סענדי ערוועקט מיינע קינדער יארן

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גאלף קאר
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 7:25 pm

סענדי ערוועקט מיינע קינדער יארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלף קאר »

אזוי ווי די פארגאנגענע שבת פרשת וירא האבן א סך יונגעלייט פון קרית יואל זיך געהויבן פעק און מקיים געווען וישב בארץ מגורי אביו, ובתוכם גם אני, נישט וועלענדיג זיצן אין טינקל, האבעך זיך אויפגעהויבן מיט מיין משפחתי און זיך איינקוואטירט ביי מיין טאטן אינדערהיים אויף סאקמיר דרייוו. וואס איז געשען איז, אז די מעמוארן, די זכרונות מיינע, האבן זיך אביסל ערוועקט בבחינת עורי ישנים, כ'האב זיך דערמאנט וויזוי מיר זענען אויפגעוואקסן אין אזא 'פיצי' שטעטל, און היינט בלע"ה איז זיך עס צעוואקסן, האב איך באשלאסן אראפצושרייבן מיינע זכרונות אויף "גראמען", כ'האף אז דער עולם, ספעציעל די יוצאי קר"י וועלן הנאה האבן דערפון.

נאר א שטיקעלע הקדמה: מיר האבן זיך ארויסגעצויגן קיין קר"י בשנת תשמ"א, ס'נישט קיין סוד אז אין יענע יארן האט זיך אין א געוויסן זין די שטעטל זיך אנגעהויבן אויספארעמען פון דאסניי, ווייל מ'דארף פארשטיין אז די אידן וואס זענען געקומען בעפאר, זענען טאקע געקומען צו אן ארץ לא זרועה, מ'איז אבער געקומען ווייל ס'איז געווען 'לכתך אחרי במדבר', אנ"ש האבן געוואלט וואוינען אינאיינעם מיטן רבי'ן, אדרבה שאל אביך, וויזוי ס'האט אויסגעזען אין די קאנטרעס ארום קר"י יעדן זוממער, און וויפיל געסט ס'פלעגן קומען סתם א שבת, אבער פון ווען דער רבי זי"ע איז ליידער נפטר געווארן, עלה בסערה השמימה, איז די פלייץ קיין קרית יואל אביסל פארבלאסט געווארן, געוויסע איינוואוינער זענען אפי' צוריק געגאנגען וואוינען אין שטאט.

אחד היה משה, דער רבי דער ברך משה, האט איבערגענומען די הנהגת העדה, אין ווי א געטרייע טאטע און מיט סיעתא דשמיא האט ער ווייטער געפירט די קהילה. איינס פון די זאכן אין וואס דער רבי דער ב"מ האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות, איז געווען 'קרית יואל', ער האט אריין געלייגט דערין כוחות עצומים, אז דער גאנצער הארעוואניע זאל נישט גיין לטמיון, נאר פארקערט, ס'זאל זיך בויען שענער אין גרעסער.

פון יענע יארן תש"מ-תשמ"א אין ווייטער, האבן זיך א שיינע צאל משפחות ארויסגעצויגן, אנדערע וואס האבן שוין געוואוינט דא פון פריערט, האבן זיך גענומען פונאנדער שפרייטן אין די נייע צוגעקומענע גאסן, די אידן וואס זענען דענסטמאל ארויסגעקומען, און פארשטענדליך, די וואס האבן שוין געוואוינט דא פון פריער און זיי זענען געבליבן, האבן דאס געטוהן אך ורק לעשות רצון צדיק, צו וואוינען אינדערויסן פון די רעשיגע שטאט, כאטש ס'איז געווען גאנץ אומבאקוועם, קודם כל אין שטאט איז דא מער געשעפטן, (נאך היינט קען מען זען די אמאליגע פאפיולערע עדדס, 'איר דארפט זיך שוין מער נישט אריינשלעפן אין שטאט'...). א צווייטע אומבאקוועמליכקייט איז געווען וואס רוב משפחות זענען געווען אפוועזענד פון די קרובים וואס האבן מער ווייניגער געוואוינט אין שטאט, מ'איז אפט אריינגעפארן, און ווען מ'איז צוריקגעקומען האט מען זיך געקענט שפירן ווי מ'איז צוריק געווארן אפגעזונדערט, ווי אויך איז געווען נאך אנדערע שוועריקייטן שאין כאן מקומם., אבער ס'האט זיך אלעס געלוינט, דאס איז בלויז געווען די 'חבלי לידה', ווייל היינט ב"ה איז קר"י אן עיר ואם בישראל בליע"ה.

