כינוס כלל ישראל אין די Citi Field Stadium

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מלאכי
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2011 11:49 am

תגובה דורך מלאכי »

אויב איז דא א המלצה צו גיין, איז דאך אטומאטיש נישטא קיין זאך וואס איז מונע, [ענגליש, התבדלות, וכו'], אויב אזוי איז דאך אטומאטיש א חיוב צו גיין, אפצוראטעווען די דורות.

און אנדערע ווערטער, איך זעה אין דעם אדער א חיוב, אדער א איסור, איך זעה נישט "רשות".

ביטע ענטפערן מיט זהירות, נישט אריינגיין אין סכנה'דיגע טעריטאריע
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובה דורך ירוחם »

יוסף שרייבער האט געשריבן:אינטרעסאנט ווי מיר האלטען היינטיגע טעג שיין דערלעבט אז אנשטאט סאטמאר זאל זיין די פאהנטרעגער און גרעסטע שטיפער צום כינוס ברענגט מען אפיר קאפיס פון אסיפת מיהאלווויץ... פון תרכ"ו.. און איינער דא פאבריצירט א פיינעם פריש געבאקענע מעשה אויף סאטמערער רב אז ער אליינס זאל עפעס האבען אזאנס געזאגט פאר סקולענער רבי זצ"ל.

יפה דיברת.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובה דורך שויתי'ניק »

שאינו יודע האט געשריבן:
שויתי'ניק האט געשריבן:
מלאכי האט געשריבן:נטורי קרתא איז קעגן דעם כינוס, צוליב חובת התבדלות. 212-444-1117

פארוואס מעג מען גיין מיט אראבערס מוחה זיין קעגן ציונות, און נישט גיין מיט אנדערע אידן מוחה זיין קעגן דעם אינטערנעט? זענען אגודיסטן ערגער ווי אראבערס?


ס'גייט דארט זיין א "מחאה"???


איך פארשטיי נישט וואס די האסט געענטפערט, עס איז נישט דא קיין פראטעסט קעגן די אראבערס דארטן, עס איז די אראבערס מיט די נטורי קרתא גייען צוזאמען האלטן א סיין Palestine belongs for pastiness, טראגן עסן פאר די ארימע "ברודער" אין עזה, צו גאר לעצטענס ביי די קברים פון די פגרים אין לבנון און אויסדריקן "מיטגעפיל" מיט די משפחות, איז כמדומה א התחברות
אויסער מען איז מחלק צווישן א איד א רשע און א גוי


דו ענטפערסט נאך? און ער פרעגט נאך אויף זיי?

כ'האב אים אים געענטפערט דזשאסט... :wink: :wink:
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובה דורך ים רויבער »

מלאכי האט געשריבן:אויב איז דא א המלצה צו גיין, איז דאך אטומאטיש נישטא קיין זאך וואס איז מונע, [ענגליש, התבדלות, וכו'], אויב אזוי איז דאך אטומאטיש א חיוב צו גיין, אפצוראטעווען די דורות.

און אנדערע ווערטער, איך זעה אין דעם אדער א חיוב, אדער א איסור, איך זעה נישט "רשות".

ביטע ענטפערן מיט זהירות, נישט אריינגיין אין סכנה'דיגע טעריטאריע

איך זעה נישט די מורא'דיגע קשיא, ער האלט אז מאיזה סיבה שהוא קען ער נישט שרייבען פאר זיין עולם די ווערטער "וחובה על כל אחד להשתתף" אבער ס'איז נאך אלץ זייער א חשובע זאך א כינוס לש"ש אין מ'דארף עס מחזק זיין
נישט יעדע זאך וואס איז נישט געמאכט פאר איינעם מיינט אז ס'איז שוין אסור
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובה דורך שויתי'ניק »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
די אמת'ע פראבלעם דא איז מער א טעכנישע ווי א הלכה/השקפה פראבלעם, די סטאנדארטן זענען אנדערש און אויטאמאטיש קען א געמיינזאמע ארבעט נישט קלאפן.

דאס איז קלאר אז מחליט זיין נישט צו גיין איז גאר א גרויסע אחריות, מען דארף גאר אסאך ישוב הדעת און ברייטע פלייצעס, און זיין זיכער אז עס וועט נישט שאטן פאר די עצם מערכה.


