יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב אן אינטערסאנטע געשיכטע פון יענעם גרויזאמען טאג, וואס איך האף דא צו דערציילן, אבער צוערשט, א פראגע צו איטליכן פון די חברי הקרעטשמע:

וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן פון די שוידערליכע אטאקעס?

האט איר דאס מיטגעהאלטן לעבעדיג? אויף די מידיע? אינטערנעט?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב ערהאלטן די שוידערליכע נייעס יענעם דינסטאג אינדערפרי א היבשע שטיקל צייט נאך די אטאקעס זעלבסט, ווייל איך האב זיך דאן געפונען אפגעזונדערט אין א שטיל געגענט אין אפסטעיט ניו יארק צוזאמען מיט נאך א קבוצה אידעלעך. איינער פון די חבריא - וועלכער האט נארוואס אראפגעלייגט דעם טעלעפאן מיט א קרוב אין וויליאמסבורג - איז געקומען שרייען: אן עראפלאן האט אריינגעקראכט אין די טווין טאוער'ס!

מיר האבן אלע געעפענט א פאר פארוואונדערטע אויגן, נישט געוואוסט יא גלייבן אדער נישט גלייבן.

וואס טוט א איד אין אזא פאל? קיין ראדיא האבן מיר נישט פארמאגט, אפגערעדט פון אינטערנעט. אבער א טעלעפאן איז דאך געווענליך דא אין יעדע אידישע ישוב, האבן מיר גערופן אונזער אלטן נייעס באריכטער ר' טעלמי!

ר' טעלמי האט שוין געהאט געטוישט דעם סיסטעם (עס איז שוין געווען א גוטע שעה צייט נאך די אטאקעס לכאורה), און מען האט שוין אפילו געקענט הערן דעם רבי'ן זעלבסט מר. בוש שימפן און שעלטן און בארוהיגן אינעם זעלבן אטעם. האבן מיר שוין געוואוסט אז "עפעס" גייט פאר, אבער צופיל פרטים האבן געפעלט.

אן קיין ברירות, האבן מיר זיך ארויסגעלאזט פון שטוב און אפגעשטעלט דעם נאנטסטן קאר, מכלומר'שט צו כאפן א "היטש", אבער די עיקר ציהל איז געווען - ליידער - צו הערן די לעצטע נייעס אויפן ראדיא אפאראט. מיר האבן למעשה פארברענגט א שיינע האלבע שעה אינעם אויטא, וואו מיר האבן מיטגעהאלטן - אויב מיין זכרון דינט - ווי די טורעמס ברעכן זיך אונטער און די רעפארטערס קוויטשן אריין אז עס איז נישטא! דאס וואס איז אמאל געווען, איז מער ניטא.

ווער עס געדענקט, האבן זיך דאן ארומגעדרייט אויך מערערע פאלשע שמועות, ווי א קאר-באמבע ביים סטעיט דעפארטמענט, וכדומה, נאר צוגעבנדיג צום כאאס וואס האט געהערשט דאן במדה גדושה, און די קאפ האט זיך גענומען שווינדלן.

מיר האבן געהאט א פריוואטע פראבלעם, ווייל פונקט יענעם טאג האבן מיר געברויכט אהיימקומען פון אפסטעיט, און דא זענען אלע בריקן און טונעלן אריין און ארויס פון מאנהעטן אפגעשלאסן געווארן פארן פארקער - וואס טוט מען דא???

די מעשה איז צו לאנג און צו ברייט, און צו פערזענליך... האב איך מורא אז איך וועל זיך דא אפשטעלן, און ליינען אייערע געשיכטעס.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך בין געווען אין בית המדרש, איך האב שוין געהאט אנגעטוהן טלית ותפילין, און איך באמערק ווי ס'ווערט עפעס א רודעריי נישט ווייט פון מיר, איך ווינק יענעם מיט שטום לשון וואס ס'גייט פאר, זאגט ער מיר אז א פליגער האט אריין געקראכט אין די טווין טאוערס, און אפאר מינוט דערויף ווייזט ער מיר אויך מיט שטום לשון, אז נאך איינס איז אריין אין די צווייטע, ס'איז געווען זייער נישט צום גלייבן, אבער נאכדעם איז אריין געקומען וועגן די פענטאגאן, און אויך וועגן די פאלשע קאר באמבע,
אוועטאר
טאגליכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאגליכט »

כבין דאן נאך געווען א בחור, (חתן) כבין אויפגעשטאנען יענעם טאג ארום זיבענע, און אנגעקומען און ביהמ"ד בערך אכטע צייט, אדורך גייענדיג דעם פת שחרית טרעקל, האב איך געהערט אזוי מאחורי הפרגוד שמועסן, אז עפעס א קליינע עראפלאן האט בטעות אריין געקראכט אין איינע פון די טווין טאווערס, סהאט מיר אויף די מינוט גאנץ ווייניג אינטערסירט, אריינקומענדיג אין ביהמ"ד האב איך געזעהן ווי די גאנצע ביהמ"ד קאכט זיך, האב איך שנעל געכאפט א מקוה, אפגעדאווענט, און ארום ניין אזייגער בין איך צורוק געווען אינדערהייט, אנריפנדיג מיין חבר אין וויליאמסבורג, ער איז דאן פונקט געשטאנען אויפן פארטש פון זיין הויז, ווי ער האט געזעהן די טווין טאווערס ווען איך האב אים געקאלט, און גלייך נאכן זאגן האלאו, זאגט ער מיר אז ער זעהט יעצט א מיליטערישע פליגער זיך ארום דרייען די צווייטע בילדינג, א האלבע מינוט דערויף האב דערהערט א קוויטש, אז די עראפלאן האט אריין געקראכט אין די צווייטע בילדינג.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

איך האב עס געהערט אין בית המדרש, און איך האב געקאלט טעלמי יעדע פאר מינוט.
shtilerheit
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 4:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shtilerheit »

