חז"ל זאגען אונז אז כדי לערבב השטן קומען די וויכטיגסטע זאכען אן בעקיפין, ווייל דער שטן לאט עס נישט צו.
מלכות בית דוד ומלך המשיח יוכיח. דער שטן וויל נישט צו לאזען דער גאולה שלימה און פארלייגט זיך און גאנצען צו חרוב מאכען דער כינוס אדער כאטש עס פארוואסערען. We aren't yet out of the woods
די חב"ד רבנים האבען געארבעט שעות על גבי שעות צו פארהאנדלען מיט די עסקנים אז מען זאל זיי לאזען זיין א חלק פון כלל ישראל, און נעמען א חתימה פון זייערע רבנים (נישט משיחתטען נאר די דריי אקטיווע קראון הייטס רבנים ועוד. און מען האט זיי מדחה געווען מיט תירוצים שונים, ובתוכם אז חב"ד האט זיך קיינמאל נישט צוגעשטעלט, ווייל דער חבדסקער רבי איז נישט געקימען צו גיוס בנות פראטעסט, חב"ד האט גענפערט אז דער רבי האט געשיקט די ישיבה, און די חסידים וביקצור לאחר משא ומתן ארוך וממושך, האבן זיי דארטען ארויס געברענגט אלע חסרונות פון חב"ד און אז א ליטווישער בחור קען נישט זיצען נעבען א חבדסקער, ועוד ועוד.
דודל האט געשריבן:דא בין איך מודיע פאר אלע חבדסקער אז זיי קענען רואיג קויפען טיקעטס ביי די עסקנים אדער אויף אימייל, אויב עס וועט זיין א פארלאנג וועט מען אפילו צושטעלן באסעס פון קראון הייטס
סהאט נישט קיין שום פירוש צו גיין צו א פלאץ ווי דיינע רבנים זענען ביי זיי פסול
אויב עס איז אמת, וויל זיך וויינען אז מען זאל זיין אזוי רשעותדיג און אויס שליסען חב"ד פון דער כינוס. אויב עס איז אמת האט דער בעל דבר מיט וואס צו גיין צום כסא הכבוד שרייען בניך חטאו און צונישט מאכען דער גאנצער כינוס. עס שטעכט מיר דאס צו הערען און נאך מער צו שרייבען.
אמת אז חב"ד האט זיך נישט צו געשטעלט צום כינוס אנטקעגען גיוס בנות מיט דער תירוץ אז חב"ד איז קיינמאל נישט געגאנגען צוזאם מיט כלל ישראל, נישט מיט די אגודה און נישט מיט גארנישט, און דאס איז שוין אזוי איבער הונדרעט יאר, און אוודאי האט כלל ישראל נישט מקבל געווען דאס פוילע תירוץ, און ווען מיין שווער זז"ג (וואס איז געווען ביי יענע כינוס) רעדט דערפון ברויזט ער אויף חב"ד HOW DARE
alte zida האט געשריבן:קאן זיין מען זאל אויפהערן האקן אין טשייניק און קאכן שטותים ??? די אלע וואס האקן אז די כינוס איז ממש א חרבן פאר כלל ישראל איז ווייל זיי האבן געהערט פון זייער רבי׳ס..... אז זייער רבי האלט אז די כינוס איז ממש א חרבן פאר קלל ישראל, זאל ער איינמאל הערן אז זיין רבי האט געטוישט זיין מיינוג און ער האלט יא פונעם כינוס גייט ער מאכן א דריי הינדערט און פופציג דעגרי יו טורן און איבערדרייען זיין מיינונג מן הקצה אל הפצה און ווערן תוך כדי דיבור פון די הייסטע שוויצער׳ס פארן כינוס און האבן טויזענט און איינס הסבירים פארוואס דער כינוס איז ממש לעבנס וויכטיג פאר כלל ישראל און אן דעם גייט זיין א חרבן פאר כלל ישראל און ידער שיינער יוד וואס זאגט פאר זיין ציבור נישט זיך צו באטייליגען גייט דאס זיין א בכי לדורות....
אונזער וועלטל איז העכער פון דעםחברים יקרים לאמיר האלטן דעם מקום ריין פליז!!!
