וועלכע אויסגאבעס ליינט איר?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
בקיצור: דערווייל איז מעלות ארויס דער געווינער... און דער גאזעט דער ראנער אפ,
דער גאזעט גראדע איז צום פארשטיין, ווייל די גאווערמענט באצאלט דערפאר, און מען דארף ניטאמאל דעם פוד סטעמפס קארטל דערפאר. נאר פשוט עס קומט אן דורך די יונייטעד סטעיטס פאוסטעל סערוויס, צו יעדן אין פאסט קעסטל. און מען דארף נאר ליינען,
אבער מעלות דאס איז שוין יא א באצאלטע ארטיקל, פארפאלן זעהט אויס אז צו א גוטע זאך פארשטייט יעדער...
דער גאזעט גראדע איז צום פארשטיין, ווייל די גאווערמענט באצאלט דערפאר, און מען דארף ניטאמאל דעם פוד סטעמפס קארטל דערפאר. נאר פשוט עס קומט אן דורך די יונייטעד סטעיטס פאוסטעל סערוויס, צו יעדן אין פאסט קעסטל. און מען דארף נאר ליינען,
אבער מעלות דאס איז שוין יא א באצאלטע ארטיקל, פארפאלן זעהט אויס אז צו א גוטע זאך פארשטייט יעדער...
גימעל האט געשריבן:רעיא מהימנא האט געשריבן:דעיס איז מיר ממש א נייעס אז "מעלות" איז ממש די שטערקסטע אוסגאבע! (דערוואל, לויט דעם אנקעטע...)
וואס איז די גרויסע נייעס דא, דער עולם האט א גוטע נאז, גוטע סחורה פארקויפט זיך גוט!
איך האב ניש געחלומ'ט אז די עולם זיכט "גוטע סחרה".. כ'האב געמיינט אז די פרימע עולם 'קויפט מעלות פשוט ווייל ס'איז פרים. איז אדער איז די פרימע עולם מער ווי די סארט עולם וואס קויפט די שטערן - אדער איז דא אין אייוועלט דא מער אזא סארט עולם.
אדער האט עס נישט קיין שייכת מיט פרימקייט - אין די עולם קויפט די מעלות ווייל ס'איז קוואליטי...
גימעל האט געשריבן:לויט דעם שטייט דער איד, דער בלאט, און די צייטונג אייניג. 11 פאר יעדן
יעצט קימט איוס אז די צייטנוג איז שטערקער פין דעם בלאט אין איד. מיט 25 פאר בלאט אין איד ציזאמען, און 14 פאר די צייטונג. חוץ אויב מ'וועט אנעמען אז געוויסע וואס ליינען ביידע האבען נישט געוויסט אז מ'דארף שטימען פאר די ערשטע צוויי אויסוואלען אין האבען בלויז געשטימט פאר די צווייטע.
רעיא מהימנא האט געשריבן:מ'האט שוין געפענט אסאך אשכולת פין פארשידענע מיני אנקעטעס. געוויסע זענען וויכטיגע, אין געוויסע זענען סתם אין די וועלט אריין. איך קלער אז ס'וואלט געוועהן זייער אינטערעסאנט צי הערען פין דעם עולם וועלעכע אויסגאבעס מען ליינט.
דאס קען אויך ציניץ קימען אפצישאצען ווי פאפאלער א אויסגאבע איז ביים היימישען ציבור, אין ווי ס'לוינט זיך צי אדווערטייזען.
דעריבער זאל דער עולם ביטע מהנה זיין איינעם די צווייטע אין נעמען די מי אריינצוקליקען ביי אלע אויסגאבעס וואס מען ליינט.
וואס מיינט "ליינען"? ליינען מוז נישט מיינען בקביעות ממש יעדע אויסגאבע, אבער אויב לייענט מען לאמיר זאגן מער ווי 35 פערצענט פין די אישוס פין אן אויסגאבע הייסט עס אז מ'איז א ליינער פין די אויסגאבע.
אזוי ווי איך וויל דאך אוואדע נישט אז פאליטיק זאל ווערען אריינגעמישט אין דעם אנקעטע, דערפאר האב איך ציזאמגעשטעלט "דער איד" און "דער בלאט" אויף איין אויסוואל, אין אויב איינער ליינט נאר איינס פין די זאל ער שטימען אויף דעם ערשטן אויסוואל, אין אויב ליינט ער ביידע זאל ער שטימען סיי אויף די ערשטע אין סיי אויף די צווייטע אויסוואל. אזוי וועט מען טאקע נישט וויסען וועלכע פין די צוויי צייטונגען האבען מער לייענער דא, אבער מען וועט וויסען דעם סך הכל פין ביידע ציזאמען, (וואס מ'קען צעטיילן אין רעכענען האלב אויף האלב).
איך האף אז איך האב נישט אויסגעלאזט א אויסגאבע וואס געוויסע דא ליינען, אויב יא זאל מען מעורר זיין, אין כ'וועל צילייגען.
גימעל האט געשריבן:רעיא מהימנא האט געשריבן:דעיס איז מיר ממש א נייעס אז "מעלות" איז ממש די שטערקסטע אוסגאבע! (דערוואל, לויט דעם אנקעטע...)