איך האב דעמאלטס געהאלטען סוף דאווענען אין מיין חבר איז אריינגעלאפען מיט איין אטעם פארציילען די נייעס בין איך ארויף אויפען דאך איך האב אבער נישט געקענט געהעריג זען האב איך געמיינט אז עס איז סתם א קלייניקייט, אז איך האב אפילו געטראכט פיין פאר אים דעם בוש יעצט וועט ער וויסען.
ביז איך בין אראפגעגאנגען איך האב שפאצירט צי די וואסער אויף קענט עוו. ס'איז מיר שלעכט געווארן פאר די אויגען ווען איך זע ווי איינע פין די טווין טאוער לייגט זיך אוועק פאר מיינע אויגען מיט די טויזענטע מענטשען אין דעם, איך האב אנגעהויבען טראכטען וויפיל אידען געפינען זיך נעבעך דארט הי"ד אז עס איז מיר ממש שיעור געגאנגען טרערען שטייענדיג ממש אפאר מייל אוועק פין דארט.
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

איך האב געהאלטען אינמיטען ארבעטען דעמאלטס איך בין געשטאנען ביים אסעמבלי טיש אין געפעקיטש ווען מיין בעה"ב האט זיך פליצלינג גענימען אויפפירען וואו א צעווילדיוועטער באשעפעניש וואס האט נאך קיינמעל נישט טועם געווען קיין טעם דעת אין זיין לעבען פון אנפאנג האט עס נישט געצויגען קיין שטארקע אויפמערקזאמקייט משטיינס געזאגט עס איז דאך נישט דער ערשטער מאל וואס ער פארלירט זיין באלאנס אבער ווען א צוויטע אפיס ארבעטער האט אים אנגעפאנגען נאכצימאכען און אויך פארלירען זיין באוויסט זיין בין איך אריין געלאפען און אפיס זעהן וואס עס גייט פאר צי אלעס איז אקיי האב איך שוין געהערט אויפן רעדיא וואס איז נארוואס געווארען איינגעפלאגט אינעם וואנט וואס דא גייט פאר בין איך ארויסגעלאפען און גאס ציגעלאפען צום קאר און א כאפ געטאן מיין פארטעבעל ראדיאו און וואו נאר איך האב געהערט אז די צוויטע פלעין האט געקראכט אינעם צוויטען טארעם בין איך וואו פארגליווערט געווארען פאר עטליכע מיניט דערנאך האב איך נאר געהאט איין יאוש האפענונג אז איך חלום אבער נאך געציילטע מיניט האב איך מיך איבערצייגט אז איך בין אויף און ביז איך האב נישט געהערט דזשוליאני'ס קול אויסריפען אז מען זאל אנפאנגען צי גיין נארט אויף איך געדענק שוין נישט פינקטליך וועלעכע גאס האב איך נישט געקענט מצמצם זיין מיין מוח אויף גארנישט איך בין געזיצען אויף א הויפען באקסעס ציטערען וואס קימט נעקסט
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פענסטער »

איך בין דאן געזיצען אין ביהמ"ד און געקוואקעט די צייט, און איינער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד און פארציילט די נייעס, בין איך געגאנגען צוזאמען מיט א חבר ערגעץ זעהן אויף די טרייפענע טעלעוויזיע די נייעס, און מ'האמיר געזעהן די בילדונגס אראפ-פאלען, און איך געדענק שוין נישט וואס נאך.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א שטיקל מחאה'לע

מיר אלץ אידן רעכענען נישט די חודשים וואס די קאטויליש גלויביגע האבן ערפינדן, נאר מיר רעכענען חודשים און יארן לויט די אידישע אריגינעלע קאלענדער. אויב איז די ביטערע פאסירונג פארגעקומען אין טאג כ"ג אלול ה"א תשסא ליצירה, דאן וועלן מיר האלטן דעם 'יארצייט' אין כ"ג אלול יערליך. סעפטעמבער עלעווען איז נישט מעלה און נישט מוריד.
און יעצט צום ענין;

יענעם טאג בין איך פונקט איינגעשטאנען אין די טעילאר פראזשעקטס צוליב א סיבה, אהיימקומענדיג פון דאווענען בערך 9 אזייגער קוק איך ארויס פונעם פענסטער אויפן 9'טען שטאק, ווי ערשטוינט און שאקירט בין איך געווארן זעהנדיג ווי די בנינים פלאקערן אוועק. איך האב אין פארצוויפלונג שנעל אנגערופן מיינע נאנטע פרעגן דערויף און קיינער האט נאכנישט געהאט קיין אנטווארט.

אין פארלעגענהייט האב איך שנעל אנגעצונדן די ראדיא, איך האב נאכנישט געכאפט פונקטליך אויף דער רגע אבער געהערט האב איך פארלוירענע שטימעס רעדן אין פארצפייולונג צום אמעריקאנעם באפעלקערונג, " הייזשעקינג פלעינס" ! ביידע טורעמס זענען איינגעהילט אין שרעקליכע פלאמען!! די צאל אומגעקומענע איז נאכנישט באוואוסט!! זשוליאני איז סעיף און וועט באלד אדרעסירן דעם פאלק!! עס שיינט א טעראריסטישער אטאקע וועמענס מאטיוו איז נישט באוואוסט!! א שרעקליכער פאניק איז אנטשטאנען אינערהאלב די ראדיא סטאנציעס ווען יעדערער האט פראבירט איבערשטייגן דעם צווייטן מיט מער קראנטע אינפארמאציע, דערוויל טאפענדיג א דופק.

עטוואס שפעטער האט מען געמאלדן וועגן א דריטן עראפלאן וואס האט צעשמעטערט דעם פענטאגאן געביידע. און נאך שפעטער פון א פערטע עראפלאן וואס פעלט. "אלע עראפלאן רייזעס זענען אפגערופן געווארן!! אין יוצא ואין בא !! פרעזידענט קלינט.. אההם בוש וועט אויפטרעטן פארן פאלק שפעטער אין אווענט!!"

