נגע צרעת – איז דאס מעגליך היינטיגע צייטן? - דר. סארנאס מעטאד

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

נגע צרעת – איז דאס מעגליך היינטיגע צייטן? - דר. סארנאס מעטאד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

וואס?!
נגע?!
היינטיגע צייטן?!
ביזט פון קאפ געפאלן?!
די צייטן זענען שוין לאנג פאראיבער!

אבער ר' יוד, ביי וויפל דאקטורים זענט איר שוין געווען, זה אומר בכה, וזה אומר בכה, אבער דיין פראבלעם גייט נאך אן? וויפעל מעדעצינען האסטו שוין געטוישט, און סקומט נאך אלטס צירוק? פראבירסטע אלטענעטיווע מיטלען? וויפל אלטערנעטיווע רפואות האסטע שוין פראבירט? ווייטעמינען? נאטירלעכע קרימס? דיטאקספעקעישען מויזאכצער? קייראפרעקטער? אקיופאנטשער? רילעקסעישען / מעדעטעישען טעקניקס וכו'? סהאט געהאלפן פאר א שטיק צייט, און אפאר חדשים שפעטער איז עס צירוק כאילו לא היה, און אפילו נאך שטערקער? ווי ביזטו אנגעקומען? דו מיינסט וועסט עס קענען איבערקליגען? וועק דיך אויף! מעגליך אז דו ליידסט פון א נגע! יא אין די היינטיגע יארע 2014! סאיז טאקע נישטא קיין כהן וואס זאל מטהר זיין דיין נגע, קיין טומאה וטהרה איז נישט נוגע אין 2014, אבער וויאזוי מען היילט עס אויס גייט נאך היינט אויך אן. די תורה אסר'ט בפירוש אראפצורייסן א נגע, מטאר נישט און מקען דאס נישט אויסהיילן מיט עפעס א מעדעצין אדער ווייטעמין אדער אפערירען – א שאד די צייט, עס וועט סייווי צירוקקומען. א נגע האט גאנץ א אנדערע פראצעדור וויאזוי עס גייט אוועק.

מען מוטשעט זיך מיט ווייטאגען

יא יא, איר הערט גוט. עס איז היינט ליידער א עפידעמיע פון מענטשן וואס ליידן זיך אן פון כל מיני מיחושים ומכאובים וואס איז נישטא קיין געהעריגע רפואה פאר דעם. דאס איז כולל, כל מיני מאגען פראבלעמען, כל מיני הויט פראבלעמען, ווי למשל עקזעמע, רעשעס וכדו', עלערגיעס, קאפ ווייען – מילדע און שטארקע ווי מייגרעינס, אלע מיני מוסקלען ווייטאגען ווי רוקען ווייטאג (אויבן און אונטען), האלז און אקסלען ווייטאג, TMJ ווייטאג וכדו', פייבראמייאליזשע, ברענעדיגע נערווען ווייטאג – אינפלאמציעס וואס ברענען געפערליך, און די ליסטע איז נישט פארטיג, אבער קיין געהעריגע פערמינאנטע רפואה פאר דעם האט נאך קיין דאקטער אדער פראפעסער נישט ערפינדען. מען פראבירט דאס צו פארבעסערן מיט כל מיני מעטאדען, ווי היט פעדט, אנטי-אינפלאמעטארי מעדעצינען, אלע סארט קרימס, צום ערגסטען פאל אן אפעראציע, אבער אן ערפאלג. אפילו מיט די נאטירליכע היילען מיטלען טאפט מען א וואנט. מפאנגט אן מיט דעם קיירעפרעקטער, מגייט צום אקיופאנטשער, מנעמט די ווייטעמינים, די רעמעדיס, און... קיין רפואה שלימה זעהט נישט יעדער איינער, און אויב יא, קומט עס צירוק פונקט נישט אין די ריכטיגע מינוט. מיט די מלאך וואס איז געשטעלט אויף די סארט מיחושים איז זייער שווער זיך צו שלאגען.

אין יאר 2011 האט די אינסטיטטוט אוף מעדעסין (Institute Of Medicine) ארויסגעגעבן א ריפארט, אז מענטשן ליידען די מערסטע פון pain פראבלעמען ווי פון סייוועלעכע אנדערע מחלות ווי דייעביטיס, יענע מחלה ר"ל אדער הארץ פראבלעמען, און זיי ווילן פראקלעמירן אז מעדעקיל סקולס זאלן געבן מער קורסעס פאר דאקטורים אין pain management. אין יאר 1999 האט די אמעריקען פעין סאסייעטי (American Pain Society) ארויסגעגעבן א ריפארט, אז 40 פראצענט פון די וואס האבן געליטן פון מיחושים האבן קיינמאל נישט מצליח געווען אפילו צו פילן עטוואס בעסער, און 60 פראצענט זענען זיך פשוט מייאש פון אפילו פטור ווערן אינגאנצען פון די פעין, מאיז מחליט אז דאס איז די וועג וויאזוי מדארף אפלעבן די יארן.

איז וואס גייט דא פאר? וויל דער באשעפער סתם פייניגען מענטשן? אויב דער באשעפער האט געגעבן רשות פאר א דאקטער צו היילען א מענטש, נו פארוואס האט דער באשעפער נישט געגעבן די רשות פאר די היינטיגע דאקטורים צו טרעפן א לעיזונג פאר דעם פראבלעם?

די לייזונג – מיר ליידען פון גייסטישע פראבלעמען!

דער קעפל הערט זיך עפעס זייער נישט באקוועם, אבער פאר בערך 40 יאר צירוק, אין די 70'גער יארן, האט דר. זשאן סארנא – א פראפעסער אין די NYU ריהעבעלישען צענטער – ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט מיט זיין המצאה, אז זייער אסאך פון די סארט פראבלעמען, בפרט ריקען פראבלעמען, זענען נישט פיזיש נאר גייסטיש. ער האט דאס א נאמען געגעבן, TMS – Tension Mysoitis Syndrome (מייעסייטיס מיינט, פיזישע טוישינגען אין די מוסקלען). טי. עם. עס. איז נישט מסוכן, אבער עס טוט זייער שטארק וויי. ווי דר. סארנא ווייזט אויף קלאר, אז אפילו מען וועט זעהן עקס-רעיס וואס ווייזן פארריקטע ביינער, אדער אנדערע פיזישע אנדייטיגען אויף פארשידענע מוסקלען אדער נערווען פראבלעמען, איז די אלע פיזישע פאקטארן 'נישט' די אמת'ע סיבה פארן ווייטאג. די אמת'ע סיבה פארן ווייטאג איז די נפשיות'דיגע אומבאלאנס וואס ליגט אונטער דעם. די מינוט וואס מען אנערקענט אין די קשר פון גוף און נפש, גייט די ווייטאג אוועק.

