כינוס כלל ישראל אין די Citi Field Stadium

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובה דורך ולא מיין »

מיללער האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:ער זאגט וואס ער האלט פאר כל הדורשים,

א אינגערמאן זאגט מיר אז ער האט געפרעגט דעם שארמאשער רב צו ער זאל גיין. פרעגט אים דער רב: דו האסט אינטערנעט? זאגט ער ניין. דארפטו נישט גיין, דער וואס האט אינטערנעט זאל גיין.


דערמאנט מיך פון יענעם רב וואס האט געפרעגט וי אפט מ'ברויך טוישען דעם פילטער אויף די אינטערנעט.

ממנ"פ אויב איז דער כינוס להצלת הדורות פון אלע סארט טעכנעלאגיע בעבר בעתיד ובהווה, וואס איז דער תירוץ אז אויב בהווה האט מען נישט קיין אינטערנעט זאל מען נישט גיין? א סעלפאון האט יענער? און זיינע קינדער בעטן פאר אפיקומן איי-פאדס און מפ"3'ס? וכו' וכו'

דער יעצטיגער כינוס איז אדער א מצוה אדער אן עבירה, ד.ה. ס'איז נישט אפשאנעל, לויט די רבנים המחייבים איז עס א חיוב און די רבנים האוסרים האלטן דאס פאר א פראבלעם ואלו ואלו דא"ח ווי דער חשובע'ר מנהל פון די סאטמארער ישיבה (מהרי"י) האט ארויסגעברענגט ביי זיין דרשה.

די אלע וואס פרובירען זיך מעמיק צו זיין בדברי הגה"צ מ'שאפראן שליט"א און מדייק צו זיין בדבריו פארזעהן איין עיקר פונקט, דאס ווערט אנגערופען 'סאטמאר' כאמור, ביי אונז אין סקרענטאן פארן באסעס צום כינוס, עפ"י הוראת והתחייבות בית דינינו הצדק בראשות הגה"צ האב"ד שליט"א, אבער ווער עס איז אויפגעוואקסן צווישען די סאטמארער ווענט, אין באורום סט., סענז סט., טרופ עוו, ראדני סט., נעפאנאק, דעירילענד, סעקשאן וואן, סעקשאן טו, בארדיטשוב רד., נעפ מענשאן, 500 בעדפארד עוו. וכו' האט די ווערטער פונעם שאפראנער רב געהערט טויזנטער מאל, אדער געליינט אין דער איד, די צייטונג (י.מ. סופר עי. קעי. עי. רמ"פ), דער בלאט.

דאס האבאן גע'חזר'ט די מנהלים, מלמדים, דרשנים, רבנים, דיינים, מוצי"ם און אפי' בעה"ב און טראק דרייווערס, די ווערטער; התבדלות, סטרא אחרא, דף היומי, אגודה, כל צרוע וכל זב, ברכים אשר לא כרעו לבעל, כח הפועל בהנפעל, פראטעסט, נשא תורה, על הגאולה, שלש שבועות, לא לנו ולהם לבנות, ושבתם וראיתם בין עובד ה' ללא עבדו, על כן לא נירא בהמיר ארץ, לבי לבי על חלליהם, עס וועט זיי נאך באנג טאן די נצחונות, שלחן איזבל, התחברות לרשעים, יהרג ואל יעבור, און נאך אזעלכע ווערטער, דאס זענען האוז-האולד טערמינען וואס א פרעמדער ווייסט נישט אמאל במה דברים אמורים, דאס קען מען נישט מסביר זיין דאס איז א קולטור, א באוועגונג, אן איינגעבאקענע סטיגמע וואס נאר א סאטמארער מבטן ולידה קען ארויסהאבן.

לסיכום, דער שאפראנער רב שליט"א איז נישט באקאנט אלס אן אטענשאן כאפער אדער עמיצער וואס האלט דרשות יעדן שני וחמישי, ער איז אן ערנסטער מענטש וואס רעדט מנהמת לבו לויט ווי ער לערנט אפ שיטת רבו זצ"ל, ווידער אויב אנדערע רבנים האלטן אנדערש הזכות להם.