" דער דרום טורעם קאלעפסעס!!!!!!!!!!!!!" האב איך געהערט הילכיג אויסרופן אין די סטאנציעס . די שטימעס זענען געווען דערשאלגן, צעבראכן און עטוואס גשטיקט מיט טרערן. " דיס איז אן ענבעליוועבל סיטועישאן" !!!

וכו' וכו' וכו'...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

http://www.plaguepuppy.net/public_html/video%20archive/

איין אינטערעסאנטע לינק פון די טווין טאוערס עליהם השלום.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

איך בין נאך אין יענע צייט געווען א בחור, און ווי א חיה וואס אין שטייג באלאנגט, בין איך ווי פארשטייט זיך אין ישיבה גיווען.

עס איז געווען אט דער טאג וואס מיר האבן געדארפט אהיים פארען אלע. אין די ישיבה וועלט ווערט דאס מיט ליבשאפט אנגערופען: "דער לעצטער טאג פון זמן", און דאס איז איינע פון די בעסטע טעג אינעם בחור'ישען לעבן פון רוב קליינקעפיגע בחורים וועלכע שפירן דעמאלט דעם טייוולאנישער עקסטאז פון וואס ווערט פארופען אין חז"ל "תינוק הבורח מבית הספר". אלזא, מיר האבן געזאלט פארן אום פארמיטאג און דער עולם האט מיט אייפער זיך געפאקט א גאנצע נאכט און פארברענגט ווי נאר בחורים קענען פארברענגען דעם "סוף זמן" פעסטיוואל. צופרי האבן מיר זיך געשטעלט דאווענען ארום אכט אזייגער. איך בין פון בית המדרש ארויס ארום האלב ניין, פאר ובא לציון, געלאזט דעם עולם דאווענען ווייטער אבער איך האב פאר מיר אפגעצייכענט אז איך בין פון די עליטע וואס יאגן אוועק גלייך נאך תחנון א שטייגער ווי אן ארבעטארער וועלכער יאגט זיך צו דער ארבעט. איך בין ארויס פון בית מדרש, און גלייך אוועק אין "חדר אוכל" און זיך גענומען צו דער הייליגער ארבעט פון פת שחרית. איך האב נאכאמאל געדארפט שרייען אויפן קעכער פארוואס די ברויט איז נאך נישט אינדרויסען, און זיך נאכאמאל געבייזערט אויף די וועג ווי ער האט צושניטן די סאלאט. אבער א איד בלייבט א איד, און ווי שווער עס קומט אן דארף מען זיך מחזק זיין, האב איך מיך דערמינטערט מיטן אנשמירן א צען-צוועלף ברויט מיט ווייכען פוטער וואס די סייענטיסטען פון ישיבה האבן געהאלטען אז עס איז נישט ממש ריכטיג פוטער נאר מארגארין און אנדערע באשטאנדטיילען. איך האלט אזוי אינמיטן פארענדיגען דאס ואקחה פת לחם און אינמיטען קומט אריין דער משוגענער פון ישיבה. "איי, גיי צוריק צום דאווענען די משוגענער, וואס מיינסטו, עס איז הפקר וועלט דא?" געב איך אים א שריי מיט דעם טאן פון אן אויפגעקלערט יונג שרייענדיג אויף א משוגענער בחור וועלכע האט אים צוגענומען דאס קאפירייט פון ארויספוצען פון דאווענען פאר די צייט. ער זאגט מיר "האסט געהערט, אן עראפלאן האט אריינגעקראכט אינעם טווין טאווערס". איך האב אים אנגעכאפט ביים קארג און ארויסגעווארפן פון צימער. "גיי מאך משוגע א צווייטען, בהמה וואס די ביסט". איך בין צוריק צו מיין עבודת הקודש, און זיך געגרייט צום ואשא כפי אל מצוותיך וועלכע איך זאג נאך ווען קיינער באמערקט נישט. אינמיטען שטורעמט אריין אין זאל א צווייטער מיט דער זעלביגע אנזאג ווי יענעם. איך האב שוין נישט געוואוסט וואס צו טראכטען. איך האב אויסגענוצט די געלעגענהייט צו ווייזן שטארקייט, און נאך פארן מאכן די ברכה פרעג איך אים "מיינסט עס ערנסט?". ער קוקט מיר אן ווי אן האלבע פויער, אבער ער פארשטייט גלייך אז איך האב געמעגט אויסרעדן ווייל עס איז דאך א שעת סכנה און א הפסד מרובה וואס איז מותר ביי א שבות דשבות וואס איז נישט חנ"נ. ער זאגט מיר אז דאס איז טאקע וואר און ריכטיג. איך בין געווארן סקעפטיש און זיך אנגעפאנגען טענה'ן מיט אים אז עס קען נישט זיין און דאס מן הסתם דער בייזער חלום פון דעם משוגענעם וואס איז פריער דא געווען און מחמת ער איז נישט געשלאפן די נאכט האט ער עס משלים געווען מיט א חלום א זאפטיגס. עס גייען דורך אפאר מינוט און ווידער שטראמען אריין בחורים, און אויף די העכסטע טענער שרייען זיי און פארפירען. איך האב געזעהן אז עת לעשות לה' הפרו. איך גיב א נעם ארויס מיין קליינער ראדיא פון טאש, און איך שטעק מיר אזוי געמיטלען אריין די אויער בונדלעך העכערן תנוך אוזן הימנית, און אט אזוי כמעשהו בראשונה אויך אין אויער וועלכע איז נאנט צו די לינקע פאה. איך געב דאס א צינד אן מיט אזא קאלטקייט וועלכער איז אפגעהיטען פאר אט די מאמענטען, און איך מיש שנעל אוועק פון פ.מ. צו א.מ. אז רוב וואס זענען דארט געשטאנען האבן נישט געכאפט וואס דא האט פאסירט. איך אייל מיך שנעל צו דעם פריסעט וועלכע האב אלעמאל געמיינט אז איך וועל עס קיינמאל נוצען. אט דא איז ער: אכט אכציג. איך הער א צומישעניש פון קולות, אי פון די בחורים וועלכע שטייען ארום מיר ווי איך וואלט גיווען א בארימטער שפילער אדער ספארטלער טיילענדיג חתימות, און אי די רעפארטערס וועלכע זענען גענצליך צומישט און שרייען אויף די העכסטע טענער. איך הער מיך צו, און יא, דער משוגענער האט דאס מאל געזאגט עפעס ריכטיגס. איך גלייב נישט וואס איך הער. איין עראפלאן האט אריינגעקראכט אינעם בנין פון דעם טווין טאווערס. איך ווער ווייס און בלאס פון גרויס איבערנעמונג און שרעק וועלכע די רעפארטערס ווארפן אויף יעדן צוהערער. דער עולם ארום מיר באמערקט דאס, און איך שפיר מיר ווי א קליין בעיבי וואס ווערט פארלוירן אויף יעדע קלייניגקייט. איך געב א נעם אריין א שטיקל געפוטערטע ברויט, צו ווייזן קאלטקייט און דרייסט, אבער צו מיין ווינדער האט דער ברויט אויף וועלכע איך האב אזוי שווער געארבעט מיטאמאל קיין טעם. אינמיטן אן קיינע ווארענונג קומט דער צווייטער פאטש "נאך א פליגער האט אריינגעריטען אינעם צווייטען בילדונג". איך געב דאס גלייך איבער פאר די נייעס-הונגעריגע חברה וואס שטייען ארום מיר צו הערן עפעס נייעס. איך בין אינגאנצן צושוידערט און איך גיי מיר ארויס פון עס זאל. איך טרעף אינדרויסען דעם מענעדשער וועלכע האט פון גארנישט געוואוסט און איך בין אים מודיע די לעצטע נייעס. ער איז שיעור אראפגעפאלען. ווער האט זיך דען אזא זאך געגלייבט? מיר האבן מחליט געווען אז מיר גייען צופארען צום לאנדרי געשעפט מיטצוהאלטען די געשיכטע לעבעדיג. ווען מיר זענען אנגעקומען זענען שוין געזעצן דארט אפאר חסידאקעס, און געקאכט און געלעבט אין די שוידערליכע קעסל נייעס. מיר זענען אפגעזעצן א פינעף זעקס שטונדען, און נאך אלס נישט געקענט גלייבן אז אזוינס האט פאסירט.

