HIBERNATE PROBLEM

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

HIBERNATE PROBLEM

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

געווענליך נוץ איך הייבערנעיט אין מיין ווינדאוס XP, דאס הייסט אנשטאט אויסלעשן מיין קאמפיוטער און אלעס אנהייבן פונדאסניי, דרוק איך דעם הייבערנעיט באטטאן און ווען מען צינדט אן צוריק האב איך אלע פראגראמס אפען פונקט ווי פריער.

איז אבער געשען אן אומגליק פארגאנגענע וואך פונקט ווען מיין וואן-יער וואראנטי איז אפגעלאפן, און מיין הארד דרייו איז געגאנגען פייפן, משוטו פמשמעו, די גאנצע 53 גערגעלעך פון די 200 וואס דאס קען ענטהאלטן האבן זיך ארויסגעריסן און אנטלאפן ערגעץ וואו - קיינער קען זיי מער קיינמאל נישט געפונען - די מאטאר איז געגאנגען קראכן. די קאמפאני האט מיר נישט געוואלט העלפן מער, ס'נישטא קיין וואראנטיע.

האב איך זיך געמוטשעט און פרובירט אלע וועגן צוריקצוברענגען, איינגערעדט בין איך געווען אז כ'אב אן אימעזש אויף אן עקסטערנעל דרייוו פון מיין סיסטעס אבער ביים עפענען האב איך געזען אז די אימעזש איז מתחילה נישט גוט געמאכט געווארן אזוי אז איך בין געבליבן בעירום, א ריזיגע גרויסע קאמפיוטער מיט פול באטטאנס און שיינע סטיקערס אבער ווערט איז עס געווען א רעטיך, נישט קייין אפערעטינג סיסטעם. דאן האב איך גוט פארשטאנען וואס פאלקס זאגט: א קאמפיוטער איז א קלאץ!

איז אבער געוען השגחה פרטית (נישט אריינשטעלן אין מעלות פליז) אז פונקט אייניגע טעג פריער האט מיין חבר באקומען פון דעלל א סידי מיט XP אזוי איך האב עס בלויז געדארפט אינסטולן און עקטיוועיטן. עס איז געווען די ערשטע מאל.

אבער מיט די סידי אליינס האט מען נאך גארנישט, מען דארף זוכן אלע דרייווערס פון די הארדוועיר און אינסטולירן, בין איך ביזי געווען שעות על גבי שעות אפירזוכן די צענדליגע דרייווערס ביז כ'אב געקענט אלעס דאונלאדן א חלק פון די מאנופעקטשורער סייט. צוביסלעך צוביסלעך איז די חיות צוריקגעקומען מער און מער.

עטליכע פראבלעמען זענען נאך געבליבן וואס איך טרעף נישט קיין לייזונג:
איך האב NVIDIA GO GEFORCE 7600 גרעפיקס קארד, איך האב שוין אינסטולירט דעם דרייווער דערפאר אבער די קאנטראל פענעל וואס כ'אב אמאל געהאט, דארט וואו מען קען אנשטעלן אלע סקרין סעטטינג די ברייטנעס און קאנטראסט, איז נישט צוריקגעקומען, די סקרין איז מיר דא אזוי ליכטיג אז די אויגן שפרינגען מיר פון די לעכער.

די הייבערנעיט אפשען איז ענעיבלד, אבער ווען איך דרוק דעם באטטאן בלייבט דער מעסעזש: PREPARING TO HIBERNATE אגאנצע נאכט (לייען: אגאנצע טאג..) און עס האלט פשוט נישט בייס הייבערנעיטן, ער פריערט איין ( נו ! ? גלאבאל ווארמינג!?) און מער טוט ער נישט גארנישט, נישט ער לעשט נישט ער צינדט, נאר במידה בינונות בחינת זרע אנשים.

די קיעבארד דרייווער קען איך נישט טרעפן, געוויסע באטטאנס פונעם קיבארד ארבייטן נישט, למשל די FN (function( באטטאן וואס דארף קאנטראלן די סקרין און רעזאלושען פונקציענירן נישט.

