כינוס כלל ישראל אין די Citi Field Stadium

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

תגובה דורך יהושע »

geek האט געשריבן:
יהושע האט געשריבן:ב"ה שוין געקויפט א טיקעט, דאס באקומען אין אימעיל:

Thank you for registering for the Ichud Asifa Event on May 20th at Citifield.

Your form has been submitted and received. Your tickets will arrive by mail.

If you have any questions, please call 855-274-3272

איז עס למעשה אנגעקומען?
מיינס נישט. כ'האב באקומען אין אימעיל פאריגע וואך א קאנפירמעישן אבער דערווייל ווארטן מיר....

מיינס איז נאך אויך נישט אנגעקומען, אינטערעסאנט, געטראכט האב איך אז איך וועל עס באקומען שנעלער, כ׳בין דאך געווען איינע פון די ערשטע.. למעשה האב איך אויך באקומען דעם קאנפירמעישן אימעיל, אבער דאס איז עס, כ׳האב שוין געטראכט פון זיי אנרופען, העמער זעהן.. אין ערגסטן פאל קען זיין אז מ׳העט ווייזען די קאנפירמעישן וואס האט אויף זיך אויך די ארדער נומער, וועט דאס געניג זיין.
The most active and helpful Amazon WhatsApp group
https://form.schvc.com/seller-app
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

תגובה דורך ווארום »

אין א דערנעבענדיגע פארום ווערט געברעגט אז די עסקנים מוטשען זיך מיט שווערע דאגות.

- טייל אדמורי"ם האבן מתנה געווען צו לאזן זייער שטוהל ליידיג ביז זיי קומען אן, און זיי וועלן זיך באטייליגען נאר אויף 5 מינוט...

- אנדערע אבער, האבן אפי' מוותר געוען אויף זייער אייגענעם כבוד און פרינציפן, אבי כבוד שמים זאל נתרבה ווערן.
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובה דורך מכטי1 »

פון JDN:
כ"ק האדמו"ר מרחמסטריווקא ייצא ביום ראשון הקרוב לארצות הברית בכדי להשתתף במעמד הענק וההיסטורי 'למען כלל ישראל', שייערך בסוף החודש – כ"ח אייר הבעל"ט באצטדיון סיטי פילד בקווינס. במעמד יקראו מרנן ורבנן גדולי ישראל להימנע ולהישמר מפגעי האינטרנט, הטכנולוגיה והקידמה.

כאמור, האדמו"ר שליט"א ייצא ביום ראשון, ויגיע מיד לבורו פארק. וייסע לבקר בבית דודו כ"ק אדמו"ר מרחמסטריווקא ארה"ב שליט"א, בערב ישתתף האדמו"ר בכינוס ההיסטורי, ויגיד את תפילת השל"ה יחד עם רבבות המשתתפים, הצפויים להגיע. ביום שני בצהריים ישוב האדמו"ר לארץ.

כידוע, גדולי ישראל מהארץ ומהעולם חתמו על הקול קורא למען הכנס ההיסטורי, כאשר עשרות מגדולי ישראל צפויים להשתתף באירוע, יחד עם רבבות נוספים.‬
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובה דורך msp »

ברוך השם
שכוח מכטי פאר די בשורה...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובה דורך קארן »

geek האט געשריבן:כלל ישראל, איז נאך דא עפעס א טיקעט פאר מיר?

פארק ווי מטאר נישט אוי וועסטו באקומען א טיקעט :lol:
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובה דורך שטרוי »

msp האט געשריבן:
verveist האט געשריבן:היינט געהערט (קען נישט באשטעטיגען)
אז...

אוי אוי אוי!
אזא הארץ ווייטאג!
עס איז אומבאשרייבליך!
רבש"ע הרם קרן ישראל עמך!

נישט פאר שוואכע הערצער..

לא עלינו ולא עליכם.

רחמנא יצילנו, בעגלא ובזמן קריב.

גובערנאטור האט געשריבן:geek, אף אני בחלומי. ס'גייט לכאורה נישט קומען. שאף דיר שנעל א צווייט פלאץ.

