רבי צבי הירש הורוויץ מטשארטקוב - ט"ו חשון תקי"ד
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
רבי צבי הירש הורוויץ מטשארטקוב - ט"ו חשון תקי"ד
הגה"ק רבי הירשלע טשארטקובער זצוק"ל איז געווען א ברודער מיט הגאון רבי יוקל זצ"ל פון גלונא און בראד, (דער פאטער פון הגאון רבי יצחק הלוי אב"ד אלטונא האמבורג וואנדסבעק, באקאנט מיט די ראשי תיבות אה"ו באוואוסט אלעס רבי איציקעל האמבורגער).
די צוויי ברידער רבי צבי הירש און רבי יוקל זענען געווען קינדער פון הגה"ק רבשכבה"ג רבי מאיר טיקטין א זון פון הגה"ק רבי יהושע הארוך אן אייניקל פונעם גאון און שר התורה רבי ישעי' הורוויץ , א ברודער פון הגה"ק רבי אברהם דער פאטער פון רבינו השל"ה הקדוש זי"ע, רבי יהושע הארוך הנל איז געווען א זון פון הגאון רבשכבה"ג רבי פינחס הלוי הוורוויץ א שוואגער פון רבינו משה איסערליש דער רמ"א.
הגאון רבי צבי הירש איז געווען א גאון מובהק ואמיתי אן איש אלוקים קדוש זיין נאמען איז געגאנגען מסוף העולם ועד סופו ער איז געווען א בעל רוח הקודש האמיתי און א בעל מופת גדול ונורא ווי א מלאך ה' צבקות אן אספקלריא המאירה און א גדול הדור , וואס די רבנים אין זיין דור זענען געווען כפוף צו אים.
ער האט זוכה געווען צו דריי קינדער וועלכע זענען געווען רבנים און מנהיגי ישראל,
הגאון רבי נחום ,
הגה"ק רבי שמעלקא ניקלשבורגער,
און הגה"ק רבי פינחס הלוי אב"ד פראנקפורט דער בעל הפלאה,
פון די 3 זין האט זיך געצויגען ווייטער דער יחוס פון וואו עס זענען ארויסגעקומען גדולי עולם , עמודי ההוראה, און פרנסי הדור,
רבי צבי הירש האט אבער געהאט נאך קינדער צדיקים און קדושים דער סדר פון די זון,
א) רבי נחום זצ"ל
ב) רבי יהושע זצ"ל
ג) הרבי ר' שמואל שמעלקא מניקלשבורג.
ד)רבי פינחס הלוי הורוויץ זצ"ל אבד"ק פראנקפורט בעמח"ס הפלאה והמקנה,
ה) רבי אברהם זצ"ל,
און נאך פיר גרויסע איידעמער.

איינמאהל האט רבי הירש זצ"ל אויפגעהערט צו זען, און השי"ת האט אים געהאלפען און ער האט בדרך נס צוריקבאקומען די ראי', האט ער לכבוד דעם אדורכגעלערנט און מסיים געווען גאנץ ש"ס .
לכבוד דעם סיום הש"ס האט ער געוואלט מאכען א גרויסע סעודה האט ער באשטעלט ביים קצב רינדערען פלייש [בהמה פלייש]. פונקט האט דער פריץ פון יענעם געגענט אויך באשטעלט יענעם טאג פונעם זעלבען קצב רינדערען פלייש. האט דער קצב נישט געוואוסט וואס צו טון ווייל ער האט נישט געהאט גענוג פלייש עס זאל זיין גענוג פאר ביידע, איז אויב וועט ער נישט שיקן קיין פלייש פאר'ן פריץ וועט אים דער פריץ שטראפן אזוי ווי די פריצים פון אמאליגע צייטן וועלכע האבען געהאט א גרויסען מאכט . זיי האבען געקענט טון מיט זייערע איינוואוינערס וואס זיי האבען געוואלט, זאל ער נישט שיקען פארן רב האט ער דאך אויך נישט געוואלט.
איז ער אריבערגעקומען צום רב פרעגען אן עצה וואס צו טון האט אים דער רב געזאגט דאס פלייש זאלסטו ברענגען צו די גרויסע סעודה און פונעם פריץ דארפסט דו זיך נישט שרעקען, איך נעם אויף מיר אז ס'וועט דיר גארנישט פאסירן.
דער קצב האט אזוי געטון ווי דער רב האט אים געהייסען, ווען דער פריץ איז געוואויר געווארען אז דער רב איז געווען דער וועלכער האט פון אים צוגענעמען זיין פארלאנגטע רינדערען פלייש , האט ער געלאזט רופען דעם רב און אים געפרעגט ווי אזוי האסט זיך געטרויעט אוועקצונעמען מיין פלייש וואס איך האב באשטעלט ביים קצב? האט דער רב געענפערט איך האב געהאט א גרויסען נס, איך בין ל"ע נישט געווען זעענדיג און דער אויבערשטער האט מיר געהאלפען אז כ'האב צוריקבאקומען די ראי' דעריבער האב איך געדארפט דאס פלייש אויף די סעודת הודאה.
האט דער פריץ געזאגט גוט: איך גיי דיך אויספראבירן אויב וועל איך מיך איבערצייגן אז דו ביסט א הייליגער מענטש וועל איך דיר גארנישט טון, און אויב איך וועל מיך איבערצייגן אנדערש וועסט דו דערפאר טייער באצאלן.
דער פריץ האט געהאט צוויי גרויסע הינט וואס האבען ליב געהאט מענטשן פלייש, דער פריץ האט געהייסן ברענגען זיינע הינט צום שטוב וואו דער רב איז דארט געווען , ער האט זיי אריינגעפירט אין שטוב און זיי איבער געלאזט אליין מיט'ן רב, ווען די הינט האבען געזען דעם רב איז אויף זיי געפאלן א פחד און א שרעק אז זיי האבען אויסגעבראכען די פענסטער'ס פון יענעם שטוב און זענען פון דארט ארויסגעלאפן, אזוי לויפענדיג זענען די הינט אריינגעפאלן אין א גרוב וואו זיי ביידע האבען דארט תיכף אפגעפגר'ט,.
ווי פארשטענדליך האט זיך דער פריץ אפגעלאזט פונעם רב און מער נישט געזוכט זיך צו פארטשעפען מיט אים .