;l;p-
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

תגובה דורך ווארום »

קודם א ייש"כ פארן צוריק עפענען דעם אשכול, און געבן דאס ווארט פאר נאך אידן

יעצט לגבי די נושא:
די פארגלייכן היינט צום אמאל, איז געווארן א נושא וואס יעדער שומיגער האט א מיינונג
למשל
- פארגלייכן היינטיגע משפיעים צום בעש"ט בדורו
- פארגלייכן ערליכע אידן בדורנו (וואס האלטן אביסעלע אנדערש ווי אונז) צו נעאלאגן וכדומה
- און מנהגי מיהאלאוויטץ צום נישט לאנגן פארגאנגענהייט ווען הגה"צ מוואידעסלאוו ז"ל האט גערעדט אויף ענגליש ביי אן עצרת בנוכחת הרה"ק מסאטמאר זי"ע

און צום שליעס, געווען איז אמאל גרויסע רבנים מנהיגי העדה כדוגמת החתם סופר זי"ע און שפעטער החזון איש והרה"ק מסאטמאר זי"ע
וואס האבן געוויסט מבחין צו זיין בין נגע לנגע, ווי למשל אז די סאטמאר רב זי"ע האט גערעדט בעד און נגד שייטלן, אדער גערעדט קעגן די מדינה, בו בזמן וואס ער האט אויפגענומען גרויסע אגודיסטן און נאך
אדער די חזון איש וואס האט געקענט אויפגענומען בן גוריון

ווייל זיי האבן געוויסט ווי איין און ווי אויס!

אונז פארשטיי מיר עפעס?
מאשקאוויטש
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 9:27 pm
לאקאציע: אונטער א ברייטן רבני'שע קאפעליטש

קליינע פרטים פונעם סדר המעמד

תגובה דורך מאשקאוויטש »

האב איך נעכטן ווידער אנגעטראפן מיין'ס א באקאנטע וועלכע איז איינע פון די הויפט עסקנים צום כינוס, און כ'האב אים פארגעלייגט עטליכע פראגן אויף וועלכע כ'האב באקומען קלארע תשובות, און כ'קען באשטיין אז אנדערע זאל'ן אויך הערן, (כאטש א טייל דערפון זענען שוין געשריבן געווארן דא איז עס געווען געשמאק צו הערן ממקור ראשון).

רעדנער'ס: הרב אפרים וואקסמאן גייט זיין דער יו"ר. דער רעדנער פון די קנאי'שע עולם גייט זיין דער דזשיבוי'ער רב פון מאנטריאל. און דער רעדנער פון די אגודה'סטישע קרייזן גייט זיין הרב דוד אלעווסקי פון גור-ב"פ. פון די ליטווישע חדר האט ער מיר נאכנישט געקענט זאגן קלאר, אבער נישט ישכר פראונד, און אוודאי נישט פסח קראון, ווייל אין די פרומע לעיקוואד זענען די שטודירטע אפגעפרעגט.
די רעדנער וועלן שטיין אויף א באזונדערע פלאטפארמע אינמיטן, וועלכע דרייט זיך ארום און ארום אויף א שטייטע אופן...

אויבן אהן: עס גייט זיין צוויי שיפע אויבן אהן'ס פון עטליכע שטאק, אזוי וועט אויסקומען אז עס איז נישטא קיין צענטער (כזה \/) און עס וועלן זיצן אויסגעמישט חסידישע מיט ליטווישע, פארשטייט זיך מיט א פונקטליכע פלאן פון ווער נעבן וועם, נישט גורם צו זיין קיין עגמ"נ פאר קיינעם. און די גבאים וועלן אלע זיצן אויף באשטימטע פלעצער אונטער זייערע רבי'ס.

פילטער'ס: ער האט מיר קלאר געשטעלט אז זיי גייען נישט רעקאמענדירן קיין שום ספעציפישע פילטער, זיי גייען בלויז פארפירן אז מ'קען היינט האבן גוטע פילטער'ס אויף יעדע כלי וואס עס איז דא, און זיי גייען בעיקר -לויט ווי כ'האב פארשטאנען- אויסשמועסן די אפציעס און וויכטיגקייט פון נעמען פילטער'ס אויף די טעכנעלאגישע אפאראטן.

סאטמאר: ער האט נישט צופיל געוואלט רעדן דערוועגן אבער ער האט מיר געגעבן קורצע תשובות. לגבי סאטמאר מהר"א איז דערווייל געבליבן אז עס גייט קומען תשובה אין די נאנטע טעג, [ביי די אסיפה איז גארנישט געבליבן].

