חידות וידיעות על דפי השיעור - מסכת פסחים

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

להתחדד האט געשריבן:כי עליית לקמיה דרב פפא רמי ליה: ווי אין מסכת עירובין שטייט אויך,״ כי עליית לקמיה דרב פפא?

פארשטייט זיך אויף אן אנדערע שאלה

נישט לענין ראש חודש?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
להתחדד האט געשריבן:כי עליית לקמיה דרב פפא רמי ליה: ווי אין מסכת עירובין שטייט אויך,״ כי עליית לקמיה דרב פפא?

פארשטייט זיך אויף אן אנדערע שאלה

נישט לענין ראש חודש?

ניין
דארט ברעגט די גמרא וואס רב פפא האט גענפערט דא נישט
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ענדע צדיק! האט געשריבן:א הפלא'דיגן רש"ש איז דא אויפן היינטיגן דף:

ער זאגט אויף דעם וואס ר' יהודא (לפי גירסתו, שאינו גורס "בן בתירא") אסר'ט כותח 30 טעג פאר פסח, אז דאס גייט א לשיטתו פון ר' יהודא אז "אין ביעור חמץ אלא שריפה" און דאס איז אפילו נאך פאר'ן זמן איסורו.

אויב אזוי פרעגט ער, וויאזוי מעג'ן אונז עסן חמץ 30 טעג פאר פסח?

ענטפערט די רש"ש: "אז די כח החמימות פון דעם וואס עס ווערט נתעכל במיעיו האט א דין שריפה"!

איי מען מעג נאר פארברענען מיט 'עצים' (לפי שיט' הרש"ש במס' שבת): "קען זיין בדרך רחוק אז א מענטש האט אויך א דין ווי עצים "האדם עץ השדה"...!

כדי נאכצוקוקען עס איז מיר געווען אינטערסאנט

דער רש"ש זאגט אז אדם כעץ השדה????
כ'האב עס געזעהן נאכברענגען פון דרשת הר"ן.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

קוק נאך, איך האב עס דארט געזעהן
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

דף כ"ג עמוד א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

בס"ד

רש"י ד"ה גידולו, שיער שלו אסור בהנאה וטעון שריפה כדכתיב ונתן על האש אשר תחת זבח השלמים עכל"ק

רש"י לערנט פון דעם אז שיער נזיר איז אסור בהנאה, איז מיר שווער געווארן מ'ניצט דאך עס להסיק תחת תבשילו צו קאכן שלמי נזיר, און די משנה זאגט דאך אויף חמץ אז וויבאלד ס'איז אסור בהנאה לא יסיק בו תנור וכיריים, זעהט מען אז קאכן איז א הנאה, האט מען דאך יא הנאה פון שיער נזיר?

קען זיין א חילוק צווישן האָר און חמץ, האָר לייגט נישט צו צו פייער, ס'איז גארנישט מוסיף צום ברענען, ס'ווערט נאר צולאזט און ס'בלייבט גארנישט דערפון, אנדערש ווי לחם וואס העלפט צום ברענען, מילא פאר דעם איז עס נישט קיין הנאה, אזוי קלער איך.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

להתחדד האט געשריבן:כי עליית לקמיה דרב פפא רמי ליה: ווי אין מסכת עירובין שטייט אויך,״ כי עליית לקמיה דרב פפא?

פארשטייט זיך אויף אן אנדערע שאלה

עירובין מ״ח. באמה דידיה יהבינן ליה או באמה של קדש וכו׳
א״ל אי דייקנן כולא האי לא הוי תנינן
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

חיטי קורדניתא - וואס איז דאס?

