"ארבייטן" מיט א ניכטערע בליק

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

כולל אינגערמאן
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 7:19 pm

"ארבייטן" מיט א ניכטערע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כולל אינגערמאן »

שלום עליכם חבירים חשובים:

אזוי ווי איר זעט געוויס פון מיין נאמען בין איך ביז ממש לעצטנס געווען א כולל אינגערמאן, און געזיצן אין כולל און געלערענט, צוליב די מצב הפרנסה, דארף איך יעצט גיין ארבייטן, וואס זאל איך אייך זאגן חבירים חשובים? איך בין ממש שבור ורצוץ אז נאך א שיינע פאר יאר לערנען דארף מען פארמאכן די שולחן ערוך און גמרא, און גיין ארבייטן מן הבוקר ועד הערב.
ובפרט ווען איך זע מיינע חבירים וועלכע זיצן נאך מיט א געשמאקייט אין כולל און לערנען כאילו לא הי' שפירט זיך א ציפ אין הארץ, פון קנאת סופרים (אדער סתם קנאה)



וואלט געווען דא די פאסיגע פלאץ פאר אביסל דברי חיזוק פון די חשוב'ע חבירים בנוגע ענין זה.
קורץ און שארף
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 10, 2011 1:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קורץ און שארף »

נישט דא א בעסערע זאך ווי זיין א נהנה מיגיע כפו. מען איז נישט שולדיג די שווער גארנישט, און אויך נישט פארן ווייב. מען טוט וואס דער באשעפער האט געמאכט די מענער זאלן טוען: מען ארבעט רוב שעות היום צו שפייזן די פאמיליע.


ווייניג מענטשן זענען זוכה צו ציען חיונה פון דברי תורה.

אלזא: וועלקאם טו ריעליטי.

איך קען אינגערמאן וואס קענען נעבעך נישט טוען דער קריטישער שריט פון ארויסגיין אין כולל, און זייער ווייב און קינדער ליידן נעבעך דערפון!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

קורץ און שארף, ריכטיג,
שמכם נאה לכם
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
כולל אינגערמאן
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כולל אינגערמאן »

נא איך דארף טון די שריט אבער, עס טוט וויי, עס איז דא אסאך זאכן אין לעבן וואס טוט וויי און מען דארף עס טון
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

עטס האטס נאר געענטפערט אז מען דארף עס טון, די שאלה ווי אזוי מען קוקט עס אהן מיט א פנימיותדיגן בליק
איך האב אויף דעם א שיינע געדאנק, ווען איל וועל האבן אפאר מינוט וועל איך עס דעליווערן
כולל אינגערמאן
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כולל אינגערמאן »

מיר קענען קוים ווארטן
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4486
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

איין זאך קען איך דיר זאגן, אז מ'האלט די קאפ אויפן פלאץ אפי' ווען מ'ארבעט שוין נישט צו ווערן פארבלענדט פונעם גאס (ס'איז נישט אזוי גרינג..) קען מען אסאך מער שטייגן אין עבודת השם ווען די פרנסה איז מסודר ווי אין כולל,
אם אין קמח אין תורה און פון צווייטן זייט יפה ת''ת עם דרך ארץ שיגיעת שניהם משכחת עוון, איז א מציאות וואס אסאך קענען עדות זאגן.
לעצט פארראכטן דורך derech eretz אום מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

קודם כל אז מען טראכט אריין, איז די נסיון שייך אפילו ביי כולל אינגעלייט
דהיינו:
א אינגערמאן א עובד ה' איז מחליט אז ער וויל דינען דעם אויבערשטען בכל לבו ובכל נפשו, ממילא וועט ער אויפשטיין מארגן 4 אזייגער פארטאגס, מילד גערעדט, מ'וועט לערנען 3 שעה רצופות, דערנאך וועט קומען א דאווענען אזונס און אזעליכס, און מען קען זיך שוין אליין פארשטעלען ווי אזוי די גאנצע טאג וועט אויס זעהן.
מה עשה הקב''ה, 1 אזייגער ביינאכט האט זיין קליינע אנגעהויבן ציינדלען, געוויינט און געשריגן פאר 3 שעה און א ציה.
דער אינגערמאן איז אויסער זוך, וואס הייסט, דא האט ער געוואלט דינען דעם אויבערשטען לערנען דאווענען, און דא איז איהם די גאנצע פלאן אויסגערונען פאר די אויגן.

