כינוס כלל ישראל אין די Citi Field Stadium

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובה דורך verveist »

װ
לעצט פארראכטן דורך verveist אום מיטוואך מאי 16, 2012 7:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובה דורך כתר ישועה »

ולא מיין האט געשריבן:איך האב געהערט אינעם דרשה פון הגה''צ משאפראן אסאך מילי דתמיהא.

זיין הויפט טענה איז, אז מ'גייט הערן פסקים פון די ראשי הכופרים (?) ווי שטיינמאן וכדו', לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס, איז עס זייער רחוק מן המציאות.

...

נאך אלעמען הגה''צ שליט''א איז נישט קיין 'פאני בלאני', ער איז באקאנט מיט זיין יראתו הקודמת לחכמתו, און דעריבער כאטש איך האב געשריבן עטליכע הגהות אויף זיין דרשה, דאך ח''ו מזלזל צו זיין בכבודו הרמה.

במחילת כבודך, ביטע פאררעכטען דעם טיטעל אויף אחד מגדולי ישראל וואס "איז באקאנט מיט זיין יראתו הקודמת לחכמתו" וכו' [הגם אז מקען זיך דינגען אויף זיין מיינונג], אבער בכל זאת איז נישט בארעכטיגט אזוי צו באטיטלען הרב שטיינמאן, ודי בזה. [בלי שום ספק לא היה רביה"ק מסאטמאר מסכים שיכתבו כן עליו הגם שאינו מחזיק מדעתו ושיטתו, וק"ל].
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובה דורך מכטי1 »

וויאזוי קען זיין אז מ'האלט שוין אפאר טעג פארן כינוס און ס'איז נישטא קיין נברא וואס ווייסט וואס ס'גייט דארט זיין??????????????
אשר ווילבער
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 08, 2011 1:24 am

תגובה דורך אשר ווילבער »

איינער שמייכלט נאך דא? אדער יעדער איז אנגעצויגן ווי א ענגליש טיטשער סויף יאר?

ר' תרנגול האט זיך געזארגט ווי איך בין, יישר כוח, איך בין דא, זעהסט מיך? איך שטיי אונטער דיר, מיט א שטאפענע בארד א שניי ברוינע היט.

איך ליין דא פון צייט צו צייט, און איך הער נישט אויף צו לאכען אויפ'ן קול, מענטשן קוקן מיך אפ ווי איך קום פון פון די שטערן'ס, מענטשן האבן דא דאגות און מ'זארגט זיך, מ'נעמט שטרוי, מ'לייגט עס אין א מילעך'ל און מ'מאלט עס, דערנאך צוקייט מען עס, מ'דרעשט עס, מ'ווארפט עס, מ'נעמט עס צוזאם, מ'לייגט דאס אין א שרעדער מאשין און דערנאך און א פרוכט פראסעסער און אזוי ווייטער.

מ'מאלט און מ'קייט איבער און דער זאגט יא, שרייט יענער ניין, אהין און צוריק, רוב חברה האבן נישט קיין אנונג וואס גייט פאר און וואס ס'טוט זיך, ניטאמאל ווייסען זיי, אז זייער עלעקטעריק ביל איז נאך נישט געצאלט, אבער וואס סקולענע רבי האלט ווייסט ער פונקליך, און וואס א קרוב מיט יענע רב האט געזאגט ווייסט ער אויך.

צוויי חברים זיצן אויפ'ן באנק אין מקוה, די האנטעך איז שוין דורך גענעצט, ער ווישט און ווישט און ער איז שוין טריקען ווי א טייטל חמשה עשר בשבט, אבער ער מידאך עפעס טון בשעת'ן רעדן,
סקולענע רבי איז נישט די אנפירער,
אקעי, קומט אן צום קאמפיוטער, שמייסט אריין א תגובה, כ'האב יעצט גערעדט מיט א נאנטע מענטש, איינער וואס איז פון די הויפט עסקנים און ער זאגט אז סקולענע רבי איז נישט אינוואלווד.