די טעג דערנאך זענען געווען אנגעפילט מיט פאניק און מורא. מען האט זיך געפילט אומזיכער, און מען האט אין קאפ אויסגעמאלן די ערגסטע סיטואציעס וואס קען נאר צושטאנד קומען. ווער ווייסט וואס דער בין לאדין קען אלס? מיר האבן אלע געלעבט אין א פחד און א שרעק זייענדיג אזוי אומזיכער אין דעם לאנד אין וועלכע מיר האבן זיך אלעמאל אזוי באגלייבטערהייט פארלאזט. מען האט נישט געוואוסט וואס דער טאג קען אלס מיט זיך ברענגען, און וואס ווארט אונז אפ אין די קומענדיגע טעג. די ערגסטע סצענעס האבן זיך אפגעשפילט, נישט אין ריאליטעט נאר אין אונזערע מח קעמערלעך. עס איז געווען טעג פיל מיט אומזיכערהייט. דער אלול געמיט האט נאר פארשטארקט די שפירונג אז אוודאי מיינט מען אז מען דארף תשובה טון.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

http://יו-טוב איז נישט ערלויבט/watch?v=Bfe0Hbgq ... ed&search=

פון א אינזשענירונג שטאנדפונקט
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

איך בין נאך אויך געווען יעמאלט א בחור.
געווען בין אויך אויפן וועג צום ארבעט מיר האבן געהערט ווי געווענליך די נחום סיגל שאו, אבער ווען מיר זענען געקומען נאנט צום ביזנעס פלאץ וואס איז געווען פונקט קעגן איבער די טווין טאור'ס האבן מיר געזעהן ווי אלע גויים פון די ביזנעס קוקן אויף יענעם כיוון, און מיר האבן געפרעגט וואס ס'איז געשעהן האבן זיי געשריגן לאק לאק, יעמאלט איז נאך געווען נאר די ערשטע בילדונג קראך, איך מיט נאך אפאר זענען געפארן צום צווייטן ווערהאוז און מ'האט אריינגעשיקט אלע גויים און מיר אידעלעך און מענדזשיער'ס זעמער געשטאנען אינדרויסן און צוביסלעך איז דער עולם אריין, אבער איך מיט נאך א גוי זענען געשטאנען אינדרויסן און פלוצלינג זעהן מיר ווי א ערפלאן פארט שיף געדרייט און ס'געט א שפראץ ארויס פייער פונעם בילדינג, האבן מיר פארשטאנען אז די צווייטע בילדונג האט אויך באקומען א קראך.
און טאקע א סקאנדע דערויף האט די ראדיא געמאלדן אז די צווייטע בילדונג האט אויך געהאט אן אטאקע.
יענע טאג האבן מיר שוין נישט געארבעט, אלע גויים און להבדיל אידן זענען געשטאנען אינדרויסן און צו געקוקט ווי די צוויי גרויסע בילדונגס פאלן און א הויפן מיט רויך. (איך וועל עס קיינמאל נישט פארגעסן).
צוריק פארן קיין ניו יארק האט מען נישט געקענט (די ביזנעס איז געווען אין ניו דזשערסי) און די גויים און להבדיל האבן פארפירט ווי מ'גייט גיין, אלע האטעל'ן אין געגנט זענען שוין געווען פארדינגען.
אונזער בעה"ב האט אפגעדינגען שארלעי האטעל אין וואדברן, באשטעלט אפאר באסעס ביי ר' חיים פריינד פון קרית יואל און עסן פון עפעס א קעיטערינג אין מאנסי און אזוי זעמער אלע געפארן קיין שארלעי, א חלק זענען געפארן מיט זייער אייגענע קאר'ס און די קאמפאני האט באצאלט די געז.
איך בין געפארן מיט דריי גויים וואס זענען אויך געפארן מיט די אייגענע קאר זזיערע, און זיי האבן זיך אפגעשטעלט עסן אין עפעס א כינעיזער רעסטוראנט, און איך האב נעבעך געמוזט בלייבן אינדרויסן ווארטן, זיי האבן נישט געקענט די וועג אהין און איך האב זיי ארויס געדרייווט, ווען זיי זענען געגאנגען אין רעסטוראנט האב איך מיר אויסגענומען מיט זיי אז ווען מ'קומט אן וויל אויך גיין אין א דזאויש רעסטוראנט דארט אין געגענט מיט זייער קאר, זיי האבן מסכים געעוען, איך האב זיי אראפ געדראפט אין שארלעי און די באסעס מיט די עסן איז נאכנישט געווען אנגעקומען דארט, האב איך געזאגט נאו איז מיי טורן טו גאו איט, און זיי האבן מיר געגעבן ווייטער דעם קאר און איך בין געפארן צו ר' יצחק לעבאוויטש הי"ו אין ישיבה און דארט געבעטן עסן, די רבנית דארט האט מיר געגעבן צוויי שטיקלעך קעיק און מיט דעם האב איך מיר דערקוויקט.
געווען איז א ווען פון די קאמפאני וואס האט יא מצליח געווען אנצוקומען קיין ווילי טאון דורך געדרייטע וועגן די וועג זייערע האט גענומען קנאפע 4 שעה, וואס נארמאל נעמט עס בערך א האלבע שעה.
ערגעץ אין יענע צייט האב איך עס באשריבן אויף ה"פ. מיט מער פונקטליכע באריכטן.
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

