היימישע ספעמערס, ווי גיט מען זיך אן עצה מיט זיי?!

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

היימישע ספעמערס, ווי גיט מען זיך אן עצה מיט זיי?!

תגובהדורך חייקל » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 2:32 pm

וואס טוט מען מיט די היימישע ספעמערס?!

א פרישע בראך אויפ'ן קאפ, דער "גוט מארגן בלעטל" האט איין טאג מיט גרויס שלימזלנות ארויסגעשיקט זיין אימעיל ליסטע נישט אין BCC
וואס האט נאכגפאלגט מין א פארעווע התנצלות און "מיר האפן אז אומפאראנטווארטליכע מענשטן וועלן דאס נישט אויסניצן פאר זייער אינטערעסן".
יא, זיכער... זיי וועלן זיך אסאך רעכענען מיט דיר אדער מיט מיר

זינט דאן באקום איך פון געוויסע חסידות'ער וואס וויל מיר שיקן אומגעבעטענע פראפאגאנדע, און פרובירן מיט צו פארכאפן צו זייער חסידות
(זיי ווייסן נישט אז איך בין שוין פארכאפט אין די "מלכות קרעטשמע").

נו שוין ער שיקט א גוט בילד אדער גליון, מהיכי תיתי, שיקן זיי אבער אומצאליגע אטעשטמענטשס פון שווערע דזשעיפעגס,
נישט גענוג כ'האב גזעעהן דעם רבי'ן טאנצן מצוה טאנץ פון די פארענט, כ'מוז עם זעהן פון אלע זעקס זייטן, אין יעדן פאוז...

כ'וואלט שוין מקיים בכל זאת החרשתי אויף דעם אויך, נו שוין, דער חסיד מעג אויך האבן א גוטן טאג, ער האט געבויעט זיין חסידות כלומרש'ט (כאטש וואס פונקט פארקערט, כבין געווארן אויפגערעגט אויף זיין חסידות פאר'ן ספעמן מיין אימיעל).

אבער קוקט אויס אז יעדער חסיד'ל באקומט חסידות-פוינטס פאר וויפיל נייע חסידים ער וועט רעקרוטירן, באקום איך דאס אריינגעשיקט יעדע 2 שעה פון נאך א חסיד'ל, און נאך א חסיד'ל וועלכע טוען פריש ספעמען מיין מעיל באקס.

דא האב איך שוין געפלאצט!
אינאף איז אינאף! פלעגט מען זאגן אינדעראלטערהיים.

גייט אריבער א פאר טעג, אין אן אנדערע מלכות'דיגע הויף האט געהאט א מסע הקודש צו א שכינות'דיגן סיטי, לאמיר גיבן א משל פון בארא פארק קיין וויליאמסבורג, מוז דאך דער פראפעגאנדע אפעראט צעשיקן די ווידיאו בילדער פונעם רבינ'ס קבלת פנים-באגלייטן-הבדלה להגדיל את ה... חסידות בכל מה דאפשר.

זיי ווייסן ווידער נישט אז איך בין שוין פארקויפט, כ'האב שוין ערהאלטן א דאזן אימעילס ווי כ"ק אדמו"ר מפלוני שליט"א טאנצט מצוה טאנץ, טא ווי קען איך פלוצים ווערן פארכאפט פון זייער כ"ק אדמו"ר מאלמוני'ס שליט"א הבדלה, אייעם סארי יו מיסט די באוט.

שוין גענוג מיט די הומאר, ערענסט גערעדט, אויב די חסידי'םלאך ליינען אין די קרעשטמע (ווער לייענט דען נישט) בעט איך זיי דא פון דעם פלאטפארמע, פליעז ספעמט מיר נישט מיט ענקער פראפעגאנדע.

זייט נישט ברוגז, כ'האב דאס שוין געזעהן אויף "אידישע וועלט" - כל העולם כולו - העולם החרדי - די צייטונג - דער בלאט - דער איד - קאנעקשאנס - לינק - הייד פארק - ישיבה ווארלד - וכולי וגומר.