פונקטליך וויאזוי די שיטה פון דר. סארנא ארבעט איז נישט די פלאץ אין דעם ארטיקל, און מיר האפען צו האבן אן עקסטערע ארטיקל אויף דעם נושא. אויפן שפיץ גאפעל טענה'ט דר. סארנא, אז ווען ס'איז דא א סטרעס אינעם נפש, וועט דער גוף פראדעצירן א ווייטאג אזוי שטארק אז דער מענטש זאל נישט טראכטן פון זיינע אנגעצויגענקייטן. ס'איז א פשוטע היסח הדעת. ער אליינס שרייבט אין זיין ביך The Mind-Body Prescription אז ער פארשטייט אליינס נישט פארוואס ס'ארבעט אזוי און פארוואס דאס איז די וועג וויאזוידי מיינד איז בוחר אוועקצושטופען די מענטש פון די זאכן וואס ער וויל נישט טראכטען, אבער אזוי איז עס, די מיינד וויל ראטעווען דעם מענטש ער זאל נישט דארפן טראכטן פון זיינע שרעקעדיגע אומאיינגענעמע געפילן.

למעשה איז דא אסאך צו שרייבן אויף די וועג וויאזוי דר. סארנא לייגט עס אראפ, אין א געוויסע זין האט ער נישט פארשטאנען אויף 100 פראצענט די פונקטליכע פונקציע וויאזוי די מיינד-ענד-באדי קאנעקשען ארבעט, און דעריבער ווערן אסאך טאקע נישט געהאלפען דורך זיין שיטה. היינט וואס מען ווייסט שוין מער פונקטליכער וויאזוי דאס ארבעט, קענען שוין מער מענטשן געהאלפען ווערן ווען מעט טוט דאס ריכטיג. אבער באופן כללי איז זיין אויפקום ריכטיג, און זייער אסאך ווערן טאקע געהאלפן ווען זיי פאלגען אויס זיין הדרכה, און דיירעקט פעיסען די אומאיינגענעמע געפילן וואס מען וויל נישט זעהן.

אלזא איז קלאר, אז אפילו א נאטירליכע דאקטער וואס וועט טרעפן די 'שורש' פונעם ווייטאג, ווי למשל א מחסור אין ווייטעמינים אינעם גוף, ווי למשל א מחסור אין מאגניזיעם, וואס דעריבער האט מען די מוסקלען ווייטאג, מוז נאך אלץ נישט זיין אז דאס איז די אמת'ע סיבה פארוואס דער מענטש האט ווייטאג. עס קען זיין אז דאס איז די בייעלאגישע סיבה וויאזוי דער ווייטאג ווערט פאקטיש אויסגעפירט, אבער דער אמת'ע שורש פונעם ווייטאג איז עפעס א נפשיות'דיגע אנגעצויגענקייט וואס מען האט מורא אנצוקוקען, און ממילא איז דא א וויכטיגע סיבה אינעם גוף צו פראדעצירן דעם ווייטאג. דר. סארנא שרייבט אז ער האט לגמרי עלעמענירט דאס שיקן מענטשן צו פיזיקעל טערעפי (און ער איז געווען א פראפעסער אין די ריהעב דיפארטמענט), ווייל אויב מען פאררעכט דעם שורש, פעלט שוין נישט אויס צו פאררעכטן די פיזישע חלק. און נישט נאר דאס, נאר אויב מען גייט צו פיזיקעל טערעפי און מען פראבירט צו פאררעכטן די פיזישע חלק, דעמאלטס ארבעט נישט געהעריג די רפואה אויפן נפשיות'דיגען חלק, ווייל דער מוח פארשטייט אז דער מענטש קוקט עס אן ווי א פיזישע פראבלעם און נישט א גייסטישע, און די מוח לאזט זיך נישט היילען.

אלזא האבען מיר שוין א פתח פאר א רפואה פאס סייוועלעכע מחלה א געהעריגע דאקטער קען נישט 'געהעריג' היילען, זאל עס זיין עקזעמע, עסיד ריפלאקס, טי. עם. זשעי, ריקען ווייטאג, עלערגיעס (יא אפילו עלערגיעס), מאגען פראבלעמען, און נאך און נאך.

אבער וואס האט דאס מיט צרעת?

צרעת – א אינערליכע נפשיות'דיגע מיחוש

אין די יעצטיגע פרשיות לערנען מיר די פרשה פון נגעים. אויב מען טראכט אביסל אריין, איז דער גאנצער מושג פון נגעים אן אינטרעסאנטע מין מיחוש. עס קומט א געוויסע געשווילעכץ אויף די הויט, און... טמא! מטאר דאס אפילו נישט אראפשניידן. סאיז א לאו אין די תורה. איי שנייד עס אראפ און דו ביזט ריין? אויס נגע? ניין. סוועט דיר נישט העלפן, דו בלייבסט טמא. אויב דער נגע צושפרייט זיך אין די גאנצע גוף, ביזטו ריין! אויב אביסל פלייש פאנגט זיך אן ארויסצוזעהן, טמא! וואס א מין איז דאס? רש"י זאגט שוין, מיין נישט אז ווייל דו זעהסט אביסל פלייש היילט זיך דאס שוין אויס, ניין, עס מוז אוועקגיין אויף איינמאל! זעהט אויס ווי דאס איז עפעס נישט אזא 'פיזישע' מיחוש וואס גייט מיט די כללי וחוקי פון געווענליכע מיחושים.

איז לאמיר געבע א קוק ויאזוי דער באקאנטער בעל מוסר ר' הלל קאלימייער זי"ע איז מסביר די ענין פון נגעים (משכיל אל דל ח"א כלל א' פרט א').

ר' הלל זי"ע שטעלט זיך אויף דאס וואס רש"י זאגט אויפן פסוק (דברים כ"ד, ח'), 'השמר בנגע הצרעת לשמור מאד, ולעשות ככל שאשר יורו אתכם הכהנים הלוים כאשר צויתם תשמרו לעשות...' און רש"י זאגט, השמר, שלא תתלוש סימני טומאה ולא תקוץ את הבהרת, עכ"ל, פארוואס פעלט אויס צו זאגען דריי מאל די לשון פון שמירה ביי די מצווה פון נגעים, ווער זאל האבן אזא גרויסע נסיון אראפצורייסן דעם נגע?