ווייטער: ביים שיעור זאגט א צווייטע חכם, איך זאג ענק איך האב היינט גערעדט מיט איינעם וואס איז גוט מיט א חבר פון שאפרענע רב'ס גבאי און ער ווייסט אז סקולענע רבי איז דער עומד בראש נאר שאפרענע רב האלט אז עריז נישט קיין תלמיד פונעם רבין זצ"ל... וכו' וגו'.
געטוישט די מיינונג, סקולענע רבי איז יא בראש.

און זיין חבר וואס האט געהערט א סטעיטמענט פון א ישיבה קטנה בחור וואס האט זיך האלבוועגס אינטער געהערט א קופקע פון אפאר יונגעלייט, העט טענען, איך האב געהערט פון א מקור מוסמך (קעניש זאגען קיין נאמען, סוקיורעטי פורפעסעס) אז ס'איז פארקערט.

ווער ס'מיינט אז איך טרייב איבער זאל א בליק טאן אביסל אויף צוריק אויף די עטלעכע אכציג בלעטער פון דעם אשכול ענבים.

גראדע איך האב געהערט, פון איינעם וואסיז דארט געוועהן, איך שריי נישט אז ס'איז אמת, איך זאג אז ס'איז אמת אז איך האב עס געהערט, דאס מיזטו מיך אויך נישט גלייבן, אז נאך די תורה פון שאפראנע רב האט זיך זיין שוואגער ר' חיים אלעזר זייער געטענעט מיט'ן רב אז זיין טאטע די שאפרנע רב זצ"ל וואלט זיכער נישט געהאלטען אזוי נאר יא געגאנגען, אבער דאס איז אויך נישט אינטרעסאנט, יעדער איז בארעכטיגט צו האלטן וויזוי ער וויל.

וואסיז יא אן עולה, לפי קט שכלי, הענגען צעטליך און שרייען אז דאס איז חורבן כלל ישראל ווען אלע פני הדור האלטן יא דערפון, און אראפ רייסען יעדעם נאר די אויסגעשפילטע הייפעלע האלט אנדיש, איז נישט אויסגעהאלטן, ווען די גאנצע עולם וואקט אויף אראפ און די וואקסט אויף ארויף, שטעל דיך אפ א רגע, אפשר וואק איך די פארקערטע וועג, אפשר זענען די טויזענטע יודן גערעכט, ניין ווייל איך ווייס בעסער, שוין וואס א חילוק

די עולם גייט שעלטן.... איך האב שוין געזאגט,אלעס איז א ווערטל, רעג דיך נישט, מעגסט האלטן אנדיש איך ווער נישט ברוגז. קיים שום טענה גייט דעיס נישט אפ פרעגן ווייל ס'נישט תורות משה, לייג דיין האנט אין ביזעם, פארעם אויס דיינע פינגער אין די פארעם פון א פיגי און לאך מיך אויס.

לויט מיין אינפערמאציע, אויך נישט תורות משה, אז סקולענע רבי איז יא עומד בראש, אפילו לאמיר זאגען אז ס'נישט געוועהן זיין ריעון, אבער ער איז געווען פאלי פאר דעהם איז ס'גייט עם בנפשו אז ס'זאל צושטאנד קומען,
איך בין אביסל נאנט צו סקולען, איך האלט נישט אז ער וועפט שוין און מ'קענעם פארקויפן די בארא פארק בריק, ער ווייסט וואס ער וויל זייער גוט,
נישט אמת ער ווייס נישט, אקעי נישט... ביסט גערעכט.

איך האב נאך נישט געטראפן די גרויסע מנהיג, איינער וואס פירט א גרויסע קהילה, איינער וואס טראגט דאגות פון הונדערטע מענטשן, וואס זאל זיין דערקעגען, אפילו ס'דא געציילטע מנהיגים וואס קומען נישט, ווייל זיי פולען אז זיי קענען נישט קומען יעדער מיט זייער סיבה, וואס איז בארעכטיגט צו האלטן וואס ער פארשטייט, אבער ארויס קומען דערקעגען האביך נאך נישט געטראפן דעם גדול, א חוץ גאר קליינע, (איך וויל ח"ו קיינעם נישט אראפ רייסען, זיי מאכען שוין במילא די דזשאב, איך דארף נישט מוסיף זיין)
אויך א ווערטל, געב א שמייכל.