איך בין נאך יעמאלט נישט געווען פארהייראט, עטליכע פון מיינע משפחה מידגלידער זענען פונקט יענעם טאג געפלויגן אין די לופטן, ווען די כאאס האט זיך אנגעהויבן, האבן מיר נישט געוואוסט אויב זיי זענען חלילה אין איינע פון די באטרעפענדע פליגער'ס.

מען איז זיך צוזאמענגעלאפן ביי מיין פאטער אין שטוב, עס גייט דורך נאך א שעה אין נאך א שעה מען הערט נישט פון זיי, מען האט שוין ממש אנגעהויבן שרייבן די הספדים, ענדליך האמער באקומען א טעלעפון רוף אז זיי זענען ב"ה פיין, נאר זיי האבן געלאנדעט אין א ווייטן שטאחט, עס האט זיי גענומען באלד צוויי טעג צוריק אנצוקומען אהיים.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

איך בין דאן, אין די מינוטן, געווען א יושב בסתר... זיך צוגרייטנדיג צום דאווענען, בעת ווען 'איך הער' (נישט פון אונזער געטרייער מעמעבער...) אריין פונעם דרויסנדיגן קאווע שטובל א שרעקלעך געטומל, געקראכט... פליגער... טווין טאוער... טווין טאוער... איינס... ניין ביידע...
איך טראכט אזוי צו מיר, וואס וואס רעדן זיי דארט? איז דאס יעדן טאג אזוי, אז די ניין-אזייגערדיגע דאווענער'ס האבן שוין פשוט נישט וואס צו פלאפלען ביי די קאווע, אזש אז זיי האלטן שוין ביי דעם אז מען מוז דמיונ'ען און פאנטאזירן?
אבער פארט, סאמטינג נאט עס יוזשעאיל, עפעס גייט דארט פאר, דער עולם איז עפעס צו האסטיג און לעבעדיג.
יא אמת, נישט אמת, ווער ווייסט? אבער פלוצים האט זיך מיין מיינונג געטוישט ווען איך האב געהערט די שטימע פון איינעם א שישקער, אן אלס-ווייסער, וועלכער זיצט געווענדלעך צוגעשמידעט צום ראדיא נאר פאר די איין סיבה אז ווען ער קומט אין ס'מעדרעש אריין זאל ער האבן זיין ריכטיגן אטענשאן, נו, ווען האט ער זיך דען געקענט חלומע'ן אויף א בעסערן אטענשען ווי יעצט, צו זיין דער ערשטער אין קאווע שטובל וואס ברענגט די נייעס.
פפששי איז ער געווען גליקלעך...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אויף CNN.COM קענט איר היינט מיטהאלטן בחנם די גאנצע דעקונג פון זייער סטאנציע אין יענעם טאג מיט 5 יאר צוריק. דרוקט אויף PIPELINE, וועלט אויס PIPE 4.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