און טאמער ווילט איר דוקא יא דייקא מיך פארכאפן אין אייער נעץ, כאטש געט יור עקט טאגעדער, שיקט דאס איינמאל ארויס פון מערכה-פראפעגאנדע אפיס, כ'וועל דאס נעמן ערענסט אין קאנסידערעשיאן, אבער לאזט נישט יעדעס חסיד'ל ספעמן מיין אימעיל.

און אצינד איך גיב אייך מיין לעצטן אולטימאטום, להשומעים יונעם ותא עליהם ברכות טוב.
און אויב נישט......
וועל איך ווערן א חסיד פון רבינ'ס ברודער-שוואגער-קאזין
און עטץ זאלטס נישט זאגן כ'האב ענק נישט געווארענט, אקעי!
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 3:20 pm

חייקל,

פאר דיר קען איך נאר זאגן אז דו האסט גוט אראפגעלייגט דעם פראבלעם, אבער פאר די וואס זענען נאכנישט אויפגעסיינט צובאקומען אזעלעכע סארט אימעילס, און ווילן עס טון, קען איך זאגן וואס איך האב געטון.

איך האב מיר געמאכט א צפעציעלע אימעיל אדרעס פאר די גוט מארגן סארט אימעילס, און עס ווערט אוטעמאטיק געפארווערד צו מיין געהעריגע אימעיל. וואס האב איך דערפון? אז ווען יענער וועט טון דאס וואס גוט מארגן האט געטון, וועל איך נישט שאדן האבן, ווייל איך באזוך כמעט נישט יענע אימעיל אקאונט.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 3:26 pm

עי טריא איך האב געמיינט אז נאר איך וויס דעם סוד...........................................
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 3:41 pm

זיך אנצונעמן פאר דעם גוט מארגן
וויל איך דא דערמאנען דעם עולם אז יעדע נייע בלעטל מאכט איין מאל דעם טעות
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 3:45 pm

thefact האט געשריבן:זיך אנצונעמן פאר דעם גוט מארגן
וויל איך דא דערמאנען דעם עולם אז יעדע נייע בלעטל מאכט איין מאל דעם טעות

אמת און וואר, ריכטיג, יעדער מאכט אמאל דעם טעות, דערפאר האב איך נישט אטאקירט זיי אין דעם ארטיקל, נאר דערמאנט בדרך אגב, אז זיי קומט זיך דאס צו פארדאנקן.
איך האב אפעלירט צו די גנבים, נישט צו דעם באג'נב'טן.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 7:38 pm

חייקל;

מעכטיג ארויסגעברענגט דעם וויי-געשריי, נוסח קרעטשמע, און מיר האפן אז די ריכטיגע תוצאות וועלן נאכפאלגן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 8:31 pm

חייקל, א גוט שטיקל, הערליך אראפ געלייגט.

טריאו, כאפעך נישט די עצה, די אלע ספעמד אימעיל'ס (מערעטעך נישט פון עכטע ספעם) ווערן דאך אויך געפארווערד, ניין?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 9:20 pm

איך נוץ אויך די עצה פון נוצן עטליכע אימעלס די אויפטי איז פארשידענארטיג, קודם ווייסעך בערך פון ווי ס'קומט, אויב זע איך אז איין אימעיל אדרעסע האט אנגעהויבן פלוצלינג באקומען אימעילס ווייסעך אז דעם וואס כ'האב לעצטענס געגעבן די אימעל שטייט אונטערדעם... און חוץ דעם אימעילס וואס כ'וויל נישט באקומען אין מיין באקסל אבער פון צייט צו צייט קען איך באשטיין עס צו קוקן שטעל איך אן עס זאל גיין אין ספעם אריין אין ווען איך וויל גיי איך צו יענע אקאנט אין מען נעמט עס פון דארט...

אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

תגובהדורך פריץ » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 10:07 pm

איך הער

מען עפענט א אימעיל קאנטע למשל junkmailporitz@gmail.com
און מען שטעלט אן א פילטער אז יעדעס מאל עס קומט אן א אימעיל פון gitmorgen@gitmorgen.com
זאל זיך עס פארדווערדן צי מיין אקאונט וואס איך עפן יא

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 10:13 pm

אהא, איי גאט איט, יישר כח.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 10:32 pm

אין מדינת ישראל איז לעצטענס געווארן א געזעץ אז די אלע קאמפאניס טארן נישט ארומשוקן אימיילס נאר אויב מאיז סורבסקרייבט, מדארף זעהן אז דא אין אמעריקע זאל אויך ווערן די סארט געזעץ
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 11:00 pm

מיט פילטער קענסטו אויך אנשטעלן אז יעדעס מאל די באקומסט אן אימעיל וואס האט אין זיך א געוויסע ווארט זאל זיך עס גלייך מעקן אדער רעפארט ווערן אלס ספאם (וואס טוט עס אויף? גיי ווייס) אזוי קענסטו פילטערן א נאמען פון די חסידות אדער נאמען פונעם זענדער.
אדער לייג זיי אויפ'ן שווארץ ליסט אזוי ווי איך טו כסדר.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 11:38 am

איך בין אויך געשלאגן מיט אזא פראבלעם, איך האב מיר שוין אויסגעלערנט לעבן דערמיט, און געווענליך ווערסטו אראפגענומען מיט איין 'רימאוו' ריפליי, אבער עס איז טאקע דא עטליכע וואס האבן א מישען צו פייניגן און ביי זיי העלפט נישט קיינע בקשות.

עניוועי, דער עיקר איז אז איך בין געוואר געווארן אויף די מערסט הומאריסטישע וועג אז עס איז א צרות רבים, יישר כח חייקל.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך דעצמבער 17, 2008 2:28 am

איך ווייס נישט וואו דיינע אימעילס קומען אן, אבער אויב קומען זיי צו אוטלוק עקספרעס קענסטו קריעטן א רול פאר דעם אימעיל.
דהיינו, אלע אימעילס וואס קומען פון, אדער וואס האבן אין זיך א טייטל פון gitmorgen@gotmorgen.com זאל בכלל נישט ווערן געדאונלאד פון סערווער (אריגינעלע אימעיל), און\אדער זאל ווערן גלייך אויסגעמעקט. (מעגסט מאכן צוויי רולס וכדומה).

איך בין לעצטענס גאר שטארק פארפלייצט מיט ריכטיגע ספעם, און דער מעטאד האט שטארק געהאלפן.
כאטש די ספעממערס ווייסן גוט פון די אלע טריקס דערפאר שיקן זיי אייביג פון אנדערע אימעיל אדרעסן, און מיט אנדערע טייטלס (סובזשעקט) אפט מאל שלעכט געספעלט כדי די רול זאל נישט זיין אין עפפעקט.

ס'יז א פראבלעם און מען לעבט דערמיט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:53 am

איך האב דריי אימעילס און איך האב מיר קיינמאל נישט איינגעשריבן צו באקומען גוט מארגן אבער זי האבן עס מיר געשיקט, פון ווי זיי האבן מיינע אדרעססען ווייס איך נישט אבער איך בין זייער בייז עס איז גאר א גרויסע חוצפה צו שיקן צו מענטשען וואס האבן זיך נישט איינגעשריבן, איך ווייס אפילו נישט וואס זיי האבן דערפון
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
קאמפיוטערנייעס
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2008 5:52 pm
לאקאציע: נישט דא

תגובהדורך קאמפיוטערנייעס » מיטוואך דעצמבער 17, 2008 8:57 am

פויער עמו אנכי בצרה
איין שיינעם גרינעם דינסטאג האב איך עס ענגעפאנגען צו בייקומען איך האב נישט קיין אונונג פון וואו זיי האבן מיין אימעיל אבער עס איז א גאלדיגע חוצפה צו שיקן פאר איינעם וואס האט זיך נישט איינגעסיינט.