לגבי סאטמאר מהרי"י האט ער מיר געזאגט אז נאכ'ן אסיפה איז געבליבן אז ער גייט יא געהעריג ארויסקומען לטובת די אסיפה, הוא ובית דינו. וואס עס מיינט געהעריג, לאז איך פאר אנדערע מחליט צו זיין, אבער דאס האט ער מיר געזאגט.
(ער האט מיר דערציילט אז ביי די אסיפה בבית מהרז"ל ווען מ'האט דיסקוקסירט די ענין פון ענגליש רעדן האט איינער נאכגעזאגט פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אז כל מי שעמדו רגליו על הר סיני איז מחוייב צו גיין, און ווען מ'האט אים געפרעגט איבער די ענגליש האט ער געזאגט אז ס'איז טאקע א פראבלעם אבער יעצט איז א גזירת שמד און מ'דארף ע"פ הלכה פארקוקן אויף אלעס, און דאס האט באוואויגן מהרז"ל יא ארויסצוקומען.)

חב"ד: זייער נישט קומען האט גארנישט מיט קיין ליטווישע פארלאנגען, עס איז צוליב צויי סיבות, איינ'ס, ביי זיי איז נישט אינטערנעט די אידישקייט פראבלעם פונעם דור. צוויי, אפילו מ'האט יא געוואלט עפעס טון דארט איז אבער נישט געווען קיין געהעריגע פירערשאפט מייט וועם צו רעדן. דערפאר איז נישטא קיין אפציעלע אדרעסירונג פון זיי, אבער ער זאגט אז אסאך גרויסע ליובאוויטשע פלאנען מיטצוגיין, עס איז נישטא דארט קיין שום התנגדות דערצו.

לסיכום הענין, וויל איך קלאר מאכן אז כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די פרטים, כ'זאג וואס כהאב געהערט, און יעדער קען דרייען דערמיט. (אינעם פארגאנגענהייט ווען כ'האב געשריבן בשם דער עסקן האב איך שוין באקומען אין אישי טעאריעס אז כ'בין דער אונטערגעשטעלטע אגענט פאר'ן כינוס דא אויף אייוועלט...)
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובה דורך בוידעם »

מלאכי האט געשריבן:אויב איז דא א המלצה צו גיין, איז דאך אטומאטיש נישטא קיין זאך וואס איז מונע, [ענגליש, התבדלות, וכו'], אויב אזוי איז דאך אטומאטיש א חיוב צו גיין, אפצוראטעווען די דורות.

און אנדערע ווערטער, איך זעה אין דעם אדער א חיוב, אדער א איסור, איך זעה נישט "רשות".

ביטע ענטפערן מיט זהירות, נישט אריינגיין אין סכנה'דיגע טעריטאריע


קאלעגע ים רויבער האט גענטפערט זייער טרעפליך. אבער בר מן דין, ווייסטו דען וואס עס גייט שטיין אינעם בריוו, אפשר גייט ער שרייבען א פאר חיזוק ווערטער פאר די עסקנים ותו לא.

עפעס איז נאך שווער ? ביטע ענטפערן מיט זהירות, נישט אריינגין אין סכנה'דיגע טעריטאריע.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובה דורך דארפסמאן »

מאשקאוויטש : זייער שיין און קלאר

ישר כח
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2010 12:59 pm

תגובה דורך משה פאלאפל »

הרב מאשקאוויטש א דאנק, ענדליך הערט מען שוין עפעס קלארע ווערטער.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובה דורך סביב העולם »

דארפסמאן האט געשריבן:מאשקאוויטש : זייער שיין און קלאר

ישר כח
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

הרב מאשקאוויטש, שכח פארן ברענגען אפדעיטס פונעם געפלאנטן כינוס.

אויב איינער שרייבט דיך אין אישית אז דו ביסט א עסקן פאר די זאך, זאג עם אין מיין נאמען אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם, אדרבה ס'איז אונז א כבוד אז די כינוס פיהלט פאר וויכטיג מיטצוטיילן פארן עולם די פלענער... (איך זאג נישט אז דו ביסט א שליח, איך זאג פאר די וואס האלטן אזוי...)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

הרב מאשקאוויטש. א גרויסן דאנק פארן ברענגען זאכליכע אפדעיט'ס! (הלוואי זאל דער אשכול באשטיין בלויז פון די סארט תגיבות)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובה דורך SPUSMN »

דזשעב 012 האט געשריבן:
חכם צבי האט געשריבן:נאר כדאי צו האלטן א חשבון וויפיל מענשטען קומען, און נישט צו דעקן די הוצאות וואס קומט צו 3,500,000$ - דריי אהאלב מיליאן דאלער - וואס איז געגעבן דורך מערערע עשירים ונדיבי עם

אויף צו האלטן חשבון וואלט געווען גענוג א מחצית השקל (חוץ אויב די יודעי דבר [ביודעים ובלא יודעים] זענען אויפגעקומען, אז א מחצית השקל פון יענע צייט איז היינט ווערט צען דאלער)

עס איז ווערט טויזענטער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובה דורך SPUSMN »

ים רויבער האט געשריבן:א זייטיגע נקודה, ווער ס'ווייסט האבן די ליטווישע זיך אויסגענומען פארדעם אז זיי קומען נאר אויב מ'רופט נישט ליבאוויטש (א אלטע מחלוקה), פארוואס דארט פארשטייען זיי אז ס'מוז נישט זיין 'גאנץ' כלל ישראל?

