אייוועלט איז אויס וועלט!

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

קרעמער איין זאך דארפסטו וויסען אז די לאזט די גאנצע הארעוואניע אויף הפקר, און ווער ווייסט וואס עס וועט געשען, ווי לאנג די ביסט דא געווען האסטו געהאלטן דעם עולם און די ראמען, ווער ווייס וואס עס גייט געשען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
PDF
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך PDF »

גובערנאטור האט געשריבן:
א גערויש אין הימל, ס'טוט זיך א טומל, מלאכים מיט קנאה,
זיי קענען נישט פארשטיין, ווי פלייש און ביין, האבן דערגרייכט אזא בחינה...

משמאילים: אפשר קענסטו מיר מסביר זיין וואס איז דע צונאמי דא? פארוואס שאקלען זיך אלע עולמות שוין אפאר טעג אן אויפהער?

מיימינים: אפשר צוליב די גרויסע כינוס כלל ישראל וואס גייט פארקומען.

משמאילים: עה, קענישט זיין, ס'דאך נאכנישט געווען, און שוין טרייסלט אלעס אזוי שטארק?

מיימינים: אה דו האסט נישט געהערט? ס'טוט זיך א מהפיכה דארט אונטן, ס'דא איינער וואס האט מיט מסירת נפש געטוישט זיינע געוואוינהייט וואס ער איז שוין צוגעבינדן צו דעם אסאך יארן, און ער האט אלעס איבערגעלאזט לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו.

משמאילים: נו, מילא, ער איז דאך איין מענטש סך הכל, פארדעם "אזא" איבערקערעניש?

מיימינים: איך זעה ס'טוט זיך ביים בי"ד, לאמיר גיין.
***
משמאילים: איך זעה נאנכישט די גרויסע איבערקערעניש וואס דא טוט זיך, איין מענטש האט סך הכל געטון א פעולה טובה, נו איז וואס?

בי"ד: וואס פארשטייט א מלאך צו נסיונות פון א בשר ודם! א מענטש זאל זיך אפרייסן פון זיינע געוואוינהייטן איז א ביטער שווערע זאך, און א מלאך קען דאס נישט פארשטיין!

מיימינים: ענטשולדיגט, אבער איך בין אלעמאל מלמד זכות אויף אידישע קינדער, אבער פונדעסטוועגן פארשטיי איך אויך נאכנישט די ריזיגע איבערקערעניש.

בי"ד: לאמיר עס ריכטיג מסביר זיין, אידישע קינדער האבן זיך געדרייט אויף שלעכטע מקומות, אידן זענען נכשל געווארן טאג טעגליך אין שלעכטע זאכן, איז געקומען איינער, מיטן כוונה אויפצוטון פאר אידישקייט, און געראטעוועט הונדערטער (אדער טויזענטער) אידישע קינדער פון עבירות און מחשבות זרות.
דער איד האט אויפגעטון א וועלט! און דער עולם האט עס אנערקענט, ער האט באקומען קאמפלימענטן און חיזוק פון אלע זייטן, און הבטחות אז מזכה את הרבים אין חטא בא על ידו.
און אז א מענטש זאל אפלאזן די אלע פארגעניגנס, אויף די וועלט און אויף יענע וועלט אלעס כדי לעשות נחת רוח לבורא, דאס איז גאר גאר גאר א גרויסע זאך.


משמאילים: אבער איין מינוט, לאמיר זאגן מ'רופט איינעם צו הצלה קאל, און ער זאגט ער דארף יעצט גיין לערנען, טוט ער א מצוה צו אן עבירה?
דא האט ער געראטעוועט יעדן טאג מענטשן פון עבירות און יעצט לויפט ער אוועק צו טון אנדערע מצוות? וואס איז די גדולה פון דעם?


בי"ד: אוי וואס פארשטייסטו, ער האט אפגעטוון זיינס, יעצט אז די זאך פארט שוין קען זיך עס באגיין, און יעדער וואס רעדט די ווערטער און זאגט דאס, איז נאר מוסיף שכר על שכרו, ווייל דאס מאכט אים טראכטן אז אפשר טאקע... און אז ער איז זיך מתגבר אויף די אלע מחשבות, דאס מאכט די זאך סאך סאך גרעסער!

מיימינים: מעג מען וויסן די שכר וואס ער גייט באקומען פארדעם?