נאר דער אמת איז, אז מען טראכט אריין פארוואס דאווען איך פארוואס לערן איך, ווייל איך וויל דינען דעם אויבערשטען.. יא?


שטעל דיך פאר, עס קומט א מענטש צו א קעניג, און ער זאגט איך וויל זיין דיין קנעכט, אבער איך וויל נאר טוהן דאס און דאס.
דער איז א חסר דעה, ווייל עס איז א תרתי דסתרי
א קנעכט מיינט, איך האב נישט קיין אייגענע דעת, וואס דער קעניג איז מחליט איך זאל איהם מיט דעם דינען, דאס טוה איך
מיין דעת איז בטל צום קעניג.
דאס זעלביגע דא, דו גייסט זאגן פארן באשעפער, באשעפער טייערער, איך וויל דיך דינען מיט לערנען און דאווענען.
זאגט דער הייליגער באשעפער, דאס איז נישט טייטש קיין עבד
אן עבד מיינט דו ביסט מבטל דיינע אלע רצונות פארן רצון פון באשעפער, ווי אזוי דער אויבערשטער וועט מיר פירן, און ווי אזוי עס וועט זיין זיין רצון, איך זאל איהם מיט דעם דינען, דאס וועל איך טוהן.

מען זאגט נאך אז א אינגערמאן איז געקומען צום קאצקער מיט עפעס אזא טענה בערך, ווי דער כולל אינגערמאן, האט איהם דער קאצקער געזאגט, 'רצה הקב''ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצוות'
איז דאך שווער וואלט ער געדארפט געבען 1 מצוה עס זאל זיין פאר יעדעם איינעם לייכט אויסצופירן
נאר פשט איז, דער אויבערשטער האט אויסגעשטעלט די וועלט אז מען דארף ארויסגיין על המחיה ועל הכלכלה, וועט דאך אויסקומען אז די מענטשן וועלן האבן ווייניגער מצוות
האט זיי דער אויבערשטער צוגעשטעלט א גאנצע חושן משפט, ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט זענען דא הלכות, [פאר דער וואס וויל וויסן און מקפיד זיין אויף דעם], ממילא איז קיינער נישט אויסגעשלאסן פון עבודת ה'.

מיט דעם פריערדיגן רעיון האב איך געזאגט פשט אין אוהחה''ק פ' ואתחנן.
ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כלכם היום, זאגט ערף אז די הלכה איז אז די אותיות פארן שם למשל 'ל'אלקים וכדומה מעג מען אויס מעקן, און די אותיות נאכן שם למשל 'אלקיכם' האט א הלכה ווי דער שם אליין'ס.
ממילא זאגט דער פסוק 'ואתם הדבקים בה' אויף אזא בחינה פון 'אלקיכם', והדברים עתיקין.

לכאורה דארף עס א ביאור, וואס איז פשט פארן שם, נאכן שם.

נאר הוא הדבר אשר דברנו, דער אינגערמאן וואס איז מחליט אליין'ס ווי אזוי צו דינען דעם אויבערשטען, ער איז נישט אינטרעסירט צו דער אויבערשטער איז אויף מסכים מיט זיין מהלך, וואס געשעט צום סוף, ער ווערט אינגאנצן צובראכן, ווייל דער אויבערשטער פירט דאך אויס, און ממילא האט זיין גאנצע עבודת השם נישט קיין קיום, און עס איז נמחקין

משא''כ דער וואס גייט נאכן אויבערשטען טריט ביי טריט, ווי אזוי די הייליגער טאטע וועסט מיך פירן, אזוי וועל איך טוהן
זיין עבודת השם וועט האבן א קיום
הצלחה רבה
איך האב שטארק מקצר געווען מאפס הפנאי
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

די ציל פון עוסק זיין בתורה איז נאר כדי לשמור ולעשות ולקיים, אלזא און כולל האסטו געלערנט, יעצט קומט דער פארהער, דער אמת'ער תכלית פון לעבן איז זיך אויפצופירן בכל דרכך אויף א אופן זאל זיין און איינקלאנג מיט די תורה, דאס איז שייך אסאך מער ווען מען איז עוסק און פרנסה, געב א קוק אריין דא און חובת הלבבות.

