HTML, PHP, ASP, Pearl, Java, Java Script וכו' וכו' וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

HTML, PHP, ASP, Pearl, Java, Java Script וכו' וכו' וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

HTML, php, asp, pearl, java, java script וכו' וכו' וכו'

וואס זענען די אלע שפראכן און אויף וואס זענען זיי גוט צו נוצן

וואס מיינט בכלל א וועב סייט?

און וואס מיינט א בראוזער?

וואס איז דאס דער WWW בעפאר יעדן וועב סייט האט דאס א באדייט?

וואס איז דער W3C.org, צו האט דאס א שייכות מיט WWW?

כדי אנצוהייבן צו פארשטיין אביסל דארפט איר פארשטיין ווער האט אפגעמאכט (און פארשטייט זיך וויאזוי ווערט דאס, נאר דאס וועט שפעטער באהאנדלט ווערן), וואס איך זאל אריינשרייבן אין מיין קאמפיוטער (server side) און אויף וואספארא אופן כדי די זאלסט דאס זען אויף א געוויסע אופן אויף דיין קאמפיוטער (client side) און עס זאל נישט הערשן קיין צעמישעניש, און מענטשן זאלן קאפערירן איינער מיטן צווייטן

אז דו וועסט דאס אביסל פארשטיין וועסטו שוין פארשטיין, וואס עס איז HTML, און וואס איז HTML-2 א.א.וו.

איי וועט איר פרעגן פארוואס עס איז נישטא קיין HTML-1, דאס האט נישט קיין באזונדערן תירוץ, עס איז נאר קודם געווען HTML PLAIN וואס דאס איז דארף מען באזונדער אביסל מסביר זיין, אין א שפעטערן ארטיקל, און דעמאלטס איז געווען איש כל הישר בעיניו יעשה, און כדי אריינצוברענגען א באגריף אז יעצט איז א נייע עפאכע האט מען געמאכט אנשטאט HTML - HTML2

און דא איז ווי עס קומט אריין W3C.org, און ווען איר וועט דאס פארשטיין וועט איר שוין וויסן פארוואס עפ"י רוב הייבט זיך א וועב סייט אן מיט WWW

און פאר האום ווארק, קענט איר פרובירן אויסצופיגורן וואס עס איז דער HTTP פון פארנט, וואס געווענליך קומט דאס אליין ארויף נאכן אריינגיין און א סייט

ע"כ פאר יעצט, המשך יבא אי"ה

אז איר קענט לייגט צו פון אייער קענטעניס, הונדערטער אדער טויזנטער אינגעלייט קוקן ארויס אויף א פרנסה קלה ונקי' זייט פון די מזכי הרבים, און העלפט זיך ארויס איינער דעם אנדערן מיט פרנסה

צאו והתפרנסו זה מזה!!
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

רב להאיר:

שכ'ח פאר די מי וואס איר קומט דא להאיר עינים
מיר ווארטן אויפן המשך בכליון עינים

מיר רוקן עס אריין אין אינטערנעט און אימעיל
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

די האום ווארק פראגע פאר ווער עס האט זיך גענומען די מי איז גאר פשוט
"HT"ML

"HT"TP

דער באדייט דערפון איז הייפער טעקסט

דאס טייטשט אזוי, למשל ווען איינער דארף האלטן א דרשה און עס הייבט זיך אן א נייער פאראגראף פארשטייט ער אליין אז מען דארף טוישן דעם טאון
יעצט דער קאמפיוטער איז דאך א קלאץ, האט מען אויסגעטראפן א וועג אז א חלק ווערטער זאלן זיין אויסגעשטעלט אויף א געוויסן וועג [צ.ב.ש. אין פלעין HTML איז דאס <P> דאס מיינט למשל פאראגראף דאס הייסט אז יעדע זאך וואס איז צווישן די צוויי ברעקעטס איז הייפער טעקסט און נישט וואס ער דארף ווייזן דאס איז נאר פאר איהם אנצוצייכענען

