רבי ברוך ממעזיבוזש זי"ע - ח"י כסלו תקע"ב לפ"ק

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2013 5:00 pm

מורינו רב קיקיון
קיינער האט נישט קייגן אייך גארנישט חלילה, ואדרבא אנו נהנים כסדר מתגובותיך המלאים זיו ומפיקים נוגה,אויך נישט געגן דעם איד וועלכע האט געדרוקט די קארטלעך,

כ'האב געצילט קעגן דעם קלאסיפייד וואס איר האט ארויף געשטעלט וואס איז מוכיח מפורש dont מיט א ציווי מיוחדת forget כאילו עס איז עפעס א חובת היום... והבן

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2013 5:39 pm

יהיה כן האט געשריבן: כ'האב געצילט קעגן דעם קלאסיפייד :?: וואס איר האט ארויף געשטעלט וואס איז מוכיח מפורש dont מיט א ציווי מיוחדת forget כאילו עס איז עפעס א חובת היום... והבן

קוק נאכאמאל!!

בילד
א בליץ פאסט צי ידידים

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2013 5:44 pm

הערלעדיגט, איז נישט קלעסיפייד, איז בליץ פאסט, בעסער?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2013 5:49 pm

וואס איז אזוי מאדנע אז א איד וויל דערמאנען זיינע ידידים ממשיך זיין א דבר טוב און דערמאנט זיי אין דעם י"צ פון אומרו

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2013 6:00 pm

קיקיון האט געשריבן:וואס איז אזוי מאדנע אז א איד וויל דערמאנען זיינע ידידים ממשיך זיין א דבר טוב און דערמאנט זיי אין דעם י"צ פון אומרו


כ'האב אסאך מימרות צו דערמאנען בשם אומרו פון הה"ק הרר"ב:
קצתם אחשוב פה:

א) על שתי לחם יבצעו תמימים, אפילו צדיקים תמימים נופלים ומשתברים באלו שני הענינים המכונים 'לחם', אכילה כפשוטו, ואת הלחם אשר הוא אוכל כפירש"י

ב) להודיע לבני האדם גבורותיו, יש להודיע להאדם את כוחותיו וגבורותיו של עצמו, מה שהוא יכול....

ג) התיצבו וראו את ישועת ה', אם תאחזו במדת 'התיצבו' קושטא ואמת דקאי, אז וראו את ישועת ה'

ד) ולכל בני ישראל היה אור, לכל איש יהודי יש בפנימיותו אור גדול, חלק אלוק ממעל, אבל 'במושבותם' רק אם תושיב את האבן הטובה במשבצות זהב אופיר או עכ"פ בכסף מזוקק שבעתים, אז יבהיק אורו, ואם ח"ו אין נקי המושב אז יועם אורו

ה) אמר, איך וואלט ועלין האבן הרבה כסף וזהב, און גלייבן אז מארגן וועל איך האבין צו עסין

ומאן דמוסיף יוסיף....

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2013 6:08 pm

יהיה כן האט געשריבן:ומאן דמוסיף יוסיף....

ו) אמר, 'אך טוב לישראל' פאר אידן קומט זיך נאר גוט, 'אלקים' זיך צו באגיין מיט מדה"ד, איז נאר 'לברי לבב' פאר דערהויבענע אידן אזוי ווי מיר און דער סדילקוב'ער ברודער
זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 9:57 am

נפטר געווארן תקע"ב נישט ע"א.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 11:16 am

כמובא לעיל כמה פעמים.

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4585
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

הרב שמואל טייך

תגובהדורך dovidal » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 12:53 pm

רופט זיך פשעמישעל רב - מוציא לאור ספרים של רבי ברוך ממעזבוזש
מי יודע יחוסו לרבי ברוכל?

שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 16, 2013 11:01 pm

תגובהדורך שתוקא בתרין » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2013 12:33 am

יהיה כן האט געשריבן:ושמעתי אז אין בעלזא האט מען נישט געזאגט 'לשם יחוד' פאר ספירה ציילן איז י"ז אייר יודה"ל פונם נודע ביהודה, לכבודו פון דעם נודע ביהודה, אבער דאס איז פאר 'נישט' זאגן אבער פאר 'יא' זאגן לא שמענו...

יוסף שרייבער האט געשריבן:אדמור"י בעלזא האט מען קיינמאל נישט געהערט זאגען לשם יחוד בקול, אויב זיי האבען עס געזאגט שטילערהייט אפשר יא און אפשר נישט.

אין קונטרס "מנהגי בעלזא" ווערט דאס אראפגעברענגט אזוי ווי יהיה כן האט געשריבן.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » זונטאג ינואר 26, 2014 6:29 am

מיללער האט געשריבן:פרטים על ר' נפתלי חנה'לס ב"ר שאול שלום הלוי דוקטרוביץ ואמו הרבנית חנה'לע בתו של ר' אבררהם קלונימוס קלמן נכד המגיד מזלוטושוב והעבש"ט:
http://www.tidhar.tourolib.org/tidhar/view/1/125
[מישט צו נעקסטן בלעטל צו זעהן א בילד)
צוגעלייגטע
IMG_1104.JPG
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » זונטאג ינואר 26, 2014 6:31 am

פרעגער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:פרטים על ר' נפתלי חנה'לס ב"ר שאול שלום הלוי דוקטרוביץ ואמו הרבנית חנה'לע בתו של ר' אבררהם קלונימוס קלמן נכד המגיד מזלוטושוב והעבש"ט:
http://www.tidhar.tourolib.org/tidhar/view/1/125
[מישט צו נעקסטן בלעטל צו זעהן א בילד)


אביסל קלארער
צוגעלייגטע
IMG_1103.JPG
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2637
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג ינואר 26, 2014 2:10 pm

פרעגער האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:פרטים על ר' נפתלי חנה'לס ב"ר שאול שלום הלוי דוקטרוביץ ואמו הרבנית חנה'לע בתו של ר' אבררהם קלונימוס קלמן נכד המגיד מזלוטושוב והעבש"ט:
http://www.tidhar.tourolib.org/tidhar/view/1/125
[מישט צו נעקסטן בלעטל צו זעהן א בילד)


אביסל קלארער

ווי איז דאס? אין צפת?

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג ינואר 26, 2014 2:14 pm

לכאורה פון די מין מצבות זעהט עס אויס אזוי - וואו נאך איז דא אזעליכע מצבות? נישט אין ירושלים און נישט אין טבריא

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג ינואר 27, 2014 5:39 am

נחוניא האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:פרטים על ר' נפתלי חנה'לס ב"ר שאול שלום הלוי דוקטרוביץ ואמו הרבנית חנה'לע בתו של ר' אבררהם קלונימוס קלמן נכד המגיד מזלוטושוב והעבש"ט:
http://www.tidhar.tourolib.org/tidhar/view/1/125
[מישט צו נעקסטן בלעטל צו זעהן א בילד)


אביסל קלארער

ווי איז דאס? אין צפת?


צפת
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 30, 2014 6:55 pm

בריווען פון רבי נפתלי חנה'ליס נכד הבעש"ט צו די פקו"א אין אמס"ד

http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D214916
דערמאנט "בני יחידי המופלא מרדכי זאב"

http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D209674
נישט בכ"י

http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D212752
נישט בכ"י

http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D210721

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2637
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג מאי 01, 2014 2:59 pm

מיללער האט געשריבן:בריווען פון רבי נפתלי חנה'ליס נכד הבעש"ט צו די פקו"א אין אמס"ד

http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D214916
דערמאנט "בני יחידי המופלא מרדכי זאב"

ער שרייבט אז ער איז א דור שביעי להגאון רבי דוד לידא פון אמשטרדאם

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2637
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי מנחם נחום מליטין

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג מאי 22, 2014 2:39 pm

אין די הקדמה פונעם ספר "בוצינא דנהורא" ווערט דערמאנט "הרב החסיד המפורסם בנש"ק ר' מנחם נחום שליט"א מק' ליטין נכד הק' רבי ר' ברוך נ"ע".
ווייסט איינער מער פרטים איבער אים?