מיר האבן באקומען אין די פאסט וויפיל מען האט באשטעלט ב"ה,
עס איז אנגעקומען שבת ק' (נישט דא קיין עקסטערע).

ברבבותינו נצא למענינו ולמען דורותינו, [ביטע מיטברענגען גענוג פאפירן (טישא'ס) אויך פאר אונזערע שכינים טובים, אזוי אז שערי דמעות איז זיכער לא ננעלו, ויקבל ה' תפילותינו מעמקי דליבנו, בתוך שאר תפילת עמו ישרא' לרחמים ולרצון]
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובה דורך מכטי1 »

msp האט געשריבן:ברוך השם
שכוח מכטי פאר די בשורה...

וואס ביסטו אזוי פריילעך???
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובה דורך msp »

האסט דאך געשריבען
כידוע גדולי ישראל מהארץ ומחו~ל חתמו וכו' וישתתפו וכו
איז דאס נישט א גוטע בשורה
א מעמד קידוש השם?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובה דורך געשמאקער »

aperlscript האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איז דא ערגעץ די דרשה פון שאפראנער רב שליט"א אפגעדרוקט?

שכח
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

נעכטן ביי די אסיפת עסקנים אין מתעסקים אפיס אין בארא פארק האבן די מסדרים קאנפערמירט אז זיי זענען גענצליך אויסגעלאפן פון טיקעט'ס. עס זענען בלויז געבליבן ביי די שמשים פון די שוהל'ן וועלעכע זענען נאך געבליבן מיט עפעס. פלענער זענען געווען נעכטן אויפן טיש צו דינגען נאך א גיגאנטישע זאל אדער סטאדיום צו קענען אקמאדירן אלע באטייליגער.

אזוי אויך איז מעגליך אז געוויסע גייען זיין אויסגעשפילט מיט זייערע זיצן. ווארום זיי האבן שוין איבערפארקויפט מער וויפיל די זיצן ס'איז דא וויבאלד ווען מ'האט אנגעפאנגען צו פארקויפן די טיקעט'ס איז עס געגאנגען אן א חשבון פון זיץ נומער'ן און דעריבער האבן זיי זיך פאר'חשבון'ט און פארקויפט מער וויפיל ס'איז עכט דא. דאס איז חוץ די פאקט וואס ער געט איבער אז ער האט בערך צען טויזענט ריקוועסט'ס פאר טיקעט'ס וואס ער ווייסט נאכנישט ווי צו לייגן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובה דורך ולא מיין »

שטרוי האט געשריבן:
msp האט געשריבן:
verveist האט געשריבן:היינט געהערט (קען נישט באשטעטיגען)
אז...

אוי אוי אוי!
אזא הארץ ווייטאג!
עס איז אומבאשרייבליך!
רבש"ע הרם קרן ישראל עמך!

נישט פאר שוואכע הערצער..

לא עלינו ולא עליכם.

רחמנא יצילנו, בעגלא ובזמן קריב.

[quote="גובערנאטור"]

איך ווייס נישט שוואכער הערצער ארויף אראפ, אבער דאס מוז מען וויסן פון די משחיתים און אפיקורסים, יא ווי איר הערט כופרים בהשי''ת ובתוה''ק וועלכע גייען מיט שטריימעל און בעקיטשע און דרייען זיך אין אונזערע בתי מדרשים, מ'זאל וויסן אז ס'איז דא אזא נגע בתוכינו, און שטיין על המשמר, ליידער היינט קען מען זאגן אויף יעדן איד מיט בארד און פאות, ''כבדהו וחשדהו'', מ'קען קיינעם נישט געטרויען, און מ'קען קיינמאל נישט וויסן וויפיל פארדארבנקייט באהאלט זיך אונטער יענעמ'ס בארד.

בנוגע די בריוו פון הגה''צ משארמאש שליט''א, איז שוין מפורסם געווארן אז ס'איז א פלענער זיוף, און דאכציץ אז דער בריוו פון מוסדות בני יואל איז אויך נישט אמת, עפעס א לץ האט געמאכט א גוטן ארבעט.

