אקאונטינג #3 - Double Entry Bookkeping
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
אקאונטינג #3 - Double Entry Bookkeping
[align=center]ס'איז אסור צו מעתיק זיין די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארמאט. ס'איז נאר פאר פערזענליכע באנוץ. ס'איז נישט ערלויבט צו ארויסנעמען שטיקלעך דערפון, און אודאי נישט די גאנצע ארטיקל, און דאס פארטיילן אדער איבערגעבן פאר אנדערע. ס'איז אויסדריקליך נאר פאר די ליינער פון היימישע קרעטשמע.
Copyright[/align]
אין די פאריגע קאפיטל האבן מיר ערקלערט דעם 'טשארט אף אקאונטס' – די פארשידענע קאטעגאריעס אין וואס מיר האלטן חשבון אלע הוצאות און הכנסות. לאמיר צוזאמשטעלן די פלטאזעל און ערקלערן וואסערע שייכות עס האבן די אקאונטס צווישן זיך.
פונקט ווי נחמי' פונעם ערשטן קאפיטל (איר געדענקט אים נאך?), אזוי איז געווען די סדר פון האלטן חשבון פאר לאנגע יארן. פארשטייט זיך, דער ביזנעס אייגנטומער ביי זיך האט געוואוסט (אויב ער האט געליינט די ארטיקלען...) וויאזוי צו אפטיילן די פארשידערנארטיגער הוצאות והכנסות, אבער אויפ'ן פאפיר איז געווען א מיש-מאש, אלע הוצאות אויף איין פאפיר, און אלע הכנסות אויפ'ן צווייטן.
צוריק גייענדיג מיט בערך 550 יאר איז אויפגעשטאנען אן איטאליענער גוי און אויפגעקומען מיט א ניי סארט בוכהאלטעריי, דאס ווערט גערופן 'דאבל ענטרי בוקקיפינג'. 'ענטרי' איז טייטש יעדער טרענזעקשאן וואס ווערט אריינגעשריבן אינעם בוקקיפינג סיסטעם. יעדער ענטרי ווערט רעקארדירט צום ווייניגסטענס צוויי מאל מיט די זעלבע סכום, אמאל איז דאס א פלאס און אמאל א מיינוס*.
מיר וועלן אנהויבן מיט מסביר זיין די הכנסות און דערנאך וועט מען גייט צו די הוצאות.
ווען מרדכי רופט אריין צו שמעונ'ען און רופט עם צו פארעכטן די לעקטער וואס האט געקראכט ביי מרדכי'ן אין אפיס, שמעון פאררעכט די לעקטער און רעכנט דערפאר 100$, ווערן אפעקטירט די פאלגענדע קאטעגאריעס פון שמעון'ס בוקקיפינג סיסטעם:
די 'סעילס' קאטעגאריע שטייגט מיט 100$, ווארום ער האט געמאכט א סעיל פון דעם סכום.
די 'אקאונטס רעסיוועבל' קאטעגאריע, (וואס האלט חשבון פון קאסטומערס וואס זענען שולדיג) איז אויך געשטיגן מיט 100$ - פון יעצט און ווייטער איז דא נאך 100$ אינדרויסן, וואס דארף ווערן איינקאסירט.
ווען מרדכי באצאלט די חוב פאר שמעון, טוט דאס אויך אפעקטירן צוויי קאטעגאריעס:
די 'אקאונטס רעסיוועבל' איז רעדוצירט געווארן מיט 100$, א מאה'לע ווייניגער צו איינקאסירן.
און די 'באנק אקאונט' האט מרויח געווען 100$ פון די געלט וואס מרדכי האט באצאלט.
אויב וואלט מרדכי באצאלט פאר שמעונ'ען תיכף נאכ'ן ארבייט, וואלטן אפעקטירט געווארן בלויז די 'סעילס' קאטעגאריע און די 'באנק אקאונט'.