אויב עס איז אמת איז עס א גרויסע עוולה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובה דורך ים רויבער »

SPUSMN האט געשריבן:
דזשעב 012 האט געשריבן:
חכם צבי האט געשריבן:נאר כדאי צו האלטן א חשבון וויפיל מענשטען קומען, און נישט צו דעקן די הוצאות וואס קומט צו 3,500,000$ - דריי אהאלב מיליאן דאלער - וואס איז געגעבן דורך מערערע עשירים ונדיבי עם

אויף צו האלטן חשבון וואלט געווען גענוג א מחצית השקל (חוץ אויב די יודעי דבר [ביודעים ובלא יודעים] זענען אויפגעקומען, אז א מחצית השקל פון יענע צייט איז היינט ווערט צען דאלער)

עס איז ווערט טויזענטער.

גוט גוט
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

תגובה דורך שמעק_טאביק »

יישר כחכם הרב מאשקאוויטש, פארן ברענגען די פרטים.

לויט דיר, גייט נישט זיין עפעס ספעציעלע חידושים. מען וועט נאר רעדן איבער די שרעקליכקייט פונעם אינטערנעט, און אויפפאדערן צו נעמען פילטערס, אנע רעקאמענדאציעס. איז דאס די "הצלת הדורות"? אינטערעסאנט.


מאשקאוויטש האט געשריבן:חב"ד: זייער נישט קומען האט גארנישט מיט קיין ליטווישע פארלאנגען, עס איז צוליב צוויי סיבות, איינס, ביי זיי איז נישט אינטערנעט די אידישקייט פראבלעם פונעם דור. צוויי, אפילו מ'האט יא געוואלט עפעס טון דארט איז אבער נישט געווען קיין געהעריגע פירערשאפט מייט וועם צו רעדן. דערפאר איז נישטא קיין אפציעלע אדרעסירונג פון זיי, אבער ער זאגט אז אסאך גרויסע ליובאוויטשע פלאנען מיטצוגיין, עס איז נישטא דארט קיין שום התנגדות דערצו.


ס'איז נישט די פראבלעם פונעם דור? דאן וואס יא? ציונות זיכער נישט... וואס איז זייער פראבלעם? אין אלע ספרים שטייען אז פאר ביאת המשיח איז דער עיקר נסיון פונעם דור אמונה און קדושה. אקעי, אפשר עפענען א באזונדערע אשכול.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
מאשקאוויטש
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 9:27 pm
לאקאציע: אונטער א ברייטן רבני'שע קאפעליטש

תגובה דורך מאשקאוויטש »

שמעק_טאביק האט געשריבן:יישר כחכם הרב מאשקאוויטש, פארן ברענגען די פרטים.

לויט דיר, גייט נישט זיין עפעס ספעציעלע חידושים. מען וועט נאר רעדן איבער די שרעקליכקייט פונעם אינטערנעט, און אויפפאדערן צו נעמען פילטערס, אנע רעקאמענדאציעס. איז דאס די "הצלת הדורות"? אינטערעסאנט.


איך האב ערווענט אז כ'בין בלויז א ריפארטער וואס הערט פון אנדערע, מיש מיך ביטע נישט אריין.


מאשקאוויטש האט געשריבן:חב"ד: זייער נישט קומען האט גארנישט מיט קיין ליטווישע פארלאנגען, עס איז צוליב צוויי סיבות, איינס, ביי זיי איז נישט אינטערנעט די אידישקייט פראבלעם פונעם דור. צוויי, אפילו מ'האט יא געוואלט עפעס טון דארט איז אבער נישט געווען קיין געהעריגע פירערשאפט מייט וועם צו רעדן. דערפאר איז נישטא קיין אפציעלע אדרעסירונג פון זיי, אבער ער זאגט אז אסאך גרויסע ליובאוויטשע פלאנען מיטצוגיין, עס איז נישטא דארט קיין שום התנגדות דערצו.


ס'איז נישט די פראבלעם פונעם דור? דאן וואס יא? ציונות זיכער נישט... וואס איז זייער פראבלעם? אין אלע ספרים שטייען אז פאר ביאת המשיח איז דער עיקר נסיון פונעם דור אמונה און קדושה. אקעי, אפשר עפענען א באזונדערע אשכול.