מפי השמועה שמענו, אז הגה''צ משאפראן שליט''א ארבעט נאך אויף א קו''ק דערקעגן, אבער דערווייל האט ער נישט געקענט באקומןע די חתימה פונעם שארמאשער רב.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

תגובה דורך פריילאך »

כ'ווייס נישט צו עס איז שוין געווען דא.

דברים כדרבונות

גוגעל 11211
אטעטשמענטס
google 11211.pdf
(217.33 KiB) געווארן דאונלאודעד 231 מאל
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובה דורך ווינקל »

ולא מיין האט געשריבן:בנוגע די בריוו פון הגה''צ משארמאש שליט''א, איז שוין מפורסם געווארן אז ס'איז א פלענער זיוף, און דאכציץ אז דער בריוו פון מוסדות בני יואל איז אויך נישט אמת, עפעס א לץ האט געמאכט א גוטן ארבעט.

מפי השמועה שמענו, אז הגה''צ משאפראן שליט''א ארבעט נאך אויף א קו''ק דערקעגן, אבער דערווייל האט ער נישט געקענט באקומןע די חתימה פונעם שארמאשער רב.

אמת אז ס'איז דא איינער ווואס איז (צוליב זיינע אגענדעס) מפרסם אז ס'איז א זיוף, איך האב דאס אבער איצט נאכאמאל מברר געווען פון כלי ראשון אז ס'איז וואר און קראנט.
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובה דורך מחזור »

דבר יום ביומו
אטעטשמענטס
Untitled-1.pdf
(37.29 KiB) געווארן דאונלאודעד 242 מאל
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובה דורך ולא מיין »

ווינקל האט געשריבן:
ולא מיין האט געשריבן:בנוגע די בריוו פון הגה''צ משארמאש שליט''א, איז שוין מפורסם געווארן אז ס'איז א פלענער זיוף, און דאכציץ אז דער בריוו פון מוסדות בני יואל איז אויך נישט אמת, עפעס א לץ האט געמאכט א גוטן ארבעט.

מפי השמועה שמענו, אז הגה''צ משאפראן שליט''א ארבעט נאך אויף א קו''ק דערקעגן, אבער דערווייל האט ער נישט געקענט באקומןע די חתימה פונעם שארמאשער רב.

אמת אז ס'איז דא איינער ווואס איז (צוליב זיינע אגענדעס) מפרסם אז ס'איז א זיוף, איך האב דאס אבער איצט נאכאמאל מברר געווען פון כלי ראשון אז ס'איז וואר און קראנט.

ס'איז מיר א חידוש דיינע ווערטער, אבער איך האב דאס אויך קלאר מברר געווען, דער צעטיל האט געהאנגען נעכטן אינדערפרי אין חרדים ביהמ''ד אין קרית יואל, אבער דערנאך האט מען דאס אראפגענומען, געוואור ווערנדיג אז דאס איז א פשוט'ער זיוף, און איך ווייס עס קראנט סיי מבאי ביתו, און סיי מבניו אז ס'איז א פשוט'ער זיוף, און אזוי איז ידוע ומפורסם אין די בני יואל קרייז.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובה דורך האלץ האקער »

איך מיין אז די מהלך וואס מ'לייגט אראפ אז ווייל איינער האלט נישט פון די כינוס איז ער אויטימאטיש אויף די זייט פון אינטערנעט איז א נארישע מהלך סך הכל רעדט מען דא פון רבנים און מענטשן וואס פירן און שטעלן זיך שוין צו אידישקייט מלחמות און אלע זאכן פון כלל ישראל די אלע יארן און זיי מאכן יעצט פאר די קלים און די אלע וואס האבן ביז יעצט נאך נישט געטיען (איך מאך נישט אוועק ח"ו זייער יעצט טיען) זיי זענען די לוחמים קאם אן איינער וואס האלט אז נישט ווערט נאך נישט קיין אינטערנעט שטיצער