תוכן פנעם שטיקל חובת הלבבות:
ווען די השתדלות ווערט געטוען אויפן ריכטיגן אופן
ווערט די מצוה פון בטחון פארוואנדלט און א מצוה וואס איז תלוי און אן א שיעור מעשים,

חובת הלבבות

והעילה אשר בעבורה חייב הבורא את האדם לחזר ולסבב על סיבות הטרף ושאר מה שהוא צריך אליו,
וואס איז די טעם פארוואס דער אייברשטער האט ארויפגעלייגט אויפן מענטש אז ער מיז נאכגיין אליין די סיבות פאר זיין פרנסה געזינט א.ד.ג.,
א יעדער פארשטייט אז די זון און די לבנה און אלע מערכת השמים האט זיך זיין סיסטעם מיום ברואת העולם, און דער אייברשטער אליין איז דער וואס טוט יעדע פרט ופרט (הוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים), און מיר האבן נישט וואס צו צילייגן צו דעם, און אויב א מענטש וועט יא וועלן עפעס טוען און די זאכן, טרעפן מיר ביים דור הפלגה ווי אזוי עס האט זיך אויסגעלאזט, דאס איז זייער פשוט אז אויב א מענטש מישט און הנהגת העולם וואס באלאנגט נאר פארן בורא עולם, איז עס כפירה.
פרנסה און געזינט א.א.וו. איז מיט קיין האר נישט אנדרשט, און נאר דער אייברשטער אליין (הוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים) איז דער וואס איז מפרנס און מרפא א.א.וו,
אבער דא ביי דעם טרעפן מיר אז ער וויל דווקא יא אז דער מענטש זאל טוען מעשים כאילו ער איז דער וואס טוט דא עפעס.
דארפן מיר פארשטיין פארוואס?

מפני שחייבה החכמה בתינת הנפש בעבודת האלקים ובהמרותו, בחן אותה במה שמראה זו ממנה,
וויבאלד דער אייברשטער האט איינגעזעהן פאר ריכטיג צו פארהערן דעם מענטש דורך א נסיון און זען אויב ער וועט טוען די רצון השם אדער פארקערט,
האט ער אויסגעשטעלט דער פארהער אויף א אויפן, עס זאל זיך קלאר דערקענען, וועלעכע וועג דער מענטש האט זיך אויסגעוועלט,

והוא הצורך והחסרון אל מה שהוא חוץ לה ממאכל ומשתה ומלבוש ומעון ומשגל,
און דאס איז די אופן מיט וואס דער אייברשטער פארהערט אינז,
ער האט אינז (מענטשען) באשאפן און א מצב וואס עס פעלט אים געוויסע באדערפענישן און ער מיז דאס האבן צום לעבן, דאס מיינט עסן טרינקן קליידינג דורה א.א.וו.
ער האט אינז באשאפן אינגאנצן אנדרשט ווי אלע אנדערע בעל חי' ווי למשל אלע בעלי חיים ווערן געבוירן מיט א מאנטל אויף זיך וואס באשיצט זיי פון קעלט, בעת דער מענטש דארף זיך דאס אליין צושטעלן, א יעדע בעל חי' האט זיך זיין וועג ווי אזוי ער שאפט זיך עסן פאר זיך און פאר זיינע קינדער לא כן דער מענטש, די זעלבע איז מיט א דירה ווי יעדע חיה בויט זיך זיין נעסט אדער שטייג אופן זעלבן אופן וואס איז אריין געלייגט און זיין נאטור,(ווי למשל בינען נעסט פייגל נעסט א.א.וו.)