תמצית: מיר ליגט היבש אין די זכרונות וויזוי די קרית יואל האט זיך אנטוויקעלט פון א שטעטל צו א שטאט, איז מיר איינגעפאלן א רעיון עס ארפצושרייבן אויף גראמען, בעיקר וויליך שרייבן פון די פריע מ'ם יארן, אויך וויליך אונטערשטרייכן אז כ'האב בלויז ארויפגעלייגט א "כלליותדיגע" בילד וויזוי קר"י האט דאן אויסגעזען.

וזאת למודעי, קודם, יותר הרבה ממה שכתוב כאן, ס'איז נאך דא א סך מער וואס איך, און אנדערע (אפשר מער) געדענקן, נאר נישט פאר אלעס איז דא פלאץ, והשנית, כ'בעט אז מ'זאל נישט נעמען קיין אויסצוגן פון דא בלי רשותי, ס'איז מיין ארבייט, כ'האב זיך געפלאגט דערויף. אויב ווילט איר ציטירן, ביטע שרייבט צו מיין אימעיל (קוקט ביי מיין חתימה).


***
די פאלגענדיגע חרוזים האב איך ארויפגעלייגט אויף א ניגון 'ישמחו', וואס חזן האלפגאט זינגט דאס אויף זיין נייע אלבוים, די לעצטע פאל "חמדת ימים" האב איך געמאכט פאר א פזמון מיט די ווערטער "מאת השם".



ליינט אין האט הנאה:

ישמחו ישמחו במלכותך
רבותי הערטץ ענק צו צי מיין שיינע נוסחא
וויזוי דאס איז געשען
וויזוי קרית יואל האט אמאל אויסגעזען
ולשונינו רנה כהמון גליו
ווען מ'זעעמיר אהער געקומען תשמ"א
יעדן טאג נייע הייזער אויפן גרונט
אלעס מיטן זעלבן בלוי-פרינט

אוי ווי שנעל ס'פאריבער כת שעתא חולפין
מ'דערמאנט זיך ווי די מלמדים פלעגן גאלפען
נישט אז כ'בין אראפגעפאלן פונעם מארס
ווער געדענקט דען נישט די מלמדים מיט די גאלף קארס
אין פארקינג לאט, זימפן טוען נישט פעלן
נישט איינמאל א מלמד געדארפט ארויסבעילן
דריי באסעס טראגן אהיים די קינדער
צו די דריי סעקשאן'ס באזונדער

ויתענגו ויתענגע
מ'דערמאנט זיך פון ר' גבריאל פאפענהיים מיט די בארד די לאנגע
געקומען צו פארן מיט זיין פיק-אפ טראק
אריינצהאקן א טשוואק

אויב א קינד צוקראצט זיך די הויט
מ'גייט צו ר' עקיבא'לן ער לייגן ארויף יואט
צו ברכת אילנות מ'פארט צום עפל פארם
מ'זינגט אילן אילן אזוי ווארעם

מ'פארט אויך אויף א סך טריפס ברנה ובצהלה
מ'זינגט יבנה המקדש עיר ציון תמלא
'ויבטחו בך' ס'געדענקט יעדער וואויל
"מיר זענען געקומען קיין קרית יואל"

די גאר אלטע לאנטש רום כי אלקים משגבי
דארט פלעגט ארבייטן די חשובע פריעד באבי
די שיינע רויטע טיילס אוודאי מ'דענקט
נאך יענע זיסע צייטן מ'בענקט

פזמון: מאת השם היתה זאת
פון א שטעטל אזא קליינע
געווארן א שטאט אזוי שיין און גרויס
היא נפלאת בעינינו


יום שבתון אין לשכוח
די ליכטיגע שבתים ליגן נאך איינגעקריצט אין מוח
אחים גאלדבערגער טוען דעם ביהמ"ד אויסרישן
זיי שפרייטן אויס די טישטיכער אויף די טישן
די גרויסע ביהמ"ד נאך פריש פון וויגל
די ווענט באשטייט פון בלויז ציגל
די טרעפ לעבן ארון קודש פון פשוטן צעמענט
אויף די אייזענע צוים זיך אנכאפן די הענט

