היסטארישע אידישע בילדער
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
היסטארישע אידישע בילדער
אין "די צייטונג" היי-וואך (יתרו ס"ח) איז ברייט געדעקט דעם פאקט אז דער לייברערי פונעם קאנגרעס בעיר הבירה וואשינגטאן ד.ס. האט פארעפנטליכט טייל פון אירע טויזענטער בילדער קאלעקציעס פאר'ן פאבליקום, דער "נייעס באריכט" (די צייטונג בלע"ז) האט גענומען די מיה צו ברענגען פאר אירע לייענערס עטליכע בילדער מיט אידישע אינטערעסע.
דער שרייבער פון די שורות האט געטראפען נאך עטליכע בילדער נאכ'ן נישטערן אין די ארכיוון וועלכע איך וועל גערן מיטיילן פאר אונזערע מיטגלידער און צו דער זעלבער צייט ווידמען דעם אשכול פאר סיי וועלכע היסטארישע בילדער מיט אידישע אינטערעסן.
1) א געוויסער רב שמועסענדיג מיט א וויין סוחר אין זיין געשעפט אין די איסט-זייט געגנט פון מאנהעטן.
(ווער עס דערקענט דעם רב זאל ביטע העלפן)

- אטעטשמענטס
-
- Rabbi East side.jpg (34.07 KiB) געזען 25670 מאל
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12505
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
עס קוקט אויס ווי דאס בילד קומט פון דער איסט-סייד.
מיללער, א גרויסן יישר כח פאר די בילדער, עס באלאנגט טאקע אין די קרעטשמע אזעלכע בילדער.
ווי איך געדענק איז אמאל געווען אזא אפטיילונג אין דער "וויליאמסבורג בולעטין" (ווען עס איז נאך געווען א גרויסער צייטונג..) דארט פלעגט יעדע וואך זיין א גורל ווער עס האט אריינגעשיקט די נעמען פון די מענשטן.
אויף די בילדער איז געווען אינדערזייט ארויפגעפרינט "ברוקלין פובליק לייבערי" ד"ה אז עס קומט פון דארט, מעגליך אז אויף זייער וועב-זייטל איז דא צובאקימען דערפון,
מיללער, כה לחי!

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
לחיים;
חחחחח אויף דיין אויפמערקונג.....
מיללער א שיינע זאך די בילדער. אגב די בילד פון אגודת ישראל אויף בעדפארד האט מיר ממש געוועקט נאסטאלגיע, איך האב געקענט גוט יענם שול (איך פלעג גיין נאך געלט אלס בחור..) און היינט שטייט דארט די פראכטיג הויז מיט גלאזירטע פענסטערס, אזא חילוק !

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
א ווארימען יישר-כח פאר אלע דברי חיזוק. אן עקסטערע דאנק פאר נאטורליך פאר'ן בילד פונעם 'מיללער פלייש יאטקע', נהניתי!
העמיר שפאצירן קיין בעדפארד ראדני, וואו דער היסטארישער בנין שטייט נאך היינט צוטאגס אלס א לענדמארק, דארט האט דער צעהלימ'ער רב זצ"ל איינגעזייעט די קערנדלעך פאר'ן צוקונפטיגן חסידישען ווילאמסבורג.
6) צעהלימער ביהמ"ד אין וומ"ס, בעדפארד עוו. קארנער ראדני סט. (1965), באמערקט די אלטע סקול-באסעס, און קינדער ארום.

- Tzehlim.jpg (34.99 KiB) געזען 20351 מאל
7) ביהמ"ד און אפיס פון מוסדות קארלין-סטולין אויף ראדני סט. (היינט ביהמ"ד נייטרא, וביהמ"ד לאנצוט), פאר סאטמארע חסידים איז באקאנט אז דער רבי זי"ע האט געפראוועט די ערשטע ימים נוראים על אדמת אמעריקא (תש"ז) אין דעם ביהמ"ד.
א געניטער אויג קען באמערקן דעם אויפשריפט העכער דעם אריינגאנג "בית יעקב לכו ונלכה" (איך וואלט עס נישט באמערקט, ווען איך ווייס נישט דערפון).

- Nitra-Karlin.jpg (32.85 KiB) געזען 20335 מאל
- abimlaibt
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3855
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
- לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ
מילער איך האב פשוט נישט די ווערטער דיך צו באדאנקען פאר די מוראדיקע ארבעט און איידיע אהער צו ברענגען אזא נושא.
ע"כ העל איך אויך אריין ווארפען מיינע פאר צענט צום בילד.
די ביהמ"ד אגודת ישראל געדענקען מיר גוט. ווי אויך ווען מען האט דאס צושטערט,
און די ביהמ"ד קארלין-סטאלין, איך ווייס נישט אויב נאך היינט צו טאגס אויך, אבער ביז נישט לאנג צוריק איז געווען אריינגעקריצט מגן דוד'ס אויבן
אויפ'ן וואנט אין די ווייסע צעמענט העכער די פענסטערס.
שכח נאכאמאל און ברענג נאך, מיר לעכצען.

וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
פאפא רב מיט רב ...... ווייס
- אטעטשמענטס
-
- pupa ruv.jpg (38.07 KiB) געזען 20318 מאל
לעצט פארראכטן דורך farshlufen אום מיטוואך יוני 04, 2008 1:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12505
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
א ריזן יישר כח פאר "פארשלאפן" וכן ל"מיללער"
עטליכע הערות,
די ווינער תלמוד תורה שטייט נאך היינט אזויווי אויפן בילד, עס איז ביי בעדפארד קארנער ווילסאן.
דער "תלמוד תורה ד'וויליאמסבורג" אדער ווי עס רופט זיך אין ענגליש Hebrew School Of Willamsburg איז מיר זייער אינטערסאנט, אזא תלמוד תורה וואלט לכאורה שוין נישט געקענט לעבן היינט אין וויליאמסבורג..
דער פאפא ישיבה 636-638 בעדפארד, איז שוין היינט היפש ארימגעטוישט, עס שטייט אויף בעדפארד קארנער פען, עס זענען היינט דא דארט די "מנוחה ושמחה" זאלן און די פאפא מוסדות אפיסעס.
דער בנין אויף 575 בעדפארד (קארנער קיעפ) ווי עס איז געווען דער Y איז שוין היינט דער ספינקער ביהמ"ד, ווי געזאגט, עס שטייט נאך מיטן זעלבן אויסזעהן, איך מיין אז אויך א Y וואלט שוין היינטיגע צייטן נישט געווען בנמצא אין וויליאמסבורג..
ברענגט נאך, עס איז א פארגעניגן פאר אלע דא, יישר כוחכם.