זיידעניו האט געשריבן:די צוויי ברידער רבי צבי הירש און רבי יוקל זענען געווען קינדער פון הגה"ק רבשכבה"ג רבי מאיר טיקטין א זון פון הגה"ק רבי יהושע הארוך אן אייניקל פונעם גאון און שר התורה רבי ישעי' הורוויץ, א ברודער פון הגה"ק רבי אברהם דער פאטער פון רבינו השל"ה הקדוש זי"ע, רבי יהושע הארוך הנל איז געווען א זון פון הגאון רבשכבה"ג רבי פינחס הלוי הוורוויץ א שוואגער פון רבינו משה איסערליש דער רמ"א.
הגאון רבי צבי הירש איז געווען א גאון מובהק ואמיתי אן איש אלוקים קדוש זיין נאמען איז געגאנגען מסוף העולם ועד סופו ער איז געווען א בעל רוח הקודש האמיתי און א בעל מופת גדול ונורא ווי א מלאך ה' צבקות אן אספקלריא המאירה און א גדול הדור , וואס די רבנים אין זיין דור זענען געווען כפוף צו אים.
לאמיר מאכן אביסל סדר דא:
הג"ר מאיר אבד"ק טיקטין, באקאנט מיטן כינוי מהר"ם טיקטין, איז געווען א זוהן פון הג"ר שמואל אבד"ק טארנא, באקאנט אלס דער הויכער רבי ר' שמעלקא (מן הסתם ווייל ער איז געווען א הויכער), וועלכער איז געווען א זוהן פון רבי יהושע ארוך (ער איז געווארן העכער יערע ערב שב"ק מיט א האלבע אמה, ווען ער האט אנגעטוען שבת'דיגע קליידער) דיין אין פשעמישל.
רבי יהושע ארוך איז ע"פ חשבון השנים געווען אן אייניקל און נישט א זוהן פון הג"ר פנחס הורוויץ מקראקא א שוואגער מיט'ן רמ"א (ואכמ"ל).
צו שרייבן אויף ר' פנחס'ן "רשכבה"ג" איז א ביסל איבערגעטריבן, ער האט חתונה געהאט מיט'ן רמ"א'ס שוועסטער "מרים", וואס אויף אירע מצבה שטייט, מרים אחות משה ואהרן (ווי עס שיינט, האט זי און דער רמ"א געהאט א ברודער "אהרן").
ר' פנחס איז געווען פון די ראשי ועד ארבע ארצות דפולין, א פרנס ומנהיג בק"ק קראקא (צו ער האט מחבר געווען דער ספר "בית פנחס" איז אן אריכות פאר זיך), דער מהר"י סרוק - מתלמידי האר"י - האט זיך (נישט וויסנדיג וער ער איז) אויסגעדרוקט ווען ער האט עם אמאל געזען "וואס זיכט רבי פנחס בו יאיר אין פולין".
רשכבה"ג איז ער - כבודו במקומו מונח - נישט געווען.
בד"א: מען האט עם גערופען ר' "יצחק"ל" האמבורגער און נישט ר' "איציקל".
רצוני לדעת, פון נעמסטו די פאקטן איבער ר' הירש'לי טשארטקובער!!! די רבנים אין דור זענען געווען כפוף צו עם???
לעצט פארראכטן דורך איטשע אום מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 9:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איטשע,
אויב ווארט איר אן אנטווארט פון 'זיידעניו' איז כדאי צו מעלדן אז כבר שבק לן הסבא מלפני שנה או יותר, ונטע 'פרדיסו' עבור יצירותיו וחבל על דאבדין [נישט זיכער צו בשעתו וואלט ער בכלל געענטפערט כמנהגו מאז איבערצולאזן א געשרייבעכטס און נישט צוריקומען לדון לישא ליתן].
בנוגע ר' יצחק הלוי הורוויץ אב"ד אה"ו בעמח"ס מטעמי יצחק, האב איך יא געהערט אים רופען 'ר' איציקל האמבורגער' און נישט ר' יצחק'ל אבער לא יודע מה נפק"מ בזה.
ר' איציקל האמבורגער היה מחותנו ובר פלוגתיה של הנו"ב בענין שליח בע"כ בגט פטורין כידוע, ער האט געהאט עטליכע ברודער צווישען זיי; ר' משה און ר' מנחם מאניס ז"ל.

