ימים שאין אומרים תחנון
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15904
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6812
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
תפלה לדוד בימים שאין אומרים בו תחנון - טעות העולם?
פאר ווער עס ווייסט [נישט] איז די מנהג אין סאטמער אז פרייטאג זאגט מען נישט קיין תחנון ווייל אין סיגוט איז געווען א מארק טאג פרייטאג (עפעס אזוי),
ממילא אויב זאגט מען נישט קיין תחנון פארשטייט זיך אז מען זאגט אויך נישט קיין תפלה לדוד, גערעכט? ניין!
וואס הייסט ניין? אין יעדע סידור שטייט דאך בפירוש אז תפלה לדוד מיט תחנון זענען געקניפט און געבינדען!
איז מיר מיין חבר מסביר אז דאס איז נאר אויב דאס נישט תחנון זאגן איז אלס אן הלכה'דיגע סיבה למשל עס איז דא א ברית אדער א חתן אין דעם מנין, אויב אבער זאגט מען נישט קיין תחנון אלס א מנהג למשל עס איז א יאהרצייט פון א געוויסע צדיק (וואס דאס פארלאנגט זיך אן עקסטרע שמועס פאר זיך) אדער למשל פרייטאג אין סאטמער דאן דארף מען יא זאגן תפלה לדוד.
הערענדיג דעס האט מיר געוואונדערט היתכן דער עולם טוט נישט אזוי,
בין איך געגאנגען צום ספרים שראנק און ארויסגענימען אן אוצר הלכות און א פסקי תשובות (אונזערע זיידעס וואלטן און אזא צייט ארויסגענימען דעם גרויסען שולחן ערוך און אליינס גענישטערט אין די פוסקים לכאורה) און מיינע אויגען האבן זיך ברייט צועפענט....
אז אזוי; לא מיבעיא אז ווען מען לאזט אויס תחנון בלויז אלץ א מנהג דעמאלטס איז א פשטות אז מען דארף זאגן תפלה לדוד, נאר אפילו מען לאזט אויס על פי הלכה תחנון (א ברית וכדו') דארף מען געהעריג זאגן תפלה לדוד,
יא! תחנון און תפלה לדוד זענען בכלל נישט געקניפט און געבינדען, זיי האבן זיך קיינמאל געטראפן....
וואס יא?
אויב לאזט מען אויס למנצח ביי אשרי - ובא לציון דאן לאזט מען אויך אויס תפלה לדוד,
ווייל די סיבה פארוואס מען לאזט אויס למנצח אין די באשטימטע טעג איז ווייל אין למנצח זאגט מען יענך ד' ביום "צרה" און די טעג זענען נישט קיין יום צרה (עפעס אזוי) ממילא זאגט מען אויך נישט תפלה לדוד וואס דארט זאגט מען ביום "צרתי" אקראך,
און דא קומט חידוש נאמבער צוויי,
אז בית יעקב מיט למנצח האבן אויך גארנישט איינס מיטן צווייטען,
בית יעקב דארף מען אויסלאזן בימים שמתפללין מוסף, ווייל בית יעקב ענדיגט צו דעם דאווענען און אויב גייט מען דאווענען מוסף איז מען דאך נישט פערטיג מיטן דאווענען ממילא זאגט מען נישט קיין בית יעקב,
דאס איז בערך וואס איך האב געזעהן, איך האב נישט יעצט די ספרים אין פארנט פון מיר ממילא קען זיין אז איך האב נישט נאכגעברענגט פונקטליך אזוי ווי עס שטייט דארט.

די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35425
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
בין איך געגאנגען צום ספרים שראנק און ארויסגענימען אן אוצר הלכות און א פסקי תשובות (אונזערע זיידעס וואלטן און אזא צייט ארויסגענימען דעם גרויסען שולחן ערוך און אליינס גענישטערט אין די פוסקים לכאורה) און מיינע אויגען האבן זיך ברייט צועפענט....
אז אזוי; לא מיבעיא אז ווען מען לאזט אויס תחנון בלויז אלץ א מנהג דעמאלטס איז א פשטות אז מען דארף זאגן תפלה לדוד, נאר אפילו מען לאזט אויס על פי הלכה תחנון (א ברית וכדו') דארף מען געהעריג זאגן תפלה לדוד,
יא! תחנון און תפלה לדוד זענען בכלל נישט געקניפט און געבינדען, זיי האבן זיך קיינמאל געטראפט.
ימחול לי הרב הנ"ל, נישט אלעס וואס ער ווייסט נישט מיינט אז עס האט קיין מקור.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:פאר ווער עס ווייסט [נישט] איז די מנהג אין סאטמער אז פרייטאג זאגט מען נישט קיין תחנון ווייל אין סיגוט איז געווען א מארק טאג פרייטאג (עפעס אזוי),
ממילא אויב זאגט מען נישט קיין תחנון פארשטייט זיך אז מען זאגט אויך נישט קיין תפלה לדוד, גערעכט? ניין!