שוין ס'צווייטע מאל וואס מיר באגעגענען אין פסחים דעם מאמר פון רב גידל אמר רב חייא בר יוסף אמר רבי יוחנן: "המקדש משש שעות ולמעלה אפילו בחיטי קורדניתא אין חוששין לקדושין". (דהיינו, אפילו די ווייץ האט בלויז א חשש איסור חמץ מדרבנן, און כאטש דער זמן איז בלויז אן איסור דרבנן, מתחילת שש שעות, דאך איז די קידושין קיין קידושין, ווייל ס'איז נישט קיין זיכערע שוה פרוטה, ואפקוהו רבנן לקידושין מיני' אלס הפקר בי"ד הפקר, וכמבואר ברש"י דף ו' ע"א.
שטעלט זיך נאר די פראגע: וואס איז דאס "חיטי קורדניתא"?
אה, יא! נו, רש"י זאגט דאך אין ערשטן פרק עפעס פון די הרי אררט. אבער מיר קענען קלערן אויף צוויי וועגן, איז "קורדניתא" א פלאץ, אדער א סארט ווייצל מיטן נאמען קורדניתא וואס וואקסט צופעליג אויף די הרי אררט?
אין חז"ל טרעפט מען מערערע מאל אז מ'זאל אנרופען א פרי/געוואוקס אויפן נאמען פון א פלאץ. ווי יעדעס חדר אינגל געדענקט פון מס' סוכה דף י"ג ע"א, אזוב ולא אזוב יון, ולא אזוב כוחלי, ולא אזוב מדברי, ולא אזוב רומי, ולא אזוב שיש לו שם לווי. - איז דאס זעלבע מיט די "חטי קורדניתא"?
יא.

אין ירושלמי דא אין פסחים (פ"א ה"ד) ווערט אויך געברענגט די מימרא פון חיטי קורדניתא, נאר מיט אן אנדערן אויסשפראך/צונאמען, "המקדש בחמץ משש שעות ולמעלן לא עשה כלום. אמר רבי חונה ויאות אילו חטים קורטבניות במדבר דילמא טבן אינין במועדא כלום וכו'".
ווארשיינליך זענען די "חיטים קורטבניות" פון ירושלמי, ענליך און דאס זעלבע ווי אונזערע "חיטי קורדניתא" פון בבלי, נאר אין ירושלמי ווערן מיר געוואויר אז דאס זענען "חיטים מדבריות".

ווי קומט "קורדניתא" צו "הרי אררט"?
לאמיר אויפמישן א חומש'ל פרשת נח, ווי די תורה דערציילט די ענדע פונעם מבול (בראשית ח ד), "ותנח התבה בחודש השביעי בשבעה עשר יום לחדש על הרי אררט". זאגט דער תרגום אונקלוס: "ונחת תיבתא בירחא שביעאה בשבעת עסרא יומא לירחא על טורי קרדו". און דער תרגום יונתן צייגט נאך קלארער דאס פלאץ פונעם מקום מנוחת התיבה: "וּנְחַת תֵּיבוּתָא... עַל טַוְורֵי דְקַדְרוֹן שׁוּם טַוְורָא חַד קַרְדַנְיָא וְשׁוּם טַוְורָא חַד אַרְמִינְיָא וְתַּמָן מִתְבַּנְיָא קַרְתָּא דְאַרְמַנְיָא בְּאַרְעָא מַדִינְחָא".
אלזא האמיר קלאר: די הרי אררט ווערן אויף אראמיש גערופען "טַוְורֵי דְקַדְרוֹן", אן אנצייג אויף אונזער "קורדניתא".
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

שמות מן בעלי תוס׳

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

איך זעה דא אין תוס׳ שמות פין בעלי תוס׳ וואס איז נישט אזוי באקאנט לייג איך עס ארויף

כ״ט. ד״ה אין פודין
הקשה הר״ר חיים

כ״ב: ד״ה לכם
הקשה הר״י מקורבל

אפשר איז שוין דא א עקסטערע אשכול פין בעלי תוס׳
לולי תורתך שעשועי
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2014 6:49 pm

דף כה:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לולי תורתך שעשועי »

ושפיכות דמים גופיה מנלן - "סברא הוא"

ווען מ'לערנט די גמרא, שטעלט מען זיך באלד אפ אריינטראכטן: אזא מין יסודות'דיגע זאך ווי האבן מסירת נפש אויף איינס פון די דריי הארבסטע עבירות, און מ'לערנט דאס ארויס פון א "סברא"!

