אן אלטע פלאן ווערט ווידער ארויפגעברענגט אין וואשינגטאן.
אנשטאט דארפן העכערן די חובות דאך און בארגן נאך געלט זאל מען לאזן מאכן א טריליאן דאלער מטבע פון פלעטינום, וויבאלד לויטן געזעץ איז נישט דא קיין באגרעניצונג אויף פלעטינום מטבעות און דער פרעזידענט מיז נישט בעטן קיין רשות פון קאנגרעס דאס צי מאכן.
און ווער עס איז באקאנט אין די גאנצע חובות סומאטאכע ווייסט אז רוב פון די 16 טריליאן דאלאר חובות איז די רעגירונג שולדיג פאר די רעגירונג אליינס, די פעדעראל רעזערוו קויפט די באנדס פון די טרעשזורי דעפט. יעצט וועט די טרעשזורי דעפט קענען באצאלן א טריליאן דאלאר צוריק צי די פעדעראל רעזערוו, און קענען בארגן נאך געלט, און שלום על הגוים.
צוליב דעם האלטן עקאנעמיסטן אז עס וועט אפילו נישט שאטן פאר די אינפלאציע, וויבאלד די טריליאן וועט קיינמאל נישט אריינגיין אין באניץ פון ציווילע בירגער (ביז ווען אינפלאציע וועט גרייכן אזוי הויעך ווי אין זימבאווע...) אין אנדערע ווערטער די שאדן פאר די אקאנאמי מאכט מען ווען מען בארגט דאס געלט נישט ווען מען באצאלט עס.
און עס איז דא א פעטישאן צי ווייסן הויז מיט שוין אפאר טויזנט חתימות דערויף, און פערזענליך האלט איך אז מען מאכט שוין יא - זאל מען שוין מאכן 12 דערפון, און שטייצעך וואלט איך געווען צופרידן מיט מעשר...
.