א מארק טאג גאר, איך הער זאגן, און אין זודיטשוב איז געווען די מארק טאג פרייטאג און זונטאג צוויי מאל א וואך? אזוי אויך פלעגט די וואך פון פורים און די וואך פון ל"ג בעומר זיין א מארק וואך?
פרייטאג זאגט מען נישט קיין תחנון ווייל די קדושה פון שבת איז שוין דא, אזוי ווי מען מעג לערנען תנ?ך ליל שישי
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:וואס הייסט ניין? אין יעדע סידור שטייט דאך בפירוש אז תפלה לדוד מיט תחנון זענען געקניפט און געבינדען!
איז מיר מיין חבר מסביר אז דאס איז נאר אויב דאס נישט תחנון זאגן איז אלס אן הלכה'דיגע סיבה למשל עס איז דא א ברית אדער א חתן אין דעם מנין, אויב אבער זאגט מען נישט קיין תחנון אלס א מנהג למשל עס איז א יאהרצייט פון א געוויסע צדיק (וואס דאס פארלאנגט זיך אן עקסטרע שמועס פאר זיך) אדער למשל פרייטאג אין סאטמער דאן דארף מען יא זאגן תפלה לדוד.
קיינמאל נישט געהערט אז ביי א יארצייט זאל מען נישט זאגן קיין תחנון, נאר געווענליך ביי א יארצייט מאכט מען א סיום און א טאג פון א סיום איז א יום שמחה,
פרייטאג ווי דערמאנט האט מיט קדושות שבת,
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:הערענדיג דעס האט מיר געוואונדערט היתכן דער עולם טוט נישט אזוי,
בין איך געגאנגען צום ספרים שראנק און ארויסגענימען אן אוצר הלכות און א פסקי תשובות (אונזערע זיידעס וואלטן און אזא צייט ארויסגענימען דעם גרויסען שולחן ערוך און אליינס גענישטערט אין די פוסקים לכאורה) און מיינע אויגען האבן זיך ברייט צועפענט....
אז אזוי; לא מיבעיא אז ווען מען לאזט אויס תחנון בלויז אלץ א מנהג דעמאלטס איז א פשטות אז מען דארף זאגן תפלה לדוד, נאר אפילו מען לאזט אויס על פי הלכה תחנון (א ברית וכדו') דארף מען געהעריג זאגן תפלה לדוד,
יא! תחנון און תפלה לדוד זענען בכלל נישט געקניפט און געבינדען, זיי האבן זיך קיינמאל געטראפן....
בין איך געגאנגען צו גרויסע תלמידי חכמים, און צו געהערט צו זיי זאגן תפילה לדוד און ניין זיי לאזן עס אויס, איך נעם זיי מער אן ווי א אוצר הלכות און פסקי תשובות, [נישט אז דעי צוויי זענען אוועק צומאכן, די שאלה איז נאר קעגן וועם, א שבט הלוי קעגן א מהרש"ם וועם נעמט מען אן? א מהרש"ם קעגן א תניא? והבן]
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:וואס יא?
אויב לאזט מען אויס למנצח ביי אשרי - ובא לציון דאן לאזט מען אויך אויס תפלה לדוד,
ווייל די סיבה פארוואס מען לאזט אויס למנצח אין די באשטימטע טעג איז ווייל אין למנצח זאגט מען יענך ד' ביום "צרה" און די טעג זענען נישט קיין יום צרה (עפעס אזוי) ממילא זאגט מען אויך נישט תפלה לדוד וואס דארט זאגט מען ביום "צרתי" אקראך,
און דא קומט חידוש נאמבער צוויי,
אז בית יעקב מיט למנצח האבן אויך גארנישט איינס מיטן צווייטען,
בית יעקב דארף מען אויסלאזן בימים שמתפללין מוסף, ווייל בית יעקב ענדיגט צו דעם דאווענען און אויב גייט מען דאווענען מוסף איז מען דאך נישט פערטיג מיטן דאווענען ממילא זאגט מען נישט קיין בית יעקב,
דאס איז בערך וואס איך האב געזעהן, איך האב נישט יעצט די ספרים אין פארנט פון מיר ממילא קען זיין אז איך האב נישט נאכגעברענגט פונקטליך אזוי ווי עס שטייט דארט.
לגבי בית יעקב געדענק איך אז ווען אונז זענען מיר געווען אין ישיבה איז געווען א גאנצע באלאגאן איבער דעם, לעמשה איז געבליבען ביידע שטארקע מקורות סיי אז עס האט מיט מוסף און סיי אז עס זאל האבן מיט למנצח, איך געדענק שוין נאר נישט די צדדים, וראה מאי עמא דבר
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]