ווייטער: וואס נאך איז נייעס?
רבי'ס פון אמעריקע האט איינער געפרעגט, סקולען, וויזניץ, סאטמער מהרי"י, באבוב מהמ"ד, סקווירא, קלויזנבורג, ראחמעסריווקא, פאפא ספינקא'ס.

ס'גייט זיין, לויט די יעצטיגע פלאן, א אויווען אן פון בערך 160 זיצן פאר די גרויסע, און א צווייטע אויווען אן פון 2000 זיצען פאר די קלענערע, דיינים קינדער פון רבי'ס קלענערע ראשי ישיבות ועוד.

נאר די פון די גרויסע אויווען אן גייען קענען אריין גיין פון די רבנים ענטרענס,

יעדע מענטש וואס קומט אריין אין זאל וועט ווערן אויסגעטשעקט דורך סוקיורעטי, יעדער מיינט יעדער, פאר די גרויסע רבי'ס/רבנים האט מען אויסגעארבייט א שטיקל וועג ס'זאל זיין בדרך כבוד.

די בענקלעך פאר די אויווען אן גייען נישט האבען הענט אנליינער'ס, כ'האף זיי ווייסען וויזוי צו זיצען דערויף.

וואס נאך?

שוין אפאר טעג וואס זעכציג גיום, ארבייטער פאר ארי פרענקל פאקען די פעקלעך וואס יעדער גייט באקומען ביים אריין קומען, די ראגעלע וואס גייט זיין דערינען גייט נישט זיין פריש פון יענע טאג.

וואס נאך? כ'דענק שויניש...
וואס שמחה קען, קען קיינער נאר איינער, ר' שמחה
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובה דורך געשמאקער »

אשר!
:lol: :lol: :lol:
לעצט פארראכטן דורך געשמאקער אום מיטוואך מאי 16, 2012 4:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובה דורך מכטי1 »

אשר מעכטיג פלוץ פאלאצתי.......געוואלדיג...אבער כ'האב נישט געכאפט וואס איז געבליבען???
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובה דורך שטייסטענישט »

ס'געבליבען אז די ראגעלע אינישט פריש! :-(
איינער וויל אפקויפן מיין טיקעט ???
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובה דורך msp »

וואס?
כפארשטיי נישט שטייסענישט
גייסט נישט?
היתכן?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובה דורך קראק-פאט »

אשר!!! קום ביטע אריין אפטער, אפשר וועט עס העלפן פאר די שטרוי דיעטע דא...
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

תגובה דורך ווארום »

אשר אדאנק פאר דיינע שייענ רייד

אבער די הייבסט אן מיט א פרישע געפעכט, וועלכע רבי איז גרויס!
ווער גייט זוכה זיין צו זיצן אויבן און ווער אונטן?
וואס טוט מען? ווי אזוי איבערצייג איך די עסקנים אז מיין רבי איז גרויס נאר אונזער עולם איז פשוט קליין..
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובה דורך ווינקל »

מאשר שמנה לאכטמען.... יוי ביסטו זיס! ממנו ילמדו וכן יעשו.

כ'ברענג עניוועי מיט מיינע פאפקארן מיטמעריקאנע ניסלעך (נישט געשיילטע).
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובה דורך מאנ-יימער »

ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובה דורך מכטי1 »

מאנ-יימער האט געשריבן:צוויי טיקעטס אוועילעבעל

האלט מיר א פלאץ נעבען דיר....
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

שטארק זיך האט געשריבן:ער זאגט וואס ער האלט פאר כל הדורשים,

א אינגערמאן זאגט מיר אז ער האט געפרעגט דעם שארמאשער רב צו ער זאל גיין. פרעגט אים דער רב: דו האסט אינטערנעט? זאגט ער ניין. דארפטו נישט גיין, דער וואס האט אינטערנעט זאל גיין.


דערמאנט מיך פון יענעם רב וואס האט געפרעגט וי אפט מ'ברויך טוישען דעם פילטער אויף די אינטערנעט.