זיך נישט גענוג קלאר אויסגעדריקט: זיי האלטן אז ביי זיי איז דאס נישט די פראבלעם, והא ראי' זיי זענען נישט צופיל לוחם דערקעגן.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

תגובה דורך שנאפס »

יוסף שרייבער האט געשריבן:מיר האט מען מחנך געווען אז מען זאגט נישט פאר א רבי וואס צו טוהן אבער דאך איז כדי צו באמערקען ווי עס דרייט זיך א וועלט.

בשעתו איז געווען באקאנט פון א געוויסע גרויסע רבי זצ"ל וואס ווען ער פלעגט זיך טרעפן מיט הרה"ק מסאטמאר פלעגט פליען פונקען... דער סאטמארער רב פלעגט עם בעטען אינטערצושרייבען אויף די מערכות פון יענע יארען און דער אדמו"ר וואס ביי זיי האט מען זייער מקפיד געווען אויף קפעידות האט נישט געוואלט אלס מנהג אבויתיו, וויפיל סאטמארער רב האט פראבירט מסביר צו זיין אז אין רוסלאנד איז פשוט נישט געווען א מציאות אינטערצושרייבען אויף א ק"ק ווייל גאנץ שנעל וואלט דער צאר דיר געמאכט מיט א קאפ קלענער משא"כ און אמעריקע א מלכות של חסד איז אנדערש און מען דארף טוהן להצלת הדת האט יענער אדמו"ר זיך געהאלטען ביי זיינס .

איז אינטרעסאנט ווי מיר האלטען היינטיגע טעג שיין דערלעבט אז אנשטאט סאטמאר זאל זיין די פאהנטרעגער און גרעסטע שטיפער צום כינוס ברענגט מען אפיר קאפיס פון אסיפת מיהאלווויץ... פון תרכ"ו.. און איינער דא פאבריצירט א פיינעם פריש געבאקענע מעשה אויף סאטמערער רב אז ער אליינס זאל עפעס האבען אזאנס געזאגט פאר סקולענער רבי זצ"ל.

בשולי הדברים מיין איך מען קען קרוינען דעם אשכול אלס "דער אשכול מיט די מערסטע נאנסענס"


מיר האט מען מחנך געווען אז וואס מען האט מיר מחנך געווען זאל איך אויספאלגן, און זאל נישט טון עפעס בניגוד צו וואס מען האט מיר מחנך געווען נאר "כדי צו באמערקן"...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
יאפטשיק
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2012 5:30 am

תגובה דורך יאפטשיק »

מאשקאוויטש יישר כח פאר די אינפארמאציע. אז די ביסט אינטערגעשטעלט דורכ'ן כינוס איז אוואדע גיט .... האלעוויי זאל זיין ביי יעדע טעמע אזא איינער וואס זאל אונז אינפארמירן פון קראנטע קוועלער.דעס וואס די שרייבסט אז מהר"א וועט געבן תשובה און אפאר טעג איז אביסל אינטערעסאנט מ'האלט דאך און איין שרייבן אז ער האט קלאר געזאגט אז ער האלט נישט דערפון
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובה דורך ווינקל »

צייטליך האט געשריבן:הרב מאשקאוויטש. א גרויסן דאנק פארן ברענגען זאכליכע אפדעיט'ס! (הלוואי זאל דער אשכול באשטיין בלויז פון די סארט תגיבות)
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובה דורך derech eretz »

צוליב דעם גרויסן פארלאנג...
אטעטשמענטס
קש.jpg
קש.jpg (12.61 KiB) געזען 2199 מאל
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
יאפטשיק
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2012 5:30 am

תגובה דורך יאפטשיק »

Derech eretz וואס איז דע פיקטשער?
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

תגובה דורך שנאפס »

דאס וואס מען קייעט דא..
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובה דורך ירוחם »

מאשקאוויטש האט געשריבן:רעדנער'ס:די רעדנער וועלן שטיין אויף א באזונדערע פלאטפארמע אינמיטן, וועלכע דרייט זיך ארום און ארום אויף א שטייטע אופן...

;l;p-
מאשקאוויטש האט געשריבן:אויבן אהן:די גבאים וועלן אלע זיצן אויף באשטימטע פלעצער אונטער זייערע רבי'ס.

;l;p-

---
יאפטשיק האקט. גארנישט, דרך ארץ שטערט אז ענדליך רעדט איינער (מאשקאוויטש) צו דער זאך, וויל ער מאכן אן אנשטעל כאילו אלעס איז שטרוי. וכן לגבי שנאפס.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”