און אמאל טוט אפעקטירט ווערן דריי קאטעגאריעס:
ווען מרדכי רופט ווען אריין צום לאקאלן גראסערי און באשטעלט א באקס שפרענג וואסער (ספרינג וואטער) פאר 20$, וועט די 'סעילס' קאטעגאריע שטייגן מיט 20$, דער 'אינוועטארי' קאטעגאריע (דאס איז די חשבון אויף די וועירהאוז – וויפיל פון יעדן אייטעם דער גראסערי פארמאגט) איז רעדוצירט געווארן מיט 20$ (ס'איז ארויסגעגאנגען פונעם אינוועטארי אין ווערד פון 20$), און דער באנק אקאונט האט פארדינט 20$.
אויב האט מרדכי נישט באצאלט תיכף, נאר אויפגעשריבן, איז דער אקאונטס רעסיוועבעל געשטיגן מיט 20$ אנשטאט די באנק אקאונט.
דאבל ענטרי ביי הוצאות
אין די זעלבע משל, לאמיר אריבערגיין צו מרדכי'ן אין אפיס. ביי מרדכי איז אויך אפעקטירט געווארן זיינע אקאונטס פון די צוויי דערמאנטע משלים.
ווען שמעון טוט אן ארבייט פאר מרדכי, האט מרדכי'ס 'אפיס מעינטענענס' קאטעגאריע אויסגעגעבן 100$, וואס דארף רעקאדירט ווערן כדי צו געדענקען אויף וואס מרדכי האט אויסגעגעבן 100$.
פון די אנדערע זייט, איז מרדכי'ס 'אקאונטס פעיעבעל' קאטעגאריע (וואס האלט חשבון אויף בילס וואס דארף באצאלט ווערן), געשטיגן מיט 100$, ער האט יעצט א 'לייעביליטי' וואס ער איז שולדיג 100$ פאר שמעון.
אויב האט מרדכי באצאלט פאר שמעון תיכף נאכ'ן ענדיגן די ארבייט, האט ער נישט די 'לייעביליטי' פון 100$, ער איז נישט שולדיג 100$ פאר שמעון, אבער פונעם 'באנק אקאונט' איז ארויסגעגאנגען 100$ וואס ווערט רעקאדירט אינעם רעדזשיסטער פון מרדכי'ס טשעק ביכל.
האט איר ווייטער ביי מרדכי'ס זייט, טוט רעקאדירט ווערן צוויי מאל די זעלבע סכום פאר די זעלבע טרענזעקשאן.
ביי די צווייטע משל פון קויפן די וואסער אין גראסערי, איז אין מרדכי'ס בוקקיפינג סיסטעם אפעקטירט געווארן בלויז צוויי קאטעגאריעס, 'אפיס עקספענס' (די נאמען איז כלליות'דיג, איר קענט זיך אויסוועלן א פרטיות'דיגע נאמען פאר די סארט הוצאות) און 'אקאונטס פעיעבל' (אויב ער האט אויפגעשריבן אין גראסערי) אדער די 'באנק אקאונט' (אויב ער האט תיכף באצאלט). דאס איז ווייל דער גראסערי מאן האלט חשבון אויף זיינע אייטעמס וואס ער האט אין סטאק, ווייל ער האט געצאלט פאר די אייטעמס, און ער וויל וויסן וויפיל ער האט שוין פארקויפט, צו עס איז דא ריוח אדער ח"ו שאדן. אבער מרדכי דארף נישט האלטן חשבון וויפיל וואסער ער קויפט איין אין גראסערי, דאס טוט בכלל נישט אפעקטירן זיין ביזנעס.
מיר האבן אויסגעשמועסט די אויבנדערמאנטע אויפ'ן שפיץ גאפל, ס'איז נאך דא אסאך וואס צו רעדן וועגן דעם ענין. אבער מיר פארלאזן זיך אז איר וועט אלע פארשטיין וואס מיר האבן געשריבן. אויב נישט, ביטע לאזט אונז וויסן, מיר וועלן דאס בל"נ מער אויסברייטערן אין די נעקסטע געלעגנהייט.
