פראגעס און קאמענטארן אויף לחיים'ס אקאונטינג שיעורים
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן
- פאטאקי08
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13894
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
- פארבינד זיך:
פראגעס און קאמענטארן אויף לחיים'ס אקאונטינג שיעורים
זייער גוט אראפ געלייגט שכח שכח מען דארף עס נאר איבערטייטשען די הויפט כללים אין ענגליש מען זאל עס קענען גרינג פארשטיין ביים ניצן מיט קוויק בוקס/קוויקען
נאכאמאל א גרויסען שכח א הערליכע ארבייט!!!!!!!!!!!!!!!
לחחחחחחחחחייייייייייייייייייייייייייםםםםםםםםםםםםםםםםםםםםם!!!!!!!!!!!!!
דא האט איר די אקאונטינג - בוקקיפינג שיעור

איך האב נישט קיין ביזנעס, כמעט נישט קיין אויסגאבן, ניטאמאל הכנסות (וואס מיינט דאס אפילו?), אבער א מבין אויף א גוט שטיקל ארבעט האלט איך מיך נאך, דערפאר ווילט זיך אפגעבן א שיינעם דאנק פאר אונזער אלעמען באליבטן ידיד וואס האט נישט געשוינט קיין צייט און מיה אראפצושטעלן פאר אונז די יסודות פון הכנסות והוצאות, ועוד ידו נטויה, שלא על מנת לקבל פרס, רק לעשות נחת רוח לאחינו בני ישראל דיירי ותושבי קרעטשמעתינו.
חזק ואמץ!
חזק ואמץ!
לחיים.
איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן, קענסט מיר מסביר זיין פארוואס דו טוסט עס? איך קען נישט אפמאכן זיכער צי איך וואלט עס געטון ווען איך וואלט ווען געקענט וואס דו קענסט, און ווען איך וואלט ווען געקענט אזוי גוט שרייבן און מסביר זיין וואס איך ווייס, אזוי ווי דו, און אפילו ווען מ'וואלט מיר געבעטן, און דו טוסט עס מיט אזא אייפער, אנע בעטן, וואסי פשט?
איך האב נאר איין תירוץ דערויף, ס'מוז זיין נאר ווייל דו הייסט לחיים ולברכה.... דאס איז וויאזוי א "לחיים ולברכה" ארבעט...
און קען זיין נאך אזאך, אז וועגן דעם טוסטו עס טאקע, ווייל דו ווילסט אז אויך אנדערע, זאלן האבן א ברכה אין חיים...
בקיצור, א יישר כח.

- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן
לחיים, איך האב יעצט געענדיגט אדורך ליינען דיין ארבייט מיט ישוב הדעת און איך האב שוין געוואוט ביים סקר אויך, פארשטייט זיך נומער איינס.
זייער פיין צולייגט.
ווי אזוי ווייס איך?
ווייל איך האב קיינמאל נישט געוואוסט קיין כי הוא זה פון אקאונטינג וכדו' און איך האב אלעס קלאר פארשטאנען.
חזק ואמץ מיר קוקען ארויס בכליון עינים אויף די נעקסטע שיעור.

הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
- thefact
- שר האלפיים
- תגובות: 2511
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
- לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
- פארבינד זיך:
לחיים; ווען איך וואלט ווען געהאט דעם ארטיקל צוויי יאר צוריק, "מיין איך" איך וואלט געקענט ראטעווען א איד'ס ביזנעס
איך האב געטענה'ט אז ער דארף א בוכהאלטער, ער האט מיר אבער פארציילט דיין מעשה מיט ר' הערשעלע (ער האט עס נישט אזוי גוט אראפ געלייגט ווי דו באט די תוכן איז געווען די זעלבע) איך האב אים עס נישט געהאט וואס צו ענטפערן און אירע מה שאירע
לחיים! ווי ביזטו געווען פאר צוויי יאר צוריק?