שעפעלע זיסע
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2008 12:19 pm

תגובהדורך שעפעלע זיסע » מיטוואך דעצמבער 17, 2008 9:31 am

והוקע אותם נגד השמש
דארף מען מפרסם זיין די אלע שיקערס
שמם ושם אימייליהע"ם ושם רבותיהם ומשלחיהם
מיט גרוסע קידוש לבנה אותיות
זאלען זיי סטאפען מיט די דומהייטען

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 12:51 pm

איך האב אויך אנגעהויבן פלוצלינג צו באקומען אימעיל פון אן אומגעבעטענעם שיקער/שיכור. כ'האב איינמאל ריפלייעט אז ער זאל מיך אראפנעמען, און מער האב איך נישט געהערט פון אים.

ר' חייקל, כ'האב אבער הנאה געהאט פון דיין הומאריסטישן באשרייבונג. אט אזאנס וואלט איך יא געוואלט באקומען טעגליך אין מיין אימעיל באקס!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:17 pm

פויער האט געשריבן:איך האב דריי אימעילס און איך האב מיר קיינמאל נישט איינגעשריבן צו באקומען גוט מארגן אבער זי האבן עס מיר געשיקט, פון ווי זיי האבן מיינע אדרעססען ווייס איך נישט אבער איך בין זייער בייז עס איז גאר א גרויסע חוצפה צו שיקן צו מענטשען וואס האבן זיך נישט איינגעשריבן, איך ווייס אפילו נישט וואס זיי האבן דערפון


דאס זעלביגע ביי מיר, איך האב אנגעהויבן צו באקומען די אימעילס "נישט" אין מיין אימעיל וואו איך באקום די גוט-מארגן'ס (הגם דארט באקום איך עס אויך), א חבר מיינער האט מיר די זעלבע צייט דערציילט אז ער באקומט עס אויך אן זיין אריינגעסיינט אין גוט מארגן.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:55 pm

מאשקע האט געשריבן:איך האב אויך אנגעהויבן פלוצלינג צו באקומען אימעיל פון אן אומגעבעטענעם שיקער/שיכור. כ'האב איינמאל ריפלייעט אז ער זאל מיך אראפנעמען, און מער האב איך נישט געהערט פון אים.

ר' חייקל, כ'האב אבער הנאה געהאט פון דיין הומאריסטישן באשרייבונג. אט אזאנס וואלט איך יא געוואלט באקומען טעגליך אין מיין אימעיל באקס!


דאנקע שיין, העמיר זעהן, דערווייל איז מיין שרייבן אויף פראבעישאן :roll: צוליב געוויסע סיבות ואכמ"ל
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך יולי 24, 2013 3:42 pm

נאך איינער האט לעצטענס אנגעפאנגען באקומען אימעילס פון קול הציבור אין מאנסי?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך יולי 24, 2013 3:43 pm

שנאפס האט געשריבן:נאך איינער האט לעצטענס אנגעפאנגען באקומען אימעילס פון קול הציבור אין מאנסי?

יא, שוין אנסובסקרייבד.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14230
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך יולי 24, 2013 3:43 pm

מאן יימר האט געשריבן:יא, שוין אנסובסקרייבד.
לעצט פאראכטן דורך ק.נ.א. וועטער אום מיטוואך יולי 24, 2013 3:47 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מיטוואך יולי 24, 2013 3:43 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:נאך איינער האט לעצטענס אנגעפאנגען באקומען אימעילס פון קול הציבור אין מאנסי?

יא, שוין אנסובסקרייבד.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14230
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך יולי 24, 2013 3:44 pm

קוקט אויס ווי ער האט גענוצט די אימעיל גרופע ליסטע


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 0 געסט