איז לאמיר זעהן וואס ער שרייבט.

ונלענ"ד לפרש עבור שדרך האדם לתלות כל דברים המתרגשים בעולם במקרה ובהזדמן ולא בהשגחה פרטיי מה', ודבר זה שלא להאמין באלו ולהרחיק מבני אדם האומרים כן אלא צריך לידע ולהאמין כי הכל היא מגזירתו יתעלה..דהנה אמרה תורה רפא ירפא ואחז"ל נתנה התורה רשות לרופא לרפאות שאלולי שנתנה התורה רשות היה דבר זה לקרות לרופא כעין כפירה... ובאמת גם עתה שנתנה התורה רשות צריך להבין מה טעם ואיך יוכל ליתן רשות אם הקב"ה גזר שיהיה חולה ומדוכא ביסורים איך יכול להרופא לראפות אותו ולבטל גזירת השם?
אלא כלפי שאח"זל אין הנחש ממית אלא החטה ממית... ובזה פרשו חכמי המוסר כוונת התורה רפא ירפא, קודם שיקרא רופא הגוף לרפאות אותו, צריך שילך אצל החכם שהוא רופא הנפש ואז כשיקבל על עצמו צרי ומזור של החכם שהוא רופא הנפש, אז ירפא, יוכל לקרות רופא הגוף ובודאי יצליח בכל רפואותיו, ולא כמנהג העולם שאם יחלה האדם קוראין מיד לרופא הגוף ואם לא יועיל קוראין עוד לרופאים אחרים ומפזרין ממון עבור זה, ובאחרונה כשרואין שאפס תקוה אז הולכים אצל חכם. ובעוה"ר דור תהפוכות המה... שכל זמן שהנפש לא נרפה מחליה, איך תבוא לחולי הגוף רפואה, שעיקר חולי הגוף מסתעף מחולי הנפש...

וזהו אפשר כוונת הפסוך שהזהירה התורה שלא תהיה מחלישי האמונה ולהנוג ולילך בדרך כזה כנהוג אצל כמה בני אדם שאם יש קדחתת או שחפת ושאר חלאים רעים ר"ל בעולם תולין דברים אלו במקרה הזמן בחום ובקור ובחילוף הזמניים מסתיו לקיץ ומקית לסתיו או כמו שאומרים בלשונם "איינע קראנקע פערפעסטעטע לופט", אני מזהירך וחוזר ומזהירך חלילה וחלילה שלא תאמר כן... מש"ה ככדי שתתרפא מצרעתך לא תתלוש סימני טומאה ולא תקוץ הבהרת הנקרא "אפעראציאן"... אני אומר לך באזהרה כפולה ומשולשת שלא כן הוא ושקר בימינם לכל האומרים כן וכופרים בהשגחות ה', אלא לשמור מאד ולעשות ככל אשר יורו אתכם הכהנים הלוים, דהיינו אם תרצה אתה שתתרפא באמת מצרעתך צריך אתה לשמוע מה שיאמר לך הכהן. ומה יאמר לך? שאין הנחש ממית, אלא החטה ממית, וצריך אתה לשרש מלבך כל שורש פורה ראש ולענה הגורמין לך לנטות מדרכי התורה... מש"ה כפלה התורה עוד הפעם כאשר צויתם תשמרי לעשות, לומר לך גם לדורות, הגם שאין טומאה וטהרה נוהג, וגם אם היסורים והמכאובים המה לא מענין נגעים וצרעת אפ"ה, תשמרו לעשות רק באופן זה, כאשר צויתם כנ"ל, רפא ירפא וילך אצל חכם, עכ"ד הק'.


איז ר' הלל זי"ע מסביר דעם ענין און סימבאל פון צרעת איז, אז א מענטש דארף אנערקענען אז 'נישט' change of the season גייט מאכן א מענטש פארקילט, און נישט קיין אפעראציע קען העלפן א נגע, נאר דאס גיין צו א חכם און אויסארבעטן דעם אינערליכען נפש, און אויב דער נפש פארט גראד ווי דער באשעפער וויל, דאס וועט אי"ה אויסהיילן אויך דער גוף, און דאס איז דער מעסעדשז פון דער צרעת לדורות, אז די עיקר הרפואה איז נישט ביים דאקטער, נאר ביים חכם וואס לערנעט אויס וויאזוי צו לעבן רוכטיג. וע"ע שם בכלל ד' פרט א' וויאזוי ער איז מבאר דארט אז די עיקר רפואה פון א נגע איז אז ער לערנט זיך אויס וויאזוי זיך אויפצופירן, נישט אז דער כהן וועט בעטן פאר איהם פאר א רפואה שלימה. און דאס זעלבע זאגט ער אז ווען א צדיק בעט פאר א רפואה שלימה פאר א חולה, איז נאך אלץ נישט קיין אמת'ע רפואה פארן מענטש ווילאנג דער מענטש טוט נישט תשובה אויף זיינע מעשים, ווייל אויב מקוקט נישט אריין אין זיך וואס ער דארף מתקן זיין בלייבט נאך זיינע פייעלס אויבן אין הימעל גאנץ, און די מחלה קען צריקקומען, משא"כ אויב פאררעכט ער זיינע מעשים, דעמאלטס ווערן זיין פייעלס אינגאנצן אויסגעמעקט.

נאך בענין הנוגע רפואה הגוף דורך רפואת הנפש איז ר' הלל מסביר אין אן אנדערע פלאץ (כלל ד' פרט ג') וואס לפי דבריו דארף מען טאקע שטארק חושש זיין אויב מען האט בכלל וואס צו גיין צו א נאטירליכע דאקטער.
איז ער דארט מסביר אזוי:

דהנה ידוע לכל מבין ויודע כל כל צרה שלא תבוא כל נגע וכל מחלה וכל חולי המתרגשות לבוא על האדם שורש וסיבות כל אלה היא שבאברים הפנימיים בחלל הגוף נתהוה איזה שינוי מחום וקור או מרוב אכילה וכעס או מרוב יגעות האברים מריבוי מלאכה או שגברה איזה מרה יצאה ממידה ומשיעור הראוי לה... והרופא החכם אם ירצה לרפאות החולי באמת ולא לעשות מלאכתו ברמיה, צריך לחקור על כל אלה ולרפאות סיבות החולאת מבפנים ואז יוכל ליתן סמים גם מבחוץ, ומי שאינו עושה כן, עושה מלאכתו ברמיה.