איך האב געטענה'ט אז ער דארף א בוכהאלטער, ער האט מיר אבער פארציילט דיין מעשה מיט ר' הערשעלע (ער האט עס נישט אזוי גוט אראפ געלייגט ווי דו באט די תוכן איז געווען די זעלבע) איך האב אים עס נישט געהאט וואס צו ענטפערן און אירע מה שאירע
לחיים! ווי ביזטו געווען פאר צוויי יאר צוריק?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
וואו איך בין געווען? דארטן וואו דיין חבר איז געווען..... כ'האב זיך געלערנט אויף די אייגענע ביינער.
אין אמת'ן, אונזער ארטיקל איז געשטעלט אויף אקאונטינג און נישט אויף ביזנעס בעיסיקס וואס כ'האב געטראכט צו באשרייבן עקסטער. אבער אז דו האסטעס ארויסגעברענגט, ווי אויך אונזער טייערע ארענדאר האט מיר אנגערופן איבער אפאר ענינים וואס כ'דארף מתקן זיין וואס איז נוגע דעם ענין, וועל איך יא פרובירן צו רעדן דערפון אינעם נעקסטן געלעגנהייט. אי"ה.
און אז מ'רעדט שוין וויל איך אייך זאגן נאך מער.
פאר כ'בין אריין אין ביזנעס האב איך זיך דורכגערעדט מיט פארשידענע ביזנעסלייט. יעדער האט אויסגעהערט אויבערפלעכלעך און מיר שטארק צוגעשטיפט דערצו, ווייל כ'האב זיי מסביר געווען די גוטס פון מיין ביזנעס... אבער כ'בין נישט געווען צופרידן, כ'האב געוואלט איינער זאל מיט מיר איבערגיין די פונקטליכע חשבונות, בין איך געגאנגען צו א מאדערנע עקספערט, יענער איז איבערגעגאנגען מיט מיר אלע חשבונות, און ער האט מיר אויפגעקלערט אז כ'וועל דארפן האבן מינימום 60,000$ אויף אנצוהייבן, און ווער ווייסט צו ס'וועט צוריקקומען.....
כ'האב איבערגעגעבן די אויפקלערונגס ווערטער פאר מיינס א געלט-פארזארגער וואס האט מיך שטארק צוגעשטיפט, און ער האט אוועקגעמאכט די ווערטער פונעם ביזנעס עקספערט.
דערנאך בין איך געגאנגען צו איינער פון די ארגעניזאציעס וואס העלפן ארויס אין פינאנציעלע ענינים. אריינקומענדיג מיט מיינע חשבונות, האט יענער אויך שטארק צוגעשטיפט דערצו, זאגענדיג "די וואס דערלייגן ביזנעס, איז דאס ווייל זיי האבן נישט די פאפירן מיט חשבונות" משא"כ איך וואס כ'האב יא פונקטליך אויסגערעכנט אלע חשבונות, וועלעך זיכער מצליח זיין......
וואס זאלעכייך זאגן? ווער ס'קען מיך ווייסט וואו איך האלט און פארוואס כ'רעד אזוי. ס'איז א מורא'דיגע עולה פון יעדער וואס רעדט צו א יונגערמאנטשיק אריינצוטאנצן אין א ביזנעס אן זיך אריינטוהן ראשו ורובו אינעם גאנצען ענין!
אגב, כ'בין לעצטענס געווען ביי אנאנדער ארגעניזאציע (א קאמפעטישאן צום אויבנדערמאנטער), און יענער האט מיר געהייסט זיך אפשטעלן זאפארט! כ'דאנק אים אויף די 'טובה' וואס ער האט מיר גע'עצה'ט. הגם דערמאלטס איז דאס געווען אין מיינע אויגן א בחינה פון 'יעצנו רע'....

אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
לחיים, אקארשט געענדיגט ליינען, ס'איז הערליך אראפ געלייגט, כ'האב געוואוט אויף די ערשטע אפציע.
א גרויסן שכוח, און פארשטייט זיך א בקשה על העתיד.