וצוה אותם לחזר עליהם להביאם בסיבות המוכנות להם,
און דער אייברשטער האט באפוילן מיר זאלן נאכגיין די זאכן (עסן טרינקן קליידינג דורה א.א.וו.) אויף די וועג וואס ער האט אנגעגרייט דערפאר,

על פנים מיוחדים ועתים ידועים,
על פנים מיוחדים - נאר מיט אזעלעכע אופנים וואס די תורה לאזט, און נישט מיט קיין אופן וואס איז נישט און איינקלאנג מיט די חוקי השם,
ועתים ידועים. - נאר און די צייטן וואס די תורה לויט, (נישט יו"ט שבת - ווי אויך נישט אויפן חשבון פון דאווענען און לערנען)

ומה שגזר הבורא שיגמר לאדם מהם יגמר וישלם בהשלמת הזדמנות הסיבות ואשר לא גזר לו להגמר בהם לא יגמר וימנעו ממנו הסיבות,
און די זאכן וואס דער אייברשטער וויל געבן פארן מענטש, וועט די מענטש טרעפן די סיבות וואס דורך זיי קענען ער עס דערגרייכען, און די זאכן וואס דער אייברשטער וויל נישט ער זאל דערגרייכן וועט ער עם מונע זיין די סיבות און ער וועט עס נישט קענען אויספירן מכוח אל הפועל,

ונתברר ממנו העבודה והעבירה בכונה ובבחירה לאחת מהנה מבלתי האחרת,
דורך דעם וואס מיר וועלן זען וואסערע וועג דער מענטש האט זיך אויסגעוועלט אויף צו ברענגן פרנסה א.ד.ג. וועלן מיר זעהן קלאהר אויב דער מענטש וויל טוען דעם רצון השם אדער פארקערט,
אויב ווען ער וועט עוסק זיין און פרנסה וועט ער עוסק זיין אויף אופן (1):
1) בשעת ער וועט עוסק זיין און פרנסה וועט ער מקיים זיין אלע מצות וואס קומען אינטער און זיינע עסקים, אפילו עס קען אמאהל אויסזעהן ווי עס קאסט אים געלדט, און די זעלבע זאך איז, ער וועט אכט געבן אז אלעס און געשעפט זאל זיין אויסגעהאלטן אינגאנצן לויט די חקי התורה, אפילו עס זעט אים אויס אז ער האט שאדן נאכקמענדיג די תורה'דיגע פארלאנגען.
דעמאלטס וועט נתברר ווערן קלאהר אן א ספיקות אז אלע השתדלות וואס ער טוט, איז נישט ווייל ער האלט אז ער טוט עפעס אליין, נאר ער וויל טוען דעם רצון ד' וואס האט געהייסן אז דער מענטש זאל טוען השתדלות, בעת ווען ער אליין אן קיינעם'ס הילף איז דער מכלכל חיים בחסד.
אדער ווען ער וועט עוסק זיין און פרנסה וועט ער עוסק זיין אויף אופן (2):
2) ער וועט טוען אלעס וואס קומט אים אינטער, און ער וועט טוען אלעס וואס זעט אים אויס אז פון דעם קען מען מאכן געלדט, נישט קוקענדיג אויב עס איז פארבינדן מיט אסירים, און פארשטייט זיך עס וועט אים נישט בייפאלן אז ער דארף ארויס גיין פון זיין וועג כדי צו טוען מצוות דורך זיינע עסקים,
דעמאלטס וועט נתברר ווערן קלאהר אן א ספיקות, אז דער מענטש האלט, און איז ביי זיך זיכער, אז נאר זיינע מעשים ברענגט אים זיין פרנסה, ער האלט אז ער טוט נישט נאר השתדלות, נאר ער טוט די גאנצע,

היוצא לנו מכל זה לענינינו

מיר זעען דא, אז אויב מיר טוען השתדלות, און מיר געבען אכט, אז אינזער השתדלות זאל זיין אויסגעהאלטן ע"פ תורה, זענען די אלע זאכען וואס מיר טוען און געשעפט, ספעציעל אויף א געוויסע אופן, דייקא כדי מיר זאלן קענען מקיים זיין איינע פון די מצות התורה, אדער כדי מיר זאלן נישט עובר זיין אויף וואס די תורה לאזט נישט, אדער עס געטוען אויף א ספעציעלע אופן אז עס זאל נישט זיין קעגען די תורה דאס אלעס איז פעולת וואס דער מענטש באגעגענט זיך אן א שיעור מאהל און געשעפט אדער אלס ארבעטער יעדן טאג ווי מען וועט שוין שפעטער ערקלערן מער באריכות, איז די פעולת איז משפוע אויפן מענטש און דאס ברענגט אריין און הארץ און און מוח אמת'דיגע אמונה און בטחון, אלס
אדם נפעל כפי פעילתיו