אבל בעוה"ר מסיבות שנעדר האמת ונתמעטה ונתקטנה האמונה גם אותו הרופא שמרבה בחקירות ובדיקות פנימיות ואח"כ נותן סמים סם רפואה גם הוא וכיו"ב רופאי אליל הן ושקר בימינם כי לאז זו הדרך ולא זו העיר מתרי טעמי. חדא, לפי דבריהם שמחמת שנתקרר, אי ברוב יגיעה היא היתה סיבות החולאת, הלא כמה וכמה עניים שהמה ערים ועריה וגם בנפשם יביאי לחמם ובזיעת אפם וביגיעה רבה, ועם כל זה המה בריא אילם! וגם בני אדם שמאכלם וכל מזונם הוא בתכלית העוני והשפלות, ועם כל זה המה שלוים ובריאים! ויש בני אדם שמלאו בתיהם טוב, ויבלו בטוב ימיהם ועם כל זה הוכה במכאוב על משכבו!...ע"כ תנה בני לבך לי ישמע אמרי, כמו שחולי השחפת וקדחת הנראה מבחוץ על הגוף מיש שי לו מוח בראשו יאמר ששורשם של אלו הו שנחלו ונכאבו אברים הפנימיים, כן על דרך זה ממש הוא, אדם נקרא הנשמה או הרוח או הנפש כל אחד לפי בחינתו... וחולשת אברים רוחניים הפנימיים האלו גורמים ומסבבבים לחולי אברים החיצוניים בגוף הנקרא בשר אדם עד שמתגבר החולי והולך עד שנראה גם מצד החיצון של בשר אדם וישמע חכם ויסף לקח... וזה הוא כוונת חז"ל ופסקה שמי שי לו חולי בתוך ביתו ילך אצל חכם שבעיר אין הכוונה שלא יקרא לרופא, אלא דברים הנ"ל, שהרי אי אפשר לעשות תחבושת על המכה מבחוץ אם לא יעקור שורשי החולי מבנים, והחכים יאר לו ויבאר לו באריכות תמונת ותואר איש יהודי באמת... עכ"ד הק'.


איז ר' הלל מסביר זייער קלאר, אז אפילו מען וועט אריינגיין אין די גופניות'דיגע 'שורש' פון די מחלה, איז אויך נישט קיין ראיה אז דאס איז די אמת'ע שורש פון די מחלה, עס קענען זיין אסאך מענטשן וואס קענען זיך איבערארבעטן, און נישט עסן געהעריג און נאך אלטס זיין געזונט און שטארק. ווייל די עיקר פראבלעם ליגט אין די נפש, אויב פירט מען זיך נישט אויף ווי עס באדארף צו זיין.

איז מיינט איר אז איך בין א בעל מוסר און איך וויל סתם זאגען א מוסר דרשה פארן עולם אז מדארף תשובה טון? זעהנדיג די שטיקלעך פון ר' הלל זעהט זיך אויס ווי מרעד עפעס פון אמאליגע יודען פון 200 יאר צירוק, יודען וואס האבן געהאט צדיקים און געקענט זאגען אין פנים אריין אלע עבירות פון א' ביז ת', און ממילא האט מען טאקע געקענט מתקן זיין די מעשים. און בכלל פאר אמאליגע יודען קען מען טאקע זאגען אז די 'שורש' פון די מחלות קומען פון די עבירות, אבער וואס האט דאס מיט אונז אין יאר 2014? היינט איז דאך א וועלט מיט פארגעשריטענע טעכנעלאגיע, פאר אלעס איז כלומרשט דא עפעס א וועג זיך צו היילען, אפילו די אלטערנעטיווע וועלט ווערט אזוי פארגעשריטען ווי קיינמאל בעפאר, אבער ווינדער איבער ווינדער, וואקסען ארויס נייע מחלות ווי קיינמאל בעפאר, און ווי אויבען דערמאנט קענען רוב מחלות אפילו נישט האבן קיין גאנצע רפואה. איז מעגליך אז מיר אלע ליידן באמת פון א סימבאלישן נגע, און מיר טוען נישט די ריכטיגע רפואה?

מיר דארפן נישט צוקומען צו דר. סארנא'ס ווערטער, אבער צומאל ווען מען זעהט שווארץ אויף ווייס וואס גייט פאר במציאות, גייט דאס אריין טיף אין די ביינער. יא, דר. סארנא האט אונז אויסגעלערנט אז מיר אלע ליידען פון מחלות וואס זענען סימבאלישע נגע'ס! עס קען נישט ווערן אויסגעהיילט מיט פיזישע רפואות. מען מוז אריינקוקען אין די איינגענע נפש און זעהן וואס מען דארף מתקן זיין. יא היינט אין 2014 קומען אויך מחלות ווייל מען פירט זיך נישט אויף ריכטיג ווי עס באדארף צו זיין. די תוה"ק האט אראפגעלייגט פאר אונז א דרך הישר וויאזוי זיך אויפצופירן, די בעלי מוסר ווי אויך אין ספרי חסידות לערנען אונז אויס די באלאנסירטע וועג וויאזוי מען דארף לעבן. אויב מיר פאלגן נישט זייערע הוראות גייען מיר ליידען! מען ברענגט זיך דאס ארויף אויף זיך אליין! מקען זיך נישט ארויסדרייען פון ווייטאג אויב גייט מען צו לאנג אן אויף א פארקרומטע וועג. ווייל באמת וויל מען נישט, אבער מיר ווילן נישט אנקוקען אונזערע טעותים. בלית ברירה וועט אין א געוויסע אופן מוזן קומען א ווייטאג פון דער זייט אונז צו דערמאנען שטעל זיך אפ! קוק אריין אין דיר! סאיז צייט צו מאכן א חשבון הנפש! און ווינדער איבער ווינדער, די ווייטאג גייט אוועק.