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג מאי 22, 2014 2:57 pm

צווישן די קינדער פון ר' אריה ליב בהרה"ק ר' שמואל אבא מסלאוויטא ווערט אויס גערעכנט (קו' שפתי צדיקים ו' עמ' נ"ג) איינער ר' אלטער משה חתן ר' נחום מליטין (בעל בתו מ' בתי') נכד טשערנאביל.
אויב איז דאס דער זעלבער ר' נחום, וועט עס אייך אפשר זיין גרינגער צו טרעפן.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2637
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג מאי 25, 2014 2:22 pm

הסרפד האט געשריבן:צווישן די קינדער פון ר' אריה ליב בהרה"ק ר' שמואל אבא מסלאוויטא ווערט אויס גערעכנט (קו' שפתי צדיקים ו' עמ' נ"ג) איינער ר' אלטער משה חתן ר' נחום מליטין (בעל בתו מ' בתי') נכד טשערנאביל.
אויב איז דאס דער זעלבער ר' נחום, וועט עס אייך אפשר זיין גרינגער צו טרעפן.

יתכן אז ביידע זאכן זענען אמת. און ער איז געווען אפשר א קינד פון רבי מיכל דראהביטשער אייניקל פונעם רבי'ן ר' ברוכל וועלכער איז געווען אן איידעם ביים טשערנאבלער מגיד.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג מאי 25, 2014 2:39 pm

נחוניא האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:צווישן די קינדער פון ר' אריה ליב בהרה"ק ר' שמואל אבא מסלאוויטא ווערט אויס גערעכנט (קו' שפתי צדיקים ו' עמ' נ"ג) איינער ר' אלטער משה חתן ר' נחום מליטין (בעל בתו מ' בתי') נכד טשערנאביל.
אויב איז דאס דער זעלבער ר' נחום, וועט עס אייך אפשר זיין גרינגער צו טרעפן.

יתכן אז ביידע זאכן זענען אמת. און ער איז געווען אפשר א קינד פון רבי מיכל דראהביטשער אייניקל פונעם רבי'ן ר' ברוכל וועלכער איז געווען אן איידעם ביים טשערנאבלער מגיד.

אזוי האב איך אויך געמיינט, אבער אין ר' מ"ש ברים'ס רשימה פון בעל שם טוב'ס אייניקליך (חלק ב', אין היכל הבעש"ט כ"ד) ווערן אויס גערעכנט אלע קינדער פון ר' מיכל דראהביטשער און קיין ר' נחום איז נישט פארהאן.
אגב, דער 'אהלי צדיקים' געזעלשאפט ווייסט צו זאגן פון א ציון פון הרה"ק ר' מנחם נחום אין ליטין - אפשר איז דאס ווידער דער זעלביגער?

סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:49 pm

תגובהדורך סטראשעלע » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 2:56 am

מיללער האט געשריבן:ווער זענען געווען די טעכטער [און איידימער] פון רבי ר' ברוכ'ל ממעזיבוש? (אפשר דענקט איינער וועלכע מאמר פון וועקשטיין באהאנדלט דאס?)


נחוניא האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:צווישן די קינדער פון ר' אריה ליב בהרה"ק ר' שמואל אבא מסלאוויטא ווערט אויס גערעכנט (קו' שפתי צדיקים ו' עמ' נ"ג) איינער ר' אלטער משה חתן ר' נחום מליטין (בעל בתו מ' בתי') נכד טשערנאביל.
אויב איז דאס דער זעלבער ר' נחום, וועט עס אייך אפשר זיין גרינגער צו טרעפן.