פאר די בלעקבערי באנוצער וואס האבן געטוישט פון Curve צום Tour וועלן דאס גוט קענען פארשטיין, פארוואס ביים Curve איז יעדער לינק (עכ"פ אין די אי-מעיל'ס) ארויף געקומען דאפלט, דאס איז ווייל ביי הייפער-טעקסט סיסטעם דארף מען איינמאל זאגן פארן בראוזער וואס צו ווייזן און איינמאל אריינלייגן די ווערטער וואס ער זאל ווייזן, וואס אין דעם פאל פון א לינק איז דאס די זעלבע עפ"י רוב, (חוץ צ.ב.ש. אויב עס שטייט Click Here וואס דאן איז אויפן פראנט פעידזש, ד.ה. נישט די הייפער טעקסט קומט נישט באמת ארויף דער אדרעס עס איז נאר אזוי ווי א שארט קאט צו גיין צום לינק פון די הייפער טעקסט, (וואס דעם הייפער-טעקסט) פארשטייט דער בראוזער וויאזוי צו נוצן
יעצט. ביי די Curve איז נאך נישט געווען די אפשען פון הייפער טעקסט איז אלעס געווען פלעין טעקסט, האט ער אפילו די הייפער-טעקס ארויפגעברענגט אלס טעקסט, משא"כ די Tour האט שוין די אפשען HTML וואס אויב עס איז אזוי אויפגעסעט דעמאלטס קומט שוין נאר ארויף דער טעקסט נישט דער הייפערטעקסט
נ.ב. יעצט וועט איר שוין פארשטיין פארוואס אויפן Curve איז דער ערשטער לינק מיט ברעקעטס "<>" ווייל דאס איז באמת נישט פארן ענד יוזער (קלייענט סייד) צו זעען נאר אזוי ווי דער אלטער בלעקבערי פארשטייט נישט האט ער איהם ארויפגעברענגט אזוי ווי א גולם, ווי גייט דאס פאלקס ווערטל "פארוואס מאכט מען נישט קיין אויוון פון פוטער עס וועט זיך דאך צולאזן?"

יעצט צוריק צום שמועס פארשטייט איר שוין אז HT מיינט Hyper Text, וואס אין HTML מיינט דאס אז עס איז געשריבן מיט דעם שפראך, און אין HTTP מיינט דאס Hyper Text Transfer Protocol, וואס דאס מיינט וועלן מיר לאזן אויפן אן אנדערן מאל

אבער מיט דעם אויבערדערמאנטן משל וועט איר שוין קענען פארשטיין אביסל מער וואס איז דאס דער WWW. שטעלט אייך פאר אז יעדער בראוזער מאכט זיך אייגענע כללים אזוי ווי דער בלעקבערי Curve, ווי אומקאפאטענט עס וואלט אויסגעקוקט, איינער וואלט אנגענומען דעם פאראגראפף אלס הייפער טעקסט און איינער אלס פלעין טעקסט, יעצט ווער מאכט אפ וואס עס זאל זיין וואס

אויף דעם איז געשאפן געווארן א נאון פאר פראפיט ארגאניזאציע, וואס טראגט דעם נאמען World Wide Web consortium וואס זינט מען האט געזעהן אז אין HTML פלעין האט זיך יעדער געמאכט אייגענע כללים, האבן זיי אנגעהויבן צו שטעלן געוויסע סטאנדראטן צו וואס יעדער וואס וויל ווערן אינדארסט ביי זיי מוז זיך צושטעלן, דערפאר קענט איר זעהן אז ווען איינער וויל אייך אנטראגן א נייעם בראוזער וועט ער דארטן צושרייבן בערך אזוי [w3c approved] וואס ווי איר פארשטייט שוין אליין מיינט דאס אז זיי וועלן אננעמען אלע רעקאמענדאציעס און וועט זיך נישט דארפן ברעכן קאפ וואס איז טעקסט און וואס איז הייפער-טעקסט

יעצט פאר האום ווארק, וואס מיינט FTP
און בכלל וואס מיינט א פראטאקאל
און אפשר ווייסט איר אויך וואס עס מיינט א פארט Port
און פארוואס ווען א טעכנישן קומט עפענען אייער קאמפיוטער צו קענען טרענספערן פיילס עפענט ער געוויסע פארטס פאר געוויסע צוועקן

ווי אויך יעצט מיט דעם HTML איז דאך שוין אלעס גוט נאך דערצו מיט דעם w3c פארוואס דארף מען PHP ASP וכדו'

דאס און נאך און קומענדיגע קאפיטלען

האט איר פראגן אדרבה העלפט ארויס זיך אין אנדערע
לעצט פארראכטן דורך להאיר אום מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 10:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
אוועטאר
שבת קודש
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת קודש »

ישר כח איך שוין לאנג אז איינער זאל דאס אביסול מסביר זיין
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער שיין. שרייב ווייטער
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

