צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:יש לעיין לדעת אותם גדולים שהתנגדו לדף היומי בשעתו, ועיקר הטעם היה מחמת כי זה היה הדגל של האגודה אז, [אם כי הוסיפו עוד טעמים, אך נראה כי זה היה עיקר ההתנגדות], ובזמנינו אלה שזולת הסיום אין לזה שום שייכות לשום מפלגה, ונלמד על ידי אלפי ישראל, אם שייך עוד אותו הטעם שחששו לזה גדולי ישראל בשעתם.
במיוחד שרבתה תוהו ובוהו בעולם, ועיקר ההצלה הוא על ידי למוד התורה, המשפיעה על נפש האדם.
כמוני כמוכם, מ'זעהט דאך אז אנדערע קרייזען האבן דאך שוין היינט איינגעפירט אן ענליכע סדר הלימוד איבערהויפט סאטמאר (ישראל ואורייתא בראשות האדמו"ר [מהרי"י] מסאטמאר ויסודי התורה בראשות האדמו"ר [מהר"א] מסאטמאר) איז פשט אז יעדערער האט איינגעזעהן נאך 10-11 מאל וואס אנדערע אידען האבן מסיים געווען ש"ס אז אפשר איז צייט מזכה צו זיין אנדערע אידען אויך מיט לימוד התורה באופן קבוע חק ולא יעבור.
ביי אונז אין סקרענטאן זענען פארהאן צענדליגער אידען וואס זענען מסיים ש"ס קומענדיגע וואך, סיי מיט חברותות און אויך דורך שיעורים ברבים, די אלע אידען האבן נישט קיין שייכות מיט אגודת ישראל אדער חלילה ציונות ואביזרייהו, זיי זענען מקיים דעם יצא אדם לפעלו און דערנאך דעם קבעת עתים לתורה באופן חוקי און בקובץ על יד גרייטען זיי זיך בעזהשי"ת צו מסיים זיין גאנץ ש"ס, אשרי חלקם.
איז נאך דא היינט עמיצער וואס האלט אז עס איז 'אסור' צו לערנען דף היומי?
מי חכם האט געשריבן:נו אלא מאי? די חתונה תקנות האט דען יא מהר"א (מ'סאטמאר) אליינס געטראכט? ער האט עס דורך געפירט איז עס נקראת על שמו
מי חכם? וואס א מין דמיון מילתא למילתא, קודם ווי איז עס נקראת על שמו? נאכדעם ער האט דען איינגעפירט א וועלטליכע תקנה, ער האט דאך עס געמאכט פאר זיין קהלה, יעדעס אשכול מוז מען בע"כ אריינשלעפן צו 'סאטמאר', ס'איז דאך דא אנדערע אידען אויך דא.