*די קומענדיגע פאר שורות קענט איר ליינען, אבער דאס קען אייך צומישן, איך שרייב דאס נאר ווייל איך וויל הערן א הסבר פון די יודעי דבר פון צווישן אונז:
די צוויי ענטריס פון דאבל ענטרי בוקקיפינג ווערט גערופן אין די גוי'אישע וועלט 'דעביט' און 'קרעדיט'. איך בין זיכער אז איר ווייסט וואס דאס טייטש, 'דעביט' איז א מיינוס, ס'איז ארויסגענומען געווארן געלט פון אייער באנק אקאונט. 'קרעדיט' איז א פלאס, איר האט אריינגעלייגט געלט אין באנק. אין קורצן – דעביט=וויזדעראל (Debit=Withdrawal), קרעדיט=דעפאזיט.
אבער, ווען עס קומט צו בוקקיפינג טוט זיך די זאך טוישן. 'דעביט' איז טייטש "די קאטעגאריע איז 'דעביטעד' פאר די קאמפאני – שולדיג פאר די קאמפאני". 'קרעדיט' איז טייטש "דער קאטעגאריע האט קרעדיט ביי אונז". אלץ רעזולטאט קומט ארויס דאס פארקערטער וואס מיר זענען געוואוינט צו הערן און פארשטיין:
ווען דער 'אקאונטס רעסיוועבעל' איז 1000$, וואס מיינט אז קאסטומערס זענען שולדיג פאר די קאמפאני אין ווערד פון 1000$, איז דער אקאונטס רעסיוועבעל א 'דעביט באלאנס', ווארום דער אקאונטס רעסיוועבעל איז 'שולדיג' (דעביטעד) פאר די קאמפאני.
ווען דער 'אקאונטס פעיעבעל' איז 500$, וואס מיינט אז דער ביזנעס איז שולדיג פאר אנדערע אין ווערד פון 500$, איז דער 'אקאונטס פעיעבעל' א 'קרעדיט באלאנס', ווארום דער קאטערגאריע האט ביי מיר קרעדיט, איך בין עם שולדיג 500$.
דאס זעלבע איז אקאוראט מיט א באנק אקאונט, ווען ס'איז דא 2000$ אין באנק, ווערט דאס גערופן אין די בוקקיפינג סיסטעם א 'דעביט באלאנס', ווארום דער באנק איז שולדיג געלט פאר די ביזנעס.
קען מיר איינער מסביר זיין פאר א גוט יאר פארוואס מוזן זיי זיין אזוי פארדרייט? איך פארשטיי זייער גוט פארוואס דאס איז אזוי, אבער מאך נישט משוגע די וועלט מיט דיינע אויפטרעפענישן.... פארגעס נישט, אינעם בוקקיפינג סיסטעם איז ווייטער א פלאס און א נעגעטיוו באלאנס אזוי ווי מיר האבן געמיינט ביז היינט, דהיינו, דער באנק סטעיטמענט וועט ווייזן 'דעפאזיטס' פון 4000$, און די 'דעביטס' וועלן זיין 2000$, וואס וועט פירן צום באלאנס פון 2000$. ס'וועט נישט בייפאלן פאר קיין שום באנק צו שרייבן ביי דער דעביט סעקשאן (די ארויסגענומען געלט) 'קרעדיטס', און ביי די דעפאזיט סעקשאן 'דעביטס'.
און טאקע דערפאר וועט איר זעהן אין יעדער ביכל וואס רעדט פון בוקקיפינג און אקאונטינג, אזעלכע ווערטער ווי: 'מיר ווילן אייך נישט צומישן.....' אדער 'פארגעסט וואס איר האט געוואוסט ביז יעצט....' ווייל.... די ריכטיגע אפטייטש איז כנ"ל.

לעצט פארראכטן דורך לחיים ולברכה אום דאנערשטאג יאנואר 24, 2008 1:53 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3686
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
לחיים; דו האסט עפעס מגיהה צו זיין אויף די "מתיבתא גמרא"? ניין, ווייל ס'איז אויסטערליש גוט אראפגעלייגט, להבדיל בין קודש לחול דאס זעלבע ביי די באשרייבונג, איך קען נישט זאגן וועלכע שורה ס'מאכט דאס אזוי גוט, מסתמא אלע ווערטער אינאיינעם. דו צונעמסט זייער שיין וויאזוי ס'ארבעט.