איך נוץ א סאני וואיא VGN AR250G . אמאל האב איך געהאלטן ס'יז גוט אבער היינט ווייס איך שוין אז נישט. עס האט מיר דריי מאל שוין געקראכט דער זעלבער נארישער מאשין. נעווער עווער סאני עגעין.

איר ליינט נאך? אויב יא, דאן ווער עס ווייסט עפעס הילף בעיקר איבער דעם הייבענעיט פראבלעם זאל ביטע העלפן. לידיעתי דארף מען האבן עפעס א פעטש ערגעץ אבער גיי זוך.

החותם בדמע דשוועמל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

וואס רעדסטו דא, פארטיגעזיש?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
שלמה שמש
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 7:19 pm

Re: HIBERNATE PROBLEM

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה שמש »

שוועמל האט געשריבן:אבער מיט די סידי אליינס האט מען נאך גארנישט, מען דארף זוכן אלע דרייווערס פון די הארדוועיר און אינסטולירן, בין איך ביזי געווען שעות על גבי שעות אפירזוכן די צענדליגע דרייווערס ביז כ'אב געקענט אלעס דאונלאדן א חלק פון די מאנופעקטשורער סייט. צוביסלעך צוביסלעך איז די חיות צוריקגעקומען מער און מער.

אויב די האטס א דעלל קאמפיוטער ברויכסטו נישט ארום קלעטערן אין אלע מאנופרטשורער גיי צו דעלל דאט קאם אין לייג אריין דיין ווארק ארדער דאס איז די נאמבער וואס שטייט אויף די סטיקער אויף די קאמפיוטער אין דארט וועסטו האבן אלע פראגראמס וואס זיי האבן אריין געלייגט אין די וועסט דאס קענען אנידערלאדענן פריי פון אפצאל.
שטייצעך נאר וואס איך געקומען כתחילה למשל דיין פרינטער'ס דרייוו העלן ז'דיר נישט געבן.
(איך האב געליינט אביסל פון די פאני ארטיקלן אין קרעטשמע האט זיך מיר אנגעקלעבט אביסל פאני ווערטער נוץ איך דאס ואתכם הסליחה)
שלמה שמש
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה שמש »

אויך האב איך מעך פארגעסן צו אנדשולדגן פארוואס איך האב דיר דאס נישט פריער געזאגט העסטו ווען געקענט לערנען אין די צייט פון זוכן ווייכע געצייג פאר דיין קאמפיוטער אבער ביסט דעך אליין שולדיג העסטו ווען געדארפט וויסן פאר מען ברענגט אן שעות אויף שעות געט מען א פאל אריין אין קרעטשמע...
אויב האסטו געוויסט פון וואס איך האב געזאגט אין סהאט דיר נישט געהאלפן בעט איך דיר ערשט איבער נאר דאס פעלט מיר אויס זאלסטעך מיט מיר צוקריגן..
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דו ווערסט רויט ווען דו שרייבסט דע פאני ווערטער?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ברוך השם אז די הייבערנעיט מיט די שאט-דאון פראבלעמען זענען שוין פארראכטן געווארן. פונקטליך וויאזוי ווייס איך אויך נישט אבער כ'אב מיך ארומגעשפילט מיט סעלעקטיוו סטארט-אפ ביי MSCONFIG און ביי די לענגוויטש סעטטינגס, ערגעץ וואו האט געשטעקט די פראבלעם.

יעצט זוך איך הויך און נידריג א דרייווער פאר מיין גרעפיקס קארד די NVIDIA איך קען נישט אדזשאסטן די קאנטראסט מיט די ברייטנעס מיינע אויגן רייסן פון די לעכער.

ביטע העלפט, זאל זיין עפעס אן אוטסייד יוטיליטי וואס קען אנשטעלן די קאנטראסט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יא חברה אזוי גייט עס...

די הייבערנעשאן ארבייט אבער ווען מען וועקט אים צוריק אויף פון די הייבערנעט באקום איך די 'בלו סקרין' וואס דאמפט די מעמארי און אלעס גייט ווייטער שלאפן, וישן ויהייבערנעיט שנית.

דער איז סאמטינג גאוינג אן העיר.. קעננאט פיגור איט אוט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “ווינדאוס און מעק”