מיללער האט געשריבן:איך זעה אז ער האט געהאט אן איידעם ר' יהודה הלוי הורוויץ, בן מי היה?
עס קומט מיר אויס נאך אביסל זוכן אז מזווג הראשון (בת ר' חיים קאננער מקיעלץ) האט ער געהאט די דערמאנטע טאכטער פיגא נחמה בת ציון הי"ד וועלכע איז אומגעקומען ביים קריג, איר מאן איז געווען מרדכי חיים בורנשטיין בן האדמו"ר ר' דוד מסאכאטשוב ז"ל.
מזווג השני בת ר' ליבוש (לפי אלפסי שמו היה 'מאיר') מאירטשיק [מאפטא] האט ער געהאט דריי קינדער, וואס האבן איבערגעלעבט די קריג:
די זון, מרדכי (מארטין) פון ל.א. און דוד פון ניו יורק, די טאכטער איז געווען דאס ווייב פון יהודה הורוויץ הנ"ל, ב"ר יוסף שלמה שבתי הלוי הורוויץ מזאמושט (ווארשיינליך א אייניקל באח"ב פונעם הייליגען חוזה), די הורוויץ פארפאלק האט געוואונט אין אר"י נאכן קריג, זיי האבן א טאכטער וואס וואונט אין מערילאנד און איין טאכטער אין אר"י.