די ארגענעלע ארטיקל
http://www.guardyoureyes.org/forumyid/i ... 47#msg7147
לעצט פארראכטן דורך עבודת_הבורא אום מיטוואך אוגוסט 22, 2012 8:12 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

שיין געזאגט הרב דרך המלך (לפי נועם דבריך אולי טוישן דיין ניק צו 'עבד המלך'...)
לעצט פארראכטן דורך דעת זקנים אום מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

איך בין נישט ביכולת אפצושרייבן אזעלכע הערליכע דברי חיזוק אזוי ווי די אנדערע חבירים דא, אבער איין זאך מיז דיר זאגן.

איך בין דיר באמת מקנא מיט דעם וואס ס'באדערט דיך אזוי שטארק אז דו ביזט געצווינגען ארויסצוגיין פון כולל,
הלואי אויף מיר געוואונטשען אזא תשוקה צו לערנען.
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

דעת זקנים האט געשריבן:שיין געזאגט הרב דרך המלך (לפי נועם דבריך אולי טוישן דיין ניק צו 'עבד המלך'...)


פיין געזאגט
בד''ו. דער חילוק בגמטריא צווישן דר''ך און עב''ד איז בדיוק כמספר קמ''ח
דער אויבערשטער זאל העלפען עס איז זאל נשפע ווערן קמח פאר גאנץ כלל ישראל
לעצט פארראכטן דורך דרךהמלך אום דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 9:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

אוי הייליגער דרך המלך - ווארעמע ווערטער
גיב אונז מער צו יעדע צייט

בכלל אז מע רעדט שוין וואלט איך געוואלט פרעגן וואס באדערט מיר שוין לאנג.
צו דער אויבערשטער וואלט געוואלט די וועלט זאל האבן נאר בעל שם טוב'ס. צו נישט?

מיין קשיא איז: יעדער וויל דאך באמת זיין א צדיק אסאך מאל טראכט איך צו מיר איך ווער א "צדיק" גענדיגט מיט אלע שטותים
פון די אנדערע זייט קום איך אן אין שול מיט ווייניגער התמדה ווי נעכטן.

איך מיין צו זאגן מענטשן ברויכ'ן גיין ארבייטן - איז א סימן אז נישט יעדער געהער אין בית המדרש? כאפסט וואס איך רעד?
כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 5:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כולל יונגערמאן »

די גאנצע זאך פון לערנען אין כולל איז נישט אויסגעהאלטן לכתחלה, (פאר א סיבה האט סאטמאר רבי נישט געמאכט קיין כולל ביז אין די ל' יארן)

ע"פ שו"ע דארף די מאן ברענגען פרנסה נישט די ווייב,

טוב תורה עם דרך ארץ שיגיעת שניהם משכחת עון, ווייל מיט איינס אליין איז נישט משכחת עון, ודי
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

דרך המלך, זאגסט וואויל.

און יעצט צו דיר כולל אינגערמאן (לשעבר), אן אריינגיין אין געפילן וואס אויף דעם האט דרך המלך און די אנדערע חברים דא שיין מסביר געווען, איז דאס עצם ארויסגיין פון כולל ווערט ביי מאנכע מענטשן באטראכט ווי א נחות דרגא, ער מוז נעבעך ארויסגיין אויף די טריפה'נע גאס ברענגן פרנסה, אודאי אויב דער בוכ"ע העלפט אז מ'האלט באמת ביים לערנען פלייסיג און צו דער זעלבער צייט קומט מען ב"ה אויס מיט די שטוב געברויכן און די ב"ב איז גרייט דערצו, איז דאך מה טוב ומה נעים, אבער נישט ביי יעדן שטעלט זיך עס אזוי אויס, נו ס"ה ביזטו דאך נאר מקיים דעם מוצא שפתיך תשמור אויף וואס דו האסט זיך מתחייב געווען אונטער די חופה.

