רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
באולי אז דער אשכול זאל זיין באמת מובן פאר די באי פורומינו, וואלט געווען מן הנכון א באשרייבונג איבער די ריכטיגע פאקטן איבער תנועת חב"ד ובפרט דעם לעצטן רבי'ן. אדערווייל, זענען רוב עולם דא אונטערן איינדרוק פון דעם בליק וואס מען האט איינגעפירט אין סאטמאר צוליב חשש אתי לאמשוכי אבתרייהו, משום כמה וכמה מעשיות שהיו, ווי אויך די השפעה פון די ליטווישע פראפאגאנדע. מען ברויך פשוט צוריקגיין צו די צייטן בעפאר די למ"ד יארן, ווען דער רבי זי"ע פלעגט געבן רשות און אולי אויך מוטיגן די חב"דסקער שליחים צו האלטן דרשות און פארלערנען תורת חב"ד אינעם סאטמארן בית מדרש אין די ימים טובים.
נאר אזא באשרייבונג וועט שוין זיין צופיל פאר דעם מקום.
נאר אזא באשרייבונג וועט שוין זיין צופיל פאר דעם מקום.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7783
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל
מי חכם האט געשריבן:גם אני מצטרף, נאר באולי אז דער אשכול זאל זיין באמת מובן פאר די באי פורומינו, וואלט געווען מן הנכון א באשרייבונג איבער די ריכטיגע פאקטן איבער תנועת חב"ד ובפרט דעם לעצטן רבי'ן. אדערווייל, זענען רוב עולם דא אונטערן איינדרוק פון דעם בליק וואס מען האט איינגעפירט אין סאטמאר צוליב חשש אתי לאמשוכי אבתרייהו, משום כמה וכמה מעשיות שהיו, ווי אויך די השפעה פון די ליטווישע פראפאגאנדע. מען ברויך פשוט צוריקגיין צו די צייטן בעפאר די למ"ד יארן, ווען דער רבי זי"ע פלעגט געבן רשות און אולי אויך מוטיגן די חב"דסקער שליחים צו האלטן דרשות און פארלערנען תורת חב"ד אינעם סאטמארן בית מדרש אין די ימים טובים.
נאר אזא באשרייבונג וועט שוין זיין צופיל פאר דעם מקום.
אולי וואלט שייך געווען אביסל היסטארישעדעקונג פאר די פאקטן?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
מי חכם האט געשריבן:גם אני מצטרף, נאר באולי אז דער אשכול זאל זיין באמת מובן פאר די באי פורומינו, וואלט געווען מן הנכון א באשרייבונג איבער די ריכטיגע פאקטן איבער תנועת חב"ד ובפרט דעם לעצטן רבי'ן. אדערווייל, זענען רוב עולם דא אונטערן איינדרוק פון דעם בליק וואס מען האט איינגעפירט אין סאטמאר צוליב חשש אתי לאמשוכי אבתרייהו, משום כמה וכמה מעשיות שהיו, ווי אויך די השפעה פון די ליטווישע פראפאגאנדע. מען ברויך פשוט צוריקגיין צו די צייטן בעפאר די למ"ד יארן, ווען דער רבי זי"ע פלעגט געבן רשות און אולי אויך מוטיגן די חב"דסקער שליחים צו האלטן דרשות און פארלערנען תורת חב"ד אינעם סאטמארן בית מדרש אין די ימים טובים.
נאר אזא באשרייבונג וועט שוין זיין צופיל פאר דעם מקום.
ביז אהער, דא קען איך זיך אויך נישט איינהאלטן. אזויפיל שטותים צו שרייבן כלומר'שט מיט אן אמת, דאס איז דאך אומדערהערטבאר. וועלכע שליח האט דער רבי געגעבן רשות פארצולערנען אין בית המדרש חבד'סקע ספרים?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
מי חכם, גוט געזאגט [וזאת נחמתי בעניי אז צוביסלעך ווערט דער מצב בעסער].