קוקענדיג אין ר' הלל'ס ווערטער, זעהן מיר אסאך געדאנקען וואס להבדיל דר. סארנא שרייבט היינטיגע צייטן. ווי למשל, ר' הלל שרייבט (אינעם צווייטען שטיקעל וואס מיר האבן אראפגעברענגט) אז עס קען נישט זיין אז פון זיך צופיל איבערארבעטן זאל זיין די שורש פון די מחלה, ווייל עס איז דא זייער אסאך ארומע מענטשן וואס מיטשענען זיך זייער אסאך, און זענען געזינט און שטארק. דר. סארנא גיבט אויך אן, אז רוב ריקען ווייטאגס פאנגען אן צו פאסירען ווען מען גיט זיך א נישט גוטע דריי, אדער ווען מען האט צופיל איבערגעשטרענגט דעם ריקען וכדו'. אבער – שרייבט ער – די אמת איז נישט אזוי. עס האט גארנישט צו טון מיט דעם אז מען האט זיך איבערגעשטרענגט. די ריקען קען פארנעמען אסאך מער וויפל מ'מיינט. נאר וואס דען, פערצאפאל ביזטו יעצט אין א סטרעספול מצב, און די גוף האט בוחר געווען אז, נו, לאמיר שוין מאכן דעם ווייטאג יעצט אז ער האט זיך געגעבן דעם דריי. נישט נאר דאס, עס וועט נאך אויסזעהן אזוי עכט אז עס איז עפעס נישט בסדר מיטן גוף!

הלכה למעשה

יעצט לאמיר רעדן אביסל פראקטיש.

לאמיר געבן א פראקטישע דוגמא וויאזוי דאס קען אויסזעהן.

א גרויסע עסקן וואס איז שטארק איבערגעגעבן למען הכלל והפרט. אבער אין יעדע מצב דארף מען זיין באלאנסירט. מדארף וויסן אז מהאט אויך א שטוב וואס מען דארף קער נעמען. די ווייב בעט זיך ביי איר טייערע מאן דער עסקן, 'כדארף הילף אינדערהיים, ביטע קום אהיים אביסל פריער היינט'. דער עקסן קען ווערן צומישט, 'איך בין דאך דער באקאנטער עסקן, איך קען נישט אפזאגען יענעם, איך 'מוז' יענעם העלפן! איך וועל נישט קענען אהיימקומען פרי היינט'. אבער אונטערן באוויסטזיין וועט זיך יעדער בר דעת פילן שולדיג פאר זיינע בני בית, אבער פון די אנדערע זייט וויל ער נישט פארלירן זיין נאמען פון זיין די 'געטרייסטע' בעל חסד. ער האט א מלחמה אין זיך, און ערגעץ ווי ווערט ער נאכגעשלעפט צום עצת היצר צו האלטן זיין פרעסטיזש. אויב גייט אזא קאנפליקט אן אין איהם פאר צו לאנג גייט מוזן געשען עפעס א מסקנא. מיט איין גוטן פעסטן דריי אין ריקן וועט ער האבן די מסקנה. ער וועט זיך מוזן ארייפאקן אין בעט אין בלייבן אינדערהיים, דאס איז די מסקנה פאר אלע זייטן, ער געט נישט אויף זיין פרעסטיזש – ער איז דאך קראנק, אוודאי קען ער נישט טון קיין עסקנות יעצט, און ער קען זיין אינדערהיים. אפשר נישט אזוי באקוועם, אבער ווילאנג ער לעבט מיט זיין יצר הרע, איז דאס די איינציגסטע לעיזונג. וואלט ער אביסעל אריינגעטראכט אין זיך און געזעהן אז איך בין א פראסטע בעל גאוה, דעמלאטס וואלט ער געקענט מאכן א מער אייגענארטיגע החלטה, וויל איך ווייטאג, אדער בלייבן א בעל גאוה? די בחירה איז אין זיינע הענט.

האט איר ווייטאג וואס האט נישט קיין געהעריגע רפואה? מעגליך אז איר ליידט פון די היינטיגע סארט נגע. זעץ דיך אראפ, און מאך א שטיקל חשבון הנפש.
• וואס איז מיין גרעסטע נסיון אין לעבן?
• אויף וועמען האב איך די מערסטע טענות אין מיין לעבן?
• איז דא עפעס א שייכות מיט מיין נסיון אין דעם פיזישען ווייטאג?
• קען איך זעהן ווי אין א געוויסע וועג איז מיין ווייטאג 'זייער וויכטיג' פאר מיר צו לעיזען מיין נסיון?
אויב איז דיר שווער דאס צו טרעפן אליין, נעם א חבר וועמען די טראסט שטארק און רעד זיך דורך מיט איהם ער זאל דיר זאגען וואס ער ווייסט אויף דיר, א שטייגער ווי אמאל, ווען גרויסע יודען האבן זיך גענומען א בעל מוסר זאל זיי זאגען אין פנים אריין וואס זייערע חסרונות זענען. איז מעגליך אז דאס איז אויך היינט א חלק פון די עפידעמיע? ווער וויל אז איינער זאל איהם זאגען אין פנים אריין זיינע חסרונות? יעדער באהאלט זיך. ווילאנג קען מען זיך באהאלטען? מענטשן ווילן בטבע זיין אויפן מיט די ארומיגע. מעגליך אז עפעס א ווייטאג וועט דאס אויך צווינגען צו טון. ווער ווייזט? שוין, דאס איז נישט פאר יעצט.

דאס איז די נגע פון יאר 2014.

אויב ווילט איר וויסן צו איר ליידט פון TMS, איז דא דער לינק צו א questionnaire פון דר. דעיוועד שכטר.
לעצט פארראכטן דורך מתבונן אום זונטאג אפריל 13, 2014 12:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

איך גיי עס נישט ליינען יעצט, אבער ס'קוקט אויס ווי איך האב שוין וואס צו ליינען שבת נאכמיטאג נאכן טשאלנט.

ייש"כ מתבונן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מתבונן דו ווייסט מיין ריספאנס.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מתבונן האט געשריבן:וואס?!
נגע?!
היינטיגע צייטן?!
ביזט פון קאפ געפאלן?!
די צייטן זענען שוין לאנג פאראיבער!.............

איך האב מורא ליינען ווייטער
קודם באראויג מיר אז די ווייסט דברי רברי רבותינו

רמב"ם הלכות טומאת צרעת פרק טז יג

הצרעת הוא שם האמור בשותפות כולל עניינים הרבה שאין דומין זה לזה שהרי לובן עור האדם קרוי צרעת ונפילת מקצת שיער הראש או הזקן קרוי צרעת ושינוי עין הבגדים או הבתים קרוי צרעת וזה השינוי האמור בבגדים ובבתים שקראה אותו תורה צרעת בשותפות השם אינו ממנהגו של עולם אלא אות ופלא היה בישראל כדי להזהירן מלשון הרע