אויף איין זאך בין איך נישט אינגאנצן איינשטימיג מיט דיר, האסטעך אפגערעדט אויף די וואס שטיפן אינגעלייט אריין צו גיין אין ביזנעס, איך האלט גראדע אז יעדער אינגערמאן, דארף פראבירן ווי שנעלער צו זיין אליינס אין ביזנעס, פארשטייט זיך אז מ'דארף עס טוהן מיט קאפ, אבער אן אריין טאנצן קומט מען אין ערגעץ נישט אן, איך האב שוין דערלייגט א שיינע פאר דאלער, אבער כאנישט חרטה, ווייל איך ווייס אז כ'האב געטוהן, און דאס איבריגע זאל דער פון אויבן פירן, איין מחשבה וואס איך טראכט אלץ און איך ענטפער פאר מענטשן וואס פרעגן מיך איבער מיין אלטע ביזנעס, צו איך האב נישט חרטה פארן אריין טאנצן דערין, און איך ענטפער אז ווען איך טאנץ ווען נישט אריין, וואלט איך מיך נאך היינט געערגערט, אפשר וואלט איך דארט מצליח געווען, און געמאכט געלט, און איך וואלט מיך אלץ געגעסן, אבער יעצט ווייסעך אז דארט נישט, וואו יא? האלטן מיר אינמיטן דיסקאווערן.
א גרויסן שכוח, און פארשטייט זיך א בקשה על העתיד.
אויף איין זאך בין איך נישט אינגאנצן איינשטימיג מיט דיר, האסטעך אפגערעדט אויף די וואס שטיפן אינגעלייט אריין צו גיין אין ביזנעס, איך האלט גראדע אז יעדער אינגערמאן, דארף פראבירן ווי שנעלער צו זיין אליינס אין ביזנעס, פארשטייט זיך אז מ'דארף עס טוהן מיט קאפ, אבער אן אריין טאנצן קומט מען אין ערגעץ נישט אן, איך האב שוין דערלייגט א שיינע פאר דאלער, אבער כאנישט חרטה, ווייל איך ווייס אז כ'האב געטוהן, און דאס איבריגע זאל דער פון אויבן פירן, איין מחשבה וואס איך טראכט אלץ און איך ענטפער פאר מענטשן וואס פרעגן מיך איבער מיין אלטע ביזנעס, צו איך האב נישט חרטה פארן אריין טאנצן דערין, און איך ענטפער אז ווען איך טאנץ ווען נישט אריין, וואלט איך מיך נאך היינט געערגערט, אפשר וואלט איך דארט מצליח געווען, און געמאכט געלט, און איך וואלט מיך אלץ געגעסן, אבער יעצט ווייסעך אז דארט נישט, וואו יא? האלטן מיר אינמיטן דיסקאווערן.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
איך הער, כ'וויל נישט רעדן צו דיר אין דיין איצטיגן מצב.... כ'מאך א ווערטל, זאלסט האבן אסאך אסאך הצלחה מיט דיין נייע ביזנעס.
כ'רעד אבער אויך פון עקספיריענס. איז אזוי, כ'ווייס נישט וויפיל געלט דו האסט דערלייגט, אבער יאך האב גענוג דערלייגט צו קענען זאגן מיט זיכערקייט די אויבנדערמאנטע סטעיטמענט. מיר וועלן נאך רעדן איבער דעם באריכות גדול, ועוד חזון למועד.
כ'רעד אבער אויך פון עקספיריענס. איז אזוי, כ'ווייס נישט וויפיל געלט דו האסט דערלייגט, אבער יאך האב גענוג דערלייגט צו קענען זאגן מיט זיכערקייט די אויבנדערמאנטע סטעיטמענט. מיר וועלן נאך רעדן איבער דעם באריכות גדול, ועוד חזון למועד.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
געשטימט פאר די דריטע אפציע. לחיים, זייער א גוטער שיעור. יישר כח פאר דיין אונטערנעמונג, ולמצוה גדולה יחשב.