אויך די באלעמער פון פשוטן האלץ
די פענסטער פון שיל קוקען מיט שטאלץ
מ'קוקט ארויף אביסל העכער
זעעט מען די חשן אבנים פון די שמאלע לעכער
די ווייבער שול מיט די ציגל מיט די שיפע ווייסע בימס
פון צוויי זייטן די אייזענע סטים'ס
אן עקסטערע ביה"כ ביי יעדן אריינגאנג ממש
אלעס ווערט געפירט דורך אברהם יושע משמש

לכו נרננה לשם נריעה
לכה דודי קל אדון מיטן ניגון קבוע
לנפשנו פדיון משאת ואנחה
די ניגונים וואס מ'האט געזונגן ביים רעבין ז"ל

ר' אברהם יושע משמש פארציילט אונז א חידוש
ווער ס'מאכט א זכר אדער א קידוש
צו די רעבעצין זאגן גוט שבת גייען אלע
אין די קינדער באקומען א לאלע

שבת פרי ר' הלל פריעדמאן טיילט קאווע מיט קאצקע-ציקער
ר' ישראל דוד ווייס'נס תהלים רייסט שטיקער
די זיידע רעבע קענדיס געט
ר' אברהם יצחק זיכערמאן די קינדערלעך גלעט

שינה בשבת תענוג מ'איז דאס מקיים
גאנץ קר"י קוקט אויס ווי איין גרויסע בית החיים
דא ברימט אן עראפלאן מיט א ברים א ספעציעלע
אדער פארט די פאטראל די קאר די געלע

שבת נאכמיטאג מיטן גרעיפ דזשוס באטל
ר' יעקב יוסף סאמעט טיילט טיי ח''י רוטל
און אויבן ר' יודל שטויבער מיט די קינדער זאגט תהלים
בשמחה רבה ואמרו כולם

שלש סעודות חזר'ט זיך איבער די זעלבע עבודה
דער דיין זאגט השם מלך אין די קינדער זינגען אודה
נאך מעריב מיט ר' עקיבע'לע סא מלתא דשכיחא
קיין ילד שעשועים 'כי לשם המלוכה'

מאת השם היתה זאת
פון א שטעטל אזא קליינע
געווארן א שטאט אזוי לעכטיג און גרויס
היא נפלאת בעינינו



די זכרונות טוען זיך ווייטער באהעפטן
וויזוי ס'האבן אויסגעזען אין קר"י די געשעפטן
די גראסעריס געבויט אויף אן אופן א ספעציעלער
איינס אין די גארדן און לעבן סאטמאר אין א טרעילער
מאשקאוויטש אין א טרעילער אויפן בארג קעגן שול
דארט קען מען קויפן א טוי אדער ביג-וויל
וויפיל יארד ביי זעלדאס סטאר די באבע זי פרעגט
ר' אלי' פלאהר פארקויפן ספרים פלעגט

אויך צו טרעפן שטיוול דארף מען נישט זיין נערוועיז
מ'גייט צו שניצלער אדער צו ענגל אויף העיס
ביז בעיקער-טאון דארף מען קריכן צו דער יאטקע
קויפן פלייש אין ר' ליפא קאהן'ס כאטקע
אויפן פארקינג לאט פון ביהמ"ד געמאכט אן עקסטענשאן
די ריח פון ברויל טשיקן געדענקן נאך די מענטשן
אויפן שארטקאט אין סעקשאן וואן, ס'גייט די קבוצה
צו ר' אליעזר הארפענעס קויפן פיצא

א מילך קאמפאני אין קר"י פארהאן
ס'ווערט אנגעפירט דורך ר' נחום פריעדמאן
און טאמער א יודענע דארף פרישטיק דארף זי נישט שיווערען
ר' נחום האט א ביזנעס ער טוט דאס דעליווערן

אויך ציגעלע מילך קען מען קריגן
אויף מאונטן ראוד ביי ר' מענדל גערטנער מיטן ציגן
שפעטער האט מען צו-ווארפן דעם שטאל דעם אלטן
ארויפציר געבויעט א גרויסן שטאל מ'זאל קענען חול המועד האלטן