יענעם טאג היות עס איז געווען פאר יו"ט בין איך שוין געווען אין ארבעט פרי, און אזוי ניינע צייט קומט אריין א קאסטומער און דערציילט אז א פלעין איז אריין געפלויגען אין די ווארלד טרעיד סענטער, פארשטייט זיך איך זייענעדיג דער גרויסער חכם האב איך איר געזאגט, נע ס'גארנישט דער עמפייער סטעיט בילדינג האט אויך געהאט אזא מעשה, מן הסתם איז עס א נייער פליער וואס האט זיך געלערנט, אבער והיא באחד אז ניין זיי זאגן אז עס איז עפעס מער ערנסט, נו נו מער האט נישט געפעלט, אין א אויגן בליק בין איך געווען אינדרויסען ביי מיין קאר כ'האב געכאפט מיין קליינע ראדיא מיט העד פאונס ענד אוף איי ווענט צוריק אריין און ווי נאר איך האב עס אנגעצונדען האב איך געהערט אז נאך איינס האט געהיט די צווייטע טאווער , אה אה דאס האט שוין געסאנד פישי זיי האבן נאך אלץ נישט געוויסט וואס דאס מיינט אבער איך האב שוין אפגעמאכט אז דאס איז טערעריסטען, אזוי בין איך געבליבען אגאנצען טאג מיט די העדפאונס צוגעגלאאט צו מיין אויער, מיטהאלטענדיג די גאנצע דראמא אין שפעקולאציעס, סוויטשענדיג ציווישען סי בי עס און סעוון סעווענדי און טען טען ווינס, מיין באס האט דאס נישט זייער געגליכען אבער כ'האב עניוועי נישט געהערט וואס ער זאגט, און ער האט באקומען לעצט מינוטיגע אפדעיט'ס בחינם אומגעבעטן,
וואס איך געדענק נאך ביז היינט איז דער וועג אהיים פון דער ארבעט, איך האב דאן געארבעט אין נ.ג. און איך בין אהיים געפארען אין די זעלבע צייט וואס בוש האט גערעדט , אבער איך האב געהאט אזעלעכע טשיל'ס דער גאנצער וועג אהיים, איך בין ממש געווען דער איינציגסטער קאר אויפן נ.ג. 17 אין אויפן טראוועי, אלעס איז געווען שא שטיל טינקעל כ'האב אפי' מורא געהאט פון די שטילקייט וואס האט געהערשט,
איין זאך, איך האב קיינמאל נישט זוכה געווען צו זעהן די טווין טאווער'ס, אין נאך עד היום אפי' נישט די עמפייער סטעיט בילדינג, אבער אויפן וועג צו דער ארבעט יעדן טאג האט מען געקענט זעהן די טווין טאווער'ס פונעם 17 אבער דעם נעקסטן צופרי האב איך עס מער נישט געזעהן,, אויף אייביג...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך בין גראדע אויך געווען אויפן וועג יענעם אויפדערנאכט ביי בוש'ס רעדע, און מיטגעהאלטן פון א קליינעם מאשינקע וואס איינער האט געטראגן מיט זיך, צופיל האט מען נישט געקענט הערן, און נאך ווייניגער האט בוש געהאט צו פארקויפן, עס איז אבער געווען דערפרישענד צו הערן פונעם קאמאנדיר-אין-שעף.

א סקרוך גייט מיר נאך היינט אדורך אין די ביינער ווען איך הער די "USA" געשרייען וואס האבן זיך יענעם פרייטאג אפגעטאן ביים גראונד זערא, ווען בוש האט זיך אויפגעשטעלט אויפן רואינירטן פייערלעשער טראק - טראץ די ווארענונגן פון די סיקרעט סערוויס אז עס איז נישט פארזיכערט - און מיטן ארעם ארום אן אלטן פייערמאן שרייט ער: I HEAR YOU, THE REST OF THE WORLD HEARS YOU, AND THE PEOPLE WHO KNOCKED THESE BUILDINGS DOWN WILL HEAR FROM ALL OF US SOON.

וכן הוה.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

קרעמער האט געשריבן:א סקרוך גייט מיר נאך היינט אדורך אין די ביינער ווען איך הער די "USA" געשרייען וואס האבן זיך יענעם פרייטאג אפגעטאן ביים גראונד זערא, ווען בוש האט זיך אויפגעשטעלט אויפן רואינירטן פייערלעשער טראק - טראץ די ווארענונגן פון די סיקרעט סערוויס אז עס איז נישט פארזיכערט - און מיטן ארעם ארום אן אלטן פייערמאן שרייט ער: I HEAR YOU, THE REST OF THE WORLD HEARS YOU, AND THE PEOPLE WHO KNOCKED THESE BUILDINGS DOWN WILL HEAR FROM ALL OF US SOON.

וכן הוה.


וכן הוה? אפשר פארציילסטו מיר וואס איז טאקע געווען? א גרויסע חכמה פון מלכינו בוש, ער האט ארונטערגעווארפן די אפגאניסטאנער רעגירונג... הו האט ער זיי געלאזט הערן... טאקע א חכמה.

ס'שוין פינעף יאר זינטן פאסירונג, און די גרויסע אמעריטשקע האט נאך קיין אנונג נישט וואו "בין" געפונט זיך.

וכן הוה? וואס? אז די פרעכטיגע, מעכטיגע, אמעריטשקע שלאגט זיך מיט אפאר אלט-מאדישע אפגעפליקטע טעראריסטן, און יעדעס מאל ווען מען כאפט עפעס א מוכאמאד שרייבט מען אין גרויסע אותיות: "געכאפט דעם נומער צוויי 'על-קאידא' טעראריסט".

טערעסאנט, אלס כאפט מען פונקט דעם נומער צוויי...

ווען איך ליין נאר אז מען האט שוין ווידער געכאפט דעם 'נומער צוויי', דערמאנט עס מיר אין יונה לאנדא'ס נסיעה'ס, וואס כסדר ווען ער לאזט זיך ארויס מיט א נסיעה קיין גרויס אמעריקע, אלעמאל כסדר פארט מען צום 'ערשטן רבי'ן' פון אמעריקע, און יעדעס מאל ווען איך ליין נאר א מודעה פון זיינע פרישע אנטדעקונגען, איז דאס אלעמאל אז ער האט אנטדעקט מקום קבורת דער 'ערשטער רבי' פון אמעריקע. ודו"ק.