חסידות איז געשטעלט אז מען פאלגט א רבי'ן, און אזוי דארף עס צו זיין! יודשקייט איז געשטעלעט אז מען פאלגט א רבי'ן, און אזוי דארף עס צו זיין!
קונטרס כינוס כלל ישראל - אין בליק פון תלמידי וחסידי סאטמאר האט געשריבן:קענט איר זען אזעלכע שטייגער אידן ווי רבי יודל ראזענבערג און רבי שלום לויפער ז"ל זיצן ביי אזא "כינוס" אין א "סטעידיום" (אן א דאך) מיט גרויסע סקרינס, ווען מימינם ומשמאלם זיצן בלויע העמעדער מיט געשוירענע בערד?...
קענט איר זען אזעלכע אידן ווי החסיד המרומם רבי אלימלך הגדול לאנדא, רבי הירצקא יאקאבאוויטש, רבי לייבעלע גליק, רבי אליעזר ליימזידער, רבי נתנאל פארקאש, רבי שמעון לויפער, רבי שלום נחמן פילאף, רבי הערשל רובינשטיין, רבי משה ארי' גליק, רבי חיים הערש יאקאבאוויטש, רבי יעקל שווארץ, רבי אהרן פאללאק, רבי אברהם'לע ווערצבערגער, רבי הערשל לעפקאוויטש ובניו, צו סיי וועלכע "היימישער" איד פון פאריגן דור - זיצן ביי אזא כינוס?! קיינמאל!!!
האט שוין א קלוגער איד דערויף געענטפערט, אז "קענט איר זען אזאלכע אידן ווי החסיד המרומם וכו' וכו' וכו' צו סיי וועלכע "היימישער" איד פון פאריגן דור - מיט א ענדרויד אדער א אייפאון"?... ודוק בזה.
די אידן וואס זיצן אין ביהמ"ד מיט די ענדרויד אדער א אייפאון זענען נישט געזיצן דערמיט נעבן אזעלכע אידן ווי רבי אלימלך הגדול לאנדא, רבי הירצקא יאקאבאוויטש, רבי לייבעלע גליק, רבי אליעזר ליימזידער, רבי נתנאל פארקאש, רבי שמעון לויפער, רבי שלום נחמן פילאף, רבי הערשל רובינשטיין, רבי משה ארי' גליק, רבי חיים הערש יאקאבאוויטש, רבי יעקל שווארץ, רבי אהרן פאללאק, רבי אברהם'לע ווערצבערגער, רבי הערשל לעפקאוויטש ובניו.
הכי קתני: האט שוין א קלוגער איד דערויף געענטפערט, אז "היינט אז אייניקלעך פון אזאלכע אידן ווי החסיד המרומם וכו' וכו' וכו' זענען שוין און שאול תחתית און עס הענגט א שווערד צו פארציקען נאך פון זייערע געראטענע אייניקלעך, אז נישט נאר קען מען זיי זעהן זיצען ביי דער כינוס נאר גאר זיי זעהן לויפען צום כינוס"?... ודוק בזה.
דער תהילים איד האט געשריבן:ניק ניק, דו מיינסט צו זאגן אז דו וואלטסט נישט געזיצן ביי א כינוס וואו עס קומען וויזניצע אידן?
טאטע.
ווילסט רעדן גראב? איך נישט. קוק אריין אין מיין רביס ספרים און איך לאז דיך רעדן פאר מיר.
איך וויל רעדען איידעל. האסט געמאכט א הפרו תורתיך פון דיין רבי'נס תורה. ביי מיר איז זיכער אז "על כגון דא" האט ער זיכער נישט געמיינט, ווי עס ווערט געברענגט און 'בית ועד לחכמים' עמ' שפ"ה.
דאכט זיך מיר אז מען קען נישט אנווייזן אויף קיין איין מאל אין די היסטאריע ווי די תלמידי חתם סופר און די גדולי אונגארן האבן אוועקגעקוקט אויף פרינציפן כדאי אויפצוטון, מוז זיין אז די זאגסט א אייגענע סברא, הגם איך פארשטיי דיין נקודה, אבער ווער נישט אזוי צוקאכט ווען א צווייטער זאגט נישט אזוי. איך וועל מסביר זיין די ווערטער פון טאטע. די רבי ברענגט אסאך מאל אראפ די רבינו יונה, הרחק משכן רע ואל תתחבר לרשע, אז פון איינעם וואס איז א "שכן" מיטן רע דארף מען זיך דערווייטערן משא"כ פונעם רשע איז נאר דא א אל תתחבר און נישט קיין הרחק, די רבי איז גאר שטארק מאריך דערין.
