בילדער פון אמעריקאנער רבנים ואנשי השם ווער ווייסט?
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4589
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm
יוסף שרייבער האט געשריבן:ר' יוסף אליהו הענקין. דא האסט עס קאלירט.
עס וואלט זיך באמת געפאדערט א באזונדערע אשכול איבער ר' יוסף אלי' און זיין געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט פאר צדיקים, אדמו"רים, ראשי ישיבות ובנש"ק בכל קצוות תבל, מיט'ן ארויס העלפן דורך "חברת עזרת תורה".
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
געוויסער ניק האט געשריבן:זוכענדיג אביסל איבער די היסטאריע פון די שטאט ביאלאצערקוב - שדה לבן, האב איך באגעגנט א ספר בשם קהלת מרדכי דער מחבר פונעם ספר ר' מרדכי יאהלין איז געווען רב אין שדה-לבן נאך די פטירה פון זיין פאטער ר' צבי הירש יאהלין דער פריערדיגער רב דארט.
דער ר' מרדכי יאהלין איז געווען אן איידעם ביי ר' יעקב יוסף סערעביער הי"ד-ז"ל ב"ר ישראל ברוך, וועלכער איז אומגעקומען אין די פאגראמען אין אוקריינא בשנת תרע"ט, ר' יעקב יוסף איז געווען אן אייניקל פון ר' אברהם דוב מחמעלניק חתן התולדות, אפשר ווייסט איינער מער פרטים איבער אים?
בשנת תרפ"ה האט ר' מרדכי יאהלין הנ"ל אימיגרירט קיין אמעריקא בהשתלדות מעריציו ותלמידיו, און ער האט זיך באזעצט אין פילעדעלפיא, פא. ווי ער האט משמש געווען אלס ראב"ד און אלס רב אין די שוהל פון יוצאי שדה-לבן, ביז צו זיין פטירה בשנת תש"ג.
זיינע ספרים זענען מעוטר מיט אויסערגעווענליכע שיינע הסכמות פון אלע סארטן, אפשר ווייסט איינער מער איבער אים?
די קינדער פון ר' מרדכי יאהלין כפי שנדפס בסוף ספר הנ"ל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
farshlufen האט געשריבן:נו, בקעת הלויים.
פשוט בתכלית הפשטות, מדובר בר' דוב בער לעווינטאהל אב"ד פילאדעלפיע כמ"מ חותנו ר' אילעזר קליינבערג:
http://kevarim.com/rabbi-dov-aryeh-bernard-levinthal/
מיללער האט געשריבן:מי מכיר?
אחד מגדולי רבני וראשי ישיבות בארה"ב מתלמידי וואלאזשין, היגר לארה"ב בערך בשנת תרפ"ה ונפטר פה בתחילת שנות הת"ש
מיללער האט געשריבן:נישט צוגטעראפון, פארשלאפן.
מדובר בהגאון ר' יעקב קאנטראוויטש אב"ד טימקאוויטש בליטא ואחריו בטרענטאן ניו זשערסי ור"י תורה ודעת. חיבר ספר צילותא דשמעתתא ונדפסו חידושיו על הש"ס בשם חי' הגר"י. היה גיסו של ר' אליהו פיינשטיין אבי הגר"מ זצ"ל.
בן בוזי האט געשריבן:א דאנק אייך סקרענטאנער כ"ק גאב"ד פארן ממשיך זיין מיטן מברר זיין תולדות הרבנים למשפחת קאנטראוויץ. איז דיר מבורר געווארן אויב עס זענען דא קרבת משפחה צווישן די קאטראוויצער רבנים און אויב זענען זיי מדורי דורות רבנים?
