אפדעיט 8/12/08
זייער וועבסייט איז http://www.langover.com
און א גראדע דאונלאוד לינק איז http://www.langover.com/LangOver.zip
און מדארף גארנישט טוישן אין די לענגוויטש אפשענס
א פראבלעם וואס מאכט זיך זייער אפט. און מסתמא פאר טויזענטער אנדערע אויך (בעיקר פאר די וואס טייפן נאך נישט אויסנווייניג):
איר האלט אינמיטן טייפן אידיש, און איר קוקט נאר אויפן קיבארד. נאכן אפטייפן א שורה צוויי, זעט איר אויפן סקרין אז האלב דערפון איז אין ענגליש, אדער פארקערט איר האלט אינמיטן טייפן ענגליש, און איר קוקט נאר אויפן קיבארד. נאכן אפטייפן א שורה צוויי, זעט איר אויפן סקרין אז האלב דערפון איז אידיש
עס איז פארהאן אפראגרעם (בחנם) פאר דעם פראבלעם
הפוך על הפוך איז אמחי',
איר היי-לייט דאס געשריבענע און איר געט א דרוק אויפן ווינדער קנעפל F10
נאך א מעגליכקייט, איר היי-לייט דאס געשריבענע, און איר געט א דרוק אויפן קנעפל F6 איבערצודרייען די ווערטער אין די זעלבע שפראך למשל פון "טלעוו עשידיא" וועט ווערן "אידישע וועלט" און פארקערט
http://www.freeware.co.il/HEBREW
זעהט די ווידיא פרעזענטעשאן http://www.freeware.co.il/HEBREW/zombit.mpg
נאר פארן דאונלאודן דארף מען טון ווי פאלגענד:
start>control panel>regional & language options>advanced
און סעלעקטן ביי non-unicode היברו אנשטאט ענגליש, אז נישט קען מען גארנישט לייענען.