ממנ"פ אויב איז דער כינוס להצלת הדורות פון אלע סארט טעכנעלאגיע בעבר בעתיד ובהווה, וואס איז דער תירוץ אז אויב בהווה האט מען נישט קיין אינטערנעט זאל מען נישט גיין? א סעלפאון האט יענער? און זיינע קינדער בעטן פאר אפיקומן איי-פאדס און מפ"3'ס? וכו' וכו'

דער יעצטיגער כינוס איז אדער א מצוה אדער אן עבירה, ד.ה. ס'איז נישט אפשאנעל, לויט די רבנים המחייבים איז עס א חיוב און די רבנים האוסרים האלטן דאס פאר א פראבלעם ואלו ואלו דא"ח ווי דער חשובע'ר מנהל פון די סאטמארער ישיבה (מהרי"י) האט ארויסגעברענגט ביי זיין דרשה.

די אלע וואס פרובירען זיך מעמיק צו זיין בדברי הגה"צ מ'שאפראן שליט"א און מדייק צו זיין בדבריו פארזעהן איין עיקר פונקט, דאס ווערט אנגערופען 'סאטמאר' כאמור, ביי אונז אין סקרענטאן פארן באסעס צום כינוס, עפ"י הוראת והתחייבות בית דינינו הצדק בראשות הגה"צ האב"ד שליט"א, אבער ווער עס איז אויפגעוואקסן צווישען די סאטמארער ווענט, אין באורום סט., סענז סט., טרופ עוו, ראדני סט., נעפאנאק, דעירילענד, סעקשאן וואן, סעקשאן טו, בארדיטשוב רד., נעפ מענשאן, 500 בעדפארד עוו. וכו' האט די ווערטער פונעם שאפראנער רב געהערט טויזנטער מאל, אדער געליינט אין דער איד, די צייטונג (י.מ. סופר עי. קעי. עי. רמ"פ), דער בלאט.

דאס האבאן גע'חזר'ט די מנהלים, מלמדים, דרשנים, רבנים, דיינים, מוצי"ם און אפי' בעה"ב און טראק דרייווערס, די ווערטער; התבדלות, סטרא אחרא, דף היומי, אגודה, כל צרוע וכל זב, ברכים אשר לא כרעו לבעל, כח הפועל בהנפעל, פראטעסט, נשא תורה, על הגאולה, שלש שבועות, לא לנו ולהם לבנות, ושבתם וראיתם בין עובד ה' ללא עבדו, על כן לא נירא בהמיר ארץ, לבי לבי על חלליהם, עס וועט זיי נאך באנג טאן די נצחונות, שלחן איזבל, התחברות לרשעים, יהרג ואל יעבור, און נאך אזעלכע ווערטער, דאס זענען האוז-האולד טערמינען וואס א פרעמדער ווייסט נישט אמאל במה דברים אמורים, דאס קען מען נישט מסביר זיין דאס איז א קולטור, א באוועגונג, אן איינגעבאקענע סטיגמע וואס נאר א סאטמארער מבטן ולידה קען ארויסהאבן.

לסיכום, דער שאפראנער רב שליט"א איז נישט באקאנט אלס אן אטענשאן כאפער אדער עמיצער וואס האלט דרשות יעדן שני וחמישי, ער איז אן ערנסטער מענטש וואס רעדט מנהמת לבו לויט ווי ער לערנט אפ שיטת רבו זצ"ל, ווידער אויב אנדערע רבנים האלטן אנדערש הזכות להם.

מיר וועלן גיין צום כינוס עפ"י הוראת הרבנים און די אנדערע וועלן בלייבן אינדערהיים עפ"י הוראת הרבנים, ועשית ככל אשר יוריך מוריך, דער קידוש השם וועט זיין פון ביידע פונקט אזוי, קיין פיצינקע חילוק נישט
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובה דורך msp »

rabbi miller
a good point
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

תגובה דורך ליפשיץ »

מיללער האט געשריבן:דער יעצטיגער כינוס איז אדער א מצוה אדער אן עבירה, ד.ה. ס'איז נישט אפשאנעל, לויט די רבנים המחייבים איז עס א חיוב און די רבנים האוסרים האלטן דאס פאר א פראבלעם ואלו ואלו דא"ח