בי"ד: זיין שכר? עין לא ראתה! ס'נישטא קיין ווערטער דאס פארצושטעלן! א הויכע הויכע פלאץ וואס קיין שום מלאך ושרף קען נישט אהין דערגרייכן!
קוק נאר וויאזוי ס'קוקט יעצט אויס, הערסט? הערסט? מ'רופט אויס אין אלע עולמות "הבו יקר לקרעמער דעביד נחת רוח לקודשא בריך הוא!!"
אויך זיינע זיידעס זענען שוין אלע געהעכערט געווארן זייערע פלעצער אין גן עדן צוליב דעם, און זיי ווייסן נישט וויאזוי זיך אהין צו טון פאר גרויס גליק.


משמאילים: הייסט דאס אז נאר אויפן עולם העליון וועט ער באקומען שכר, אקעי נישט געפערליך...

בי"ד: חס ושלום!! ער וועט זוכה זיין צו השפעות טובות אן א גבול און אן א שיעור! הרחבת הדעת מיט כל טוב זיין גאנץ לעבן!

מיימינים: און וואס טוט זיך מיט זיינע קינדער?

בי"ד: אה דאס איז א זכות וואס וועט ביישטיין פאר אלע זיינע דורות, ער וועט זוכה זיין צו גאר גאר לעכטיגע קינדער און אייניקלעך וואס וועלן באשיינען כלל ישראל!

משמאילים: אבער איך האף אז נאר פאר אים אליין גייט אן די אלע זאכן?

בי"ד: א נעכטיגן טאג! קודם האבן דאך הונדערטע אידן געהאט – און וועלן נאך האבן – הרהורי תשובה נאר וועגן דעם.
חוץ פון דעם ווען א עושר מאכט חתונה טיילט דאך אסאך געלט און קוקט נישט פאר וועמען, ווען כביכול איז בשמחה טיילט ער השפעות טובות בלי שיעור פאר גאנץ כלל ישראל.


מיימינים: און וואס איז מיט די וואס וועלן אים נאכמאכן?

בי"ד: דער אייבערשטער האט גענוג פאר יעדן, יעדער וועט באקומען אן אויסנאם, אין הקב"ה מקפח שכר כל ברי'.

משמאילים: אבער איך האף אז מיט דעם איז עס פארטיג.

בי"ד: ניין, ס'האט א שטארקע שאקל אז ס'זאל מקורב ווערן די גאולה, פונקטליכע פרטים איבערדעם איז מליבא לפומי' לא גליא, כמוס הוא עמדי חתום באוצרותי, און דאס וועט מען נישט וויסן נאר ביז יענעם מעמד אליין ווען ס'וועט זיין דעם ונפוצותינו כנס מירכתי ארץ בקרוב בימינו אמן.


איך מיין מ'קען מאכן א נייע פראז..
ווקגאצ?
(וואס וואלט קרעמער געשריבן אזא צייט?)
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

קרעמער האט אנגעצינדן זיין טעלעפאן

נעמט אים באמבאדירן מיט מעסעדזשעס ער זאל אויפהערן מיט די אפריל פולס אום מאי
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

DotCom האט געשריבן:
אךשמח האט געשריבן:לכבוד ידידי היקר ר' קרעמער שליט"א,

איך ווייס נישט וואו אנצוהייבן, וועלכע ווערטער און פראזן צו נוצן.

פונקט ווי אלע בין איך זייער סורפרייזד איבער דיין - מעגליכע - ארויסטריט פונעם אינטערנעט שרייבעריי, וואס פאר מיר ווי פאר אלע וואס האבן געליינט דיינע געשמאקע מאמרים און אינהאלטפולע ארטיקלען איז עס א גרויסער פארלוסט, און דעריבער זענען די מחשבות זייער פארוואלקנט.

איך וועל אבער פרובירן זיך מצמצם זיין און שרייבן אפאר ווערטער פון חיזוק פאר מיין טייערער און אור אלטער פריינט פון פילע יארן.

מיין צוגעבינדקייט צום אינטערנעט איז - ווי עס איז דיר פערזענליך באקאנט - געווען אומגעהויער, און צו שרייבן דערויף איז געווען פון די זאכן וואס גארנישט אין דער וועלט האט עס נישט געקענט אפשטעלן. וויפיל עצות און הילף איך האב נאר פרובירט האט גארנישט געהאלפן. איך וועל נישט שרייבן ברבים ווי ווייט איך בין געגאנגען צו קענען שרייבן נאך א ווארט און נאך אן ארטיקל אויפן געוועב.

איין עצה וואס אלע פארשטייער האבן פארגעשלאגן איז געווען, זיך אינגאנצן אפהאקן פונעם נעט! און וואס נאר דאס וועט קענען העלפן, אבער עס זאגט זיך גרינגער ווי צו אפילו טראכטן עס צו טאן.