מיללער האט געשריבן:איטשע,

אה איך האב נישט געמערקט אזדער ערשטע פאסט איז אוט אף דעיט, עכ"פ, לגבי דיין פראגע, יצחק'ל איציקל, עס ס"ה א נפקא מינה צו האט ער געהאט א כינוי "איציק" צו נישט, ועי' בספר אהל נפתלי.
מיללער האט געשריבן:מציבת הרה"ק ר' יצחק הלוי הורוויץ אב"ד אה"ו הנקרא ר' איציקל האמבורגער (איטשע, קוק ווי עס שטייט קלאר 'יצחק איצק')
תשוח"ח להרב בן הרחמן שהנחנו בדרך זה.
כ'בין אמאל געווען נוכח מיט א געוויסע רבי ביים סאטמארער רבי שליט"א אין ק"י, אין מען האט דן געווען אין דעם נושא איבער ר' איציק'ל האמבורגער, און ביידע האבן געזאגט אז דאס איז נאר געווען א 'כינוי'.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
איטשע האט געשריבן:ר' פנחס איז געווען פון די ראשי ועד ארבע ארצות דפולין, א פרנס ומנהיג בק"ק קראקא (צו ער האט מחבר געווען דער ספר "בית פנחס" איז אן אריכות פאר זיך), דער מהר"י סרוק - מתלמידי האר"י - האט זיך (נישט וויסנדיג וער ער איז) אויסגעדרוקט ווען ער האט עם אמאל געזען "וואס זיכט רבי פנחס בו יאיר אין פולין".
רשכבה"ג איז ער - כבודו במקומו מונח - נישט געווען.
בית פינחס - הפלאה
ועמך כולם צדיקים
- יוראפ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19433
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
- לאקאציע: על אדמת נכר
ביקסאד האט געשריבן:ביקסאד האט געשריבן:ר' נפתלי אהרן וועקשטיין אין זיין אי-מעיל נעכטן-דאנערשטאג האט געשריבן עפעס איבער די יחוס פון רבי הירש'עלע טשארטקוב'ער,
ווער עס קאן, זאל עס ביטע דא ארויף שמירן להנאת הרבים.
איך בין געווענדליך אויפגעסיינט צו באקומען זיינע אימעילס-מאמרים, אבער איך האב גארנישט באקומען לעצטענס איבער דעם ענין
אלזא אויב א צווייטער יא זאל עס ביטע דא מזכה זיין, בתודה מראש
- יוראפ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19433
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
- לאקאציע: על אדמת נכר
המאמר מהרב ווקשטיין
(תודתינו נתונה לכבוד הרב מ'נעבן סאטמאר')

- אטעטשמענטס
-
- יחוס רצ''ה מטשורטקוב .pdf
- (65.57 KiB) געווארן דאונלאודעד 447 מאל
איינער ווייסט מער פרטים איבער "הרב הגביר ר' יוקל איש הורוויץ" וואס ווערט דערמאנט צווישען די פרענומעראנטן אויפן ספר תפארת למשה (לבוב -תרכ"ב) אין די שטאט "זבאריש"?
http://books.google.com/books?id=dJRBAA ... &q&f=false

בית הכנסת הגדול בטשארטקוב (די שטאטישע שוהל) - אמאל און היינט
לעצט פארראכטן דורך יציב פתגם אום פרייטאג יולי 25, 2014 12:34 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אזוי ווי מיר זענען אייניקלעך ר' צבי הירש הורוויץ מטשארטקוב, ווילן מיר זייער שטארק אנקימען לציון הקדוש, ווייסט איינער די בעסטע וועג ווי אזוי עס צי באווייזען, אינז פארן נישט מיט א גראפ
ישר כח
ישר כח
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)