מיר וועלן גיין צום כינוס עפ"י הוראת הרבנים און די אנדערע וועלן בלייבן אינדערהיים עפ"י הוראת הרבנים, ועשית ככל אשר יוריך מוריך, דער קידוש השם וועט זיין פון ביידע פונקט אזוי, קיין פיצינקע חילוק נישט


וואס איז די גרויסער וואונדער אויפ'ן פסק פון שארמאשער רב שליט''א?? ער טענה'ט אז דו האסט אינטערנעט פאלגסטו סיי ווי נישט דער פסק פון די רבנים, ממילא דריי נישט קיין קאפ פון התבדלות.

דאס וואס דו שרייבסט אז אלע וואס פארשטייען נישט די ווערטער פון הגה''צ משאפראן, פארזעען אז דאס מיינט סאטמאר. הגרמ''מ טירנויער איז נישט גענוג סאטמארער??? הגרז''ל פילאפף שליט''א איז נישט גענוג סאטמארער??? הרב ישעי' בנימין האלצער, הג''ר אפרים הערש שמילאוויטש זענען נישט גענוג סאטמארע???? אין פאקט איז דא גענוג תלמידי וחסידי סאטמאר וואס זענען אויפגעוואקסן אין סענדז סט. און אין 500 בעדפארד וואס האלטן פונעם כינוס, מאך דיך נישט אזוי תמימות'דיג כאילו שאפראן איז סאטמאר ותו לא.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובה דורך ים רויבער »

די האסט צוגעלייגט א ותו לו
בסך הכל ברענגט ער ארויס אז ס'דא א חילוק צווישען שאפאראנע רב און..., איך האף אז דו האסט פארשטאנען
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אשר ווילבער
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 08, 2011 1:24 am

תגובה דורך אשר ווילבער »

קינדעלעך צוריק אין חדר: שוין אויס לאנטש.

מ'האט שוין געשמועסט, יעדער זאל האלטן וואס ער האלט, און טון וואס ער דארף, נישט ווייטער אנקאטשקענען די בלעטער מיט שיטות און מיינונגען.

ס'ווערט נאר ערעגער פון מינוט צו מינוט, איינער פארשייט יא, איינער נישט, ווייל זיין פדיון הבן איז נישט געוועהן בזמן, און דער פארשטייט נישט ווייל ער איז געוועהן א פיטסבורגער אלס בחור און געווארען א נדבורנא אלס זיידע. און דער שרייט אז איך פארשטיי נאך אזוי גוט ווי יענעם.

שוין צייט פאר אפדעיט'ס.

קודם כל, דעיס אז מ'האט פארקויפט אנהייב טיקעט'ס אנע נאמבער'ס, איז הבל מיט גריס אויסגעמישט.

דעיס וואס איינער האט געפרעגט וועכע רבי איז גרויס און ווער איז קליין, אונז קען מען נישט מעסטען הייליגקייט, מ'מוז זיך רעכענען מיט זייער עולם.

איז אזוי: די גרויסע אויווען אן גייט באשטיין פון זעקס קלענערע סטעידזשעס, כ'האף מען וועט פארשטיין וואס איך גיי שרייבן.
אויף יעדע סטעידזש, גייען זיצען לאמיר זאגען צעהן רבי'ס/רבנים/ראשי ישיבות, און צוויי גרויסע רבי'ס,

נמשל: איין סטעידזש: וויזניצע רבי גייט זיצען מיט סאטמער מהרי"י אויף איין סטעידזש און נאך צעהן קלענערע, ווי ר' משה וואלפסן, ספינקא קאסוב, בורשטין. סקווירא מיט קלויזענבורג אויף א צווייטע, און נאך בערך צעהן קלענער, ניקלשבורג ר' בנימין אייזענבערג און קאשוי. נאך א סטעידזש, באבוב רמ"ד און ראחמסטריווקא א"י, און נאך צעהן קלענערע אזוי ווי פריער געשריבן.
(די קלענערע רבי'ס האביך סתם געניצט אלס משל איך ווייס נישט פונקליך אויף וועלכע סטעידזש, די גרעסערע זענען אזוי ווי איך האב געשריבן, די אנדערע גרעסערע ווייסיך נאך נישט)

די סטעידיום לאזט נאר אריין צוואנציג קאר'ן אינעווייניג אין זאל, יעצט דארף מען פסקענן ווער איז פון די צוואנציג,
אפשר וועלן זיך אפאר רבי'ס צוזאם שטעטלן אין איין קאר, איך ווייס נישט איך טראכט הויעך, (איך האף די ווערסט נישט טויב, ווייל איך טראכט זייער הויעך)

נאך עפעס נייעס???
וואס שמחה קען, קען קיינער נאר איינער, ר' שמחה
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובה דורך ולא מיין »

אשר ווילבער האט געשריבן:די סטעידיום לאזט נאר אריין צוואנציג קאר'ן אינעווייניג אין זאל, יעצט דארף מען פסקענן ווער איז פון די צוואנציג,
אפשר וועלן זיך אפאר רבי'ס צוזאם שטעטלן אין איין קאר, איך ווייס נישט איך טראכט הויעך, (איך האף די ווערסט נישט טויב, ווייל איך טראכט זייער הויעך)

נאך עפעס נייעס???


וואס הייסט די גרויסער אדמורי''ם אליינס קומען צו פארן מיט אן ערך פון דרייסיג קאר'ס עיטש, סאו, וועט קיינער נישט קענען אריינפארן אין זאל
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

תגובה דורך ווארום »

ציניש גערעדט:
וופיל אדמורי"ם קען מען שוין שאצן אליין.

אבער וויפיל פאטאגראפן גייען דארט זיין?

און ווי זוי גייען זיי אלע פיטן ארויף אויפן קאווער פון כל העולם כולו?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובה דורך SPUSMN »

כזקן ורגיל האט געשריבן:
גובערנאטור האט געשריבן:
כזקן ורגיל האט געשריבן:אינטערעסאנט!

איך הער אז עס גייט זיין א ליקוי חמה - וואס דאס ווייזט פאר א גוטע סימן פאר כלל ישראל, דעם זונטאג 6:00 PM .

כל כנסיה שהיא לשם שמים סופה להתקיים.

מקור ביטע

עס גייט נישט זיין דא, עס גייט זיין אין מערב אמעריקע.

דערמאנסט מיר אז ווען מען האט ארויף געשיקט די אסטראנאטען אויף די לבנה, האט מען זיי געשיקט און מיטען חודש ווען די לבנה איז גאנץ.

למעשה ביזטו גערעכט אז און אמעריקע וועט מען עס נאר קענען זעהן און מערב אמעריקע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובה דורך msp »

ווי האטא א פיקח געזאגט
א הרב הגאון איז א פיבער
און א בוצינא קדישא איז א בויך ווייטאג
דהיינו
ווען א יונגעל וויל נישט גיין אין חדר
זאגט ער די מאמע איך האב היץ....
כאפט די מאמע אהן מיט די האנט אויף דעם שטערען
און זאגט גארנישט מיט גארנישט
אין חדר אריין
אבער אויב ער זאגט איך האב בויך וויי
דאס קען די מאמע שוין נישט אויסגעפונען...
הדא דאמרת
הרב הגאון איז א פיבער
און א בוצינא קדישא איז א בויכווייטאג....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:46 pm

תגובה דורך גובערנאטור »

אשר ווילבער האט געשריבן:קודם כל, דעיס אז מ'האט פארקויפט אנהייב טיקעט'ס אנע נאמבער'ס, איז הבל מיט גריס אויסגעמישט.

ס'איז אמת ויציב!
איך אליין קען אסאך מענטשן וואס האבן געקויפט אין אנפאנג און באקומען א ריסיעט, און --- דאס איז עס, מער גארנישט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

ולא מיין האט געשריבן:
וואס איז די גרויסער וואונדער אויפ'ן פסק פון שארמאשער רב שליט''א?? ער טענה'ט אז דו האסט אינטערנעט פאלגסטו סיי ווי נישט דער פסק פון די רבנים, ממילא דריי נישט קיין קאפ פון התבדלות.

דאס וואס דו שרייבסט אז אלע וואס פארשטייען נישט די ווערטער פון הגה''צ משאפראן, פארזעען אז דאס מיינט סאטמאר. הגרמ''מ טירנויער איז נישט גענוג סאטמארער??? הגרז''ל פילאפף שליט''א איז נישט גענוג סאטמארער??? הרב ישעי' בנימין האלצער, הג''ר אפרים הערש שמילאוויטש זענען נישט גענוג סאטמארע???? אין פאקט איז דא גענוג תלמידי וחסידי סאטמאר וואס זענען אויפגעוואקסן אין סענדז סט. און אין 500 בעדפארד וואס האלטן פונעם כינוס, מאך דיך נישט אזוי תמימות'דיג כאילו שאפראן איז סאטמאר ותו לא.


טענו לו בחטים והודו לזכר קדשו

דער שארמאשער רב זאגט אז ווער עס האט נישט קיין אינטערענט 'ברויך' נישט גיין צום כינוס, וע"ז כתבתי והגבתי מה שכתבתי און אויב איר פארשטייט עס נישט פרעגט איבער, איב זענט איר מחולק לאזט אייך הערן, לכו נא ונוכחה.

איך בין דער וואס האלט אין איין זאגט אז עס איז דא וואס זגן לכאן און עס איז דא וואס זאגן לכאן ואלו ואלו דא"ח, איז וואס פונקטליך איז דיין טענה מיט די אנדערע סאטמארער נעמען?
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובה דורך טראנספארט »

דאנציגער האט געשריבן:ווער ס'וויל אפקויפן מיין כינוס טיקעט, זאל ביטע מעלדן און עס קומען אפנעמען פארן מעסיגער פרייז


שטייסטענישט האט געשריבן:ס'געבליבען אז די ראגעלע אינישט פריש! :-(
איינער וויל אפקויפן מיין טיקעט ???



וואס גייט פאר? וואס איז די טיקעט פארקויפעריי?
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

אשר ווילבער האט געשריבן:
קודם כל, דעיס אז מ'האט פארקויפט אנהייב טיקעט'ס אנע נאמבער'ס, איז הבל מיט גריס אויסגעמישט.


אשר, איך האב געמיינט אז די ווייסט וואס די רעדסט מיט פאקטן, איך הייב שוין אן צו טראכטן אז נישט. איך האב נישט געשריבן וואס איך טראכט, כ'האב געשריבן וואס איך ווייס.

----

יעצט איז אריינגעקומען נייעס וואס איך האב "נישט" קאנפערמירט.

אז די עסקנים האבן נארוואס גענדיגעט א דיעל מיט "ארטור עש סטאדיום" ווי עס וועלן ווערן פלאצירט דער איבעריגער עולם.

דיטעלעס וויל פאלאו אי"ה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
בערטשע
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2012 11:28 pm
לאקאציע: צווישן איין דארף און צווייטן

תגובה דורך בערטשע »

צייטליך האט געשריבן:יעצט איז אריינגעקומען נייעס וואס איך האב "נישט" קאנפערמירט.

אז די עסקנים האבן נארוואס גענדיגעט א דיעל מיט "ארטור עש סטאדיום" ווי עס וועלן ווערן פלאצירט דער איבעריגער עולם.

דיטעלעס וויל פאלאו אי"ה.


וואו איז דער סטעדיום פלאצירט?
א אנגענעמע רייזע מיט "בערטשע" דער בעל עגלה
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

תגובה דורך תרנגול »

נישט ווייט פון סיטיפיעלד. פארמאגט 22,000 זיץ-פלעצער.
הנותן לשכוי בינה...
matovu
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

תגובה דורך matovu »

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובה דורך SPUSMN »

טראנספארט האט געשריבן:
דאנציגער האט געשריבן:ווער ס'וויל אפקויפן מיין כינוס טיקעט, זאל ביטע מעלדן און עס קומען אפנעמען פארן מעסיגער פרייז

שטייסטענישט האט געשריבן:ס'געבליבען אז די ראגעלע אינישט פריש! :-(
איינער וויל אפקויפן מיין טיקעט ???

וואס גייט פאר? וואס איז די טיקעט פארקויפעריי?

מענטשען האבען געקויפט מערערע טיקעטס פאר פארשידענע סיבות; צו ווייל ער האט געוואלט מיט ברענגען זיין(ע) זיהן; צו ווייל ער האט געוואלט זיצען מיט א חבר צוזאם; צו ווייל ער האט נישט געקענט באשליסען ווי צו זיצען, מיט זיין קהלה, אדער גאר זיצען אליין פארזונקען און זיינע געדאנקען. יעצט אז עס איז נישטא קיין טיקעטס פארקויפען זיי עס אדער גיבען עס אוועק.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך מאי 16, 2012 1:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובה דורך משיח »

די צוויי סטאדיומס
Kines.jpg
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4486
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובה דורך derech eretz »

צייטליך האט געשריבן:די עסקנים האבן נארוואס גענדיגעט א דיעל מיט "ארטור עש סטאדיום" ווי עס וועלן ווערן פלאצירט דער איבעריגער עולם.

דיטעלעס וויל פאלאו אי"ה.
[/quote]
יעדער גייט קענען פארנעמען די "סקרין" מיטצוהאלטן די מעמד??
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובה דורך טראנספארט »

צייטליך האט געשריבן:יעצט איז אריינגעקומען נייעס וואס איך האב "נישט" קאנפערמירט.

אז די עסקנים האבן נארוואס גענדיגעט א דיעל מיט "ארטור עש סטאדיום" ווי עס וועלן ווערן פלאצירט דער איבעריגער עולם.

דיטעלעס וויל פאלאו אי"ה.


1) אין וועלכע סטאדיום גייט מען האלטן די דרשות? אין וועלכע סטאדיום גייען די רבנים זיצן?

2)איז אמת אז מען האט אוועקגעלייגט 5,000 טיקעטס טאמער חסידי אדמו"ר מהר"א גייען קומען?
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובה דורך שויתי'ניק »

מ'האט ארויסגענימען פאר די סאטמארע אן עקסטערע סטעדיום...

מחמת חומר עניין ההתבדלות... :wink:
לעצט פארראכטן דורך שויתי'ניק אום מיטוואך מאי 16, 2012 1:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובה דורך טראנספארט »

נאך א קשיא...

גייען פארקומען פראטעסטן ביי ביידע סטאדיום?
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

אין קען קאנפערמירן אז די עסקנים זיצן אין די יעצטיגע מינוטן מיט arthur ashe stadium.

דעטאלן וועלן זיין שפעטער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובה דורך שמן למאור »

בילד פונעם "ארטור עש סטאדיום"
אטעטשמענטס
ארטער עש סטעדיום.jpg
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובה דורך שמן למאור »

derech eretz האט געשריבן:אין אנדערע נייעס,
די קרייזן אינערהאלב בני יואל וואס האלטן נישט פון גיין צום כינוס זענען ארויסגעקומען מיט א פלאן פון א אסיפה על טהרת ה... איבער די אינטערנעט פראבלעמען
זיי האבן שוין א סימבאל פאר די אסיפה, מיט א גליון פון א דרשה וואס שארמאשער רב האט געגעבן ל''ג בעומר.
די איבריגע איז "פרטים יבואו"
אטעטשמענטס
בני יואל כינוס.jpg
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובה דורך שטרוי »

ווארום האט געשריבן:ציניש גערעדט:
וופיל אדמורי"ם קען מען שוין שאצן אליין.

אבער וויפיל פאטאגראפן גייען דארט זיין?

און ווי זוי גייען זיי אלע פיטן ארויף אויפן קאווער פון כל העולם כולו?

און נאכער עס אדורך פירן די שטיבל טויער,

מי כעמך ישרא',

אז מען גלייכט זיך ווי עס ברויך, איז דא פלאץ אפי' אויף א שפיץ נאאדל... האבן צדיקים געזאגט.
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

א קול קורא פון רבני מאנטריאל איז געהאנגען געווארן, איינער קען עס דא אטעטשן ?
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”