יתכן אז ביידע זאכן זענען אמת. און ער איז געווען אפשר א קינד פון רבי מיכל דראהביטשער אייניקל פונעם רבי'ן ר' ברוכל וועלכער איז געווען אן איידעם ביים טשערנאבלער מגיד.


אמורא צריך לפרש דבריו:

רבי יצחק מיאמפאלי בן רבי יוסף מיאמפאלי בו המגיד מזאלטשוב היה חתן רבי ברוך ממעזיבוז זי"ע
בנו היה רבי יחיאל מיכל מדראהביטש מעזיבוז [אגב יש לי כת"י ממנו שחותם פה מעזיבוז בערך בשנת תקצח-ט] הוא היה חתן המגיד רבי מרדכי מטשערנאבל זי"ע, נישא לבתו הרבנית מלכה, הנישואין התקיימו בשנת תקס"ח, ויש כמה עובדות נפלאות מרבי ר' ברוכ'ל אצל החתונה הלז

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

פה נטמן משה בן עמרם שפטפט ביצרו יותר מ'יוסף הצדיק.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » פרייטאג דעצמבער 05, 2014 10:05 am

אמאל זענען געפארן צוויי חסידים צום רבי רבי ברוכל זיע"א,ווען זיי זענען דורך געגאנגען די וואלד,אפאר מייל פאר מעזבוזש,האבן זיי געזעהן פון דערווייטענס ברענען א'ליכט,זענען זיי צו געגאנגען דארטן און געטראפן א'שטיינערע מציבה און ס'איז געווען אויסקעריצט די ווערטער בזה הלשון,"פה נטמן משה בן עמרם שפטפט ביצרו יותר מ'יוסף הצדיק", און זיי האבן זיך זייער געוואונדערט דערויף,און זיי האבען געטראכט אז דאס איז זיכער נישט משה רבינו ע"ה,וויל די תורה זאגט ולא ידע איש את קבורתו.

ווען זיי זענען אנגעקומען צו זייערע רבי זיע"א,האבן זיי אים פארציילט די וואונדערליכע מעשה,האט זיי די רבי רבי ברוכל געזאגט אז ער אליינס וויל עס זעהן,און געהייסן אנשפארען א'וואגען און מ'איז צו געפארען דארט,און זיי האבען שוין דערקענט דאס פלאץ,ווייל זיי האבען זיך געמאכט א'סימן,אויף א'גוויסע בוים וואס זיי האבען אפגעשיילט נעבן דעם,ווען די רבי רבי ברוך האט געזעהן אז ס'איז אמת די גאנצע זאך ,איז ער תיכף ארום געפארען צו די דערנעבענדיגע דערפלעך מיט שטעטעלך זעהן אויב ער וועט נאך טרעפען א'אלטע מענטש וואס ווייסט פון די מעשה צו זאגן,אבער ער האט קיינעם נישט געטראפן וואס זאל וויסען דערפון, מ'האט אים געזאגט אז אין א'דערנבענדיגע דארף וואוינט גאר א'אלטע מענטש,און אפשר ווייסט ער פון דעם צו זאגן.

זענען זיי אלע אריבער געפארן דארטן,און זיי האבען געטראפן א'אלטע גוי ליגט אין זיין צימער ביי די פיעקעליק(אויווען הייצונג),ווי ער האט זיי דערזעהן , האט ער זיך אנגעשטרענגט און זיך באלד אויפגעשטעלט מלא קומתו לכבודם,און ער האט דערלאנגט א'גרויסע ברוכים הבאים פארן רבי רבי ברוכל,זאגענדיג איר זענט דאך ישראל'קע'ס(בעש"ט) א'אייניקל,פארוואסזשע זענט איר אהער געקומען?, האט אים די רבי רבי ברוכל פארציילט די סיבה פון זיין קומען,האט אים די גוי געזאגט אז ער לעבט טאקע ביז יעצט ווייל ער זאל אים קענען דערציילען די מעשה,און ער האט אריין געברענט גוטע משקה און געטרינקען,און אזוי געזאגט,דיין זיידע ישארל'קע איז געווען א'שוחט אין די געגענט,און זיך אסאך געדרייט דא,און ער האט מיר זייער גוט געקענט,איך בין געווען באפריינדעט מיט אים,ווייל ער איז געווען זייער א'גוטע מענטש,און אזוי איז געווען די מעשה.

