ווארד: מייקראסאפט אפיס צוויי טויזענט אין זיבן למספרם

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

שלמה שמש
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 7:19 pm

ווארד: מייקראסאפט אפיס צוויי טויזענט אין זיבן למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה שמש »

ווי דער עולם ווייסט איז ביל געיטס ארויס געקומען נישט צו לאנג צוריק מיט א נייעם אפיס אין נייע מיין איך נייע ממש פנים חדשות באו לכאן.. עכ"פ צום ענין איך האב שוין אויף מיין קאמפיוטער דעם פראגראם איך האב נישט באצאלט די פינף הונדערט טאלער נאר איך האב געזוכט אין געזוכט אויף גאגעל אויף יאהה אין ווי נישט ביז ענדליך איז עס מיר געלונגען אבער שפעטר האב איך עס געוואלט אריין לייגן אין א אנדערע קאמפיוטער האט ביל געזאגט עד כאן! איין מאל איז עס דיר געלונגן אבער מער נישט!!!
וויל איך יעצט דא אפעלירן צום כשובען עולם אויב איינער קען מיר ביטע ארויס העלפן אין איך בין זיכער אז אויב מען קען עס האבן פאר א בעסערע פרייז ווי 4-5 הונטערט טאלער וואלט עס יעדער אריין געלייגט סא איז עס לטובת הכלל נישט נאר פאר מיין טובה וועגן.
יישר כח
שלמה שמש
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה שמש »

איך האב געוואלט צו לייגן פאר ווער עס ווייסט נישט אז דעם פראגראם האבן זיי געמאכט אנדערש ווי די פריערדיגע די איצטיגע איז נאר מען דארף האבן די לאנגע קאד מען דארף נאך אקטיוועטן אויפן אינטערנעט אדער דורך די טעלעפאן... דארט מאכט זיך די פרבלעמן כידוע
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

וואס איז צוויי טויזענט און זיבן בעסער ווי 2003?
וואס סאיז ערגער ווייס איך יכלו הזמן והם לא יכלו
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

די אויסשטעל איז געוואלדיג, אבער אויסער דעם? נאדא. אה יא, איין מעלה האט עס, אז אנשטאט סעיווען 12 אייטעמס אינעם קליפבאורד, קען מען שוין יעצט סעיווען גאנצע 24! יא, איר ליינט גוט, פיר און צוואנציג... וואס טעכענאלאגיע באווייזט נישט אלץ... כ'זאג אייך רבותי, ס'איז משיח'ס צייטן... אן עולם התיקון... גאנצע 24 אייטעמס... WWOOWW!

What will thy think of next? 48? אוי, מי יתן והיה.........
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אפשר א סקרין שאט וואלט גוט געווען
שכח
שלמה שמש
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה שמש »

נאט אייך...[/img]
אטעטשמענטס
office.JPG
office.JPG (24.51 KiB) געזען 4284 מאל
שלמה שמש
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה שמש »

מען איז דא פארקראכן פונעם ענין... איך האב נישט גערעדט פונעם שיינקייט איך ברויך א וועג דאס צו מאכן ארבעטן... אן איבערפילן ביל געיטס אזוי אויך פילע קעשענע...
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שכח!!!! שלמה
שלמה שמש
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה שמש »

זייער גערן פאר דיר אלעס דארפסט נאר בעטן
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

איך האב עס אויף איין קאמפיוטער, כ'פארשטיי נישט דארט קיין איין ווארט... וויייסט וואס כ'מיין, קוידען האט ער דיפאולט א קאלערדיגן אות, ער איז נישט אראפצושפייען, און נישט ארויסצושלינגען... כ'זאג אייך פרובירט איהם אויס.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

איך האב מייקראסאפט אפיס 2007 אויף מיין קאמפיוטער און איך גלייך עס שטארק ס'איז געוואלדיג

בפרט די תיקונים אויף עקסעל,עקסעס, און VBA

אמת ס'איז שטארק דיפרענט אבער סאיז נישט געפערליך מ'דארף זיך נאר צוגעוואוינען ווי יעדע זאך ליגט
באט איינמאל מ'ווערט היימיש מיט דעם בלויען פאסיג'ל (ריבבע"ן בלע"ז) איז מען זיך מחי' מ'קען טוהן זאכן שנעלער גרינגער און מער אפעקטיוו איר האט נישט קיין השגה

און אויך איר טרעפט נישט א געוויסע פונקציע אדער אפציע קענט איר עס גוגעלן

וגם אני הקטן בין גרייט אייך צו העלפען און בל"נ אנצו ווייזן פינקטליך ווי יעדע זאך ליגט ווי אויך אנדערע אפיס שאלות קען מען מיך אנפרעגן און בעזהשי"ת וועל איך משיב זיין כפי היכולת (בעסער אז מ'פרעגט ברבים אזוי קענען אנדער אויך הנאה האבן און ענטפערן ותשועה ברוב יועץ)

איין פראבלעים איז נאר אז די חברה ארבייטן שווער אז מזאל עס נישט קענען רויבן פיירעסי בלע"ז
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

א גרויסען דאנק פארן דיין הילף אנבאט
אונז וועלמיר טאקע זען צו מען קען דאס איינהאנדלען

איין שאלה נאר יעצט
וויאזוי פארשטייט ער זיך מיט פיילס וואס זענען געשריבען געווארן אין קלענערע ווערסיעס א שטייגער ווי MSACCESS 97 H?
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