חידה:
וואו האמיר שוין ביז אהער געזען אזא זאך [אין איינס פון די פריערדיגע מסכתות וואס מיר האבן שוין געלערנט אין תורתך שעשועי] וואס מ'זעט אויך אויף א שטארקע יסודות'דיגער ענין וואס איז נוגע יעדן אין טאג טעגליכן לעבן (איך געב שטיקל הינט...) און מ'לערנט עס ארויס פון א "סברא"?...
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

לולי תורתך שעשועי האט געשריבן:ושפיכות דמים גופיה מנלן - "סברא הוא"

ברכות הנהנין
ברכות ל״ה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

רבי יוסף ענגיל בספרו בית האוצר כלל קל"א האט א גאנצע ערך איבער די ענין פון "סברא" מיט מערערע מראי מקומות כדרכו
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

די גמרא ברענט אז א בן נכר קען נישט עסן פונעם קרבן פסח אבער מצה איז יא דא א חיוב פון עסן, און תו"ס ברענגט א פאל ווען ער האט תשובה געטוען ערב פסח נאכן שחט'ן דעם קרבן פסח, מילא קען ער נישט עסן פונעם קרבן ווייל ס'דארף זיין למניו.

האב איך א שאלה: וואס וועט זיין אויב א בן נכר וועט תשובה טוען חול המועד, אדער נאך יו"ט, וועט ער ברענגן א קרבן פסח אין פסח שני אדער ס'איז נאר פאר א טומאה אדער יוצא לדרך?

(איך האב געקלערט פארשידענע זאכן דערוועגן, אבער בויך סברות האב איך אסאך מער וויפיל צייט כ'האב צו שרייבן דא...)
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שמעלקא,
אפי' ביי די פאל פון תוס' ברענגט ער נישט קיין פסח שני ווייל ער איז געווען א מזיד אויף פסח ראשון, פסח שני איז נאר פאר אן אונס.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מיללער האט געשריבן:שמעלקא,
אפי' ביי די פאל פון תוס' ברענגט ער נישט קיין פסח שני ווייל ער איז געווען א מזיד אויף פסח ראשון, פסח שני איז נאר פאר אן אונס.

פארוואס איז ער געווען א מזיד? די תורה האט אים נישט געלאזט ברענגן א קרבן פסח, א מזיד איז ער געווען נאר לגבי זיינע מעשים טובים נעבעך.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
לולי תורתך שעשועי
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2014 6:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לולי תורתך שעשועי »

להתחדד האט געשריבן:
לולי תורתך שעשועי האט געשריבן:ושפיכות דמים גופיה מנלן - "סברא הוא"

ווען מ'לערנט די גמרא, שטעלט מען זיך באלד אפ אריינטראכטן: אזא מין יסודות'דיגע זאך ווי האבן מסירת נפש אויף איינס פון די דריי הארבסטע עבירות, און מ'לערנט דאס ארויס פון א "סברא"!

חידה:
וואו האמיר שוין ביז אהער געזען אזא זאך [אין איינס פון די פריערדיגע מסכתות וואס מיר האבן שוין געלערנט אין תורתך שעשועי] וואס מ'זעט אויך אויף א שטארקע יסודות'דיגער ענין וואס איז נוגע יעדן אין טאג טעגליכן לעבן (איך געב שטיקל הינט...) און מ'לערנט עס ארויס פון א "סברא"?...

ברכות הנהנין
ברכות ל״ה.

;l;p-
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אויף דף ל. זאגט די גמ' אז חמץ שעבר עליו הפסח לויט ר"ש אז דער איסור איז נאר משום קנס איז דאס אבער נאר בעיניה און נישט ע"י תערובות.

ברענגט רבי יוסף ענגיל אין גליוני הש"ס צו א מחלוקת האחרונים צו מ'מעג לכתחלה מערב זיין חמץ שעבר עליו הפסח אדער נישט, און די מחלוקת איז ער מסביר צו דאס וואס תערובת איז מותר איז מטעם ביטול ממילא בלייבט דער איסור פון אין מבטלין איסור לכתחלה, אדער איז פשט אז בתערובת האבן חז"ל בכלל נישט גע'קנס'ט ודו"ק.