פאר חברים אין קרעטשמע קען איך נאר זאגן, אויב טוט איר אין דעם ליין - אזוי ווי איך אביסל - וועסטו פארשטיין יעדן דיטעיל וואס לחיים האט געשריבן, אויב זענט איר נישט דערין, איז דאס אפשר גוט סתם צו וויסן - וואס דאס איז מער געזאגט געווארן אויף די פריערדיגע צוויי ארטיקלן - אבער איר וועט מעגליך נישט כאפן די פרטים ופרטי פרטים און וואס דאס איז אריינגעמישט.
לחיים; נאכאמאל, דו האסט א גוטן פעדער און א גוטן כח ההסברה. יש"כ.
און א ווערטל אין די זייט: בעה"ב טייערער; יעצט מעגסטו שוין לאזן דיינע ארבעטער'ס אריינקומען אין קרעטשמע..

- פאטאקי08
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13895
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
- פארבינד זיך:
דאס זעלבע איז אקאוראט מיט א באנק אקאונט, ווען ס'איז דא 2000$ אין באנק, ווערט דאס גערופן אין די בוקקיפינג סיסטעם א 'דעביט באלאנס', ווארום דער באנק איז שולדיג געלט פאר די ביזנעס.
ביי מיר איז עס נישט אזוי ווייל ווען איך האב געפענט די אקאונט האב איך עס געסעט אלץ א עססעט און נישט אלץ א לייעביליטי דוק ותשכח
- פאטאקי08
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13895
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
- פארבינד זיך:
פאטאקי08 האט געשריבן:דאס זעלבע איז אקאוראט מיט א באנק אקאונט, ווען ס'איז דא 2000$ אין באנק, ווערט דאס גערופן אין די בוקקיפינג סיסטעם א 'דעביט באלאנס', ווארום דער באנק איז שולדיג געלט פאר די ביזנעס.
ביי מיר איז עס נישט אזוי ווייל ווען איך האב געפענט די אקאונט האב איך עס געסעט אלץ א עססעט און נישט אלץ א לייעביליטי דוק ותשכח
קען זיין איך האב נישט געליינט קיין אקונטינג\בוקיפינג בוק קיינמאל אחוץ חיים ברוך'ן דעריבער איז ביי מיר זייער גראד וויאזוי איך האב פארשטאנען קוויקבוקס אולי?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
קודם וועל איך מאכן א שטיקל הקדמה; איינער וואס ארבייט מיט א קאמפיוטער סאפטוועיר דארף נישט וויסן אלעס וואס כ'האב געשריבן אין די דאזיגע ארטיקל, די קאמפיוטער טוט די דאבל ענטריס אן זיין וויסן, און ער דארף נישט וויסן וואס מיינט קרעדיט און דעביטס אויך נישט.
אבער ווער ס'ארבייט מיט ביכער (ווי מיט צען יאר צוריק), אדער ווער עס וויל וויסן די טיפקייט פון בוקקיפינג - וואס דער קאמפיוטער טוט וכדו', פאר עם איז אינטערסאנט צו וויסן די סיסטעם וואס כ'האב ערקלערט.
איצט צום ענין, איך רעד נישט פון קיין מציאות אדער פאקטן, כ'רעד פון וויאזוי עס ווערט 'אנגערופן' אין די בוקקיפינג וועלט. אז דו האסט פערזענליך אויפגעסעט דיין אקאונט אלץ אן עסעט (וואס אייגענטליך איז ווארשיינליך נישט ריכטיג, ועוד חזון) גייט נישט געטוישט ווערן די בוקקיפינג וועלט...
ווי אויך, ווען דו וועסט קוקן אין די העלפ פון קוויקבוקס וועסטו טרעפן אסאך מאל די דערמאנטע דעביטס און קרעדיט אישו.
אז דו פארשטייסט נאכאלץ נישט, דאנוט העסיטעיט טו עסק עגעין, כ'וויל דיר ענטפערן שפעטער נאכמיטאג אדער ביינאכט. הצלחה.
אבער ווער ס'ארבייט מיט ביכער (ווי מיט צען יאר צוריק), אדער ווער עס וויל וויסן די טיפקייט פון בוקקיפינג - וואס דער קאמפיוטער טוט וכדו', פאר עם איז אינטערסאנט צו וויסן די סיסטעם וואס כ'האב ערקלערט.