ער מיינט אודאי די וואס גייען ארום יום טוב און זאגן איבער א שיחה.
ושמעתי פון א איד וואס געדענקט אז דער סאטמאר'ער רב ז"ל האט געזאגט: זיי ווילן זאגן וואס פסח איז? פארוואס נישט, און אז א געוויסע תקופה איז ר' יואל כהן געווען דער וואס איז געקומען קיין סאטמאר.
סאכדעס האט געשריבן:מי חכם האט געשריבן:גם אני מצטרף, נאר באולי אז דער אשכול זאל זיין באמת מובן פאר די באי פורומינו, וואלט געווען מן הנכון א באשרייבונג איבער די ריכטיגע פאקטן איבער תנועת חב"ד ובפרט דעם לעצטן רבי'ן. אדערווייל, זענען רוב עולם דא אונטערן איינדרוק פון דעם בליק וואס מען האט איינגעפירט אין סאטמאר צוליב חשש אתי לאמשוכי אבתרייהו, משום כמה וכמה מעשיות שהיו, ווי אויך די השפעה פון די ליטווישע פראפאגאנדע. מען ברויך פשוט צוריקגיין צו די צייטן בעפאר די למ"ד יארן, ווען דער רבי זי"ע פלעגט געבן רשות און אולי אויך מוטיגן די חב"דסקער שליחים צו האלטן דרשות און פארלערנען תורת חב"ד אינעם סאטמארן בית מדרש אין די ימים טובים.
נאר אזא באשרייבונג וועט שוין זיין צופיל פאר דעם מקום.
ביז אהער, דא קען איך זיך אויך נישט איינהאלטן. אזויפיל שטותים צו שרייבן כלומר'שט מיט אן אמת, דאס איז דאך אומדערהערטבאר. וועלכע שליח האט דער רבי געגעבן רשות פארצולערנען אין בית המדרש חבד'סקע ספרים?
ער מיינט אודאי די וואס גייען ארום יום טוב און זאגן איבער א שיחה.
ושמעתי פון א איד וואס געדענקט אז דער סאטמאר'ער רב ז"ל האט געזאגט: זיי ווילן זאגן וואס פסח איז? פארוואס נישט, און אז א געוויסע תקופה איז ר' יואל כהן געווען דער וואס איז געקומען קיין סאטמאר.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
'מיין מאמענט מיט'ן רבי'ן', מ'קען זוכן לויט'ן נאמען אדער דאטום.
http://www.chabad.org/therebbe/mymoment ... Moment.htm
http://www.chabad.org/therebbe/mymoment ... Moment.htm
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
- יגעתי ומצאתי
- שר האלף
- תגובות: 1672
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm
ישלהוסיף האט געשריבן:איז דא אזאך ווי א היסטורישע בילד פון דער ליבאוויטשע רבי?
א תמונה נדירה, א זעלטענע בילד וואס מ'זעהט דער רבי טוהן עפעס וואס מ'זעהט נישט אין קיין שום אנדערע בילד?
יאפס,
שוטה האט געשריבן:תמונה נדירה מהרבי בחדרו.
לערנענדיג.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
-
- שר מאה
- תגובות: 112
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 7:33 pm
ליובאוויטש - ברסלב
בס"ד
שמועה שמעתי שפעם אמר הרבי מליובאוויטש זי"ע על עצמו שהוא מנכדי רבי נחמן מברסלב זי"ע.
קבלתי את המידע הזה מאת רב חבד"י חשוב שליט"א.
איינער ווייסט אפשר נאך אינפראמאציע איבער דעם ענין?
ווייסט אפשר איינער ווי אזוי און פון וועלכע זייט קען זיך ארויף צויען דעם יחוס קיין ברסלב?

- שר חמש מאות
- תגובות: 854
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
- לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר
פרעגער האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:פרעגער, קען מען דען צוגלייכן רוסלאנד צו עסטרייך-אונגארן הגדולה? אנדערע רבי'ס און אנדערע חסידים, אנדערע המון און אנדערע חזנים ענד סאו אן.