גאט ברוך הוא האט אבער געהאלפן אז עס איז געקומען צו א מצב וואס עקסעס צום אינטערנעט איז מיר געווארן גאר שווער און ממש אוממעגליך, און אזוי איז געווען צוויי דריי חדשים וואס איך האב נגד רצוני זיך דערפון ממש אפגעשאקלט, און נישט געשריבן, און שפעטער, ווען איך האב יא געהאט צוטריט צום נעט, איז די תאווה ממש אוועק פון מיר, און עטליכע יאר דערויף, האב איך זעלטן גענוצט מיין פעדער.

אין די פאר יאר וואס איך בין געווען אפוועזנד פונעם נעט, האבן זיך זאכן אין די אידישע נעט גאר דראסטיש געטוישט, און שפעטער ווען איך בין צוריקגעקומען שרייבן אביסל, זענען מיינע אלטע ידידים ווייניג דא געווען, און די וואס זענען נאך יא געווען, האבן זיך געטוישט די ניקים... און איך האב זיך אביסל געשפירט ווי א איד פון פריערדיגן דור... און איך האב אנגעהויבן צו שרייבן אויף א קליינעם פארנעם, און אזוי האלט עס אן ביז היינט, און אפילו איך ליין אסאך, האב איך נישט די רייץ צו שרייבן ווי אמאל, און איך שרייב ממש ווען ס'מיר גאר גרינג.

אלזא, די איינציגע עצה וואס איך קען געבן פון עקספיריענס, אויב איז דיין ציל זיך אפצושאקלען פונעם שרייבעריי רייץ וואס לויט ווי איך פארשטיי איז דאס דער שווערסטער חלק און וואס איז ממש אן אכזר אין צייט שניידעריי, איז זיך גענצליך צוצומאכן פונעם נעט, און ספעציעל טאקע דא פון אייוועלט, וואס וועט זיכער זיין גאר א שווערע און ביטערע פיל, אבער די פרוכט וואס דו וועסט שניידן דערפון, וועלן איבערוועגן די פאר חדשים פון אפוועזנהייט דערפון.



ווענישט איך זעה דיין ניק דא וואלט איך ווי געשוואוירן אז דאס האביך געשריבן... ממש יעדעס ווארט עקסטער, אינטערסאנט געווען צו ליינען.


א דאנק פארן קאמפלימענט!
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

גובערנאטור WOW
גיבסט מיר חשק נאכצוטוהן קרעמער'ן

זאל קרעמער'ס באשלוס און די זכותים וואס דו ביסט מעורר אויבן משפיע אויף אונז אלע, ונזכה לבנין בית המקדש בב"א

שמערי לייג גובערנאטור'ס תגובה אלץ ערשטע בלאט וואס דו שיקסט צו קרעמער
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

רבותי, אלעס זייער שיין, אבער צי בויעט מען נישט אלעס אויף לופט? אויף א טוויטער וואס ער זאגט אן אז "אפשר", און אויב יא" נאר צוליב דעם כינוס?

טראכט איר אז אן א געזעגענונגס ווארט האט ער אזוי כאפ-לאפ; נישט-מיר-נישט-דיר ארויסגעצויגן דעם נעטווארק ווייער, און געלזאט אלעס פייפן? אלע אימעילס, פריוואטע הודעות, זיין פארמעגן אייוועלט, די גאנצע מעשה, אלעס אויף הפקר?? דאז איז אביסל אומרעאליסטיש געטראכט, און אויכעט אומפאראנטווארטליך, וואס איז גלייב נישט אויף קרעמער'ן (כאטש כ'קען אים נישט פערזענליך).

אפשר האט זיך געמאכט עפעס אן עמוירדזשענסי וואס ער קען נישט רעספאנדן דא? אפשר האט ער נישט קיין עקסעס צום אינטערנעט? אפשר די קאמפיוטער צובראכן? אדער כ'ווייס נישט וואס נאך?

איר טראכט אז ער זעהט אדער ווייסט די אלע הארציגע בקשות דא און פשוט ער מאכט זיך נישט וויסנדיג? ס'קען נישט זיין.

גיבט עס אפאר טעג, און מען וועט זיכער הערן פון אים. אויב נישט פערזענליך, פילייכט דורך איינע פון זיינע נאנטע מקורבים, שרייבער אויף אונזער וועלטל.