רמב"ן

ז: והבגד כי יהיה בו נגע צרעת - זה איננו בטבע כלל ולא הווה בעולם, וכן נגעי הבתים, אבל בהיות ישראל שלמים לה' יהיה רוח השם עליהם תמיד להעמיד גופם ובגדיהם ובתיהם במראה טוב, וכאשר יקרה באחד מהם חטא ועוון יתהווה כיעור בבשרו או בבגדו או בביתו, להראות כי השם סר מעליו. ולכך אמר הכתוב (להלן יד לד): ונתתי נגע צרעת בבית ארץ אחוזתכם, כי היא מכת השם בבית ההוא. והנה איננו נוהג אלא בארץ שהיא נחלת ה', כמו שאמר (שם): כי תבואו אל ארץ כנען אשר אני נותן לכם לאחוזה, ואין הדבר מפני היותו חובת קרקע, אבל מפני שלא יבא העניין ההוא אלא בארץ הנבחרת אשר השם הנכבד שוכן בתוכה.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

מתבונן, זייער א אידישע מהלך המחשבה, ר' הילל קאלאמייער'ס ווערטער קענען נאר פארלירן דאס חשיבות און הייליגקייט מיט א הסכמה פון עניים כערכי, אבער למעשה האלט איך נישט אז די צושטעל צו נגעים מיט אירע אלע הלכות און פרטים, איז נישט גענוג שטארק צו זאגן אז זהו זה.

דר. סארנא'ס שיטה (אנטשולדיגט פארן נוצן דעם ווארט) איז מער א גשמיות'דיגע זאך (כידוע די נפש איז נישט די נשמה ואיכמ"ל) און ווער ס'פארשטייט אביסל דעם געדאנק איז נתפעל פון די אויסגעהאלטנקייט דערפון (אויסער אזעלכע וואס ווילן דווקא פרובירן נישט צו פארשטיין).

אבער די גאנצע שמועס איז דאך באמת א קלארע חז"ל אנהויב מס' ברכות "הרואה שיסורים באין עליו יפשפש במעשיו", סעיף עספלענעטארי, פינטל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מתבונן זאגט עס בדרך משל...
נישט אז היינטיגע צייטן איז דא 'דער' נגע פון יענצמאל...
ער זאגט אז היינטיגע צייטן איז 'דא' דער 'זעלבער' בחינה.

פונקט אזוי ווי דער נגע האט מען נאר געקענט היילן מיט אדרעסירן דעם 'נפש'

אזוי אויך קען מען אויסהיילן די אלע מיחושן, רוקן ווייטאג, קראצענישן, נאר דורכ'ן אדרעסירן דאס נפש.

איך שטעל מיך פאר אז ביי רוב ליינער פארט די ארטיקל גראד פונעם רעכטן און ארויס פונעם לינקען.
מ'ווייסט גארנישט וויפיל אינפארמאציע ס'ליגט אין דעם...

קוק אויף דיין נפש, פון וואס אנטלויפסטו, הייל עס אויס, און השי"ת וועטעך העלפן...
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

נשמה'לע יו מיסאנדערסטאד מי, בכלליות האב עך דאך געזאגט אז איז עס זייער א שיינע געדאנק, איך האב נאר אריינגעווארפן אז נגעים איז זייער א קאמפליצירטע זאך (אפי' ווי די תורה לייגן דאס אראפ) ואין לך בו אלא חידושו, אויב מדמה זיין, שוין גיכער צו וואס חז"ל זאגן אונז בכלליות אויף יסורים.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

...האט דער רב זיך אנגערופן
ווייס כ'על דיר זאגן, ביסט אויך גערעכט.
אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. גרין »

פליז זאל איינער איבערשרייבן זיין דרשה אין 10 ווערטער!!
א דאנק
אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Alien »

בשום אופן. דאס דארף מען ליינען.
Alien
פה לבנה יצ"ו
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

עיין בכלי יקר על פרשה זו פרשת מצורע.

ער ברענגט ארויס דאס זעלביגע אז דער גאנצער ענין פון נגע איז א העכערע זאך אין נאר א חכם קען דאס היילען.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נגע צרעת – איז דאס מעגליך היינטיגע צייטן?

איני יודע, אבער, מבואר קלאר אין תורת כהנים און אין ירושלמי אז ר' טרפון האט מטהר געוועזן מצורעים בזמנו ד"ה שלא בפני הבית.

--
נישט געלייענט דיין אריכות, דער צושטעל פאסט פאר קליינע מוחות וכמו שציינו לגדולי המפורשים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קלערט
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 5:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלערט »

זאלעך מעך שטעלן אויפן צושטעל צו נגעים?
מיינעך אז דאמאלט האבעך גע'הרג'ט די גאנצע מעשה
ער ברענגט דאך ארויס א געוואלדיגע נקודה אז עס איז דא אזא מציאות אז א מענטש האט קערפערליכע מיחושים וואס די יסוד איז אינעם נפש
ישר כח מתבונן פארן ברענגן צו התבוננות,

אויב וועט איר טראכטן אז די מער גשמיות'דיגע נפש פון וואס דר. סארנא רעדט איז קיין צושטעל צו די נשמה וואס רעדן אין די ספרים
דעמאלט וועל איך קלערן אז מיר זענען פארלוירן
מיט וואסערע מיטלן וועל מיר ארויסברענגן אונזער נשמה קדושה מן הכח אל הפועל? אויב נישט דורך אונזער מער גשמיות'דיגע כוחות הנפש?
אזוי האב איך געקלערט, מ'קען אפשר קלערן אנדערשט
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

נשמה האט געשריבן:מתבונן דו ווייסט מיין ריספאנס.


און וואס איז עס?
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

תרנגול האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:מתבונן דו ווייסט מיין ריספאנס.


און וואס איז עס?

איך קען עס נישט מאטריאלייזן...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איין זאך...

איך קען נישט כאפן מיין גרעסטע נסיון אין לעבן...
אלעס איז איין און די זעלבע נסיון.

מתבונן ווען קען מען שמועסן נו?
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

נשמה האט געשריבן:מתבונן ווען קען מען שמועסן נו?


קאנטאקט מיך אין אישי...
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

איך ווייס נישט צו די תגובה קומט דא - היות דער אשכול איז מער איבער דר. סארנא ווי נגע צרעת, אבער איך וועל עס שרייבן דא, און די מנהלים וועלן שוין קעיר נעמען פון די איבריגע.

נישט אייגנס - געהערט פון א חבר.

מ'באקומט א קאל פון דערהיים אז די וואסער האט געקראכט אונטער'ן סינק. וואסיגעשען? די וואנט איז נישט געווען גענוג אינסולעיטעד.
ער קאלט גלייך דעם בילדער און געט אים אין באבנ'ס באבן אריין. ס''נארמאל? נישט גענוג געלט געגעבן, האסטו נאך געמוזט טשיעדן די אינסולעישן? דו גייסט מיר באצאלן עד פ' אלף די גאנצע הערוואניע פון דעם קראך. סך-הכל = דער בילדער איז שולדיג.