פאר די אלע וואס האבן אינוועסטירט געלט אין א ביזנעס און האבן געשטימט אויף די ערשטע אפציע, זאלן מיר מוחל זיין אויף מיין פראגע, אבער איך פארשטיי זיי נישט.
הן אמת, אז דאס ערשטע מאל ווען מ'שפרינגט אריין אין א ביזנעס מוז מען נאך נישט וויסן כל כלליה ופרטיה פון פירן בוך, אבער מער ווייניגער די אלע זאכן וואס לחיים האט דא געשריבן זענען דאך די א'ב' פון חשבון. וכי בשופטני עסקינן? וויאזוי קען זיך א מענטש נארן אז ער האט געמאכט געלט, בלויז דערפאר ווייל זיין באנק אקאונט צייגט אזא גרויסע סומע, בשעת ווען ער ווייסט ביי זיך קלאר און דייטליך אז רוב געלט וואס ליגט אים אין באנק זענען כלל נישט קיין רוחים וואס דער אינוועסטמענט האט אים געברענגט?
אגב, וויל איך מוסף זיין איין הערה'לע וואס דו האסט ארויסגעלאזט (מעגליך אז דו פלאנסט עס צו שרייבן אין לויף פון די קומענדיגע שיעורים), אז אפי' די עסעטס, וואס אויבן אויף ליגט לכאורה אין דעם באגראבן דער גאנצער צוקונפטיגער ריוח (פון דעם דיעל), קענען נאר גערעכנט ווערן בלויז אויב ער וועט זען צו פטר'ן די סחורה וואס שנעלער. ווייל, ביי ביזנעס דארף מען אויך רעכענען 'ווילאנג' מ'זיצט מיט די סחורה. אויב זיצט מען מיט סחורה צו לאנג, קען דאס שוין גערעכנט ווערן ווי א פארלוסט (און טייל מאל נאך לאנג זיצן מיט סחורה פארקויפט מען דאס פאר ביליגער, און צומאל מיט שאדנס).
דער הסבר דערפון איז פשוט, ווייל צו דרייען אין ביזנעס דארף מען כסדר האבן געלט. אויב מ'קויפט און מ'פארקויפט און די סעילס דרייען זיך פון די ביזנעס געלט, דאן איז פשט אז די ביזנעס האט פארדינט, אויב אבער זיצטו מיט סחורה און אויף צו קענען איינהאנדלען פרישע סחורה מוזטו כסדר נעמען נאך א לאון, דאן איז פשט אז דו הייבסט שוין אן צו דערלייגן אויף די אלטע סחורה.

נישט אלע וואס האבן געוואוט פאר די ערשטע אפציע (ואני הג' בתוכם) זענען אין ביזנעס און האבן אינוועסטמענטס!
איי וועסטו פרעגען פארוואס זיי זענען אינטרעסירט אין בוך האלטעריי?
1)אפשר חלום'ן זיי פון אינוועסטען אין די פיוטשער.
2)אפשר איז עס זיי סתם אינטרעסאנט כדי זיי זאלען קענען מיטיילען זייערע דיעות ביי א שמועס צווישען ביזנעס לייט.
3)אמאל וויל א מענטש סתם אזוי זיי עדזיקעיטעד אפילו עס איז אים נישט נוגע (מיין סבה)
און נאך הונדערטער סבות.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
זרח'ל, פון אזעלכע פון דיר ווארט איך צו הערן, און דו 'זאלסט' מיר ביטע כסדר מעיר זיין.
מסתם האסטו נישט באמערקט, אויף דער דריטער הוצאה (COGS - Cost of Goods Sold) האבעך געשריבן אז כ'גיי אי"ה מרחיב זיין הדיבור אין א צווייטע געלעגנהייט. און זיכער איז דאס איינער פון די פרטים וואס מוז אויסגערעכנט ווערן.
נאכאמאל, א גרויסן יישר כח, און מיר ווארטן צו הערן פון דיר.