מיללער האט געשריבן:איך האב געזעהן אין די תולדות פון אט דעם ר' יעקב קאנטראוויץ אז זיין פאטער ר' זאב חיים האט געהאט אסאך משפחה דאהי אין אמעריקא, עס לאזט זיך מיר טראכטען אז די צוויי ברודער; ר' אלחנן יעקב און ר' ירוחם צבי קאנטראוויץ וועלכע ליגען אינעם יוניאן פעלד ביה"ח ונפטרו פה בשנת תרנ"ב-ג זענען געווען עלטער-פעטערס פאר דעם טרענטאנער רב, אבער איך האב דערווייל נישט קיין סמך לדברי.
איך ווייס נישט וועגן די קרבות משפחה אבער איך געפון נאך א רב אין די קאנטראוויץ משפחה מיטן נאמען ר' יהושע בצלאל ב"ר יעקב קאפל דער רב פון מאלטש און מחבר פונעם ספר משכן בצלאל ער איז שפעטער ארויף געפארן אויף ארה"ק, זיין איידעם איז געווען ר' חיים אליעזר הויזדארף וועלכע איז געווען א זוהן פון איינע פון די גרויסע בוני ירושלים ר' עזריאל זעליג הויזדארף און אליינס האט ר' חיים אליעזר מחבר געווען פילע ספרים אין אסאך נושאים וואס טייל דערפון זענען דא אויף היברו בוקס. פון זיינע קינדער זענען געווען משה קאנטראוויץ אויך פון די אקטיווע אידן אין ירושלים און זיינס א זוהן יהושע בצלאל וואס ווערן באשריבן אינעם תדהר אנציקלופדי'.
קאן זיין ווייל פון די עלליס איילענד רעקארדס האב איך געפונען הויזדארף'ס וועלכע זענען געקומען פון/דורך האללאנד, אין דעם באשרייבונג איבער ר' עזריאל זעליג הויזדארף שטייט אז ער איז א דייטשער (פוילישער).
בן בוזי האט געשריבן:ווער איז דער רב? געווען רב אין כמה וכמה שטעט (צווישן אנדערע פארמישט אין א חסידישע מחלוקה) און צום לעצט אין איינע פון די אמעריקאנער שטאטן.
הרב ר' מרדכי יעקב גאלינקין (האלינקין) בעמח"ס דרשות הרי"ם, כיהן כרב בעיירות; זיטאמיר, דאקשיץ (שם נפלה מחלוקת על הרבנות בינו ובין החוזר ר' ארי' לייב שיינין הי"ד) ודאנציג באייראפא, בתרצ"ט היגר לארה"ב ושימש כרב בעיר וואוסטער (Worcester) וחבר וועד הרבנים ד'מאסאשוסעטס, נפטר בשנת תשל"ה.
מצבתו:
(קרעדיט 'התאחדות רבני ערי השדה דארה"ב וקאנדא' מפעל 'מורשת חכמי אמעריקא' בנשיאות הרב פישל פארשלאפן מבראסנוויל, ניו יארק)
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
א גרויסער דאנק אייך, ס'איז מיר א וואונדער צו דער זעלביגער רב דובראוו איז נישט אפשר אויך געווען דער מלמד פונעם סקווערער רבי כ"ק אדמו"ר ר' יעקב יוסף זי"ע, וואס איך ווייס אז ער האט געהאט א חבד'סקער מלמד, און דא שטעלט זיך ארויס אז ר' דוד'ל האט גענומען דובראוו'ן -איינער וועלכע האט געלערנט אין חב"ד- אלס מלמד צו זיך אין שטוב, און כאטש וואס דער שרייבער דערציילט נישט דעם פונקט, איז דאס אבער נישט קיין ראי' צו ווערן אויסגעשלאסן.
נחוניא האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:שמעלקא טויב האט געשריבן:הרב סילווערסטאן פון וואשינגטאן הבירה.
און ר' יעקב דובראוו (לינקס)
א באשרייבונג איבער רבי יעקב עוזר דובראוו ז"ל
הערליך א דאנק.
מציבת ר' יעקב עוזר דובראוו בוואשינגטאן הבירה:
http://kevarim.com/rabbi-yaakov-dobrow/