ר' מרדכי שפיטצער דעליווערט אייער
האלענדער האט צוויי סטארס דער אלטער און דער נייער
א שבת אלארעם פלאנצט מען איין
קרית יואל זאל וויסן ווען ס'איז דער זמן

מאת השם היתה זאת
פון א שטעטל אזא קליינע
געווארן א שטאט אזוי שיין און גרויס
היא נפלאת בעינינו


הערטס ענק נאר צו פריינד אין קרובים
וויזוי ס'האט אויסגעזען אין קרית יואל די ימים טובים
ר"ה הערט מען ר' יוסף יושע גראס
ער דאווענט מיט א קול חוצב עד כלות
לשנה טובה גייט מען צום שארמאשן רב ז"ל זאגן
נעבן ביהמ"ד מ'טוט כפרות שלאגן
ר' אהרן הערש וויינבערגער יו"כ גאנץ מאריך
מיט דעם שיינעם לאנגן באאאריך

סוכות געדענקן מיר נאך גאנץ פראמינענט
אין די ערשטע יארן פלעגט מען ברענגן א בענד
אינדערנאך געקומען מאיר פערל מיט אלימלך גליק
און זיי האבן צו געשטעלט שיינע מוזיק
שמיני עצרת אין שמחת תורה
די גאנצע שטעטל זיך אויפהייבן
אלעס פארט קיין וויליאמסבורג אזוי איז במסורה
קוים א מנין טוט דא פארבלייבן

(כ"א כסליו כ"א כסליו
פאר די מלמדים טיילט מען ברבורים דגים ושליו
און פאר די קינדער גיבט מען טענדזשערין מיט ניס
די מוזיק נאר צו שפילן בעיס האבן זיי רשות)

חנוכה א יו"ט גאר א גוטער
אין חדר גיבט מען דאונאטס אנגעפילט מיט פיטער
פורים ביינאכט סליגט נאך אין זכרון
ר' אברהם יושע משמש האט צוגעשטעלט מוזיק אין די ערשטע יארן

פאר פסח א גוטע צייט כ'אפשאצעס
די מאמעס שיקן די קינדער קוקן ווי מ'באקט מצות
חסל סידור פסח איין גרויסע רינג לאנג
און משה הדרשן (ווייזער) טאנצט אויף די באנק

דער יו"ט שבועות ס'מערסטע געלונגען
ר' אברהם משה לעבאוויטש טוט אויף די חופה שפרינגען
צוזאמען מיטן רעבין דעם בירך משה בראשות
די בחורים פילן אן ס'ביהמ"ד מיט בושעס

פאר ת"ב ווערן מיר גאנצע ארכיטעקטארס
שטיקלעך האלץ לעבען די בנינים מיט די טרעקטארס
די קינדער מאכן ת"ב בענקלעך ווי א מומחה
יהי רצון שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה

מאת השם היתה זאת
פון א שטעטל אזא קליינע
געווארן א שטאט אזוי ליכטיג און גרויס
היא נפלאת בעינינו


הושענא כבושה בגולה
וויפיל ס'האבן געוואנדערט די קינדער די קרית יואלע
אין ת"ת איז שוין זייער פיל
האט מען אונז געטרענספערט צום ווייבער שול
צוריק צו ר' עקיבאל'ע מ'לערנט מיט פלייס
ביז מ'קען שוין דעם אלף בית
אין כתה בית מ'גיימער צו ר' אלתר שמעון
איין טאג איז ר' אלי' שלמה קאהן געקומען

קינדער כ'האב ענק א גוטע בשורה
מ'גייט טיילן סידורים פון שמחה ואורה
די ת"ת איז פיצי ס'גארנישט קיין פאן
ביז מ'האט אונז געטרענספערט קיין סעקשאן וואן
נישט איינמאל אונז אייגעשפארט דארטן ווי אין דזשעיל
ווייל דערנעבן קומען מאמעס צו א סעיל
א שטיק צייט אין קידוש שטיבל אין יענע סביבות
אונטן איז די סקול, מ'היט זיך פון תרעובת

לעינינו עשקו עמלינו ממושך וממורט
איבערגאנץ קר"י חדרים מפוזר ומפורד
ביי ר' אברהם יעקב גלאנצער אין אלע שטחים
אפי' אין ביהמ"ד פון 'מלאכים'