איצט צום ענין, איך רעד נישט פון קיין מציאות אדער פאקטן, כ'רעד פון וויאזוי עס ווערט 'אנגערופן' אין די בוקקיפינג וועלט. אז דו האסט פערזענליך אויפגעסעט דיין אקאונט אלץ אן עסעט (וואס אייגענטליך איז ווארשיינליך נישט ריכטיג, ועוד חזון) גייט נישט געטוישט ווערן די בוקקיפינג וועלט...
ווי אויך, ווען דו וועסט קוקן אין די העלפ פון קוויקבוקס וועסטו טרעפן אסאך מאל די דערמאנטע דעביטס און קרעדיט אישו.
אז דו פארשטייסט נאכאלץ נישט, דאנוט העסיטעיט טו עסק עגעין, כ'וויל דיר ענטפערן שפעטער נאכמיטאג אדער ביינאכט. הצלחה.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
וואו זעסטו דא אז כ'שרייב אז דאס איז א לייעביליטי? כ'האב געמיינט צו זאגן אז ס'איז פון די 'קעפיטעל' קאטעגאריע וואס איז אונטער 'עקוועטי'. און אויף דעם האבעך צוגעשריבן 'ועוד חזון', ס'איז אן אריכות הדברים וואס פארלאנגט אן עקסטערע באשרייבונג.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
לחיים ולברכה, דאס מאל מוז איך דיר זאגן אז ס'יז א היט! כאב געשטימט פאר די ערשטע אפציע.
כאטש די ערשטע צוויי שיעורים זענען געווען זייער באטעמ'ט מיענס טעיסטי, האב איך מיר נישט גענומען די קוה צו וואוטן ווייל ס'יז געווען מער ווייניגער דברים כלליים, אבער דאס מאל מיט די דאבל ענטרי אויפדעקונג, אזש ביז איטאליע בין איך געשפרינגען פאר סורפרייז..
בנוגע פאטאקי'ס באנק אקאונט, איך ווייס נישט פארוואס ס'דארף זיין א עסעט אדער לייעביליטי. ביי מיר איז דאס אנגעשטעלט אלס BANK קעטעגארי אין קוויקבוקס.
אז איך האב שוין די הייק אין די מאנט, לגבי דיין הארבע פראגע פון די פארקערטע דעביט\קרעדיט אקאונטינג סינדראם. קודם כל איך ווייס נישט 'וואו' דו זעהסט דאס אז ס'אפעקטירט עפעס, געב מיר א דוגמא אין קוויקבוקס. און צווייטנס, די ענטפער קען זיין בדרך אפשר אז בעיקר איז די פאוקוס (FOCUS) פון בוקקיפינג צו אבזערווירן דעם 'ביזנעס' דעם קארפארעשאן און נישט אלע אקאונטס און קאטאגאריעס ארום און ארום. נו הגע בעצמך ווען 'מר. ביזנעס' האט אין רעסיוועבל 1000 דאלער, איז דאך דער אקאונט שולדיג פאר די קארפארעשאן און די זעלבע ווען דער באנק אקאונט פארמאגט 2000 דאלאר ווי דו רופסט עס אזזוי גלייכגילטיג, איז דער דרויסנדיגער אקאונט - די באנק, שולדיג פאר מר. ביזנעס. פונקט ווי דיין פערסענאל קרעדיט קארד פון באנק אף אמעריקא, איז דיר שולדיג יעדע חודש 10000 דאלאר אלס דיין קרעדיט אלס זייער פארפליכטונג צו דיר, און ווען דו נוצט עס ווערט עס א דעביט בעלענס פאר 'דיר'.
סארי האסט מיך געפרעגט אין גוגל איבער דעם, כאב בשעתו נישט אויספיעט צו ענטפערן. און כ'על דיר זאגן א סוד: כאב עס הערשט יעצט געליינט..

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
שכח שוועמל פאר דיין קאמפלימענט. א קאמפלימענט פון דיר - א ביזנעסמאן - האט אן אנדערע באדייט.
בנוגע פאטאקי'ס באנק אקאונט, וועל איך מסביר זיין אינעם קומענדיגן קאפיטל אי"ה.
