וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » מאנטאג מאי 14, 2012 8:21 pm

וויאזוי זאגט מען א "סטעפ" אין אידיש, פאר א לשון רבים נוצט מען "טרעפ", אבער עס קוקט נישט אויס ווי א לשון יחיד איז די זעלבע, אפשר "טראפ"?

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » מאנטאג מאי 14, 2012 8:38 pm

איין טרעפל

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » מאנטאג מאי 14, 2012 8:38 pm

ביינונז פלעגט מען זאגן טרעפל
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » מאנטאג מאי 14, 2012 10:35 pm

יא עס שטימט, יישר כח אייך ביידע

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » מאנטאג מאי 14, 2012 10:45 pm

איין טרעפ, צוויי טרעפ. ס'טוישט זיך נישט אין לשון רבים.

טרעפל איז א דימינוטיוו פון טרעפ, ס'מיינט א קלענערע, אדער קליינטשיגע, טרעפ. (אזוי ווי קאפ\קעפעלע)

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » מאנטאג מאי 14, 2012 10:55 pm

אבער ווען מען זאגט א לשון ווי עס קען זיך דערהערן אז מען מיינט מערערע טרעפ, און מען וויל אויסשליסן אז דאס איז נאר איינס טרעפל, מוז מען נוצן עפעס אן אויסדרוק, למשל; וואלסט געזאגט " איך בין שוין אנגעקומען צום העכסטע טרעפ פון די לייטער"?

גראדע האב איך געטראכט צו נוצן "שטאפל", אבער עס איז מער כללית, עס איז נישט נאר געמאכט פאר דעם, נאר פאר יעדע זאך וואס גייט שטאפלווייז.

(ווען קרעמער זאל ווען דא זיין... כליפ כליפ...)

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » מאנטאג מאי 14, 2012 11:02 pm

גערעכט, קענסט טאקע ניצן די דימינוטיוו ווערסיע. ס'איז דא נאך ווערטער וואס טוישן זיך נישט אין לשון רבים, פערד איז איינס. (איך מיין ס'דא אן אשכול דערויף.)

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » מיטוואך מאי 16, 2012 1:59 am

נאך א װארט איז שטיגען איין שטיג עטליכע שטיגען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 16, 2012 10:24 am

verveist האט געשריבן:נאך א װארט איז שטיגען איין שטיג עטליכע שטיגען


איז דאס ריכטיג איז מ'זאגט בל' יחיד 'איין שטיג'? אויך 'שטייגען' איז פון דעם שורש ואולי אויך 'שטאק'.

ס'דא א אידישע ווארט 'שטעגן' (אויף שטעגן און וועגן) מיינט דאס שטיגען?

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך מאי 16, 2012 10:34 am

חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך מאי 16, 2012 2:36 pm

כ'קלער בד"א אז זאכן וואס זענען בשרשם רבים, איז נישטא א עקסטערע ווארט פארן יחיד. למשל טרעפ איז גיוויינלאך עטליכע, וכן שיך, שטיוול, פינגער, פענסטער, ועוד הרבה.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג מאי 17, 2012 5:45 am

אבער זוהן שטימט נישט אין גאנצען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » דאנארשטאג מאי 17, 2012 7:10 am

איין שוך\זון, צוויי שיך\זין.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג מאי 17, 2012 7:36 am

אהההה
קראק פאט
א שעינער דערהער
אבער דאס הערט זיך נאר אין ליטוויש אידיש....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

תגובהדורך לכל זמן » דאנארשטאג מאי 17, 2012 8:22 am

קראק-פאט האט געשריבן:גערעכט, קענסט טאקע ניצן די דימינוטיוו ווערסיע. ס'איז דא נאך ווערטער וואס טוישן זיך נישט אין לשון רבים, פערד איז איינס. (איך מיין ס'דא אן אשכול דערויף.)

ביי פערד נוצט מען טיילמאל 'פערדן' אלס לשון רבים
עת לקרות | ועת לתגוב

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » דאנארשטאג מאי 17, 2012 9:11 am

מער איבער לשון רבים:
לשון רבים (פיל גרייזן)
ווערטער וואס ענדערן זיך נישט אין מערצאטל (פון דעם געערטן מר. אידיש)
לעצט פאראכטן דורך קראק-פאט אום מאנטאג מאי 21, 2012 5:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דאנארשטאג מאי 17, 2012 4:12 pm

ווינקל האט געשריבן:כ'קלער בד"א אז זאכן וואס זענען בשרשם רבים, איז נישטא א עקסטערע ווארט פארן יחיד. למשל טרעפ איז גיוויינלאך עטליכע, וכן שיך, שטיוול, פינגער, פענסטער, ועוד הרבה.


לפי זה שטימט נישט איין הענטשקע א פּאר הענטשקעס (יא איך װייס אין אונגאריש אידיש איז עס הענטשיך...)

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דאנארשטאג מאי 17, 2012 4:20 pm

ועוד זאק וזאק׳ען
נראה שיש דברים שאפשר לומר בלשונ יחוד ורבים כגון, איך האב עטליכע שיטקלעך ״פּאפּיר״./ איך האב דא אראפּגעלייגט מיינע פּאפּירען .

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג יוני 03, 2012 8:52 am

וויאזוי זאגט מען betrayed אין אידיש?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יוני 03, 2012 8:57 am

געלעגער, פארראטן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » זונטאג יוני 03, 2012 8:59 am

פארפירט, אפגענערט, אויסגעזאגט, בעטריגט, ארויסגעגעבן, גע'מסר'ט.

פון: http://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/harkavy/1102.png
----
פארשלאפן האקט פיין.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג יוני 03, 2012 9:51 am

יש"כ אייך ביידע. פארשלאפן'ס איז לכאורה די נענסטע אפטייטש

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » זונטאג יוני 03, 2012 10:13 am

געלעגער האט געשריבן:יש"כ אייך ביידע. פארשלאפן'ס איז לכאורה די נענסטע אפטייטש

באטריגט הערט זיך די מערסטע ענליך
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אויב עס קען איינעם וויי טון סעיוו עס אין דרעפטס און דו וועסט האבן גרייט א בוך מיט זכותים
.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דאנארשטאג יוני 14, 2012 1:22 pm

וויאזוי וואלט איר געזאגט אויף אידיש די ווארט
significance
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יוני 14, 2012 1:44 pm

תרנגול האט געשריבן:וויאזוי וואלט איר געזאגט אויף אידיש די ווארט
significance


באדייט/באדייטונג ועי' בהארקאווי:
http://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/harkavy/0574.png


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט