די בעטערי מיט די הוט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

די בעטערי מיט די הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

רבותם!

איך קום שוין צו מיר. וואר אביסל צושמיסענע קניען, אבער ב"ה גארנישט געפערליך, אביסל צוקנאקטע כלים אבער - נו -  איינער האט מיטגעהאלטן די מאנסע היינט אינדערפרי? אויב יא, שעלט א גוטץ מיין טעלעפאון האט צוריק אנגעהויבן ארבעטן א וויילע צוריק. אמת אז קריצן אין שפאלטענעס אויפן סקרין נעמען איין די מאדזשאריטי פונעם סקרין, אבער מאידך גוסטע ס'טעלעפאון ארבעט.

עניוועי פעלס, צו-וואס אנהייבן ביי די פאנטש-ליין? אמער, ס'קוקט עפעס אויס ווי איין לאנגער המשך אין מיינע אויגן, ווייל פון ווען איך האב פארגעסן מיין הוט אין מקוה היינט צופרי ביים ארויסגיין נאר זיך דערמאנענדיג ווען מיין שכן ביים סינק האט געכארכעלט מיט וואסער אין פיסק נאכן מקוה ביים וואשן די הענט, זעענדיג ווי דער האנט-גיסער אנכאפענדיג זיין 'הוט' שטארק אדוק אז זיין קאפ איז געווען שיף ארויף אין ס'בארד איז געשטאנען ווי א קאנאן. דאנסמאהל האבעך מיר געכאפט אז - - - האללאו, מיין 'הוט' איז פארבליבן אינסייד, איך וואלט נישט געקענט באווייזן אזא מין גיסעכץ מיטן אריינמישן די הוט אין די מעשה.

יאלא, וואס טוט א איד? איין ברירה זיך מיטגעכאפט אודך ביים אייזערנעם שטעכיג-רעדל-דרייער-שטאנג דאסמאל מיט עפעס א דיקער אידל פון בעפאר - ס'מאכטנישויס. אמממ... איין רגע, אקעי, וויבינעך געזיצן? כ'האב מיין היטל.

אודך זיך צוריק געדרייט אינעם רעדל_דרייער_שטאנג וועגן עפעס אן הוטל ארויס אויף די פריי. יעצט וואס איז מיט קאווע?  אקעי, וואס איז היינט די אנלייגעניש? קוקט אויס איז דא עפעס א ברית דא אין שוהל, עפעס פרעמדע טאטע'ס שטייען אהנע טליתים נאר מיט די הוטן אין גרויסן שוהל ממש נעבן די מזרח וואנט אין ס'שטיל, אהה... יעצט באמערק איך אפאר קינדער מיט ווייסע העמדער זעהן זיך צווישן די טישן, יאפ! כאבעמגעכאפט! איינער פון זיי האט שוין געכאפט די פושקע פון שמש - הנה: ער קלעטערט פאר נדבות - מ'האלט הייסט ממש פאר די ברית, שוין לאנג צוריק געשריגן 'קוואטער'? מעגליך. פיין, עפעס א טאטע דארט האט זיך שוין דערבארעמט אין גענומען די זאך אין האנט אריין צאמגעקראצט די קינדער זיי אוועק שלעפן פון די כסא, פארן אינגעלע אריינגערוימט אין אויער אז יהא וואס זאל זיין: היינט גייט ער טרונקען די וויין נאך די ברכות.

אה - תחנון איז סוספענדירט היינט, תיקון הייסטעס קען מען היינט רואיג אריינשטופן אין סקעדזשול אלעס קלאפט סאו-פאר, אריין מיטן טלית בייטל אין שענקל, א קוועטש די פייכטער בארדע, אצינד קען מען שוין ארויסנעמען די טעלעפאון לעבודה.

בבבבבבי! פונקט יעצט האסטעך געברויכט פארקוקן אויף די ריזן צעטל וואס הענגט שיעף? קלאץ, קוק ווי דו גייסט! איינער וואקט מיר דא אנטקעגן - איך גיי רעכטס אדער לינק. פאר א שווארץ ליילעך! מאך אפ. איך בין גרייט צו ימין אדער שמאל. איינער דער מארעך איז פארנומען אריינשפיזענדיג זיינע אויגן אין זיין מאשין-טאלעפאון.