מילער, מ'זאט אז דו ביסט נישט קרוב אל החלל... דו זיצט דיך אין סקרענטן און דו זאגסט אן אפשאצונג לויט די באריכטן וואס דיינע גבאים גיבן דיר איבער. להוי ידוע די גבאים דערציילן דיר נישט אלע צדדים.
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובה דורך מכטי1 »

הכינוס נגד פגעי הטכנולוגיה, שיתקיים ביום א' בקווינס, ממשיך להעסיק את הציבור החרדי, שמתעדכן בכל יום על עוד אדמו"ר או רב מהשורה הראשונה שישתתף באירוע.

היום (ד) התקבלה ההחלטה כי האדמו"ר מפשווערסק, המתגורר באנטוורפן שבבלגיה, ימריא לביקור בזק שימשך יממה אחת בארה"ב, במטרה להשתתף בכינוס. האדמו"ר מפשווערסק זוכה לאהדה בחוגים החרדיים בארה"ב, ולכן נעשו מאמצים רבים מצד מארגני הכינוס להביאו.

אל האדמו"ר יתלוו בנסיעה הגאון רבי אהרן שיף מאנטוורפן, וכן גאב"ד לונדון הגאון רבי אפרים פאדווא.

לפי המארגנים, מספר הכרטיסים שנמכרו עומד על יותר מ-60 אלף, בעוד האצטדיון בו יתקיים הכינוס מכיל רק 42 אלף מקומות ישיבה. בימים אלו נעשים מאמצים רבים לאתר מקומות נוספים, בהם ניתן יהיה לאכלס מספר רב של משתתפים - שם האירוע ישודר באמצעות ה... טכנולוגיה על מסכים.

ל'בחדרי חרדים' נודע, כי יותר מ-8,000 איש ממתינים לרכישת כרטיסים נוספים, אך בהפקת הכינוס מסרבים להמשיך למכור כרטיסים - בשל העובדה כי טרם נמצאו אולמות מתאימים.

עוד נודע, כי מספר אברכים ניצלו את העובדה שמלאי הכרטיסים אזל, והציעו את הכרטיסים שרכשו למכירה באתרי המכירות ב...אינטרנט. כך, לדוגמא, אברך הציע למכירה באתר ebay את הכרטיס שרכש בדולרים בודדים, תמורת 52 דולר.
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובה דורך טראנספארט »

איך פארשטיי נישט.

יעדע טיקעט האט א זיץ נומבער, ווי האט מען געקענט פארקויפן טיקעטס מער וויפיל זיצן ס'איז פארהאן???

האט מען פארקויפט א זיץ פאר צוויי מענטשן? גייט עס צוקומען צו שנים אוחזין בזיץ?
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

טראנספארט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט.

יעדע טיקעט האט א זיץ נומבער, ווי האט מען געקענט פארקויפן טיקעטס מער וויפיל זיצן ס'איז פארהאן???

האט מען פארקויפט א זיץ פאר צוויי מענטשן? גייט עס צוקומען צו שנים אוחזין בזיץ?

איך האב שוין נעכטן געשריבן, אז ווען זיי האבן אנגעפאנגען האבן זיי געמאכט זיצן אן זיץ נומערען.

צייטליך האט געשריבן:אזוי אויך איז מעגליך אז געוויסע גייען זיין אויסגעשפילט מיט זייערע זיצן. ווארום זיי האבן שוין איבערפארקויפט מער וויפיל די זיצן ס'איז דא וויבאלד ווען מ'האט אנגעפאנגען צו פארקויפן די טיקעט'ס איז עס געגאנגען אן א חשבון פון זיץ נומער'ן און דעריבער האבן זיי זיך פאר'חשבון'ט און פארקויפט מער וויפיל ס'איז עכט דא. דאס איז חוץ די פאקט וואס ער געט איבער אז ער האט בערך צען טויזענט ריקוועסט'ס פאר טיקעט'ס וואס ער ווייסט נאכנישט ווי צו לייגן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובה דורך derech eretz »

