דער מייסד הקרעטשמע מרן הרב קרעמער שליט"א המפורסם בכשרונותיו הניגוניות, האט מתחיל געווען דערמיט אראפברענגענדיג פון ר' נחמן מברסלב דאס ענין וז"ל:
איך בין אינגאנצן פאר מקדש זיין ניגונים, איך האב אנגענומען ר' נחמן'ס שיטה אז אויב מען זינגט א רשע'ס ניגון אום שבת, ווערט עס גע'כשר'ט (סאכדעס, איך האב דיר שוין געשיקט דעם מקור, טענה דיך נישט מיט מיר דעריבער).
הדיין הרב סאכדעס וויל זיך טאקע נישט טענה'ען אבער בעט פארט א מקור:
קרעמער, איך ווייס נישט און געדענק נישט ווען יאך האב מיט דיר געהאט א טענה דערוועגן, נאך אלץ וואלט מיר אינטערסאנט געווען צו וויסן אויף אזא פאני זאך א מקור. אויב זאגסטו אז ר' נחמן זאגט אזוי, אידאך זעכער גוט. אבער כ'גלויב אז עס וואלט שוין געהאנגן פאלאקאטן דערפון אין אלע גאסן... מינימום א_ווי נ נח
קרעמער פוילט זיך נישט, יגע, מצא וציטט:
(14) ליקוטי מוהר"ן מהדורא קמא סימן רכו
מה שהרשעים על פי רוב הם מזמרים נגונים של יללה ועצבות, כי הם בחינת נשמת ערב רב, ואמא דערב רב היא לילית שהיא מיללת תמיד, ועל כן הם עושים נגונים של יללה כנ"ל,
ומה שדרך בני אדם למשך אל נגונים הללו, כי יניקתם מבחינת "ועיני לאה רכות" (בראשית כ"ט), מבחינת קלקול הראות, בבחינת מארת חסר, כמו שכתוב (שם א): "יהי מארת" חסר דא לילית (תקוני זהר תקון מ"ד דף עט:), ועקר הנגון הוא מבחינת שבט לוי שהיו מנצחים בשיר, שהם מבני לאה, ואז כשנולד לוי נאמר (שם כ"ט): "הפעם ילוה אישי אלי", כי על ידי שנולד לוי שהוא סטרא דנגונא (זהר שמות דף י"ט): על ידי זה בחינת ההמשכה, שילוה ויומשך אליה, ועל כן נגינה שהוא נשתלשל ויורד משם, מבחינת "ועיני לאה רכות", יש לו כח למשך, בבחינת "הפעם ילוה" כנ"ל,
וכשמזמרים אלו הנגונים הנ"ל בשבת, על ידי זה מעלין אותם, כי בשבת נשלם האור בבחינת מה שאמרו רבותינו, זכרונם לברכה (ברכות מג:): 'פסיעה גסה נוטלת מאור עיניו וכו' ומהדרא לה בקדושא דבי שמשא'. נמצא שבשבת האור בשלמות, בבחינת: "פוסעים בו פסיעה קטנה", ואזי מעלין הנגונים הנ"ל שיניקתם מקלקול הראות כנ"ל, על ידי שבת שהוא בחינת תקון הראות בשלמות כנ"ל
צייטליך פונעם מאשקע לאגער איז מבטיח אסאך צו נוצן דעם מהר"ן, און באדאנקט זיך פאר'ן מייסד:
קרעמער, א גרויסן יישר כח פארן אראפברענגען די ווערטער,
אונז גיימער עס אסאך נוצן, קוקט עס יעצט אויס..
אויך דער רב ר' זרח דער בעל השכוחות באדאנקט זיך כרגיל, אבער לאזט זיך אריין מיט א טיעפערן קלער (בתוך הדברים איז דער רב מרמז אויף חילוקי אשכולות וואס מיר זענען יעצט עוסק דערין):
קרעמער יישר כח פארן מעתיק זיין דעם ליקוטי מהר"ן.