על איזה השוואה בין רוסי' לאוסטרי'-הונגרי' אתה מתכוון?
הוא בא רק לחזק דבריך, שבודאי המרחק בין אוסטריה הונגריה לרוסיא הוא כרחוק מזרח ממערב, וכדבריך, כן הבנתי בשותא דמר ישן.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 854
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
- לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר
למעשה, איבער'ן ענין פון שטודירן, איז דא א קלארקייט פארוואס ער האט דאס געטאן?? שטארק מסתבר איז, אז זיין שווער האט מסכים געווען דערצו, ס'לייגט זיך שווער אוי'פן שכל אז ער זאל - אלס שנה ראשונה'ניק - טוען אזאך נגד רצון קדשו, נו, האט זיין שווער טאקע אזוי גרויס געהאלטן, אים אהינצושיקן אין א בחינה פון תוכו אכל וקליפתו זרק??
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
דער אפיצילער תירוץ פאר די גאס איז, אז דער שווער האט אים אהין געשיקט.
ער אליינס איז געווען גאר שארף קעגן שטודירן. געווען תקופות (אפשר נאך היינט אויך) וואס אין ליובאוויטשע מוסדות האט מען געלערנט פיל ווייניגער לימודי חול ווי אין סאטמאר. איין באשעפער ווייסט וויאזוי זיי האבן זיך אויסגעלערנט ענגליש (דוכט זיך אז חב"ד רעדט היינט מער ווייניגער ענגליש), עס קען אבער זיין, אז דאס - אווי פילע אנדערע נעגאטיווע ערשיינונגען אין חב"ד - איז א דירעקטע תוצאה פון די אינטעגרירונג פון די בעלי תשובות אינערהאלב די חסידות.
ער אליינס איז געווען גאר שארף קעגן שטודירן. געווען תקופות (אפשר נאך היינט אויך) וואס אין ליובאוויטשע מוסדות האט מען געלערנט פיל ווייניגער לימודי חול ווי אין סאטמאר. איין באשעפער ווייסט וויאזוי זיי האבן זיך אויסגעלערנט ענגליש (דוכט זיך אז חב"ד רעדט היינט מער ווייניגער ענגליש), עס קען אבער זיין, אז דאס - אווי פילע אנדערע נעגאטיווע ערשיינונגען אין חב"ד - איז א דירעקטע תוצאה פון די אינטעגרירונג פון די בעלי תשובות אינערהאלב די חסידות.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
כ'האב היינט געזעהן א אינטערעסאנטע שטיקל אינמיטן א בריוו פונעם רבין.
דר"א, מספרים אויף דעם וואס דער בריוו איז צו איהם געשריבן אז ער איז אמאל געווען ביי א פארברענגן י"ט כסלו ווען דער רבי האט ארום גערעדט דעם סיפור הידוע פונעם אלטן רבי'ן, אז ווען ער איז געווען אין תפיסה האט איהם א שר א מלומד געפרעגט וואס איז פשט אז דער אייבערשטער האט געדארפט פרעגן אדם הראשון איכה, ער ווייסט דאך אלעס, האט איהם דער אלטער רבי גענטפערט למשל א מענטש וואס איז אלט כך וכך יאהר וכך וכך טעג [און ער האט געזאגט די פונקטליכע עלטער פונעם שר] פרעגט איהם דער אייבערשטער 'איכה' וואו ביסטו, וואו האלטסו מיט'ן שליחות פארוואס מ'האט דיך אראפ געשיקט אויף די וועלט.
זעהט אויס אז דער רבי האט שארף גערעדט דעם ענין און יענער האט זיך עפעס באליידיגט אז מ'זאגט איהם מוסר, האט ער געשריבן א שארפן בריוו צום רבי'ן היתכן, און אויב פאר זיך זאגט דער רבי אויך 'איכה', וקשוט עצמך וכו' וכו', האט דער רבי איהם גענטפערט: מיין 'איכה' איז צו פרעגן ביי יעדן איד 'איכה'...