מאידך גיסא אבער, ווער זאגט אז מ'מוז ווערן אויס כולל אינגערמאן, אויב האט מען דעם קאפ אויפן פלאץ קען מען אויסשטייגן גאר שיין אפילו צו דייקא אן זיין געבינדען צו א מסגרת הכולל.

א אינגערמאן פארלאזענדיג די כותלי הכולל שטייט פאר א שיידוועג, ער קען זיך אויסוועלן וועלכע סארט לעבנסשטייגער צו נעמען, צו זאל ער נאכלאזן פון זיינע שטרענגע/ערליכע פרינציפן, קאמפראמייזן אויף א האלבע שעה-שעה לערנען א טאג (צומאל דאס אויך נישט), אפכאפן א דאווענען, אויסנוצן יעדע ארבעטס-פרייע טאג אויף זיך אויסליפטערן, גיין פארוויילן צו שאפינג וכדו', פשרות אינעם לבוש וכדו' ועוד ועוד, וואס א היבשע צאל אינגעלייט טרעפן זיך אויף דעם מהלך, צו בדוקא צו מ'כאפט זיך פשוט נישט מ'איז באמת פאריאגט און פארפלאגט.

לעומת זה, ווען מ'האלט נאך ביים התחלה, מ'האט נאך דעם ישוב הדעת און דאס הארץ ציפט אביסעלע אויף דאס דארפן פארלאזן דעם כולל, איז טאקע יעצט די ריכטיגע געלעגענהייט אוועקצושטעלן דיין ריעל לייף מיט אן ערענסטער סדר היום, יעצט ווען די הארץ איז נאך פיל מיט אמת'ע תשוקה נפשי חשקה בתורה שטעל דיך אויס דיין טאג מיט א לענגערן שיעור אויף צופרי און פארנאכטס, כ'קאן אסאך אינגעלייט וואס מ'זעהט אז זיי האבן אויסגעשטעלט זייער לעבן מיט אזא מהלך, מ'לייגט אראפ א דאווענען מיט א ווארעמקייט (שענער ווי מאנכע כולל אינגעלייט...) יעדע איבריגע מינוט ביי זיי ווערט אויסגענוצט אויף לימוד התורה בהתמדה רבה, זאל דאס זיין צופרי און ביינאכט מדי יום ביומו, צו די לאנגע פרייטאג נאכמיטאגס, שב"ק צופרי/נאכמיטאג און זונטאג, אז מאכענדיג דעם חשבון לערנען זיי איבערן וואך פי כמה שעות וויפיל דער אפיציעלער כולל אינגערמאן.

אזוי אויך ביי דער ארבעט דארפענדיג דיעלן מיט אנדערע - פרעמדע ווי היימישע צוגלייך, אויב ברענגט מען אריין אין פראקטיק די מדות טובות בין אדם לחבירו, איידעלקייט און עהרליכקייט וואס די תורה לערנט אונז איז מען דאך מקיים במלא מובן המלה דעם ואהבת את ד' אלקיך שיהא שם שמים מתאהב על ידך, מ'איז זיך מתגבר אויף די נסיונות וואס די גאס שטעלט פאר מיט זיך, שמירת עינים והמחשבה, ומה גם אז דער אייבערשטער העלפט און מ'מאכט נאך אפאר דאלער אין דער זייט אז מ'קען מפרנס זיין זיך, די בני בית מיט די קינדערלעך מיגיעת כפו (אן קיין עקמימיות ואמתלאות) איז דאך שוין ממש תורה וגדולה, נו וואס קען זיין בעסער פון דעם, אשריך בעולם הזה וטוב לך בעולם הבא.