מסתם האסטו נישט באמערקט, אויף דער דריטער הוצאה (COGS - Cost of Goods Sold) האבעך געשריבן אז כ'גיי אי"ה מרחיב זיין הדיבור אין א צווייטע געלעגנהייט. און זיכער איז דאס איינער פון די פרטים וואס מוז אויסגערעכנט ווערן.
נאכאמאל, א גרויסן יישר כח, און מיר ווארטן צו הערן פון דיר.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
- thefact
- שר האלפיים
- תגובות: 2511
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
- לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
- פארבינד זיך:
די ווערטער "כ'בין געוואויר געווארן נייעס" קודם כל עס מיינט נישט אז א יעדעס איינציג ווארט איז נייעס אז מ'ווערט קלארער אין אן ענין איז שוין נייעס און אז מחזר'ט איבער אזאלכע וויכטיגע כללים וואס ליגן פארדזשאווערט אין א ווינקל פון מח איז ווידער בכל יום יהיו בעיניך כחדשים
והשנית, מקען פאלגען אן אקאונטענט אפי' מפארשטייט נישט הונדערט פראצענט פארוואס, און מקען פירן א ריזיגע ביזנעס און זיין א מיליאנער, ווי האט דער רבי געזאגט פאר איינע פון די גדולי ראשי ישיבות, דיינע געלערנטע תלמידים וואס קענען א פאך זענען די אקאונטענטס פאר מיינע עשירים
דריטנס, די וועלט זאגט א ווערטל אז ס'פעלט אין הסברה איז א סימן אז "ס'פעלט" אין הבנה אבער ס'איז נישט קיין סימן אז מ'פארשטייט אינגאנצן נישט דעם ענין און אז ס'קומט אזא לחיים און געט אריין אזא קלארע הסברה איז עס ממש קילורין לענים
פערטענ'ס, אז מ'ווייסט נישט פינקטליך מיינט נישט אז מדארף זיצן מיט פארלייגטע הענט, מ'קען טוהן פונקט פארקערט ווי די שכל איז און אז דער פון אויבן וויל שיסט א בעזים, אז מ'טוט השתדלות איז יגעתי ומצאתי תאמין, און אז דער פון אויבן העלפט ווערט מען שוין געוואר וואס מ'האט צו טאן, למשל דער באשעפער שיקט צו אזא טייערען יוד ווי לחיים ער זאל זיין דער ריכטיגער שליח און מגלגלין זכות על ידי זכאי

זארעכפעפער האט געשריבן:גפאר די אלע וואס האבן אינוועסטירט געלט אין א ביזנעס און האבן געשטימט אויף די ערשטע אפציע, זאלן מיר מוחל זיין אויף מיין פראגע, אבער איך פארשטיי זיי נישט.
הן אמת, אז דאס ערשטע מאל ווען מ'שפרינגט אריין אין א ביזנעס מוז מען נאך נישט וויסן כל כלליה ופרטיה פון פירן בוך, אבער מער ווייניגער די אלע זאכן וואס לחיים האט דא געשריבן זענען דאך די א'ב' פון חשבון. וכי בשופטני עסקינן? וויאזוי קען זיך א מענטש נארן אז ער האט געמאכט געלט, בלויז דערפאר ווייל זיין באנק אקאונט צייגט אזא גרויסע סומע, בשעת ווען ער ווייסט ביי זיך קלאר און דייטליך אז רוב געלט וואס ליגט אים אין באנק זענען כלל נישט קיין רוחים וואס דער אינוועסטמענט האט אים געברענגט?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
איבער וועלכע פרט זאל זיין די נעקסטע שיעור?

כ'וועל ארויסשטעלן מיין פראגע ברבים, יעדער זאל זאגן וואסערע פרט ער וויל מ'זאל אויסשמועסן אינעם קומענדיגן שיעור.
דאס איז וואס כ'האב ערהאלטן אין אישית פון ר' זרח. יישר כח פאר דיינע דברי חיזוק.

