שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:אין דער איד איז באשריבן אז מ'האט געטראפן די מצבה פון ר"ר שמעלקאס זוהן ר' צבי יהושע זי"ע
ער איז געווען א'איידים ביי זיין פעטער די הפלאה זצ"ל. און די באסטענער אייניקליך און רבי דוד השני מ'לעלוב'ס קינדער שטאמען פון רבי צבי יהשע, אינטערסאנט איז אז די הפלאה'ס קינדער זענען געווען גרויסע מתנגדים,און מ'זאגט אז זיי האבן ארויס גענומען די חסידישע שטיקלעך פון די ספר הפלאה. און דער חתם סופר איז געווען א'תלמיד פון הפלאה.ממילא האט מען עם גרעכנט פון תלמידי הבעש"ט.און הרב יוסף יונה צבי הלוי הורויטץ אב"ד אונסדארף פראנקפורט ( בן בתו של רבי שמואל ראזענבערג מאונסדארף,און איידים ביים מעשה למלך פון ווייטצען,מייסד פון מסדות באר שמואל און בארא פארק )איז געווען בן אחר בן צום הייליגען הפלאה, זיע"א.