אויב דו רעדסט פון ווי אזוי ער פארשטייט זיך מיט פיילס וואס זענען געשריבען געווארן אין אידיש מיט היברו ווארד אדער עקסעס 97 וואס פלעגט (אין געוויסע פעלער) אייביג זיין א פרא בלעם צו עפענען מיט אפיס 2000 און עקס פי און 2003
(וואס אגב קען מען זיך דארט אויך 'לא בניקל' אן עצה געבן) שיק מיר א סעמפל וועל איך עס טרייען צו עפענען און דיר זאגן די תוצאות
[email protected]

אויב דו רעדסט פון די באקאנטע אפיס 2007 קאמפעטיבילעטי פראבלעם האסט אנגערירט אוויכטיגע נקודה

די פראבלעים אין קורצן איז אז איינמאל דו האסט געמאכט א דאקומענט אדער דאטאבעיס אין 2007 קענסטו דעם דאקומענט אדער דאטאבעיס נישט עפענען מיט א פריערדיגע וערסיע (אן א קאנווערזשען)

די עצה איז צו טוישן די דיפאלט סעטינגס אז אפיס זאל לכתחילה מאכן די פייל אין א 97-2003 פארמאט
אבער ס'איז וויכטיג צו וויסן אז געוויסע גאר געשמאקע פונקציס וועלן פעלן און מאי הועילו חכמים בתקנתם

דא קען מען זעהן ווי אזוי צו טוישן די דיפאלט סעטינגס אז ווארד זאל לכתחילה מאכן די פייל אין א 97-2003 פארמאט (און עקטעל און עקסעס איז גאנץ ענליך)
http://wordprocessing.about.com/od/micr ... evious.htm


דער איז עס מסביר (אלע צדדים) מיט בילדער
http://www.intelliadmin.com/blog/2007/0 ... ility.html
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

ביי מיר איז אנגעשטעלט אז אלעס זאל זיך סעיוון אין א 97-2003 פארמאט, און איך האב נישט געוויסט אז איך פארליר אזוי געוויסע גאר געשמאקע פונקציס, יישר כח פארן שרייבן דערוועגן.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שכח פאר אייערע אנווייזונגען
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

א פראגראם צו ליינען אפיס 2007 דאקומענטן (פאר די וועלכע פארמאגן נישט קיין אפיס 2007 אינסטאלירט) ענדליך...
http://www.microsoft.com/downloads/deta ... laylang=en
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אין פאקט אריין האבעך געזוכט דעם אשכול, בין איך פאקט געגאנען אין די פאקט'ס אינדעקס, און עס אין פאקט געפינען אין איין מינוט.

וויל איך מיך אין פאקט באדאנקן פאר די פאקט..
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

די פאקט
וואס איז טאקע דער אויפטו פונעם נייעןם פארמאט אין וואס ער סעיווט זיך, אחוץ וואס אנשטאט DOC שטייט א X אריינגעלייגט.

איז עס א סיקיוריטי אישו? וואסערע פונקציעס דערלייג איך אויב סעיוו איך עס אויף א 03 פארמאט?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אין פאקט האבעך אראפגעלאדעט די פראגרעם די קאווערטער, אבער כ'זעה נישט וואו עס העלפט מיר.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 01, 2008 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקח »

און יעצט צום עיקר פון די שאלה וואס שלמה'לע האט געפרעגט, לגבי די קאוד,
איך ווייס נישט וועלכע אינסאלעישן די האסט, אבער איך האב די 2007 ענטערפרייס עדישאן, און דארט בעט ער בכלל נישט זיך צו עקטיוועיטן נישט דורך'ן טעלפאון און נישט דורך'ן נעץ, איך האב סך הכל איין פעסווארד, און כהאב עס שוין גענוצט אויף צענדליגע קומפיוטערס.
דאס יא אז איינמאל סאיז אינסטאלד קען מען נישט ארויף גיין אויף זייער סייט אראפצונעמן טעמפלעטס וכדו' ווייל דעמאלס וועלן זיי עס יא פראבירן צו ווערעפייען און סעט זיין סוף גנב לתליה, (נישט ממש תליה, אבער עסט נישט קענען גארנישט באקומען פון זיי).
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך האלט אז דאס איז גיט פאר אונהייבערס, אבער פאר מענטשן וואס ניצען עקסעל שוין יארן ווי למשל איך קען זיך נישט ציגעוויינען ,


און אויב איר וויל אז איינער וואס האט נישט 07 זאל קענען עפענען די פייל מיר מען עס סעווין מיט א XLS.
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

ביי מיר איז די זעלבע מעשה, איך קען מיך נישט צוגעוואוינען דערצו, און אפילו איך ווייס שוין יא ווי אלעס ליגט, דארף איך האלטן אין איין סוויטשן צווישן איין טעב און צווייטן, ווען ביי 03 האב איך אלעס געהאט אויף איין פעידזש.
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 01, 2008 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקח »

בני היכלא האט געשריבן:דארף איך האלטן אין איין סוויטשן צווישן איין טעב און צווייטן, ווען ביי 03 האב איך אלעס געהאט אויף איין פעידזש.

בדרך אגב איז דא אן עצה פאר דעם,
די קענסט גיין סייווי אויפן טאלבאר און דרייען מיטן מייז רעדל און עס וועט פארן פון איינס צום צווייטען.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

איך האב מיך שוין לאנג צוגעווינט דערצו, די אפשענס וואס איך ניץ אסאך האב איך געלייגט ביי די קוויק עקסעס טולבאר.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

פיקח און טריאו יישר כח פאר די עצות.

ווייסט אפשר וויאזוי מ'שטעלט אן די דיפאלט ס'זאל זיך אויטאמאטיש סעיוון די פייל, קאמפעטיבל מיט אפיס 03?
שרייב תגובה

צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”