עכ"פ בתוך הדברים שרייבט איהם דער רבי אזוי [איבערגעטיישט פון ענגליש]:
הנני נזכר שראיתי בספרו (וסבורני שכבודו הזכיר זאת לפניי גם בעת שיחתנו) ביחס לכך שבילה זמן מסוים במחיצת 'נטורי קרתא' בירושלים, ולכן השאלה 'איכה' צריכה לכלול גם הערכה לגבי המרחק שביניהם לבין אחרים מבחינת נאמנות ומסירות מוחלטת ליהדות, ובנוגע לכמה צדדים שליליים שכבודו גילה שם לפי דעתו, אני בטוח שכאשר עושים הערכה הוגנת חייבים להודות שישנם יותר צדדים שליליים בחוגים המייצגים את הקצה האחר, עכ"ל.

פרעגער האט געשריבן:בן בוזי האט געשריבן:און פאקט וואלט ליובאוויטש געווען פונקט אזוי אנדערש פון יעדעם ווען סיי וועלכע אנדערע פירער וואלט זיי געפירט.
ס'איז א רוסישער נאטור און אין רוסלאנד גופא ליובאוויטש. זיי טראכטן אנדערש פון יעדעם נישט פון היינט נאר שוין פאר 250 יאהר צוריק. דער ליובאוויטשער האט בעצם נישט געמאכט קיין שום שינוי אין זייער מהות, נאר אין זייער מציאות, ד.ה. נייע מבצעים וכדומה אבער אלעס אויפן זעלבער שטייגער פון דער אלטער ליובאוויטש, און בעסער געזאגט ער האט בעצם צוברייטערט דער אויפטוהן באוועגונג וואס דער רש"ב האט אנגעפאנגען מיט די המשך פונעם ריי"ץ נשמתם עדן.
ניקח לדוגמא הרבי הרש"ב נ"ע, בימינו אלה צווישן אונז אונגארישע, הוא נמנה בין הקנאים הגדולים שבדור אשר לפני מלחמת עולם הראשונה, אבל עצם התנהגותו כמעט ולא ידוע בינינו.
כהיום הוא הי' נקרא 'מאדנע רבי' באופן היותר טוב, הוא ישב חדשים גם שנים בספריות לאומיות, בגן חיות וכדומה.
אבל מי שיודע קצת על אופי הרוסי, יודע שהוא הי' גדול בענקים, גאון אדיר, קדוש וטהור משכמו ולמעלה, גדר גדר ועמד בפרץ לפני רוח ההשכלה אשר נשב ברוסי' וכו' וכו'.
(וכן מי שיודע קצת על התנהגות האדמו"ר הק' הינוקא מסטאלין זי"ע יכול להבין קצת השינוי בין אדמור"י מדינה זו לאדמור"י מדינה אחרת).
ווי קען מען פארגלייכן קדושי עליון, וואס זענען געווען אויסגעהאלטן יעדע זיז כ"ש, מיט זייערע דיעות וכו' וכו', און דאס חסידות און חסידים זייערע איז געווען ברום המעלה, צו דער מצב בימינו וואס זיי זענען די שוואכסטע פון די שוואכסטע און אלע ענינים פון אידישקייט, "הפעולה תעיד על הפועל" ודי, צו האבן זיי אמאל אפגעגעבן כבוד פאר רשעים גמורים אפיקורסים? ודי ואכמ"ל
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 747
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm
- מכטי1
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5260
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
- לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען
עפל קאמפאוט האט געשריבן:מי חכם האט געשריבן:מיט וואסערע חלק אידישקייט איז חב"ד געשטאנען שענער פאר הונדערט יאר צוריק, ווי היינט?
זיי מסביר דיין קשיא, די האלטס אז הונדערט יאר צוריק איז ליבאוויטש געווען פונקט אזוי שוואך ווי היינט, אדער די האלטס אז היינט איז דאס פונקט אזוי שטארק ווי דעמאלס?