א וואך שפעטער, די לייט בלינקט. מ'רופט אריבער א לייסענסד עלעקטרישן און… מ'האט גענוצט א שמאטע פיוס, און ער האט געטוישט און אלעס איז אקעי. דער קאנטראקטער באקומט א קאל, און דארף ארויסגעבן דעם סעל נומער פונעם עלקטרישן וואס האט געווייערט דעם קאמפלעקס. ער שרייט, יענער שרייט. באצאלט האט ער אבער --- שולדיג איז יענער.

עס זיצט אין ביהמ"ד און לערנט אזוי פלייסיג, און געט זיך א רוק, און אפפס… די רעקל האט זיך געגעבן א כאפ אן אינעם שפיץ פון נאגל און נישט געוואלט אפלאזן, און ס'האטצעך צעריסן. נו מילא, פרעג שוין. דער שמש, דער גבאי, דער נדבן פון די בענק, דער סטאלער, יעדער עקסטער האט געכאפט. אה, און אויך די סוט סטאר… אזעלכע שמאטע פארקויפסטו? איין רוק און ס'אויס מיטן רעקל. 'ער' איז נישט שולדיג, ווער יא? יעדער און קיינער. קומט ענק צווישן זיך. איך בין ארויס פון די פיקטשור. איך נישט.

און… ס'האט זיך אנגעהויבן גאר פיצל, א קליין פינטל אויבן אויפ'ן ארעם און ס'קראצט. נו אז ס'קראצט, קראצט מען צוריק. א'סעבייסט, בייסט מען צוריק. (מיין זון טענה'ט אז ס'קען זיין א שאלה פון נקמה… אבער דאס איז שוין א חומרא לכל הדיעות…). מ'גייט צום דאקטער, צום כישוף מאכער, נאטור, האמיאפאטיע, עין הרע, לשון הרע, כתובה, מזוזה, שיר השירים, תהילם כולל, חצות כולל, בליי, מעדיטעישאן, אקיופאנקטשור, זען, יאוגא, טשיינע, טיבעט, אסיי בעריס, און נאני דזשוס, און ס'קראצט נאך ערגער.

יעדער שלעפט מיט די פלייצע און קיינער קיינער קיינער קיינער קען נישט זיין שולדיג דערין, נאר…. זעך אלעין.

דעמאלט קען מען זיך כאפן אז די אלע פראבלעמען מיט די דירה, די קאר, די וועש, די הויט, אלעס האט געמיינט איין זאך - קומט צוריק צו מיר. מאך קיין מחלוקת צווישן מיינע קינדער, שאף נישט קיין פירוד הלבבות, רעד נישט קיין לשון הרע, רכילות, וכו', מיש נישט קיין קאשע, און וועסט זיין געזונט און שטארק.

(און געב עפעס געלט פאר די וואס פושן דר. סארנא'ס מעטאד אויך, וועסטו יוצא זיין דעם ורפא ירפא לכל הדיעות. - שוין גערעדט פונעם ענין פון דעם אשכול אויך, און ס'קען בלייבן דא).
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

און דער חזן ענדיגט... מיש נישט קיין קאשע... און וועסטע זיין געזי אי אי אינ און שטא-אררררק
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

לינק אראפגענומען.
אחראי.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

נכשלתי
קומענדיגער מאל
ביטע, מיט הארציגעס בקשה
שרייב 'זהירות נשים' (ק: צייטליך)
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

סאררי
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

א גרויסען ייש"כ פאר אלע מגיבים זה בכה וזה בכה.

אַבּערוואַס האט געשריבן:דר. סארנא'ס שיטה (אנטשולדיגט פארן נוצן דעם ווארט) איז מער א גשמיות'דיגע זאך (כידוע די נפש איז נישט די נשמה ואיכמ"ל)
אַבּערוואַס האט געשריבן:אבער די גאנצע שמועס איז דאך באמת א קלארע חז"ל אנהויב מס' ברכות "הרואה שיסורים באין עליו יפשפש במעשיו", סעיף עספלענעטארי, פינטל.

קלערט האט געשריבן:אויב וועט איר טראכטן אז די מער גשמיות'דיגע נפש פון וואס דר. סארנא רעדט איז קיין צושטעל צו די נשמה וואס רעדן אין די ספרים
דעמאלט וועל איך קלערן אז מיר זענען פארלוירן
מיט וואסערע מיטלן וועל מיר ארויסברענגן אונזער נשמה קדושה מן הכח אל הפועל? אויב נישט דורך אונזער מער גשמיות'דיגע כוחות הנפש?


ווען עס קומט אפיר אזא שמועס, ליגט מיר אלטס פאר די אויגען די הייליגע פייערדיגע ווערטער פונעם בעל חובת התלמידים אין זיין ספר מבוא השערים סוף פ"י (זעה אטעטשמענט), אז אמאליגע צייטן ווען מען האט זיך געווייקט ביים רבי'ן האט דאס געהאט א מורא'דיגע כח אויסצירייניגען דעם נפש און מען זאל קענען דינען דעם אויבערשטען מיט ישוב הדעת, אבער היינטיגע צייטן (און ער רעדט פון די צייטן פארן קריג, און וואס איז היינט 80 יאר שפעטער...?) איז דער שטארקע כח שוין נישטא, און די איינציגסטע וועג צו קענען איבערקליגען דעם יצה"ר איז נאר אויב מען פארשטייט גוט די חוקי הדמיון והנפש, נאר אזוי קען מען וויסן וואס טוט זיך און אזוי קענען וויסן וויאזוי זיך אומציגיין אין עבודת השם און עבודת המידות. ער שרייבט ווייטער אז מען דארף זיך זעצן צוזאמען און זיך דורכרעדן די אייגענע נפש מיט אלע אירע שוואכקייטן, און אזוי וועט מען קענען וואקסען.