ונזכה ונחי' ונראה.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

פארגעסט אז די טוויטער אקאונט איז פארמעקט געווארן. און ירוחם ווייסט עפעס מער פון אונז.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

קרעמער שרייבט מיר אויף טעקסט אז ער האט פארמאכט זיין טוויטער אקאונט, און ער האפט אויפצוהערן שרייבן דא
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גובערנאטור »

פרעג אים צו אלס מפרסמין עושי מצוה מעג מען שוין מפרסם זיין זיין נאמען? (עכ"פ אין אישי)
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

שנאפס האט געשריבן:קרעמער שרייבט מיר אויף טעקסט אז ער האט פארמאכט זיין טוויטער אקאונט, און ער האפט אויפצוהערן שרייבן דא


אויב דו קענסט זיך טעקסטן מיט אים, פארוואס זאגסטו אים נישט וואס טוט זיך דא? זאל ער כאטש לאזן צוואה? עפעס א ווארט???
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

גובערנאטור האט געשריבן:פרעג אים צו אלס מפרסמין עושי מצוה מעג מען שוין מפרסם זיין זיין נאמען? (עכ"פ אין אישי)


אויב יא, ביטע אישי מיר אויכעט....
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

איך בין זיכער אז ער ווייסט וואס דא טוט זיך, ער איז נישט אזא לעמעלע
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

איך גלייב נישט וואס איך ליין דא!!!

אויב איז דאס אמת, דארף מען קלאגן: נפלה עטרת ראשינו?!! איי-וועלט וועט קיינמאל זיין די זעלבע אן קרעמער!

איך האף אז עס איז נישט אמת און מיין גרונד דערצו איז ווייל קיין איינע פון די אחראים און מנהלים האבן נאכנישט מגיב געווען דעריבער.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

דו מוזט נישט גלייבן, עס ווילט זיך מיר אויך נישט גלייבן
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

שמעק_טאביק האט געשריבן:
גובערנאטור האט געשריבן:פרעג אים צו אלס מפרסמין עושי מצוה מעג מען שוין מפרסם זיין זיין נאמען? (עכ"פ אין אישי)


אויב יא, ביטע אישי מיר אויכעט....


ח"ו, ארור מכה רעהו בסתר!

קיינער האט נישט קיין שום רעכט ארויסצוגעבן א נאמען פון סיי וועלכע ניק א געוועזענע צו א היינטיגע, נישט ביחיד און נישט ברבים!
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

האט עמיצער געזען 'לכתחילה אריבער'?
ער האט שוין נישט געשריבן זייט פרייטאג.
עת לקרות | ועת לתגוב
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

ער האט דא באזוכט עטליכע מינוט צוריק.

ביטע, כ'האב א שוואכע הארץ.
לעצט פארראכטן דורך קראק-פאט אום מאנטאג מאי 14, 2012 2:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גובערנאטור »

טראנספארט האט געשריבן:
שמעק_טאביק האט געשריבן:
גובערנאטור האט געשריבן:פרעג אים צו אלס מפרסמין עושי מצוה מעג מען שוין מפרסם זיין זיין נאמען? (עכ"פ אין אישי)


אויב יא, ביטע אישי מיר אויכעט....


ח"ו, ארור מכה רעהו בסתר!

קיינער האט נישט קיין שום רעכט ארויסצוגעבן א נאמען פון סיי וועלכע ניק א געוועזענע צו א היינטיגע, נישט ביחיד און נישט ברבים!

איך ווייס נישט וואס דו ווערסט אזוי ווילד, מ'האט נאר געבעטן אויב ער געט רשות. קאמ דאון.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

ס'איז זייער גיט אז ער איז געווארן ווילד, ווען נישט ! וואלט זיך אנגעפאנגען דא א גילו פון אלע זייטען
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

די אנדערע זייט פונעם מטבע...

ווי שטארק קרעמער האט נאר געגליכן דעם וועלטל, איז דאס שוין די לעצטע עטליכע יאר מער געווען א חוב פאר אים מיט גענוג שוועריקייטן וואס איז מיטגעקומען מיטן אנפירן אזא קרעטשמע. עס איז אים ווייט נישט געווען אזוי גרינג ווי מאנכע מיינען אז אויסער זיין געמעקעכטס און קאמענטס האט ער זיך געקענט זיך לייגן שלאפן מיט א רואיגקייט, ווען אין פאקט איז דאס אנפירן מיט דעם וועלט מיטגעקומען מיט גענוג שוועריקייטן, באשלוסן און טענה'רייען וואס האט אים צוגענומען גענוג רואיגקייט פון זיין פריוואטן לעבן וואס איז היבש באקריוודעט געווארן פון ווען ער האט אנגענומען דעם פאסטן אנצופירן דעם דאן רואיגן (לייען: לעבעדיגן) היימישע קרעטשמע ביז צום היינטיגן ריזיגן ברייט פארצווייגטן אידישע וועלט וואס איז געבוקמארקט ביי יעדן אידיש ליינערדיגן אויפן אינטערנעץ. (דאס וואס ער האט דאס אנגענומען פאר א זכי' און פרובירט דאס מערסטע וואס מעגליך אז דאס זאל אים זיין א האבי נעמט גארנישט אוועק פון די שווערעקייטן.)