יא ס'איז דא מייניגן אזוי און אזוי ערליכע רבנים אזוי און ערליכע רבנים אזוי אבער קימען זאגן אז איינער וואס האלט נישט ווי מיר איז שוין א אינטערנעט שטיעצער איז נישט גערעכט וואס זייער אסאך פון די רבנים און מוסדות וואס האלטן נישט מיט די יעצטיגע כינוס האבן שוין יארן די תקנות ביי זיך ווי א שטייעגער אז טאטעס טארן נישט האבן אינטערנעט און אז מ'לערנעט נישט מיט די מיידלעך די כלים צו ווייזן אז סאיז א בדיעבד אזא ארבייט און אזוי ווייטער
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
Moshe101
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2011 1:22 pm

תגובה דורך Moshe101 »

האלץ האקער האט געשריבן:איך מיין אז די מהלך וואס מ'לייגט אראפ אז ווייל איינער האלט נישט פון די כינוס איז ער אויטימאטיש אויף די זייט פון אינטערנעט איז א נארישע מהלך סך הכל רעדט מען דא פון רבנים און מענטשן וואס פירן און שטעלן זיך שוין צו אידישקייט מלחמות און אלע זאכן פון כלל ישראל די אלע יארן און זיי מאכן יעצט פאר די קלים און די אלע וואס האבן ביז יעצט נאך נישט געטיען (איך מאך נישט אוועק ח"ו זייער יעצט טיען) זיי זענען די לוחמים קאם אן איינער וואס האלט אז נישט ווערט נאך נישט קיין אינטערנעט שטיצער

יא ס'איז דא מייניגן אזוי און אזוי ערליכע רבנים אזוי און ערליכע רבנים אזוי אבער קימען זאגן אז איינער וואס האלט נישט ווי מיר איז שוין א אינטערנעט שטיעצער איז נישט גערעכט וואס זייער אסאך פון די רבנים און מוסדות וואס האלטן נישט מיט די יעצטיגע כינוס האבן שוין יארן די תקנות ביי זיך ווי א שטייעגער אז טאטעס טארן נישט האבן אינטערנעט און אז מ'לערנעט נישט מיט די מיידלעך די כלים צו ווייזן אז סאיז א בדיעבד אזא ארבייט און אזוי ווייטער

איר זענט מיליאן פראצענט גערעכט ...אבער !!
האט איר אויך ממליץ טוב געווען אויף די צענדליג טויזענטער אידן יראים ושלימים וואס וועלן זיך אי"ה יא משתתף זיין אז זיי מיינען חלליה נישט עובר צו זיין אויף התבדלות ?
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובה דורך מחזור »

היינט דינסטאג נאכט פרשת בה"ב וועט זיין אז דרשה פון הגה"צ ר' אפרים הערש שמילאוויטש אבד קרעמניץץ בבית מדרשו אויף פענן סט בענינים העומדים על הפרק
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

aperlscript האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איז דא ערגעץ די דרשה פון שאפראנער רב שליט"א אפגעדרוקט?

תודה רבה
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

Moshe101 האט געשריבן:
האלץ האקער האט געשריבן:איך מיין אז די מהלך וואס מ'לייגט אראפ אז ווייל איינער האלט נישט פון די כינוס איז ער אויטימאטיש אויף די זייט פון אינטערנעט איז א נארישע מהלך סך הכל רעדט מען דא פון רבנים און מענטשן וואס פירן און שטעלן זיך שוין צו אידישקייט מלחמות און אלע זאכן פון כלל ישראל די אלע יארן און זיי מאכן יעצט פאר די קלים און די אלע וואס האבן ביז יעצט נאך נישט געטיען (איך מאך נישט אוועק ח"ו זייער יעצט טיען) זיי זענען די לוחמים קאם אן איינער וואס האלט אז נישט ווערט נאך נישט קיין אינטערנעט שטיצער