און די דארף האט געוואוינט א'פריץ,וואס פלעגט שיקן נייען זיינע קליידער ביי א'שניידער אין די נאנטע שטאט מעזבוזש,און ווען ער האט נאר געהאט א'ביסל קליידער צו פאררעכטן פלעגט אים די שניידער שיקן זיין באדינער,און ער איז אפגעזעצן בים פריץ א'טאג צוויי,און אלעס פאראכטען און ער איז צוריק געקומען אין שטאט.

דער פריץ האט געהאט א איינציגע 'טאכטער,און א'שיינעם טאג האט די טאכטער אנגעהויבן צו גליסטן צו דעם באדינער,וואס איז געווען זייער א'שיינע געשטעל,האט זי געזאגט איר טאטע,אויב דער באדינער וועט מיט איר נישט חתונה האבן וועט זי שטארבען,ווייל אן דעם איז איר לעבן נישט קיין לעבן,האט די פריץ געשיקט א'בריוו צום שניידער אז ער האט אפאר קליידער צו פאר רעכטן ,און ער זאל אים שיקן דעם באדינער מאששיק (משה) ער זאל אים דאס פאררעכטן,ווייל ער האט זייער ליב זיין ארבעט,האט די שניידער געשיקט זיין באדינער,און ער האט מיט זיך מיט גענומען ברויט מיט פיטער פאר א'פאר טעג,ווען ער איז אנגעקומען האט ער אים געגעבן זיין קליידער צו פאררעכטן,און זי האט זיך כסדר געדרייט פאר אים א'הין און צוריק,און זי האט אים געפרעגט אויב ער וויל א'גלעזל טיי אדער קאווע,און ער האט גארנישט געוואלט,און זי האט זייער געוואלט רעדן מיט אים,אבער ער האט איר כמעט גארנישט גענטפערט.

ווען די פריץ האט דאס געזעהן ,האט ער אים גערופן,און אים פארציילט די ביטע וואס זיין טאכטער פארלאנגט,זאגענדיג וואס האסטו פון זיין א'שניידער,איז דען נישט בעסער די זאלסט זיין מיין איידים,און איך וועל דיר איבערשרייבן מיין גאנצע פארמעגן,און איך וועל דיר מאכן פאר די פריץ דא,האט אים די באדינער גענטפערט,אז ס'קומט אים נישט און באטראכט צו טוהן אזא זאך,ווייל ער איז א'איד,און ער טאר עס נישט טוהן. ווען די פריץ האט עס געהערט,האט ער זיך באראטען מיט זיינע פריינד די פריצים,וואס טוהט מען דא?,ווייל ביי זיין טאכטער איז דא א'לעבן געפאר, זיי האבן באשלאסן אז ער זאל אים אריין שפארן צוזאמען מיט זיין טאכטער פאר א'גאנצא נאכט,און אפשר וועט ער זיך איבערעדן,ער האט אזוי געטוהן,און זיין טאכטער האט אים פראבירט איינצורעדן א'גאנצע נאכט,אבער ער האט פון גארנישט געוואלט וויסן.