די ווייסט וויאזוי ס'איז געווען פאר הונדערט יאר צוריק?
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 854
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
- לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר
איך האב לעצטנ'ס געזען א בריוו וואס הגאון הגדול בעל מנחת יצחק זצ''ל שרייבט צום אדמו''ר אין יארע ל''ג, לכבוד די הולדת השבעים שלו, שוין זייענדיג ראב''ד ירושלים. דאס איז אינטערעסאנט, ווייל דאן איז שוין געועון א שטיקל מערכה מיט ליבאוויטש.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
- derech eretz
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4479
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm
ולא מיין האט געשריבן:איך האב לעצטנ'ס געזען א בריוו וואס הגאון הגדול בעל מנחת יצחק זצ''ל שרייבט צום אדמו''ר אין יארע ל''ג, לכבוד די הולדת השבעים שלו, שוין זייענדיג ראב''ד ירושלים. דאס איז אינטערעסאנט, ווייל דאן איז שוין געועון א שטיקל מערכה מיט ליבאוויטש.
מיינסט נאך טאקע אז אלע גדולים האבן געהאלטן פון אים לויט ווי ס'איז געווען באריכטעט אין "דער איד"?..
ס'איז ידוע ליודעי ח"ן אז איינער פון די גרעסטע קנאי'שע אדמורים אין א''י האט זייער שטארק געהאלטן פון אים, כאטש פון זיינע שיטות האט ער נישט געהאלטן.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 854
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
- לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר
derech eretz האט געשריבן:ולא מיין האט געשריבן:איך האב לעצטנ'ס געזען א בריוו וואס הגאון הגדול בעל מנחת יצחק זצ''ל שרייבט צום אדמו''ר אין יארע ל''ג, לכבוד די הולדת השבעים שלו, שוין זייענדיג ראב''ד ירושלים. דאס איז אינטערעסאנט, ווייל דאן איז שוין געועון א שטיקל מערכה מיט ליבאוויטש.
מיינסט נאך טאקע אז אלע גדולים האבן געהאלטן פון אים לויט ווי ס'איז געווען באריכטעט אין "דער איד"?..
ס'איז ידוע ליודעי ח"ן אז איינער פון די גרעסטע קנאי'שע אדמורים אין א''י האט זייער שטארק געהאלטן פון אים, כאטש פון זיינע שיטות האט ער נישט געהאלטן.
אויב איינער וואס ווייסט פון דעם פאקט, איז א יודע ח''ן, בין איך ב''ה אויך אין כלל.
דו האסט נישט מדייק געועון אין מיינע ווערטער, איך האב קיין פראבלעם אז דער מנחת יצחק האט געהאלטן פון אים, ס'איז מיר נאר אינטערעסאנט אז זייענדיג אויף א קנאי'שע פאזיציע, האט ער געקענט שרייבן אזא בריוו.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
עפל קאמפאוט האט געשריבן:מי חכם האט געשריבן:מיט וואסערע חלק אידישקייט איז חב"ד געשטאנען שענער פאר הונדערט יאר צוריק, ווי היינט?
זיי מסביר דיין קשיא, די האלטס אז הונדערט יאר צוריק איז ליבאוויטש געווען פונקט אזוי שוואך ווי היינט, אדער די האלטס אז היינט איז דאס פונקט אזוי שטארק ווי דעמאלס?
אפשר ווייסט טאקע איינער אביסל היסטורי וועגן ליבאוויטש ווייסן ווייס איך אז אינדערהיים זענען זיי געווען א קהילה מיט מסי"נ אויף אידישקייט און היינט איז א געפערליכע איבערקערעניש בעיקר רעד איך וועגן דאס צניעות דארט
ווען איז ליבאוויטש אנגעקומען קיין אמעריקא? זענען זיי אדורך א קריג און רוסלאנד? וויאזוי זענען זיי אלע אהינגעקומען קיין קראונהייטס? וכו'