כאאאפ... אפפע... אויפעע... ס'פלייטטט... כאפצע...
אוי!... גיב נאר מיין הוט, אוי!... די טעלעפאן אימער ארויס געפלויגן פון האנט, כאג'טריפט פון דעם שוואף. דער וואקט אריין אין מענטשהייט אין מיינע חפצים וואלגערן זיך אין די לופטן.  דער טעלעפאון שיסט ערגעץ טיף אונטער א באנק, איך בייג מיר קוים איין אנהאלטענדיג מיין אטעם ווי א שווערן רעגן ממש פאר ס'שיסט אויס, איך צי מיך אינטער די באנק: ווי איז די בעטערי!! ווווווי איז די בעטערי א_וואו!!! אקעי די דעקל זעה איך ליגט צום סוף יא צוויי טישן ארויף. ביסט א מבין - ווי איז די בעעעטעעעררררי!! כ'בין אויס קאפלעטיש מאכער, א גוטן זעץ אין די סקרין אין ס'איז א פאטאלער אנזעץ, מיין טעלעפאון איז ווי א צושמיסענעם ווינד_שילד נאכן כאפן א הערש אינמיטן זעכציק מייל א שעה.

פאר די רעקארד: די בעטערי ליגט דא פאר מיין נאז.

איך נעם פיינעלי צוזאם מיינע געווער, איך שטעל ארויף די דעקל מיט די בעטערי צי איהר מקום מנוחה.

- אינגערמאן, אינגערמאן! פסססט...!

איך דריי מיך אויס, וואס איז ווילסט דייקא יא זעהן וויאזוי איך האב רעאגירט צום געשעהניש? לאמיך צומיר קומען, לאמעך אטעמען פריי מיין טעלעפאון איז נאך ווייט פון אנהייבן ארבעטן. דער פיזאק גיבט נישט אויף, פסססט...! ער רעדט נישט היינט? ער צייגט מיר אין זאגט: נא! דיין קאר שליסל ליגט דארט אויפן פלאהר.

וווווובבבב.... וויפיל אין איין מינוט!

יעצט וואס איז געווען ארגער!?
צוזאם שטעלן די שטיקלעך טעלעפאון דעקל-שטיקל-בעטערי ווי א ראבאט - אדער קריכן אונטערן טיש 'נאכאמאל' פאר א קאר שליסל ווי א אינגעל ביי א באווארפן פאר א האלבע קענדי.
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

פסססט...! אינגערמאן! ביזט ריזיג!

וועלקאם בעק
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

מעכטיג! יא עפעס קען ער נאך...

אגב, זאג נאר פאר 'די' געלע היטל ביסטו צוריק אין מקוה???
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ווער???? אלטעבחורל???? ער געדענקט נאך זיין פעסווארד? איך האב דריי מאל געדארפט איבערקוקן די דאטום פון דעם אשכול.

אלטער, דו ביזטו אזאנס גוט!!.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

למעלה משבעים האט געשריבן:ווער???? אלטעבחורל???? ער געדענקט נאך זיין פעסווארד? איך האב דריי מאל געדארפט איבערקוקן די דאטום פון דעם אשכול.

אלטער, דו ביזטו אזאנס גוט!!.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

למעלה משבעים האט געשריבן:ווער???? אלטעבחורל???? ער געדענקט נאך זיין פעסווארד? איך האב דריי מאל געדארפט איבערקוקן די דאטום פון דעם אשכול.

אלטער, דו ביזטו אזאנס גוט!!.

געטראכט דאס זעלבע.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

איך קען נישט שרייבן יעצט קיין דאנק ווייל מיין קיבארד שאקלט זיך צוזאמען מיט מיר נאר נישט אייניג.... סארי.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

חחחח האבן זיך די בחורים צולאכט
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

אלטער טענקס עי B
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איי, וואו נעמט מען די אינגע יארן, אזוי שנעל אוועקגעפארן...