צופרי איז די פריץ געגאנגן קוקן וואס האט פאסירט דארט אין צימער ביינאכט,האט ער געזעהן אז זיין טאכטער איז שיר נישט געשטארבן,און זי האט אים פארציילט אז ס'איז געווען אומזיסט די גאנצע זאך,האט ער פראבירט א'צווייטע נאכט,און זיי צוריק געלייגט און א'קלייינע צימער,צופרי גייט ער צו צום צימער,איז אים שווארץ געווארן פאר די אויגן,זיין איינציגע טאכטער איז געליגן טויט,און די באדינער לעבט,און ער האט זייער געצערענט אויף אים,האט זיך די פריץ אנגערופן,אז וויבאלד ער האט נישט געוואלט זיין מיט איר לעבעדיגע הייט,וועט ער זיין מיט איר טויטע הייט,
און די פריצים האבן אים באגרבען לעבעדיגעהייט צוזאמען מיט די פריץ טאכטער ל"ע. און זיי האבן זיך אפגעשמועסט אז דאס וועלן זיי האלטן בסוד,און קיינעם נישט פארציילן.נאך א'פאר טעג רוקט זיך אן די שניידער און פרעגט וואס טוהט זיך מיט זיין מאששיק(משה),האט אים די פריץ גענטפערט,אז ער האט אים באצאלט און ער איז אוועק געגאנגען,און ס'איז מעגליך אז ער איז אנטלויפן פון אים,און דער שניידער האט אים געגלויבט.

האט די אלטע גוי אויסגעפירט,אז אמאל ווען איך האב געפאשעט די סטאדע שאף, און איינגעשלאפן,איז געקומען ישראל'קע און מיך אויפגעוועקט,און מיך געבעטן איך זאל קומען מיט אים,בין איך געגאנגען מיט אים ביז צום סמאנטארש (בית החיים) ווייל איך בין געווען באפריינדעט מיט אים,אין די פלאץ ווי דער באדינער איז געליגען האט זיך אלץ אנגעזהען א'ליכטל ברענען דארט,האב איך ארויס גענומען דעם באדינער פון זיין קבר,און אים אריבער געפירט צו יענעם פלאץ אין וואלד און אים באגראבן דארטן און געשטעלט א'מצבה,וועגן דעם האט מיר ישראל'קע צו געזאגט אז איך וועל לעבן זייער לאנג,און מיר געזאגט דעמאלטס,אז אויב מיין אייניקל וואס קוקט אויס אזוי און אזוי וועט קומען צו דיר,זאלסט אים פארציילען די מעשה,און יעצט ווען איך האב פאר אייך פארציילט די מעשה ווייס איך אויף זיכער אז ס'איז געקומען מיין טאג און צייט צו גיין פון די וועלט,און אזוי איז געווען,די גוי איז דעמאלטס געשטארבן.
זכותם יגן עלנו ועל כל ישראל אמן.

(חמדה גנוזה מ'כתב יד הרה"ק רבי סיני פון זשמיגראד זצוק"ל בן רבי ברוכל פון גארליץ זיע"א.)
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מיטוואך דעצמבער 10, 2014 4:36 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך דעצמבער 10, 2014 11:57 am

ארויף געברענגט לכבוד די יא''צ
זי''ע ועכי''א
参考专家

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

פשט בפסוק תהלים .

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך דעצמבער 10, 2014 12:25 pm

ווען רבי ברוכל האט זיך באזעצט אין מעזבוזש איז דאך געווען א'ארעמע שטעטל.
האט זיך די רבי רבי ברוכל זיע"א אמאל אנגערופן, (אויף די פסוק אין תהלים, פה אשב כי אויתיה, צידה ברוך אברך אביוניה אשביע לחם).
איך גיי מיך דא באזעצען ווייל מיינע אבות האבען דא געדאווענט,צידה ברוך,ברוכל דארף שפייז,איי וועסטו פרעגען פון וואו?, פון די ארימעלייט?.
וועגען דעם, אברך אביוניה אשביע לחם,וועט ברוכל בענטשן און משפיע זיין פרנסה פאר זיי,און אזוי וועט אויך ברוכל האבן.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מיטוואך דעצמבער 10, 2014 5:06 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], שואל ומשיב און 9 געסט