איך וויל נישט ח"ו פארדרייען אן איינפאכער () אשכול פון היכל הנגינה צו א השקפה'דיגע אשכול, און אפשר טאקע איז דער ענין ווערט א באזונדער אשכול, אבער אויפדערווייל וועל איך דאס דא פרעגן.
וואס איז טאקע פשט אין דעם ליקוטי מהר"ן? איז טאקע פשט אז א יעדער מאן דהוא קען זיך פרייטיג צונאכטס, נאכן עסן די געטונקענע חלה אין דער פיש קאטשענע, פארגלייזן די אויגן און זיך צעזונגען מיטן גאנצן שלהבת א שיינעם ראדיאו זמר'ל, און נאו פראבלעם מ'האט דעם ניגון מעלה געווען, ומהיום והלאה איז דער ניגון מקודש מקודש?
לפי ראות עיני שכלי וואלט איך געזאגט, אז דער ענין פון מקדש זיין א ניגון איז בלויז געגעבן געווארן פאר אזעלכע סארט אידן וועלכע פארשטייען דערין, וועלכע זעען די נציצות הקדושת וועלכע זענען פארפאלן געווארן בעמקי הקליפות פון א געוויסן זמר'ל, א שטייגער ווי דער הייליגער קאלוב'ער האט געמאכט מיט'ן באקאנטן סאלא קאקאש אדער ווי דער ייטב לב מיטן חי ד', אבער צו זאגן אז יעדער איינציגער איד האט דעם כח אום שבת קודש מעלה צו זיין סיי וואס פארא א גוי'אישער זמר קוקט מיר אויס צו זיין אביסל אומפארשטענדליך. ביניך ריכטיג?
דער רבי איז מציץ מן החרכים זייענדיג פארנומען מיט שווערע סוגיות בהע' לשונות, אבער שטאט דאך אפ א בליץ באזוך בהיכל הנגינה און ווארפט אריין א שורה וועלכע ווארפט א ליכט אויף ביאור דברי ר' נחמן:
על עיקר הדבר אני מתמה, וואו רעדט מען דא בכלל פון רשעים'ס ניגונים?
כתלמיד ותיק הדולה ומשקה מתורת רבו, נעמט מיללער דברי רבינו ווי ער איז מרחיב הדבר כפי הבנת קט שכלו, והוסיף נופך מדיליה בעיקרן של דברים:
כבני היכלא ועוד, דער מהר"ן רעדט לכאורה פון געוויסע ניגונים וואס רשעים זינגען מכח עצבות ויללה, נישט וואס זיי האבן מחבר געווען, אבער ווען א איד זינגט דעם זעלבן זמר און שב"ק מתוך שמחה וטוב לבב איז מען מעלה דעם ניגון ארויס פון די פלעצער ווי די רשעים האבן דאס משפיל געווען.
יעצט שרייבענדיג קלער אז עס קען גאר זיין אז די פריערדיגע צדיקים וועלכע האבן טאקע יא גענומען ניגונים פון פויערן זעלבסט, האבן משיג געווען בגודל קדושתם אז דער ניגון האט באמת יא א גוטן מקור נאר די גוים האבן דאס אוועקגעשלעפט בטומאתם צו די סטרא אחרא אריין, זענען זיי געקומען און דאס צוריק מעלה געווען למקורם.
כראות רבינו את דברי תלמידו הרב מיללער, שמח לקראתו:
מילער.
דאס איז דאך ממש די מעשה, אז ער האט געזאגט אז ס'איז געווען די ניגונים וואס די לוים פלעגן זינגען אין בית המקדש, נאר משחרב בית המקדש, איז עס פארוואגלט געווארן צווישן די פאסוטוכער, און ער האט עס פשוט צוריקגעברענגט.
אשריך מילער, אם ספיקותיך כך, ודאותיך על אחת כמה וכמה