לגבי סאטמאר מהרי"י.... (ער האט מיר דערציילט אז ביי די אסיפה בבית מהרז"ל ווען מ'האט דיסקוקסירט די ענין פון ענגליש רעדן האט איינער נאכגעזאגט פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אז כל מי שעמדו רגליו על הר סיני איז מחוייב צו גיין, און ווען מ'האט אים געפרעגט איבער די ענגליש האט ער געזאגט אז ס'איז טאקע א פראבלעם אבער יעצט איז א גזירת שמד און מ'דארף ע"פ הלכה פארקוקן אויף אלעס, און דאס האט באוואויגן מהרז"ל יא ארויסצוקומען.)
חב"ד: ....
לסיכום הענין, וויל איך קלאר מאכן אז כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די פרטים, כ'זאג וואס כהאב געהערט, און יעדער קען דרייען דערמיט. (אינעם פארגאנגענהייט ווען כ'האב געשריבן בשם דער עסקן האב איך שוין באקומען אין אישי טעאריעס אז כ'בין דער אונטערגעשטעלטע אגענט פאר'ן כינוס דא אויף אייוועלט...)
אוהב ספרים האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:
גובערנאטור האט געשריבן:כ'ווייס אז מ'האט היינט געבעטן א חתימה פון ר' לייבוש, ווייסט איינער צו ער האט גע'חתמ'עט?
לפי השמוע האט פשעווארסקע רבי אינטערגעשריבען אויף די בריוו פון האדמו"ר מהרי"י
געוואלד, אט די געדאנקן פרעגט יעדער דעת בעל הבית וגם אני בתוכם. מיין לימוד זכות איז טאקע אז דאס איז נאר דעת בעה"ב און לאמיר האפן צו השי"ת אז דער דעת תורה וועט זיגן און דער כינוס וועט אויפטוען די ריכטיגע פעולות. אנדערש קען מען נישט פארשטיין דע גאנצער כינוס און נישט די אנפירער, אלעס איז זייער אומפארשטענדליך, אומבאלומפערט. נאר אז ס'ברענט טאר מען אפשר נישט קיין קשיות פרעגן. ווען יעדער רב זאל אין זיין שוהל שטורעמען יעדע וואך פאר קריאת התורה און ביי שלוש סעודות, ווען די גאנצע געלט וואס מען ספענדט יעצט זאל מען ניצן אויפצוקלערן "אלע" מנהלים פון "אלע" תלמוד תורות און סקול'ס און מען זאל זיך פעסט אריין לייגן. וואלט מען לכאורה מער אויפגעטון. גיי ווייס
אמש (ד) נכנס אחד מחסידי פשעוורסק אל הקודש פנימה אצל כ"ק אדמו"ר שליט"א, ושאלה בפיו, הוא מתכנן לשהות בארה"ב באותו יום בו יערך המעמד הגדול, השאלה היא אם מוטלת עליו החובה להשתתף, האדמו"ר השיב: בוודאי מה הספק בכלל, החסיד הבהיר: כי דרך רבותינו היתה שלא להשתתף במעמדים בהם נישאים נאומים בשפת האנגלית וכדו' אלא אך ורק על טהרת שפת האידיש.
האדמו"ר השיב לו כי הוא צודק, אך במקרה כגון זה אמרו חז"ל "עת לעשות לה' הפרו תורתך", סכנת האינטרנט חמורה היא עד למאוד, ולא יאונה לו דבר אם יאזין לנאום אחד בן שעה אחת בחייו בשפת האנגלית, והעיקר שהמסר יובן, האדמו"ר ברכו שייצא לדרכו לשלום, והוסיף "כל מי שכף רגלו דרכה על הר סיני חובה עליו להשתתף במעמד הגדול למען קדושת וטהרת ישראל .
האדמו"ר לא הסתפק בכך, ומיד למחרת ביקש ממשמשיו שיביאו לו את ה'קול קורא' שחתמו עליו כל גדו"י בארץ ומחוצה לה, וצירף את חתימתו בכתב יד קודשו.