זארעכפעפער האט געשריבן:ואגיד ואומר אמיתית הדבר, כדי שלא תטעה דעתך. איך בין נישט קיין אקאונטענט און כ'האב קיינמאל נישט געלערנט די ביכער וועלכע זענען עוסק אין דעם פעלד. דאס גאנצע וואס איך ווייס איז בלויז פון מיין אייגענע דיוקנא קדישא, זיצנדיג ביי מיר אין ביורא איינקעוועטש אין מיין גרויסן אפיס פאטעל, האלטנדיג איין האנט אויף מיין צעקנייטשטן מצח בעת ווען מיט מיין צווייטע האנט גלעט איך אזוי מיין דיוקנא קדישא, כחנוני על פנקסו...
און טאקע מהאי טעמא, ווייל איך בין אן אומגעלערנטער אין דעם פעלד און מיין גאנצע ידיעה קומט בלויז פון די אייגענע הויט, איז מיר דיין ארטיקל טאקע נישט געווען קיין נייעס אבער איך וואלט אין מיין לעבן נישט געקענט אראפגעבן אזא גוטן שיעור א ווי דו האסט דא אראפגעשטעלט אין דיין ערשטער ארטיקל.
כידוע וואס דער רמב"ם פסקנ'ט אין מצות צדקה, אז די גרעסטע מצות צדקה איז, ארויסצוהעלפן א איד אין פרנסה, אים שטעלן אויף די פיס. איינע פון די גרעסטע פראבלעמען ביי א ביזנעס איז דער בוך-האלטונג, וואס די צעמישטע חשבונות קענען טיילמאל פירן דעם בעל הבית אין דער אדמה אריין. ס'קיין ספק נישט, אז איינער וואס פירט נארמאל חשבון און זעט ווי ער האלט מיט די הוצאת והכנסות, זעט באלד צי ער איז אין ריכטיגן פלאץ צי נישט. דעריבער, זיי וויסן, אז דיינע שיעורים דא, וואס לויט ווי דער עולם זאגט זענען זיי אומבאהאווענט דערין, איז פשוט א חלק פון די גרויסע מצוה פון העלפן אידן זיך צו שטעלן די פרנסה אויף די ריכטיגע רעלסן. ושכרך הרבה מאוד ואין לשער גודל זכותך בזה.
אלס אן אומגעלערנטער וואלט איך געראטן, אז דער קומענדיגער שיעור זאל זיך באציען איבער דער חשבון פון הוצאות א' געמישט מיט הוצאות ג'. דאס הייסט אזוי, וויאזוי חשבונ'ט מען די לויפנדיגע הוצאות וואס יעדע ביזנעס פארמאגט, ווי למשל: יוטילעטיס, סעילס, דערליווערי, קאלעקטן בילס, וכו' וכו'. ווערן די הוצאות צעטיילט אויפן חשבון פון די עסעטס?
ולמאי נפק"מ? ס'קען כאפן א נפק"מ אויף אסאך פעלער. למשל, ביי די שיך מעשה, ווען דו זאגסט אז ער האט פארדינט 30 אלפים און ער ליגט נאך שטעקן מיט צוואנציג אלפים קרן געלט, איז דאס אבער באמת נישט ריכטיג. ער האט נישט פארדינט קיין דרייסיג אלפים, ווייל א פאר שיך האט אים געקאסט מער ווי צען דאלער. עס האט אים געקאסט די אלע זייטיגע הוצאות, וואס אויב ווערן זיי צעטיילט אויפן אייטעם קומט אויס אז ער האט געצאלט פער שיך 15 דאלער למשל, ולפי"ז קומט אויס אז דער ריוח איז פיל פיל ווייניגער. דאס זעלביגע איז פארקערט אויך, ער ליגט נאך מיט מער ווי צוואנציג אלפים אין קרן געלט.
די סארט חשבונות, וויאזוי זיי ווערן גערעכנט און צעטיילט, מאכן אן – לדעתי - א גרויס צעמישעניש אינעם חלק האקאונטינג.
בין איך גערעכט אלס א דרויסנדיגער?