וואס איז די גרויסע נייעס דא, דער עולם האט א גוטע נאז, גוטע סחורה פארקויפט זיך גוט!
ich halt nisht az dus iz aza richtiger upshpigeling finem algimeinem olim vus zei kofin ,in zeir protzent id"g, es iz endersh an upshpigeling fin yiddesher velt bazicher's interesen, vus ich halt iz lechtichilah rov a giveser tip mentchin vus zenin farintresirt in dee zachen. Ich gleib az ven dee machast dee zelba anketa, in dee heimesher sites fin hydepark,upgiret fin "vus iz neis", vchd. bakimst dee hibsh andera rezultatin (in andare verter ven einer zul velin nitzin dee rezultaten oif vus der chreidisher olim leint dus mersta, iz dus bichalal nisht masngebindig. vee oich oib einer zul dus vellin nitzin altz vee tzee leigen reklames, darf er endersh visin tzee er zicht der gantzer charidisher olim,- vus demuls toig nisht dee anketes,- uder tzilt er tzee a spesifesher teil vus demuls ken er zich efsher yuh banitzin mit dem)
יוד איינער האט געשריבן:דרך אגב "דאס אידישע ווארט, האט איר אויסגעלאזט,....
עס קומט נאך ארויס?
es kimt nuch arois (es vet avadah nuch unhaltin minumum veelang ir hopit reducter reb yosef freidenson lebt leorech yumim veshunim)
es iz fin dee eltsta yiddesher magzinen es flegt zein gantz intrasant a sach historisher artiklen fin far di milchuma in fin der chorben alein ,es kimt arous doriech dee agidah
es iz oich faran a zeir sheiner vechtnlicher ousgaba endlich tzim yiddesher licht,onig shabbos ,id"g vus heist "dee brucha in shteeb" es kimt arous fin karlin stalin
fin lubavitch flegt amul zein epis endlich ich mein es hut giheisen shmisen mit kinder uder epis endlich (oich oif english talks and tales) es ken zein az es kimt nuch arous.
רעיא מהימנא האט געשריבן:וואס איז די "אידישע ווארט?
דאס אידישע ווארט: איז די אגודת ישראל פון אמעריקא'ס חודש'ליכער צייטשריפט. די אפיציעלע אונטער קעפל דערפון איז "חודש דזורנאל, געווידמעט די פראבלעמען פון תורה-אידנטום.
די רעדאקטאר איז הרב יוסף פרידנזאן הי"ו, א ריזיגע שרייבער בדמו ובנפשו, פון זיין פריעסטער יוגנט. און עס שרייבן דארט לייזערזאהן, פישהאף, בעססער,קאננער, און אוודאי דער ראש פון אגודה-אמעריקא דער לעגענדארער עסקן ר' משה שעררער ע"ה פלעגט דארט פובליצירן זיינע מאמרים, [אגב דאגב: שפעטער זיי געדרוקט אין זיין ספר "בשתי עינים"] און דער ר' יוסף שרייבט אויך אסאך ארטיקלען אונטערן נאמען א לאדשער, זייענדיג א יליד לאדש שבפוילן..
און יא! עס קומט נאך ארויס, יעדע צוויי חדשים א פריש'ס, עס איז געשריבן מיט דעם ארגינעלן אלטן פוילישן יידיש, וואס האט א געשמאק צו לעזען, און עס ענטהאלט פיל רייכע ארטיקלען און מאמרים בענינים העומדים על הזמן, און קורות ותולדות היהודים, עס האנדלט אסאך ארום דעם שואה, און פוילן פון פרי ווארלד וואר, אגודה און דף היומי, יח"ל ועוד, וכולי!!!
- לאז געמאכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2710
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am
געשטימט... די מעלות מיט המספיק גאזעט באקומם איך מדי חודש בחנם.
די מעלות פלעג איך ניט קויפן פאר כ'האבעס אנגעהויבן באקומען בחנם, באט יעצט האביך דערפון זייער הנאה, כ'וואלט אויפגעסייט פאר א סובסקירבשען אפי' אויב ס'וואלט זיך אויסגעפעלט.
כ'פלעג באקומען די באלייכטונגן יעדע וואך, ביז ז'זענען איינמאל שטארק געשטיגן מיט די פרייז האביך זיי אפגעלאזט מיטן פלאן צו קויפן וועכענטליך וואס דאן זעהט זיך נישט אן אזוי שטארק די הוצאה, די סוף איגעווען אז כ'האב עס געקויפט צוויי דריי מאל... און פיניש.
די מעלות פלעג איך ניט קויפן פאר כ'האבעס אנגעהויבן באקומען בחנם, באט יעצט האביך דערפון זייער הנאה, כ'וואלט אויפגעסייט פאר א סובסקירבשען אפי' אויב ס'וואלט זיך אויסגעפעלט.
כ'פלעג באקומען די באלייכטונגן יעדע וואך, ביז ז'זענען איינמאל שטארק געשטיגן מיט די פרייז האביך זיי אפגעלאזט מיטן פלאן צו קויפן וועכענטליך וואס דאן זעהט זיך נישט אן אזוי שטארק די הוצאה, די סוף איגעווען אז כ'האב עס געקויפט צוויי דריי מאל... און פיניש.