אמאל איז אזא בחור אויספלאץ געווען א טעגליכע ערשיינונג. די געהויבענע ברעמען פון די מיטארבעטערס אין אפיס איז געווען א וועכענטליכע עפיזאד. יעצט געשעט דאס נאר איינמאל א שמיטה. איי איי איי....
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

איך גלייב מיר נישט. דער אלטער אין וועמען מיר האבן זיך געוואונטשן בך יברך, ווען וועלן מיר שוין אויסזען ווי אים, איז טאקע דא. האב איך געהאט די זכיה אים צו באגעגענען דא אויפן וועלטעל? מיין הארץ איז מיר צופראסקעט געווארן פון פרייד, די יאסלען האבן זיך מיר געראגלט פאר צופאנטשעניש, און די בארד זיך געהויבן ווי א ספוטניק, גרייט אריינצושמעטערן אין די 'פ' פון פוטין און אים איינמאל פאר אלעמאל גלאט מאכן דאס שפיציג נעזל.
אין קורצן גערעדט! דאס הארץ פרייט זיך מיר באמת, דיר צו זען, און קענען זאגן פאר מיינע קינדס קינדער, אויפן טויטן בעט מיט די צוקנייטשטע ברוינע באפינטלטע הענט. קינדער טייערע! איך בין נאך געווען מיט אלטע בחור'ל אויף אייוועלט, בעיני האב איך געליינעט א צופראכענעם ארטיקל זיינעם פון וואנעט דער שמאלץ איז זיך צוגאסן פון די האניג טריפנדע שריפט.

גיי מיר אצינד לייענען בדחילו ורחימו.
א קליין באמערקונג. ס'קומט זעך מיר נאך א שכוח פארן איבערארבעטן און מגיה זיין אסאך פון דיינע ארטיקלען וואס זענען פון אסאך וואגלענישן און טירחא דדרך צוראנגלט געווארן, און די סמך'ס און פיי'ס האבן געכאפט א געשמאקן טענצל זיך אריינגליטשנדיג ווי נאר מעגליך.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

חחחחח. ס'האט מיר געדויערט א וויילע צו כאפן אז פיזאק איז - פיסקעניאק. און כ'מיטשע מיך נאך אלץ צו באגרייפן וואס "כא'געטריפט פון דעם 'שוואף' טייטש. אבער נאכן כאפן איז עס ממש א תענוג, זאלסט וויסן מיט יעדן שמייכל וואס דו ברענגט אויף א איד'ס ליפן, און יעדע קאטשע וואס דו קוועטשט ארויס פון א אידעלע'ס מילצן, וועט דיך צושניידן נאך א שטיק עוה"ב. באמת משמח אידישע קינדער!
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

איי איי איי וואו הויבט מען אן, און וואו לאזט מען ארויס.....

ערשט פאנטשן בכבוד האינטערסאנטער, אלטער מחייב האלטערס, די אלט-געזעסענע דארט הינטערן באנק ווי א צוקנייטשטע פאפקארן נאך א באווארפן, און דער קליינער שלוימי בויגט זיך אראפ עס אויפהויבן, בערך אזוי שפירן מיר זיך די אלטע חברה פון דארף, וואס קוים קוקט מען אויף זיי ווי מען קוקט אויף דעם אלטן מיט די ברוינע באפינטעלטע הענט אויפ'ן גסיסה בעטל. און אונז אלע איז דער אלטער בחור מחייב, נעמט אייך אין די האנט אריין, און שיסט אנארטיקל. זאלעס אויסקוקן וויזוי ס'זעט אויס.

נאר וואס דען? ווען נבוזראדן ווועט קומען צו בין לאדן, וועט דאך בוש ארויסקומען פונעם קבר, און אבאמא וועט שרייען און קוויטשען הויעך, און ראמני העטעם איבערנעמען.... וויי געוואלד וואו בינעך פארפארן דא? ענדיוועי, דער אינגערמאן וואס כאפט זיך שטארק אן אדוק דאס הוט, כוירע איז דאס די היט פון די תגובה, נישט אזוי אלטי? חחחח

די שוועריגקייטן פוון קאלעגע פעשער מיט א דלת, איז מיר כויך קשה....

וואס נאך? אהה כאב אויך איבערגעקוקט עטליכענע מאלן צי די דאטום פון דאס יאר אדער יא.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

סאכדעס האט געשריבן:איי איי איי וואו הויבט מען אן, און וואו לאזט מען ארויס.....