פון די אנדערע זייט האבן מיר מזל אז ער איז שוין די לעצטערע יארן געווארן ווייניגער און ווייניגער אקטיוו אזוי אז דאס זעץ זאל זיין וואס גרינגער, אבער זיין רעזיגנאציע נאכן זיין ווי דער פאן טרעגער פונעם קרעטשמע וועט סייווי סיי זיין א שווערער פיל אראפצושלינגען.

נאר וואס דען, שוין געווען גענוג חברים וואס האבן זיך אפגעטראגן פון דא און מען האט געמיינט אז די 'וועלט' גייט אונטער אן זיי, אבער נאך א שטיק צייט האט מען פארגעסן פון זיי למחצה ולשליש ולרביע. כאטש קרעמער קען נישט פארגליכן ווערן צו קיינעם בעפאר צוליב זיין פירנדן עקזעקוטיוו ראלע, וועט די וועלט פארן ווייטער מיט די גאר אינהאלטסרייכע חברים וועלכע האבן נאכנישט אויסגעשאלטערט דעם קאמפיוטער פונעם נעץ און וועלן זיכער מאכן אז אייוועלט זאל ווייטער זיין אן ארט אויפן נעץ וועלכע איז די מערסטע אויסגעהאלטן פארן חרדי'שן איד איבער די וועלט.

קרעמער'ס באשלוס האט יעדער פארשטאנען אז ס'וועט מיט די צייט סייווי מוזן פאסירן, פונקט ווי יעדער דא פארשטייט אז נישט איך און נישט דו וועלן דא שטענדיג בלייבן זיצן.

אבער אנדערש פון די פריערדיגע וועלכע האבן טאקע איבערגעלאזט א חלל מיט זייערע פון הימל באשאנקענע טאלאנטן און מייסטערווערק, וועלן אבער די ליינער פון קרעטשמע - געוועזענע, היינטיגע און קומענדיגע - שטענדיג דאנקבאר זיין פאר קרעמער פאר זיינע פילע לייסטונגען פארן אהערשטעלן דעם קרעטשמע וואס מען קען ניטאמאל אויסרעכענען אירע מעלות, די זכותים וועלן דיר זיכער באגלייטן אויף שטענדיג.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

קרעמער נעמט אחריות אויב וועלן אידן אנקומען אין אנדערע מקומות צוליב וואס זיין גאלדענע פעדער באגלייט אונז שוין נישט?
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

אללי לי, אזעק ואצרח איך נפלו גבורים במלחמה ואבדו כלי מלחמתם.

עליונים בקשו את רבי ותחתונים בקשו את רבי, ונצחו אראלים את המצוקים......

יא, קרעמער'ס ריינער נשמה און גוט הארץ, וואס גם אני הקטן האב די זכי' געהאט צו געניסן פון זיין גאלדן הארץ, איז ווארשיינליך א פארגאנגענהייט.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

ולא מיין האט געשריבן:אללי לי, אזעק ואצרח איך נפלו גבורים במלחמה ואבדו כלי מלחמתם.

עליונים בקשו את רבי ותחתונים בקשו את רבי, ונצחו אראלים את המצוקים......

יא, קרעמער'ס ריינער נשמה און גוט הארץ, וואס גם אני הקטן האב די זכי' געהאט צו געניסן פון זיין גאלדן הארץ, איז ווארשיינליך א פארגאנגענהייט.

כ'האב פאר דיר נייעס: קרעמער לעבט נאך ב"ה!
הנותן לשכוי בינה...
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

תרנגול האט געשריבן:
ולא מיין האט געשריבן:אללי לי, אזעק ואצרח איך נפלו גבורים במלחמה ואבדו כלי מלחמתם.

עליונים בקשו את רבי ותחתונים בקשו את רבי, ונצחו אראלים את המצוקים......

יא, קרעמער'ס ריינער נשמה און גוט הארץ, וואס גם אני הקטן האב די זכי' געהאט צו געניסן פון זיין גאלדן הארץ, איז ווארשיינליך א פארגאנגענהייט.

כ'האב פאר דיר נייעס: קרעמער לעבט נאך ב"ה!


איך מיין דאך נישט אים, איך מיין דאך זיין גייסט, און נישט אויפ'ן וועלט נאר אויף איי וועלט.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

בין איך דער איינציגסטער וואס האפט נאך אז קרעמער וועט צוריק קומען?
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”