נארישער האט געשריבן:טערסאנט פארוואס דער שטערן האט מער ליינערס ווי דער שפאקטיוו, סאיז דאך די זעלבע זאך
מען קען אבער פארשטיין אז איינער מאכט אפ אז עם איז געניג א שטערען נא ר איין מאל א חודש אין ניש יעדע צוויי וואכען. אין אויף אזא אופן פארפאסט מען עכט גארנישט ווייל די פארזעצאנגען פין די שטערן לויפען נישט אין די שפאקטיוו..
איי פארוואס שפאקטיוו יא אין שטערן נישט --אפשר פארקערט?? אבער ניין -די שטערען האט מער פעידזשעס ווי שפאקטיוו, געווענטלעך בערך 130 אבער שפאקטיוו האט ווייניגער בערך 115 געווענטלעךץ
מיר ווילן זיך באדאנקען פאר די וואס האבן אויפמערקזאם געמאכט איבער א בילד וואס איז ערשיינען אין די סוכות אויסגאבע וכו'....
דאס איז די קורצע נוסח בערך וואס די באלייכטונגען האט אריינגעשטעלט די וואך.
האבעך זיך נישט געפוילט און ארויסגענומען די סוכות אויסגאבע און איך זוך און זוך וואס קען זיין ראנג מיט א בילד דארט, און איך האב נישט געפונען.
סתם פאר אינטערעסאנטקייט אויב איינער ווייסט פון וואס ער רעדט.
-
- שר האלף
- תגובות: 1429
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
- לאקאציע: אין די העכערע ספערן...
זיס האט געשריבן:נאר איין מענטש דא אין קרעטשמע ליינט דער דזשואיש פרעס.
איך בין נייגעריג ווער דאס איז...
דער "דזשואיש פרעס" און "דער אלגעמיינער דזשונאל" זענען די צוויי איינציגסטע צייטונגען וואס איך קויף כמעט בקביעות.
און פון צייט צו צייט קויף איך א "המודיע" אדער א "יתד".
די איבריגע ווערט כמעט יעדע וואך געברענגט צו מיר אין אפיס דורך איינע פון די מיטארבעטער, און מען גיבט עס א בלעטער דורך.
דערנאך איז דא די "מעלות" און "די ליכטיגע היים" וואס די רביצין מאכט זיכער צו קויפן חודש'ליך.
אמאל פלעג איך זיין א קביעות'דיגער ליינער פון די "בעלייכטונגען", בפרט פון די ערשטע מעשה אויף וואס איך פלעג ממש גיין ניסלעך פון דעם געשמאקן אופן וואס ער האט אראפגעלייגט א חסידישע מעשה. אבער זינט ער האט געטוישט דער גאנצער סטיל אויף קאלירט און בליטשקעדיג, האט איך עס אויפגעהערט צו קויפן. ווייל אז ער שטעלט זיך אהער ווי א מאגאזין, האב איך גענוג אנדערע וואס זענען אינטרעסאנטער.
זעענדיג ווי דער "יוד איינער" האט דערמאנט "דאס אידישע ווארט", און "פרייליכערהייט" און ווער ווייסט" האבן אביסל געשריבן דערוועגן, האב איך געמאכט א זוך אינעם אידישן וויקי, און ס'איז אינטרעסאנט א זיי דערמאנען עס נישט.
אויך איז אינטרעסאנט אז אינעם העברעאישן וויקי, ווערט דערמאנט א געוועזענע צייטונג אויף אידיש מיטן נאמען "לעצטע נייעס" וואס איז שוין אונטערגעגאנגען אין 2006. און "דער בלאט" און "דער איד" ווערן דארט אינגאנצן נישט דערמאנט.
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9C%D7% ... 7%A2%D7%A1
http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%93%D7% ... 7%90%D7%9C
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A7%D7% ... 7%99%D7%A9
http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A7%D7% ... 7%A2%D7%9F
http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A7%D7% ... 7%A2%D7%9F
פארשריבן האט געשריבן:זעענדיג ווי דער "יוד איינער" האט דערמאנט "דאס אידישע ווארט", און "פרייליכערהייט" און "ווער ווייסט" האבן אביסל געשריבן דערוועגן, האב איך געמאכט א זוך אינעם אידישן וויקי, און ס'איז אינטרעסאנט א זיי דערמאנען עס נישט
viewtopic.php?p=332632#p332632
פריילאך האט געשריבן:זיס האט געשריבן:210 - גאר באלערנעדע און אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט הרב יוסף פרידנסזאהן הי"ו - דער רעדאקטאר פון "דאס אידישע ווארט". (דורך ר' יצחק שלמה דרעזנער).
גאר שיינע שטיקער היסטאריע, אפראגעלייגט מלא טעם, זייער קלארע שטימע, כאטש די יוד איז שוין בן 88.
- קאמענטאטאר
- שר חמש מאות
- תגובות: 982
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
- לאקאציע: אין ביבילאטעק