פאר א שטיקל טויש, וועלן מיר פרעגן אביסל א קאמפליצירטע שאלה און לויט דעם וועלן מיר זעהן ווי צו גיין ווייטער, און גאר מעגליך (אויב עס וועט אזוי זיין דער פארלאנג) וועט זיך אפשר אויספעלן צוריק צו גיין אביסל (האפנטליך אונטער א נייעם קעפל צ.ב.ש. HTML [פארשטייט זיך אויב די הנהלה וועט דאס ערלויבן) וואס דארטן וועט זיך דער רעדל אנהייבן פון אל"ף, און דא וועלן מיר אי"ה ממשיך זיין פאר די וואס האלטן דאס יא מיט

אין א דיינעמיק (צ.ב.ש. וועג פון ארויסברענגען אינפארמאציע פון א דאטא-בעיס) פעידזש, וויאזוי מאכט מען Pagination (ד.ה., צ.ב.ש. אז יעדע הונדערט שורות זאל זיך ווייסן אויף א נייעם פעידזש און נאכדעם זאל מען דארפן דרוקן נעקסט), צ.ב.ש. איר האט א WHILE אין PHP, דער קאנעקשאן איז דורך א FETCH צו א MySql דאטא-בעיס, און איר ווילט אז עס זאל זיך ווייזן אויפאמאל נאר הונדערט שורות און איר ווילט געבן דעם אפשען, סיי פאר נעקסט, און סיי צו סעלעקטן למשל, פעידזש #193, וויאזוי וואלט איר דאס געמאכט
יעצט לאמיר אננעמען אז איר ווייסט און איר זענט א פראפעסיאנאלער אינדזשעניר האבן מיר פאר אייך די נעקסטע פראגע, וואלט איר דאס געמאכט (אויב איר נוצט אן HTML FORM מיט METHOD, דורך POST אדער GET, אויב פארשטייט איר דעם חלק דאן גייט צום נעקסטן תגובה 
לעצט פארראכטן דורך להאיר אום דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 11:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

וואס איז דער חילוק צווישן POST און GET, דהיינו

א') ווען קען מען נוצן וואס

ב') אויב (און) עס איז (טאקע) דא פעלער וואס מען קען נוצן ביידע, ווען איז גוט צו נוצן וואס

ג') צו ווייסט איר בכלל דעם חילוק (בפועל) וואס דאס טוט און וואס דאס טוט

המשך יבא אי"ה
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

ווי איר זעהט מסתמא האבן מיר אנגעהויבן 2 (4) נייע אשכולות
דערווייל האבן מיר נישט די לינק'ס אהין, ווייל מיר ווייסן נישט ווי עס וועט פלאצירט ווערן

HTML basic
קאמענטארן איבער HTML basic
HTML advanced
קאמענטארן איבער HTML advanced

וואס דאס איז געצילט זיך אויסצולערנען דעם שפראך און מהלך פון HTML און דא אין דעם אשכול וועלן מיר דערווייל דעבאטירן נאר באופן כללי איבער די אלע ערליי שפראכן, אבער אויך זיך צו לערנען דירעקט דעם שפראך [ליין=פאך] פון HTML איז פון היינט און ווייטער דארטן דער פלאץ

ווי אויך האפן מיר בקרוב צו עפענען מערערע אשכולות איבער די ענינים און גלייך ווי HTML וועט דארטן זיין דער פלאץ זיך צו דערלערנען און דער אשכול וועט בלייבן פאר אביסל העכערס פון דעם ד.ה. צ.ב.ש. וויאזוי צו ארבעטן אויף PHP אז עס זאל גוט אויסקומען דער HTML ביים קלייענטס זייט, אויב איר נוצט דעם און דעם סערווער, מיט דעם און דעם פייל שערינג (נ.ב. מיר רעדן דא פון סיי וועלכן פארעם פון רוקן און האבן עקסעס צו פיילס, נישט דוקא דעם טערמין פייל שערינג) סיסטעם, דורכן נוצן דעם און דעם PORT וואס וועט גיין דורך דעם און דעם PROTOCOL, מיט א בלויזן מאודעם, אדער דורך א ראוטער, וועט איר האבן א Static IP אדער א דיינעמיק, א.א.וו.