ערשט פאנטשן בכבוד האינטערסאנטער, אלטער מחייב האלטערס, די אלט-געזעסענע דארט הינטערן באנק ווי א צוקנייטשטע פאפקארן נאך א באווארפן, און דער קליינער שלוימי בויגט זיך אראפ עס אויפהויבן, בערך אזוי שפירן מיר זיך די אלטע חברה פון דארף, וואס קוים קוקט מען אויף זיי ווי מען קוקט אויף דעם אלטן מיט די ברוינע באפינטעלטע הענט אויפ'ן גסיסה בעטל. און אונז אלע איז דער אלטער בחור מחייב, נעמט אייך אין די האנט אריין, און שיסט אנארטיקל. זאלעס אויסקוקן וויזוי ס'זעט אויס.



איך בין שוין גרויס :-( :shock: :? :x :oops:
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

שלומי, אטא דאס הייסט פארדרייעט אן אשכול פונ'ם ערשטן קלאס. וואס הערט זיך מיט א דאנק פאר'ן שרייבער? וואס הערט זיך מיט עפעס אן הערה איבער זיין שרייבן. היער איז דער ענפער פארוואס דער ציבור שרייבט נישט אזויפיל.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

א בחור מיט א סעלפאן? עס האט אינטערנעט?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
אויסגעשפיצט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2012 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעשפיצט »

אוי !!
סגעוואלדיג
ווען כווייס געווען פריער אס'דאדא עפעס פון וואס זיך צו קאטשן וואלט די האלבער טאג אנדערש געוועזן

עניוועי נעווער טא לעיט...

בחורלשיינס מהערט שוין אויס?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

פון וואנעט נעמט מען דעם פעדער אפצודודריקן די געפילן ווען מ'זעהט אזא עלטערער בחור נאך זיך ווייטער דרייען צוווישן עולם און גייט אן ווייטער געהעריג ווי אין די אינגע יארן? און גיי ווייס פון וואנעט נעמט מען דעם פעדער אפצושרייבן זיינע אויסדריקן...

דער לייגט עס אראפ ממש גענוי ווי דאס פאסירט צום אלגעמיינעם ציבור. ס'דאך נאר נארמאל אז די דעקל פונעם באטערי זאל פליען אונטערן באנק אהינציר אביסל און ס'באטערי זאל מען זיכן עטליכע מינוט (כ'זאג נישט, דאס אז די שליסלען פליען אין די זעלבע צייט איז שוין א זעלטענע שלי מזלות...) אבער אזוי גענוי אראפצושרייבן אלעס מיט די דעטאלן און געפילן קען נאר אונזער אלטער בחור!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

איך האב נישט קיין בעטערי אפצושרייבן דאס געוואלדיגע חיזוק וואס דער ארטיקל האט אריינגעבלאזן אין מיר.
קודם עמו אנכי בצרה, איך בין נישט דער איינציגסטער, וואס דאס איז געשעהן, מיסתאם האט דער זעלבער מענטש, עס געטוהן צו מיר אויך.
און נאכדעם, די געוואלדיגע תוכן און הומאר וואס ליגט דא א געוואלד, דער אויבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט קענען ווייטער מהנה זיין אידישע קינדער, מיט א געשמאק.

סאכדעס כ'האב עס צוריק געדרייט 360 דעגרי
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ווינקל האט געשריבן:איך קען נישט שרייבן יעצט קיין דאנק ווייל מיין קיבארד שאקלט זיך צוזאמען מיט מיר נאר נישט אייניג.... סארי.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

;l;p- אלטער די ביסט גוט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

א פיינע ארטיקל דעיס!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

ווי ברענגט מען צוריק דעם זיסען אמאל....

#נאסטאלגיע
baalegroifim
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך baalegroifim »

וואס זאל איך אני הקטן צוגעבן צו די אלט געזעסענע אידן דא אבער אזויפיל יא כקען מיך נישט כאפן דעם אטעם.... דיין שפראך איז געוואלדיג!!!!
און א קליין בקשה, לאז אינז נישט ווארטן ביז קומענדיגס יאר פסח ווען מען נעמט דיך ארויס פון פריזער....
תכלית הידיעה שנדע שאין אנו יודעים

דער תכלית פון אייוועלט איז מען זאל וויסן אז מען דארף ״נישט״ און מען טאר ״נישט״ וויסן א צווייטנס ניק (קרעדיט קענסט מיך?-אייוועלט)
אוועטאר
פעטער יעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער יעקל »

וואו נעמט מען היינט זאנע שרייבערס
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”