דער דעביט/קרעדיט צומישעניש איז אין אמת'ן נאר אין פאפירענע סיסטעם, אין קוויקבוקס דארפסטו נישט וויסן דערפון גארנישט. מיין שאלה איז נאר, פארוואס אינעם פאפירענעם סיסטעם פעלט אויס צו מאכן אזא צומישעניש. כ'דארף דאס נאך אליין פראקטיצירן, אולי, אפשר דעמאלטס וועלעך מודה זיין צו זיי.
לגבי קרעדיט קארדס, כ'מיין אז באנק אף אמעריקע איז מיר גארנישט שולדיג.... אפשר האסטו נאר געמיינט די אויסדריק. אבער דאס איז זיכער אז זיי זענען נישט אין דעביט צו מיר, ד"מ, זיי זענען קיינעם גארנישט שולדיג. ווען דו נעמסט ארויס געלט פונעם קרעדיט קארד, דעמאלטס ווערסטו 'דעביט' פאר זיי - שולדיג פאר זיי. און זיי האבן קרעדיט ביי דיר.
כ'זעה אז ס'פעלט נאך אסאך הסברה אין דעם ענין, כ'וועל נאך מרחיב זיין את הדיבור אי"ה.
בנוגע פאטאקי'ס באנק אקאונט, וועל איך מסביר זיין אינעם קומענדיגן קאפיטל אי"ה.
דער דעביט/קרעדיט צומישעניש איז אין אמת'ן נאר אין פאפירענע סיסטעם, אין קוויקבוקס דארפסטו נישט וויסן דערפון גארנישט. מיין שאלה איז נאר, פארוואס אינעם פאפירענעם סיסטעם פעלט אויס צו מאכן אזא צומישעניש. כ'דארף דאס נאך אליין פראקטיצירן, אולי, אפשר דעמאלטס וועלעך מודה זיין צו זיי.
לגבי קרעדיט קארדס, כ'מיין אז באנק אף אמעריקע איז מיר גארנישט שולדיג.... אפשר האסטו נאר געמיינט די אויסדריק. אבער דאס איז זיכער אז זיי זענען נישט אין דעביט צו מיר, ד"מ, זיי זענען קיינעם גארנישט שולדיג. ווען דו נעמסט ארויס געלט פונעם קרעדיט קארד, דעמאלטס ווערסטו 'דעביט' פאר זיי - שולדיג פאר זיי. און זיי האבן קרעדיט ביי דיר.
כ'זעה אז ס'פעלט נאך אסאך הסברה אין דעם ענין, כ'וועל נאך מרחיב זיין את הדיבור אי"ה.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
- thefact
- שר האלפיים
- תגובות: 2511
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
- לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
- פארבינד זיך:
לחיים ולברכה האט געשריבן:מיין צוריקקער איז שוין ב"ה צושטאנד געקומען, אבער די צייט נאכנישט. כ'בין אזוי בעקד אפ מיט ארבייט ווי פון דא ביז קאנארסי...
ווי ס'איז קאנארסי ווייסן מיר אבער ווי פאר א גוט יאר איז "דא"....
מיר מוזן וויסן צו קענען מאכן די מעט (MATH)...
נאר א ווערטל חיים ברוך
מיר ווארטן צוזאמען מיט שפאנונגען און מיט "דעם קורצן אטעם" איינער קען אים? ער איז א קאזין מיט שפאנונגען
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
כ'האב שוין באשלאסן איבער וועלכע ענין צו שרייבן, געטס מיר אפאר טאג צו מסדר זיין אין קאפ, און דערנאך עמיר זוכן צייט צו אפשרייבן...
דע פאקט; 'דא' איז זייער ווייט פון קאנארסי, בערך אזוי ווייט ווי פון דא ביז קאנארסי...
דע פאקט; 'דא' איז זייער ווייט פון קאנארסי, בערך אזוי ווייט ווי פון דא ביז קאנארסי...
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
- אזוי איז די מעשה
- שר העשר
- תגובות: 31
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 11, 2008 5:14 pm
- לאקאציע: הונטערן שטויביגן קארפעט