אין אנדערע נייעס,
די קרייזן אינערהאלב בני יואל וואס האלטן נישט פון גיין צום כינוס זענען ארויסגעקומען מיט א פלאן פון א אסיפה על טהרת ה... איבער די אינטערנעט פראבלעמען
זיי האבן שוין א סימבאל פאר די אסיפה, מיט א גליון פון א דרשה וואס שארמאשער רב האט געגעבן ל''ג בעומר.
די איבריגע איז "פרטים יבואו"
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובה דורך מאנ-יימער »

צייטליך האט געשריבן:אזוי אויך איז מעגליך אז געוויסע גייען זיין אויסגעשפילט מיט זייערע זיצן. ווארום זיי האבן שוין איבערפארקויפט מער וויפיל די זיצן ס'איז דא וויבאלד ווען מ'האט אנגעפאנגען צו פארקויפן די טיקעט'ס איז עס געגאנגען אן א חשבון פון זיץ נומער'ן און דעריבער האבן זיי זיך פאר'חשבון'ט און פארקויפט מער וויפיל ס'איז עכט דא. דאס איז חוץ די פאקט וואס ער געט איבער אז ער האט בערך צען טויזענט ריקוועסט'ס פאר טיקעט'ס וואס ער ווייסט נאכנישט ווי צו לייגן.

דאס מיינט אז אויב איך א טיקעט מיט א זיץ נומבער דערויף בין איך פארזיכערט דערמיט?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובה דורך טראנספארט »

מאנ-יימער האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:אזוי אויך איז מעגליך אז געוויסע גייען זיין אויסגעשפילט מיט זייערע זיצן. ווארום זיי האבן שוין איבערפארקויפט מער וויפיל די זיצן ס'איז דא וויבאלד ווען מ'האט אנגעפאנגען צו פארקויפן די טיקעט'ס איז עס געגאנגען אן א חשבון פון זיץ נומער'ן און דעריבער האבן זיי זיך פאר'חשבון'ט און פארקויפט מער וויפיל ס'איז עכט דא. דאס איז חוץ די פאקט וואס ער געט איבער אז ער האט בערך צען טויזענט ריקוועסט'ס פאר טיקעט'ס וואס ער ווייסט נאכנישט ווי צו לייגן.

דאס מיינט אז אויב איך א טיקעט מיט א זיץ נומבער דערויף בין איך פארזיכערט דערמיט?
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובה דורך מייקראסאפט »

איז דאס ערענסט אדער ליצנות?
אטעטשמענטס
imagejpeg95277.jpg
imagejpeg95277.jpg (33.32 KiB) געזען 2483 מאל
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובה דורך טראנספארט »

א גוטע ליצנות
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובה דורך ולא מיין »

כתר ישועה האט געשריבן:
ולא מיין האט געשריבן:איך האב געהערט אינעם דרשה פון הגה''צ משאפראן אסאך מילי דתמיהא.

זיין הויפט טענה איז, אז מ'גייט הערן פסקים פון די ראשי הכופרים (?) ווי שטיינמאן וכדו', לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס, איז עס זייער רחוק מן המציאות.

...

נאך אלעמען הגה''צ שליט''א איז נישט קיין 'פאני בלאני', ער איז באקאנט מיט זיין יראתו הקודמת לחכמתו, און דעריבער כאטש איך האב געשריבן עטליכע הגהות אויף זיין דרשה, דאך ח''ו מזלזל צו זיין בכבודו הרמה.

במחילת כבודך, ביטע פאררעכטען דעם טיטעל אויף אחד מגדולי ישראל וואס "איז באקאנט מיט זיין יראתו הקודמת לחכמתו" וכו' [הגם אז מקען זיך דינגען אויף זיין מיינונג], אבער בכל זאת איז נישט בארעכטיגט אזוי צו באטיטלען הרב שטיינמאן, ודי בזה. [בלי שום ספק לא היה רביה"ק מסאטמאר מסכים שיכתבו כן עליו הגם שאינו מחזיק מדעתו ושיטתו, וק"ל].



ס'איז נישט מיין לשון, נאר די לשון פון הגה''צ משאפראן שליט''א.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”