יא ס'איז דא מייניגן אזוי און אזוי ערליכע רבנים אזוי און ערליכע רבנים אזוי אבער קימען זאגן אז איינער וואס האלט נישט ווי מיר איז שוין א אינטערנעט שטיעצער איז נישט גערעכט וואס זייער אסאך פון די רבנים און מוסדות וואס האלטן נישט מיט די יעצטיגע כינוס האבן שוין יארן די תקנות ביי זיך ווי א שטייעגער אז טאטעס טארן נישט האבן אינטערנעט און אז מ'לערנעט נישט מיט די מיידלעך די כלים צו ווייזן אז סאיז א בדיעבד אזא ארבייט און אזוי ווייטער

איר זענט מיליאן פראצענט גערעכט ...אבער !!
האט איר אויך ממליץ טוב געווען אויף די צענדליג טויזענטער אידן יראים ושלימים וואס וועלן זיך אי"ה יא משתתף זיין אז זיי מיינען חלליה נישט עובר צו זיין אויף התבדלות ?

הונדערט פראצענט, חוץ ב"י און נטו"ק זאגט קיינער נישט אז דער ציל פון די אסיפה איז צוברעכן דעם חומת התבדלות
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

יעדער דארף טיען ווי אזוי זיין מורה דרך הייסט, און אויב הייסט ער גיין איז ער מחיוב צו גיין ע"פ תורה
מיין מורה דרך פין אלע יארן איז שאפראנע רב שליט"א און איך וועל מיך אי"ה צו שטעלן צו זיין דעת תורה,
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
בערטשע
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2012 11:28 pm
לאקאציע: צווישן איין דארף און צווייטן

תגובה דורך בערטשע »

נעכטן אויסגעהערט די פלאמפייערדיגע דרשה פון הגה"צ אב"ד יאוואזשנע שליט"א ביים ל"ג בעומר טיש. עס איז גאר רירנדע ווערטער, ער שרייט און וויינט זיך אויס מנהמת ליבו הטהור איבער די חורבנות וואס די כלים מאכן אן, און ער טענה'ט אז די איינציגסטע וועג איז צו מאכן א שטורעם.

ער אדרעסירט אויך זייער אויפריכטיג די פראבלעם איבער התבדלות, ס'איז כדאי צו הערן.
א אנגענעמע רייזע מיט "בערטשע" דער בעל עגלה
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

בערטשע האט געשריבן:נעכטן אויסגעהערט די פלאמפייערדיגע דרשה פון הגה"צ אב"ד יאוואזשנע שליט"א ביים ל"ג בעומר טיש. עס איז גאר רירנדע ווערטער, ער שרייט און וויינט זיך אויס מנהמת ליבו הטהור איבער די חורבנות וואס די כלים מאכן אן, און ער טענה'ט אז די איינציגסטע וועג איז צו מאכן א שטורעם.

ער אדרעסירט אויך זייער אויפריכטיג די פראבלעם איבער התבדלות, ס'איז כדאי צו הערן.

העתקה ביטע
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובה דורך האלץ האקער »

מי יודע האט געשריבן:

הונדערט פראצענט, חוץ ב"י און נטו"ק זאגט קיינער נישט אז דער ציל פון די אסיפה איז צוברעכן דעם חומת התבדלות

ס'איז נישט אמת זיי שרייען נישט אויף קיינעם פארקערט ס'איז דא פון זייערע רבנים וואס זענען דערפאר ווי למשל הגה"צ ר טודרוס און אב"ד אראד - מאנטעווידע און נאך וואס קערען אן מיט זייער ציבור און אפי' שאפראן'ער רב זאגט אז מטאר נישט גיין אבער ער זאגט נישט אז די וואס גייען זענען ווייס איך וואס ער רעדט נאר אז מזאל נישט גיין צוליב די סיבה אז די לעצטע ווארט און אלעס גייט מיט זייערע רבנים און פסקים אבער ער בארעדט נישט די וואס פאלגן זייערע רבנים און גייען יא
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

האלץ האקער, שאפראנער רב זאגט קלאר אז א סאטמארער טאר נישט גיין אויב ער וויל נישט עובר זיין על דעת מרן ז"ל.

האסט געמאכט א שטיקל קוגל, ס'איז נישט אבער כדאי דאהי דאס אויסצושמועסן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”