אודאי זאגט זיך עס גרינג, אבער אז מ'האט דעם קאפ אויפן פלאץ זיך נישט צו פארלירן, נישט ווערן געפאלן ביי זיך, און מ'שטעלט זיך 'לכתחלה' אוועק אן קיין פשרות מיט א פעסטע שיעור בקביעות גמור, מיט דאווענען 3 תפילות א טאג כדבעי אא"וו, איז די כח התורה ותפילה וועט דיר אודאי העלפן בייקומען אלע שוועריגקייטן וואס קען אבער זאל זיך נישט מאכן ברוחניות ובגשמיות, און דו ביזט מיט קיין סענט נישט ווייניגער ווי דער אפיציעלע כולל אינגערמאן (אסאך כולל אינגעלייט וואלטן זיך געווינטשן צו קענען נעמען דעם ריכטיגן שריט, עפעס א פארבארגענע כח האלט זיי אפ...) נאר אדרבה דו טוהסט דעם רצון הבורא, נו איז דאך עבדו את ד' בשמחה!!!
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

איי ייאויי ייאיי, איך קוק זיך אום, איך שריי שוין לאנג אז מען האט נישט ארויס וואס ארבעטן הייסט ביי אידן.

די חשיבות פון ארבעטן איז דאך אין לשער ואין לתאר. אן א שיער מאמרי חז"ל וועלכע ברענגען ארויס דאס הייליגקייט און שיינקייט פון ארבעטן, אבער ליידער ליידער רעדט מען ווייניג איבער דעם.

איך האב אפגעשריבן עטליכע לאנגע מאמרים איבער דאס חשיבות פון ארבעטן, אפשר ווען מיר וועלן האבן צייט וועלן מיר דאס ארויפשטעלן.
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

כולל יונגערמאן, דער מושג כולל יונגערמאן איז א נייע בריאה פרעג דיינע זיידעס צו עס איז געווען... אז ס'איז נפשך חשקה בתורה וועסטו בלייבען ביז די 120 א כולל יונגערמאן אפי' מיטן ארבעטען,
הג"ר יח"מ פריעדמאן שליט"א פאר ער איז געווארן א מגי"ש אין סיגוט'ע ישיבה ביים ברך משה האט ער געארבעט אין די פאסט אפיס.. קוק וואס עס איז אויסגעוואקסען..
איך זאג נישט אז די דארפס דאס דווקא ציעלן אבער האלט אן דיין יונגערמאנ'טשיקייט מיט דיין געשמאק אין תורה וועסטו זיין זעלבסטשטענדיג תורה וגדולה במקום אחד.

מיט הצלחה מרובה -
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

הרב כולל אינגערמאן, איין קליינע הערה,
מיין ווייב האט געארבעט צוזאמען מיט הרה"ג ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א,
זי פארציילט וויזוי זיין ארבעטן האט אויסגעקוקט, געארבעט פלייסיג, אבער ווען ס'איז נאר געוועהן א מינוט פריי האט ער שוין געהאלטן א ספר אין די האנט, און איך מיין אז איך דארף נישט מסביר זיין וואס ס'איז געווארן ווייטער...
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

שלעפשיץ האט געשריבן:בכלל אז מע רעדט שוין וואלט איך געוואלט פרעגן וואס באדערט מיר שוין לאנג.
צו דער אויבערשטער וואלט געוואלט די וועלט זאל האבן נאר בעל שם טוב'ס. צו נישט?


אודאי דארף נישט השי"ת נאר בעל שם טוב'ס.
פעלט אים דען מלאכים אין הימל?

אדרבה, דאס איז די סיבה פארוואס חז"ל זאגן גדול הנהנה מיגיע כפו יותר מירא שמים.
צו זיין דבוק אין השי"ת בשעת מען זיצט אין די ד' אמות של הלכה איז קיין קונץ;
אבער אריינגיין אינעם עולם הגשמי און דארט זוכן דעם באשעפער, אים דינען, אפהיטן אלע מצוות, דאס איז די ריכטיגע נחת רוח!
וועגן דעם זענען מיר אראפגעקומען אויף דער וועלט!