דערמיט זאגט ער וועט זיך כאפן א געוואלדיגע נפק"מ ווען איינער איז מקדש א פרוי אום אחרש"פ מיט חמץ, היינט טאר מען דאך עס נישט פארברענען ווידער מארגן גייט ער עס שוין קענען מערב זיין און קענען עסן, איז לויט די אחרונים (רדב"ז) וועט די פרוי ווערן מקודש.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

פשיהא, אינטערסאנט צו זאגן אז די טעם פארוואס בתערובת איז מותר איז וועגן ביטול, ווייל אויב אזוי איז נישט אלעמאל חמץ בתערובת מותר שלא בזמנו, ס'וועט זיין געוואנדן אויב ס'איז דא כדי שיתבטל, נישט אזוי?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שמעלקא טויב האט געשריבן:פשיהא, אינטערסאנט צו זאגן אז די טעם פארוואס בתערובת איז מותר איז וועגן ביטול, ווייל אויב אזוי איז נישט אלעמאל חמץ בתערובת מותר שלא בזמנו, ס'וועט זיין געוואנדן אויב ס'איז דא כדי שיתבטל, נישט אזוי?

גערעכט, ובפשטות דאס וואס אין פסח זעלבסט איז נישט מותר ווייל חמץ איז במשהו איז אבער לאחר הפסח יא מותר, קוק נאך אינעם רא"ש בשם רבינו יונה איז אויך משמע אז דאס איז מטעם ביטול
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

זיכער וועגן ביטול, ווייל דאס אז אין פסח איז חמץ במשהו און ס'נישטא קיין ביטול אפי' באלף איז שוין א חידוש פאר זיך, אין די ראשונים מוטשעט מען זיך דערויף כידוע טעם התשב"ץ כי חמץ רמז ליצה"ר.

(דער גאנצער ענין פון ביטול דארף א סך הכל: ס'דא בטל בס', בטל במאה, במאתים, וואלט געווען גוט צו האבן א טבלא אויף דעם.)
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אמאל מעג מען א ווערטל אויך, תוס' דא אויף ל. ד"ה דילמא אתי פרעגט וואס איז דען דער פראבלעם ס'איז דאך נאר א נ"ט בנ"ט.

האב איך זיך דערמאנט וואס דער טייערער מנהל אונזערער רבי נפתלי בלומענפעלד שליט"א פלעגט זאגן פאר די בחורים מעורר צו זיין בלימוד יורה דעה ח"א במתק לשונו "אויב לערנט מען נישט קיין יורה דעה מיינט מען אז נ"ט בנ"ט איז א ספרד'דישער..."
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

חידה: (שייך לסוגיא דתרומת חמץ דף לב) די גמ' זאגט אז אפי' איך לערן לפי מדה משלם איז אבער זיכער אז אויב מעיקרא שויא ד' ולבסוף שויא זוזא באצאלט מען ד' ווייל לא גרע מגזלן.

היכי תמצי אז מ'זאל יא נאר דארפן באצאלן איין זוז?
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

וואס?
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

ווען איז דא א אוכל טמא (כשיעור) אין עס זאל נישט קענען מטמא זיין
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

להתחדד האט געשריבן:ווען איז דא א אוכל טמא (כשיעור) אין עס זאל נישט קענען מטמא זיין

ענבים שנטמאו אם דורכן בכביצה מכוונות טהורין המשקין היוצאין (ואין עושין כן לכתחלה משום גזירה)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

להתחדד האט געשריבן:וואס?

אויב איינער האט געגעסן בשוגג תרומת חמץ בפסח, א פונט ברויט לדוגמא, די שווית אויפן מארק איז בשעת האכילה געווען ד'זוזי נאך פסח ווען ער וויל באצאלן איז א פונט ברויט נאר ווערט איין זוז, דארף ער נישט צוצאלן דעם דיפרענץ.
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”