ווען מלכינו בוש ירום קרנו וועט האבן בינ'ען, און יונה לאנדא וועט פארן אדער טרעפן דעם צווייטן רבי'ן פון אמעריקע, דעמאלט וועט עס זיין אינטערסאנט, ביז אהין איז אלעס בעלאוני...
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

זארעכ
דו דערמאנסט מיך פון א איד וואס האט מיך היינט געטראפען ליינען די פעפער'ס גיט ער מיך א פרעג וואס האט דען אמעריקע אויפגעטוהן וכו' וכו'
האב איך אים געפרעגט איין זאך זאג נאר האט שוין אל קיידא א דורך געפירט איין אטאקע אויף אמעריקאנער בארטן?
טאקע דאס האט מען אויפגעטוהן.
באמת איז נאך דא אסאך צו שרייבן דערוועגן אבער כ'האב יעצט נישט קיין צייט.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

מעסטערמיינד

איך האב מיך בעיקר באצויגן אויף די ווערטער פון מלכינו בוש ירום קרנו וז"ל:
AND THE PEOPLE WHO KNOCKED THESE BUILDINGS DOWN WILL HEAR FROM ALL OF US SOON
און ועל זה, האט מר. קרעמער ירום הודו צוגעלייגט: "וכן הוה"

אויף דעם ארויף האב איך צוגעלייגט: וכן הוה? וואס האבן זיי געהערט פון בוש'ן? אז די גרויסע אמעריקע האט אומגעווארפן די אפגעפליקטע צוריקגעשטאנענע אפגאניסטאנע רעגירונג? אדער אז מען האט געכאפט דעם בינ'ען? וואס?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קום אהער זרח'ל, זעץ זיך אנידער, כאפ א ציגאר (בלאז נאר ארויס די לופט אויף די אנדערע זייט שטוב), איך וועל דיר פרובירן אביסל מסביר זיין דברים כהווייתן.

א קורצע וויילע נאך די טעראר אטאקעס, האט פרעזידענט בוש דערקלערט קריג אקעגן אלע רעגירונגן וואס העלפן און שטיצן טעראר, ווען אפגאניסטאן - וועלכע איז דאן באהערשט געווען פון די פאנאטישע טאליבאנער רעגירונג - האט נישט איינגעשטימט ארויסצוגעבן דעם מייסטער טעראריסט אסאמא בין לאדין, האט אמעריקע גענומען דרייסטע שריט, און מיט די הילף פון אפאר פאריסענע צוריקגעבליבענע נארטערן אלייענס קעמפער, האט ער באוויזן אראפצואווארפן די טאליבאנער הערשאפט, און - אזוי בדרך אגב - אומגעברענגט הונדערטער טאליבאנער פאנאטישע עקסטרעמיסטן וואס די וועלט איז רואיגער ווען זיי געפונען זיך אונטער דעם 10 טאניגען באמבע וואס האט זיי געכאפט אין איבערראשונג.

די נאמען "מאכאמעד אטיף" קלינגט ביי דיר א גלאק? ביי מיר הערט זיך דאס ווי א "סאניק" קול פון מיליאן מעגא-בום'ס, ער איז געווען דער דריטער אין ראנג נאך אסאמא (באלד וועלן מיר אי"ה ערקלערן די נומערן, וועסטו זען אז דיין משל פון די ערשטע רבי'ס איז כרחוק מזרח ממערב), און איין שיינעם אויפדערנאכט, די הימל איז מסתמא געווען בלוי און ער האט געגעסן א פיינע וועטשערע אויף דער ערד, ארומגענומען מיט זיינע שרצים און נאך הויכע חברה (טאליבאן אדער על-קאידע) האט א פונקטליך-געצילטע באמבע זיך אראפגעלאזט העכער זיין וואוינונג, און... ווען זיין פרוי וואלט איבערגעלעבט די אטאקע, וואלט זי געבליבן אן עגונה, ווייל קיין גאנץ ביינדל איז פון אים נישט געבליבן (ביי זיי זאל עס בלייבן).

"קאליד שעיך מואהאמעד" "אבו זובעידא" "ראמזי בין אלשיב" און נאך, זענען געווען גאר הויכראנגיקע אין די על-קאידע נעטווארק, לויט קראנטע באריכטן זענען זיי געווען די הויפט פלאנירער פון סעפטעמבער 11, און זענען איינס ביי איינס געכאפט געווארן דורך די אמעריקאנער אדער פאקיסטאנער קרעפטן.

די איינציגע וואס האבן - דערווייל - באוויזן צו אנטלויפן פון גערעכטיגקייט, זענען: 1) מולא מאכאמעד אמאר, דער בלינדער גייסטישע פירער פון די טאליבאן (וועלכער איז בכלל נישט סטראטעגיש וויכטיג פאר אמעריקע, נישט האבנדיג קיין אינפארמאציע איבער קיין צוקונפטיגע אטאקעס היל"ת, זיין ארעסט קען בלויז באצייכענען א סימבאלישע פארכאפונג פון א רעגירונג הויפט וועלכער האט נישט געוואלט קאאפערירן מיט אמעריקע בעת כעסה), 2) אסאמא בין לאדין, דער גרינדער און פירער פון על-קאידע, וועלכער האט נישט קיין רואיג מינוט אין זיין לעבן, און ערלויבט זיך ניטאמאל צו רעדן אויף א געהעריגן טעלעפאן, אויס ציטער אז די אמעריקאנער וועלן קומען אויף זיינע שפורן (מרת רייס האט זיך היינט אויסגעדרוקט, אז נישט קיין חילוק וואו מר. לאדין געפונט זיך יעצט, איז זיין וועלט זייער שמאל אויפן מאמענט). 3) איימאן על זאוואהירי, דער עגיפטישער רעדע האלטער וועלכער געט לעצטנס ארויס מער ווידיאו-טעיפס ווי אימער, עס שיינט ווי יעדע ווארט וואס גייט ארויס פון זיין מויל, ווערט אראפגעכאפט און פארשפרייט אלץ א מעסעדזש פאר די וועלט (איך בין אויך נישט מקנא זיין עולם הזה אויפן יעצטיגן מאמענט, וואס קען זיך ענדיגן אין א ליאדע מינוט).