ליינטס און האטס הנאה
לערנט זיך, און לערנט פאר אנדערע א פאך
צאו והתפרנסו זה מזה !!!
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

שכוח פארן בשרייבן
(הגם איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט)
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

ענטפער אויף די אנפראגע, איז PHP און ASP פונקטליך די זעלבע נאר דורך א צווייטן דעוועלאפער

דער תירוץ איז ניין, אין איין זאך איז דאס גלייך אין דעם פייל עקסטענשאן, ד.ה. אז כדי דער סערעוווער זאל ליינען דעם פייל (עכ"פ אויף דעם אופן וויאזוי איר ווילט) דארף דאס געסעיווט ווערן מיט דעם עקסטענשאן ד.ה. און אונזערע צוויי פעלער asp.* אדער php.*

אבער אינדערצייט וואס PHP דארף זיין געשריבן מיט PHP (וואס בדרך אגב הייבט זיך דאס אן און ענדיגט זיך <? xxxxxxxxxxxx ?>), איז ASP.NET דארף ווערן אויסגעפילט אויף דעם net. סיסטעם דהיינו צ.ב.ש. VB.net, און דער היינטיגער סיסטעם פון aspx ווערט עפ"י רוב אויסגעפילט מיט סי. שארפ (וואס בדרך אגב הייבט זיך דאס אן און ענדיגט זיך <% xxxxxxxxxxxx %>)
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

Java Script

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

ענטפער אויף די אנפראגע וועגן Java Script, וואס איז דאס אנדערש פון אנדערע פראגראמינג שפראכן, באופן כללי

דער תירוץ איז אז JAVA SCRIPT ווערט אויסגעלייגט ביים קלייענט סייד און ער קען דאס מאניפולעיטן לויט זיין (ווילן) געברויך
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 10:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעקבערי פען »

וואס איז די בעסטע IDE פאר JAVA ?

איינער האט דא גיטע עקספיריענס מיט איינע פון די פיל צאליגע וואס דרייט זיך ארום אויף די געוועב ?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

לכאורה וויזועל סטודיא מיט פייערבאג
איך רעד פון JQUERY
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

מישט נישט צאם! jQuery מיט דזאווע זענען נישט אמאל קיין קאזינס. די זעלבע איז אמת מיט JavaScript ס'האט נישט קיין שייכות צו JAVA ס'איז כל כולו א אנדערע שפראך.
אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרגום יונתן »

איך שרייב נישט קיין Java, אבער Eclipse איז דער אפיציעלער IDE דערפאר.

פאר JavaScript\jQuery פלעג איך אויך ניצן Firebug. היינט ניץ איך Chrome פון גוגל.
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

להאיר, כ'ווייס נישט צו דו לעבסט נאך, אבער כ'האב יעצט אנגעטראפן דיינע אשכולות איבער HTML, און ס'זעט אויס די איינציגסטע פתיחה צו דעם קאמפליצירטן פעלד וואס איז געשריבן אין היימישן מאמע לשון, וויל איך דיר באדאנקען פון טיפן הארצן פארן אוועקגעבן דיין צייט דעמאלס, גיימער זיך זעצן לערנען
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

derech eretz האט געשריבן:להאיר, כ'ווייס נישט צו דו לעבסט נאך, אבער כ'האב יעצט אנגעטראפן דיינע אשכולות איבער HTML, און ס'זעט אויס די איינציגסטע פתיחה צו דעם קאמפליצירטן פעלד וואס איז געשריבן אין היימישן מאמע לשון, וויל איך דיר באדאנקען פון טיפן הארצן פארן אוועקגעבן דיין צייט דעמאלס, גיימער זיך זעצן לערנען


דרך ארץ; וועלקאם טו דעה קלאב!

אדרבה זעץ דיך לערנען און פיל רואיג צו פרעגן אלעס וואס דו ביסט נישט אינגאנצן קלאר, כאטש עס קוקט נישט אויס אז "להאיר" געפינט זיך נאך בתוכינו (אמווייניגסטענס מיט דעם ניק), גלויב איך אז עס וועלן זיכער זיין אידן וואס וועלן דיר זיין גרייט צו ענטפערן.
אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרגום יונתן »

RT
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

thank you guys
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

להאיר דאכט זיך ענפערט לכל מאן דבעי אין אישי, אבער נאר מיט גילוי...
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

גילוי דמאן? שואל או נשאל?
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

נגיל ביחד...
צוקער
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 4:19 pm

וואס מקען אלץ טוהן אין Java Script

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער »

איך ווייס נישט ווי צי לייגען סא איך לייג עס דא


שפיעלט מיט א שטיקעל סחורה http://codepen.io/stuffit/pen/KrAwx
צוקער
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 4:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער »

פראבירט צי טוישן די gravaty צי 9526.9589
דאן צי 9526.9590
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

WOWOWWOWOWOWOW
שרייב תגובה

צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”