, א זון פון ר' רפאל פריינד?

איך האב ארויפגעברענגט דעם אשכול לכבוד די יארצייט פונעם ירושלימער רב זצ"ל וועלכע איז געווען דעם פארגאנגענעם שבת, ברם זכור הרב פארשלאפן לטוב וועלכער האט מיך דערמאנט פון דעם אשכול וואס ידידינו ר' יגר האט געפנט בשעתו בעיקר ארום דעם זמירות 'עטרת יהושע'.
ר' יגר וועלכע האט אליינס זוכה געווען צו זיין במחיצת קדשו האט מעיר געווען איזה הערות לטובה איבער די מנהגים פונעם גרויסן צדיק ז"ל, ווערט געבעטן אראפצושרייבן אביסל מער מהני מילי מעלייתא וועלכער ער האט זוכה געווען בייצוואונען ביים ירושלימער רב זצ"ל.
ווי אויך אנדערע וואס ווייסן אביסל איבער דעם גרויסען צדיק וועלכע האט ליידער נישט זוכה געווען מעמיד צו זיין קיין דורות נאכדעם וואס ער האט פארלוירן א משפחה מיט קינדער ביי די קריג עקד"ה הי"ד.
עס איז פארבליבען די חיבורים עטרת יהושע עה"ת ומועדים, ווי אויך די מוסדות רמ"א וועלכע זענען נתייסד געווארן על ידו און שפעטער גערופען געווארן לשמו ולזכרו, זכותו הגדול יגן עלינו ועכי"א.
גליונות 'זכרו תורת משה' תורות וענינים פונעם ירושלימער רב זצ"ל.

מיללער האט געשריבן:ווי אויך אנדערע וואס ווייסן אביסל איבער דעם גרויסען צדיק וועלכע האט ליידער נישט זוכה געווען מעמיד צו זיין קיין דורות נאכדעם וואס ער האט פארלוירן א משפחה מיט קינדער ביי די קריג עקד"ה הי"ד
אכט קינדער האט ער פארלוירען, און מען האט אים נישט געזעהן אן קיין שטריימעל.
ווען די סאטמערע רבי זי"ע איז געווען אין ארץ ישראל תשמ"ג, האט די ירושלימ'ע רב אוועק געלייגט זיין שטעקען, אין ער האט עס נישט געוואלט ניצען מחמת ענות קדשו, ווען ער פלעגט זיין אין קרית יואל אויף שבת פלעגט מען אים מכבד זיין צו פירען טיש אין שלוש סעודות אין ביהמ"ד, אבער ער וועגען זיין ענוה פלעגט נאר זיך אויסנעמעןאז ער גייט נאר פירען אין פאליש און נישט אין ביהמ"ד, וואו אויך פלעגט ער ביי שלוש סעדות, פארען טיילען שריים נעמען דעם רב'ס טעלער אין עס אויסמישען אין נאר דערנאך פלעגט ער טיילען שריים, (איך האב אים נישט געהאט די זכוי' אים צו זעהן צופיל אבער וואס איך געדענט יא פין אים איז דאס די חלק פין וואס איך בין משוגע געווארען זיין פשטות זיין ענוה)
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אויף דעם צדיק ר' משה ארי' זצ"ל, קען מען אפשר זאגן א גדלות (לפי קט שכלי):
ר' משה ארי' איז דאך געוועזן אן איש קדוש מאוד, אן עובד ה' ברמ"ח אבריו ושס"ה גידיו, 24 שעות ביממה.
איך האב זוכה געווען צו זיין במחיצתו אין זיינע גאר עלטערע יאהרן, ר' משה ארי' האט נישט ממעט געווען אין זיין עבדות ה' אפי' בכל שהוא ובחוט השערה, טראץ זיין גאר טיפן עלטער.
צוליב דעם פלעגט ער דאווענען שחרית גאר שפעט נאכמיטאג ווייל די הכנה לתפילה האט גענומען פיל לענגער ווי אין די יונגע יאהרן.

פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
1
א בילד מצורת קדשו
א בילד מצורת קדשו
- אטעטשמענטס
-
- Image4.jpg (17.43 KiB) געזען 10658 מאל
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
2
ביים חנוכת הבית פון קרית ויואל משה - ירושלים
מיטן ברך משה ז"ל, והאדמו"ר מו"א ז"ל
ביים חנוכת הבית פון קרית ויואל משה - ירושלים
מיטן ברך משה ז"ל, והאדמו"ר מו"א ז"ל
- אטעטשמענטס
-
- 040115_055741-587_8128.jpg (17 KiB) געזען 10661 מאל