יעצט לאמיר באטראכטן דיין משל: דו פארשטייסט אליין אז די נומער "איין" און "ערשטער" קענען זיך נישט טוישן, עס קענען נישט זיין "צוויי" ערשטע רבי'ס אין אמעריקע, אדער "צוויי" איינצעלנע פירער פון על-קאידע. אבער די נומערן "צוויי" און "דריי" און אזוי ווייטער, קענען זיך גאר אפט טוישן, דהיינו: אויב מען ארעסטירט אדער מען ברענגט אום מאכמוד אטיף - דער אריגינעלער נומער "3" מאן פון על-קאידע, ווערט זיין ארט ערפולט דורך "אבו זובעידא", אלזא, ווען מען פארכאפט "אבו זובעידא" וועסטו ווידער זען ריזיגע העדליינס "דריטער על-קאידע פירער ארעסטירט".

איך ווייס אז דו ביסט א קלוגער און רעכטדענקענדער מענטש, וועל איך נישט טיפער אריינגיין אפצואווענדן דיין נארישן משל, און איך האף אז דו וועסט זיין א מודה על האמת, אז דאס האט מיט ר' יונה'ס ערשטע רבי'ס פון אמעריקע "קיין שייכות".
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

קרעמער, שערקויעך פאר דיין בריוועלע. כ'האב דיר געפאלגט, בעת'ן אויסליינען דיין אגרת'ל איז מיר פארגאנגען א גאנצער פאפירס'ל.

ידעתי בני ידעתי, וואס מיינסטו איך בין נישט געזעצן יענעם אויפדערנאכט, אור ליום ד' דסליחות תשס"א, אראגענאגלט אין קאר אויסהערנדיג דעם מיליטאנטישן בוש? כ'ווייס אויך אז ער האט ערקלערט קריג אויף טעראר, און איך ווייס אויך גאנץ גוט אז ער טוט פארשריט אפצוהאלטן אז עס זאל נישט ח"ו פאסירן נאכאמאל. איך לעב נאך נישט, דערווייל, אין אלט-אפגאניסטאן... איך האלט נאך דערווייל מיט די פארשריט פון די מערב וועלט...

נאר וואס? ס'איז קיינער נישט מסופק אין דעם, אז די גרויסע אמעריטשקע קען הארגענען מאסן מענטשן מיט איין שאס, א נער איז דער וואס זאגט אז נישט. און ס'האט אויך קיינער קיין ספק נישט אז אמעריקע, מיט אירע פארגעשריטענע מיליטערישע טעכנעלאגיע, פרובירט נאך צו גיין נאך יעדן שפיר פון יעדן שעדליכן טעראריסט וואס איז נאר דא אויפן כדור העולם. אבער דעם סימבאלישן שריט, אויף וואס דאס פאלק קוקט אזוי ארויס, אז מען זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל כאפן דעם "בינע'ן" דאס האט ער נאכנישט באוויזן!

נאך בימים ההם, נאך יענעם אויפדערנאכט, נאך זיין רעדע, איז ער שוין ביי אונז אין די קאר געווען די דזשוק אפ דע טאון. שטייען אפאר אפגעפליקטע טעראריסטן און טערארעזירן א וועלט, טערארעזירן די גרויסע אמעריקע, וועלכע פארמאגט א מעכטיגן ארמיי, דאס שטערקסטע וואס נאר שייך זינט בריאות העולם, קיינער ווייסט נישט וואס דא גייט זיין, אבער יעדער ווייסט אז די גרויסע אמעריקע קען אראפשיסן מיט איין מיסל וויפיל מוסלומענער עס פארגלוסט זיך אים נאר. דאס האט דאס פאלק געוואוסט נאך פאר זיין דרשה. דאס פאלק איז אבער נישט דאן אויסן געווען אויף דעם. דאס פאלק האט דאן געוואלט אז עס זאל מקוים ווערן זיין הבטחה, אז דער וואס האט דאס געטוהן זאל הערן פון אים, כלומר, מען זאל אים כאפן.

לדעתי - קענסט מחולק זיין - די אלע נאכאנאנדיגע שרייערדיגע מעלדונגען פון נומער צוויי טעראריסט געכאפט, איז פיסכאלאגיש געצילט בכוונה צו בארואיגן דאס געמיטער פונעם פאלק, אזוי צו זאגן אז אה... אט... אט... מען האט שוין געכאפט דעם נומער צוויי, ס'הייסט די מיליטער מאכט פארשריט, און פון נומער צוויי ביז נומער איינס איז דאך נישט מער ווי א קאצן שפרינג און בקרוב וועלן מיר האבן דעם נומער איינס...

יונה לאנדאס ערשטער רבי האט אויך בערך דעם זעלבן ציל. בכדי זיינע קליענטן זאלן נישט פארלירן מוט, מוז ער אלס מעלדן אז ער האט דעם ערשטן רבין, זאלסט אלס מיינען אז אה... דאס איז עס... דא האט מען געכאפט דעם טאטער...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זרח'ל;

סתם שיסן מיסילס און באמבעס אין די וועלט אריין, איז די "מייקל סעבעדזש" וועג. ער - וועלכער האלט זיך קלוגער פון קינג סאלאמאן אליין - האט קאמפיינט אינמיטן דעם איראקער קריג, אז מען זאל "קארפעט-באמבערדירן" גאנץ פאלודזשא, און דאס איבערדעקן מיט א שילד "ככה יעשה" פאר אלע וואס וועגן צו טשעפן מיט אמעריקע.

לב מלכים ושרים ביד ה', און ברוך ה' אז מיר פארמאגן (אביסל) א קלוגערע פרעזידענט ווי דאס, און ער נעמט נישט אונטער קיין וואנזיניגע שריט פון פארטיליגן גאנצע פעלקער צוליב די זינד פון איינצעלנע, דערפאר איז געלונגען פאר אמעריקע צו פארניכטן 'בלויז' 5,000 טעראריסטן אין לויף פון די פארגאנגענע 5 יאר.
http://blogs.abcnews.com/theblotter/200 ... error.html פארגעס נישט צו ליינען די קאמענטירן דארט, טייל פון זיי האלטן ווי דיר, אפשר גאר האסטו אליין איבערגעלאזט דארטן דיינע פינגער אפדרוקן..
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”