אן אריינגיין ע"פ קבלה, ווי אזוי מעלה זיין ניצוצים פון עולם הגשמי איז ממש דער תכלית פארוואס מיר זענען דא,
איז קלאר אז דער עיקר נח"ר פאר השי"ת איז אים צו טרעפן אין גשמיות.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

שמעק - ניחמתני
(יותר מה שכתב כאן.....)
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

---
שלא מהענין

וואסי פשט ס'דא צוויי ניקים כולל יונגערמאן איינס מיט א י' און איינס מיט א א' דער נייער מיטן א' האט געעפענט די אשכול דא און דער אלטער מיטן י' האט מגיב געווען צווישן אנדערע אן הייבן א וויי געשריי פארן פארכאפן זיין נאמען. וואסי פשט?
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

היימישער איד האט געשריבן:---
שלא מהענין

וואסי פשט ס'דא צוויי ניקים כולל יונגערמאן איינס מיט א י' און איינס מיט א א' דער נייער מיטן א' האט געעפענט די אשכול דא און דער אלטער מיטן י' האט מגיב געווען צווישן אנדערע אן הייבן א וויי געשריי פארן פארכאפן זיין נאמען. וואסי פשט?


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

גערעכט, מ'האט דאס פארזעהן וויבאלד ער איז שוין לאנג נישט געווען אקטיוו.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

קודם כל שלום עליכם כולל, בואך לחיים ולשלום!
כ'האף אז ביזט אנגענעם דא בתוכנו
צווייטענס א דיסקלעימער: מיין דרך איז נישט לכתחילה פאר יעדער לפום דרגא דיליה
מ"מ מיין איך מען קען לערנען עטליכע יסודות פון מיין לעבענס מהלך
אויף ענגליש איז אמרי אינשי ווען איינער איז אין כולל און מען פרעגט אים וואס ער טוט ענטפערט מען בזה"ל
I am in learning....
און מיין רעבעצין ווייסט שוין מיין תגובה צו אזא אויסדרוק אז מען דארף נישט זיין אין כולל אויף צו זיין אין לערנען....
לענ"ד האט זיך כולל איינגעריסען ביי אונז וועגען עטליכע סיבות
אין ארץ ישראל כדי נישט צו גיין אין מיליטער
אין חו"ל איז דאס געווען ווייל מען האט חתונה געהאט גאר יונג און נאך נישט געלערנט גענוג אין די בחורישע יאהרען
אוודאי איז דא אויך אזעלכע וואס דארפען זיצען אין לערנען צו ווערען רבנים ודיינים
אבער פאר רוב רובם פון כלל ישראל איז דער נארמאלע מהלך אז איינמאהל וואס מען האט א שטארקע באזיס אין תורה
אז מען גייט ארבעטען און מען איז קובע עתים לתורה
געהערט אמאהל אז קובע שאפט א דין קבוע און כל קבוע כמחצה על מחצה
אחוץ דעם זאגט דער מאור עיניים אז אויב איינער לערנט המחליף פרה בחמור איז תורה
איז ק"ו אויב איינער טוט המחליף פרה בחמור כמו שכתוב אז עס איז תורה והדברים עמוקים ומתוקים
איך האב געענדיגט די הויכשוהלע ביי די אכצען
געפאהרען קיין אר"י אויף צוויי יאהר געלערנט אין ישיבת קול תורה בהנהלת ש"ב הגרשז"א זצ"ל
שפעטער אהיים געפאהרען און געלערנט אין אוניווערזיטעיט 5 יאהר אויף דענטיסטרי
קומט אויס אז מיין קאריערע אין א אפיציעלע תורה מוסד איז געווען קוים צוויי יאהר
נאר וואס כמשכ"ל מען מוז נישט זיין אין א מוסד אויף צו זיין אין לערנען
איינער וואס האט א געשמאק אין לערנען וועט אויסנוצען יעדע געלעגענהייט אויף צו לערנען
צו איז דאס גפ"ת צו שו"ע ונו"כ
טייערע כולל
זיי זיך מחזק
לענ"ד פארקערט
ביזט ארויף א מדריגה
ווי איך האב געהערט פון איינעם א ראש ישיבה
וואס איז שלעכט צו זיין אליין ישכר וזבולון...
זאלסט מצליח זיין אויף אלע פראנטען....
לאמיר הערען בשורות טובות ותזכה להיכתב בסשצ"ג
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

סוף בית אהרן עה"ת איז דא א בריוו פון ר' אשר סטאלינער, וואו ער מוסר'ט אויס איינעם וואס האט באשלאסן אפצולאזן די ארבעט און זיך זעצן לערנען עיי"ש.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”