וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
האט איינער אמאל געהערט דעם אויסדרוק "מילך האָר"?
עס דארף צו מיינען די הארעלעך וואס וואקסן אויפן קערפער פון א ניי געבוירן קינד / קליין קינד וואס זייגט
איך קען עס עפעס נישט טרעפן אין די דיקשאנעריס (אין די משנה טרעפט מען דעם באגריף, מקואות פ"ט מ"ד "כשות של קטן", ברטנורא "כמין שער נולד בבשר הקטנים" כו' "והנשים קוראות לו שער שוטה").

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- קהת
- שר האלפיים
- תגובות: 2995
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
- לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!
איז דא אזא זאך און אידיש למשל יעקב און עשו "ווער" עס זענען געוועהן ברידערס אדער שלום און יענקל ווער האבען געהאט א ביזנעס צוזאמען איך מיין סאיז אמעראציש עס קומט פון yakov and eisov "who" were brothers ווייל "who" און אידיש מיינט "ווער" עס רעגט מיר זייער אויף ווען איינער שרייבט אזוי האב איך רעכט?
Normal is just a setting on the washing machine
קהת האט רעכט. איך געדענק ביי אונז אין ישיבה האט א בחור זיך אנגערופן בתמימות בזה"ל: "איין סעקנד, אין דארף גיין אויפהייבן מיינע וועש פון לאונדרי", פארשטייצעך אז ביי דעם בחור אינדעהיים איז געווען ענגליש "מאמע לשון".
היינט הערט דאס מין הינקעדיג-אידיש פון די סאמע היימישע.
ס'איז ווערד אן עקסטערן געהענגל איבער דאס עמהארצות פונם ענגליש דירעקט-איבערטייש ביי אונז היימישע. די ליסטע וועט זיין זייער גרויס, איראניש, קאמיש, און יא, אויך א בושה...
כ'מיין אז לכבוד פורים העטעס געפאסט ס'מערסטע...

- אנעים זמירות
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4693
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
- לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'
איך געדענק אלץ בחור האט אן אמעריקאנער חבר גערעדט צו א א"י יונגערמאן, "אבער ווען דו מופסט וועסטו מופען פור גוד, נישט דזשאמפען אהין און צוריק..."
------
וויאזוי זאגט מען half caste אין יודיש?
האלבערשטאם
------
וויאזוי זאגט מען half caste אין יודיש?
האלבערשטאם
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
וויאזוי זאגט מען 'ענווייראמענט' אויף אידיש?
באמת, אני בתומי האב מעולם געמיינט אז 'ענווייראמענט' איז אידיש פונקט ווי ענגליש, והא ראי' ווייל אזוי שרייבן אלע שרייבערס וועמענ'ס ווערק איך ליין בדרך כלל, לעצטנס האט מיר עמיצער מעורר געווען אז דער אמת'ער ווארט דערפאר אין אידיש איז 'אומגעבונג', איך טרעף טאקע דעם ווארט ביי די רוסיש-אידישע שרייבערס (לדוגמא במקורות חב"ד כמו הלקוטי שיחות - ע"י חיפוש עם ידיד נפשי אדון גוגל יר"ה), וויל איך פרעגן, איז דאס א גאנגבארע ווארט?
איך זעה אז הארקאווי האט עס נישט:
http://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/harkavy/0972.png
באמת, אני בתומי האב מעולם געמיינט אז 'ענווייראמענט' איז אידיש פונקט ווי ענגליש, והא ראי' ווייל אזוי שרייבן אלע שרייבערס וועמענ'ס ווערק איך ליין בדרך כלל, לעצטנס האט מיר עמיצער מעורר געווען אז דער אמת'ער ווארט דערפאר אין אידיש איז 'אומגעבונג', איך טרעף טאקע דעם ווארט ביי די רוסיש-אידישע שרייבערס (לדוגמא במקורות חב"ד כמו הלקוטי שיחות - ע"י חיפוש עם ידיד נפשי אדון גוגל יר"ה), וויל איך פרעגן, איז דאס א גאנגבארע ווארט?
איך זעה אז הארקאווי האט עס נישט:
http://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/harkavy/0972.png
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
ידיד האט געשריבן:אטמאספערע?
אטמאספערע איז Atmosphere
farshlufen האט געשריבן:איז נישט אומגעבונג די טייטש פון סביבה? אדער סקרענטאן "והגלילות"?
דאס איז 'אומגעגנד'
און אז מ'רעדט שוין טאקע, דער דערמאנטער הרכבי/הארקאווי ברעגנט עס אינעם יענעם בלאט, די ענגלישע ווארט דערויך איז:
environs
וואס צייגט טאקע איז די צוויי זענען משורש אחד סיי אויף אידיש ווי אויך אויף ענגליש (איי פארוואס ברענגט ער עס נישט? א קשיא אויף א פושע)