צו ר' יצחק לעוויס בילדינג מ'איז אונז מפנה
צוזאמען מיט די בחורים פון ישיבה קטנה
און דערנאך אין מצה בעקעריי דארט לערנט מען גאנץ לאנג
די אלטע רעבעצין קומט טיילן א חנוכה געשאנק

די קינדער אויף די עסן טוען קאמפלעינען
וויפיל קאלאריעס די עסן האט טוט ר' אליעזר היילברוין עקספלעינען
די קינדער פארשטייען פונקטליך וויפיל קאלעריעס
די גרעסטע מלחמה פירט מען אבער מיט די גריז

תשמ"ו מיר לערנען אין שאפינג סענטער
אין די נאניע שמעקט אריין די לעבער די פארברענטע
ר' יעקב פריינד פארציילט שיינע מעשיות בימים ההם
מ'טאר נישט גיין אין סטארס נאר קודם אהיים

מנוחה ושמחה אור ליהודים
מ'זעעמיר שוין גרויס מיר גייען אין מתמידים
ר' אורי שווארץ לערנט ניגונים נייע
קה רבון עלם ועלמיא

אין כתה טית וישב ממנו שבי
ס'נישטא קיין פלאץ מ'גייט צוריק צו ר' יצחק לעווי
די בחורים שוין געסעטעלט מיט אלע הידורים
שטייט שוין דער עצי חיים מיטן ישיבה לצעירים

אבער די גלות וואנדערן האט גענומען אן עק
מ'איז ב"ה אנגעקומען צו ווידער פאלאטשעק
תש"ן אויסגעקריצט אויפן שטיין
א נייע ת"ת קומט שוין צו גיין

מאת השם היתה זאת
פון א שטעטל אזא קליינע
געווארן א שטאט אזוי מעכטיג און גרויס
היא נפלאת בעינינו
האף און גלויב
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

WOW!

דאס איז א מאסיוו שטיקל!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

WOWOW!

א ריזיגן בינטל זכרונות האסטו דא אריינגעווארפן. אלץ יליד קרית יואל געדענק איך נאך פולע זאכן דא, אבער פולע זאכן האב איך נאכנישט דערלעבט. אלנפאלס, דיין בינטעלע זכרונות איז מייסטערהאפטיג אראפגעשריבן אין פארום פונעם גראם און דערצו אין א זעלטענער שיינער סדר.

זייער הנאה געהאט!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

ווינקל האט געשריבן:WOW!

דאס איז א מאסיוו שטיקל!
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

WOW WOW WOW !!!!!!!!
יוש האסטו מיך צוריק געפירט...
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

געוואלדיג!
אלטע זכרונות
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

טייל זאכן האב איך שוין נישט מיטגעהאלטן, און טייל זאכן יא. זייער פיין אראפגעלייגט.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

הערליך הערליך, מייסטערהאפטיג!!

שלום עליכם, יהא בואך להרמת קרעטשמתינו
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א ריכטיגע דזשורנאל ארטיקל!!
שלום עליכם, איך האף איר בלייבט מיט אונז. אזא פעדער קומט נישט אפיר יעדן טאג.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

געלעגער האט געשריבן:א ריכטיגע דזשורנאל ארטיקל!!
שלום עליכם, איך האף איר בלייבט מיט אונז. אזא פעדער קומט נישט אפיר יעדן טאג.
גאלף קאר
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלף קאר »

דאנקע מיינע פריינט פאר אייערע קאמפלימענטן און קאמענטארן.
האף און גלויב
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

א חידוש פון אן אשכול... כה לחי! האסט מיך מחי' געווען
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

מאסיוו!!!
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

ברענגסט מיר ארויף מיינע זיסע קינדער יארן

האסא פארגעסען דע הצלה משה ראובן אינדיג מיט יעקב יצחק גרובער
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

בעל דעת האט געשריבן:ברענגסט מיר ארויף מיינע זיסע קינדער יארן

האסא פארגעסען דע הצלה משה ראובן אינדיג מיט יעקב יצחק גרובער

הצלה לייט אין תש"מ קענסט אויך אריינרעכענען אלי שלמה קאהן מיט אברהם יושע ווערצערבערגער
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

ליינט און האט הנאה:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

ליינט און האט הנאה:
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”