ממילא, ווי מער מען פארשטייט בעסער די וועג וויאזוי די גשמיות'דיגע נפש ארבעט על כל פרטיה ודקדוקיה, אלטס מער איז מען פארזיכער אז מען זאל נישט פארכאפט ווערן אין דמיונות שוא וואס דאס ברענגט עווענטואל צו, צו אלע מחלות נפשיות. ממילא אז עס קומען אפיר נייע הבנות אין נפש און מען זעהט די פראקטישקייט און די אמת'דיגקייט דערפון, דארף מען זיך געבן א וועק אויף און זיך פרעגן, אה, ווי האלט איך אויף דער וועלט? ווייל דאס איז היינט די שליסעל צו הצלחה בגשמיות וברוחניות. די גשמיות'דיגע נפש ארבעט צוזאמען מיט די רוחניות'דיגע נפש בבחינת זה לעמת זה עשה א-לקים. און אין מיינע אויגען איז דר. סארנא'ס חידוש בכלל נישט קיין חידוש אויב מען קוקט זיך גוט אים אין ספה"ק, מען זעהט עס נאר בעסער קלאר ווי דער טאג, אז אויב טראכט מען נאר פון זיך, און מען וויל זיך צופרידן שטעלן, לעבן באקוועם, לייד מען. פשוטו כמשמעו. נישט אומזינסט איז אין ספה"ק בפרט אין ספרי חסידות געווען פון די גרעסטע דגושים דאס ענין פון גאוה - אנא אמלוך, ווייל דאס איז די יסוד פון אלע פראבלעמען. אויב מען וויל זיך האלטן באקווועם, נישט קיין חילוק און וואספארא וועג, אפילו נישט וועלן אנקוקע די אייגענע שוואכקייטן, וועט מען אוטומאטיש ליידן. און ווען מען וויל דאס אביסל ארויפברענגען שווארץ אויף ווייס, וועלן מענטשן זיך נאך אלץ דינגען, אז די פראבלעם איז פשוט א פראקטישער פיזישער פראבלעם! וואס האקסטו אין קאפ אריין, נפש אהין נפש אהער? מיר זענען ליידער אזוי פארגרעבט אז עס גלייבט זיך פשוט נישט אנצונעמען אפילו צו קאנסידערען אז חז"ל זאגען אונז הרואה יסורין באין עליו יפשפש במעשיו. און דאס איז וואס ר' הלל שרייט אין זיין מאמר צום עולם, וועקט אייך אויף! די רפואה פאר מחלות ליגט נישט אלעמאל אין די בייעלאגישע טבע פונעם גוף, אפילו עס זעהט אויס קלאר אז די גוף איז פשוט אביסל נישט אין פלאץ!

דאס איז די פוינט דא.

איך טראכט אלעמאל אז לפי דברי הפיאסעצנה זי"ע איז אפשר דאס די פשט וואס היינט איז די גאנצע ארבעט פון הבנת הנפש אריבער אין די הענט פון פסיכאלאגען וכדו', און נישט אזוי שטארק ביי צדיקים ווי אמאל? יעצט קען יעדער אנהויבן האקען... אפשר דארף מען מאכן א באזינדערען אשכול דערוועגן...
אטעטשמענטס
מבוא השערים פרק י.PDF
(170.61 KiB) געווארן דאונלאודעד 119 מאל
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

זאל ער קומען האט געשריבן:יעדער שלעפט מיט די פלייצע און קיינער קיינער קיינער קיינער קען נישט זיין שולדיג דערין, נאר…. זעך אלעין.

דעמאלט קען מען זיך כאפן אז די אלע פראבלעמען מיט די דירה, די קאר, די וועש, די הויט, אלעס האט געמיינט איין זאך - קומט צוריק צו מיר. מאך קיין מחלוקת צווישן מיינע קינדער, שאף נישט קיין פירוד הלבבות, רעד נישט קיין לשון הרע, רכילות, וכו', מיש נישט קיין קאשע, און וועסט זיין געזונט און שטארק.


יא יא זאל ער. דאס איז די פוינט. גוט ארויסגעברענגט.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

מתבונן האט געשריבן:דאס איז די פוינט דא.
איך טראכט אלעמאל אז לפי דברי הפיאסעצנה זי"ע איז אפשר דאס די פשט וואס היינט איז די גאנצע ארבעט פון הבנת הנפש אריבער אין די הענט פון פסיכאלאגען וכדו', און נישט אזוי שטארק ביי צדיקים ווי אמאל? יעצט קען יעדער אנהויבן האקען... אפשר דארף מען מאכן א באזינדערען אשכול דערוועגן...


מתבונן, זייער שיין.
כ'האב געוואלט צולייגן א פיצעלע הוספה צו דיינע לעצטע ווערטער. דער אויבערשטער האט ברוב חכמתו וטובו, רחמיו וחסדיו אריינגעלייגט אין די תורה אלע טולס וואס א מענטש דארף האבן אויף צו קענען דורכמאכן די רייזע אויף דער וועלט. דאס הייסט "תורה" ס'לערנט, ס'איז א וועג ווייזער, א מעפ. אויב טוט מען אלעס וואס די תורה הייסט, קומט מען אן גאנץ - בגוף, בנפש ובנשמה.

די אמאליגע צדיקים האבן געפאלגט די תורה במסירת נפש, ספיציעל ווען ס'האט זיי נישט געוואלט. סיי האבן געוועלטיגט אויף זייערע מחשבות, רצוניות, און געטון מיט אלע רמ"ח אברים ושס"ה דאס וואס דער אויבערשטער האט געוואלט. און דייקא דורך דעם וועג וואס זיי האבן געדארפט דורכמאכן אנצוקומען וואו זיי זענען אנגעקומען, די נסיונות, די שווערעקייטן, דאס האט זיי אויסגעלייטערט, און אויסגעארבעט אז זיי זענען געווארן אויסגעארבעט און אויסגעלייטערט אפילו אין פיזישן זין פון ווארט צו זיין מוח שליט על הלב, צו האבן תפיסת מחשבה, און ס'איז געקומען פון שטענדיג פאדערן פון זיך, פון אייביג זוכן אין זיך אליין צי זיי זענען שוין אויסגעארבעט אין די מידות.

און אז מ'טוט עפעס א גאנץ לעבן האט מען זייער אסאך עקספעריענס! די היינטיגע 'צדיקים' האבן אסאך עקספעריענס און מאכן גאר ספעציעל שיין די פיאות, און פראקטישע סטעפ-ביי-סטעפ אפראוטשעס פון חנופה מאניפולעישאן ביים עולם, ועוד כמה מעלות טובות. אבער ווען ס'קומט צום נפש זענען זיי נאך מער פארלוירן פון די פלעינע ארבעטערס יראי השם וואס זענען געצוואונגען טעגליך צו ארבעטן אויף זייערע מידות, מחשבות וכו' וכו'.

יותר ממה שהאקתי נשאר בקיבאורד, ועוד חזון למועד.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”