די פרעזידענטליכע פארמעסט 2012

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

די פרעזידענטליכע פארמעסט 2012

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

אט דער אשכול איז געווידמעט פאר נייעס, אנקעטעס און אנאליזן איבער די פרעזידענטליכע פארמעסט און וואלן פארן יאר 2012.

חייב אדם בכבוד.. מוראה של מלכות, וועלן מיר אנהייבען מיט פרעזידענט אבאמא, ער איז א עקסטרעם לינקער ליבעראלער דעמקראט, אריינגעפירט דאס לאנד און איבער 5 טריליאן דאלער חובות, איבער 8% ארבייטסלאז, געז פרייזען ביי איבער 4 דאלער, עקאנעמי אויפן שוועל פון א דאבעל דיפ ריסעשאן, מיט שווערע פראבלעמען אויפן אויסערליכען און אינערליכען פראנט,

זיין קעגענער איז מיט ראמני, באמת ווייסט מען נישט צופיל פרטים אויף אים,ער האט כמעט נישט געהאט קיין פריימערי קעגענער, מען ווייסט אז ער האט אמאל פארלוירען א פארמעסט קעגן קענעדי, און ער איז קעגן אבאמא קעיר נאכדעם וואס ער איז געווען פאר אבאמא קעיר, זיין גרעסטע שטער איז אז ער האט געלט, ביי א חלק אמעריקאנער איז עס גאר א הארבע פארברעכן, און זיכער אזוי ביי אבאמא וואס האט כסדר געהאמערט דערמיט קעגן מקעין, די עקסטערעמע ליבעראלע זענענן ביי די מיינוג, אז נאר איינער וואס איז א לא יצלח, און קיינמאל נישט געמאכט קיין געלט, נאר אזא איינער וועט פארשטיין ווי אזוי ארויסצופירען אמעריקע פון אירע פראבלעמען,

נא.
לעצט פארראכטן דורך מחותן אום דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

ויהי ממחרת, א טאג נאך וואס ראמני קימט אריין אפיס, די דעפעציט איז אינטער זירא, די בודשעט געבעלענסט, נישטא מער קיין ארבעטסלאזיגע, געזאלין אינטער א דאלאר א גאלאן. גענוי ווי א טאג נאך אבאמא איז אריינגעקימען אין אפיס. ולכל בני ישראל היה אור במושבותם....
.
אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ron Paul »

איך בין מוחה !!!!!!!!
לעצט פארראכטן דורך Ron Paul אום דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Im old but i don't kalech yet.
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

יישר כחכם חברים פארן נעמען פתיחה.

קודם שלום עליכם פאול, מיט דיין ערשטע תגובה האסטו אראפגעמאלן ראן פאול אין זשאסט דריי ווערטער...

אלזא וואס ברענגט אבאמא צום טיש?
אינערן פאליסי, חובות? גאז? ארבעטסלאזיקייט? סיקרעט סערוויס? גאן פראגרעם? העלטקעיר? נאך עפעס??

אויסערן פאליסי, אפגאניסטאן? איראן? ליביע? סיריע? רוסלאנד? נאך עפעס?

זיין פערזענליכקייט? קען איך אפשר זעהן זיין יוגנט רעקארד? קאלעזש רעקארד? קאמיוניטי ארגעזייזער רעקארד? און סתם אזוי זיין רעקארד פון נאך קאלעזש ביז די פינעף און דרייסיג יאר?
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אבאמא'ס אויסערן פאלעסי איז גלענצנד! עס האט טאקע נישט מיט אים - פונקט ווי עס האט נישט געהאט מיט בוש... - אבער למעשה האט מען אונטער זיין זייגער געפונען און אומגעבראכט דעם מייסטער טעראריסט אסאמא בין לאדין [יעצט ווערט די ערשטע יארצייט זינט ער שווימט מיט די פיש, אויב איר גלייבט די אמעריקאנער ארמיי], אונטער זיין זייגער און מיט זיין שטיצע האט נאט"א אומגעווארפן דעם טיראן און דעספאט מואמאר קאדאפי נאכדעם וואס ער האט ברוטאל אונטערדרוקט זיינע אייגענע בירגער, און אונטער זיין זייגער איז פארגעקומען די אראבישע אויפוואכונג וואס האט אומגעווארפן עגיפטן'ס פרעזידענט, תימנ'ס פרעזידענט, און האפנטליך בקרוב סיריע'ס פרעזידענט.

לאמיר נישט פארגעסן אז אויסערן פאלעסי איז געווען פון די זאכן וואס האבן אונז דאס מערסטע דערשראקן ווען דער אינגער אומערפארענער פרעזידענט איז אריינגעקומען אין אמט, אבער ער האט אונז ווייט פון אנטוישט, און מיר זענען נישט אזוי דערשראקן אויב ער וועט אנהאלטן דעם בענקל אויף נאך 4 יאר!
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

קרעמער זאגסט זייער גוט און איך האב די זעלבע געשריבן דא אז אבאמא איז דייקא גוט געווען דארט וואו מ'האט מורא געהאט אז ער וועט זיין די שוואכסטע!
אבאמא האט אינקריסט די דראונס העכער פאקיסטאן און תימן ער האט אפגעווישט אסאך שלעכטע חברה און ער (און די נ.י. טיימס עדיטאריעל באורד) דעזערווען קרעדיט דערפאר.

אבער- א גרויסער אבער- דאס איז נאר וואס שייך די מלחמה אקעגן על קאידא אד"ג, דאס וואס איז פארגעקומען אין ליביע און אין עגיפטען דאס איז נישט זיין קרעדיט און ס'איז קיינעמס נישט קרעדיט! ווייל ס'נישט קיין "קרעדיט" סיז איינעם'ס "שולד" סיז א דיזעסטער וואס איז פארגעקומען אין עגיפטען! און א בושה אז אבאמא האט דאס צוגעלאזט! אויב וואלט מען געקענט אויפטוישען ליביע-עגיפטען'' מיט ''איראן-סיריע'' וואלסטו געהאט א פוינט''.
לעצט פארראכטן דורך שטייסטענישט אום דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

אז מען רעדט שוין פון אויסערן פאליסי, היינט האט ווייס פרעזידענט ביידען געגעבן א רעדע אין NYU איבער אבאמא'ס אויסערן פאליסיס, ווי ער האט שטארק ארפגעריסן ראמני'ס קריטיק אויפן פרעזידענט.

http://politicalticker.blogs.cnn.com/20 ... hpt=hp_bn5
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

Romney hires Santorum campaign manager
http://hotair.com/archives/2012/04/27/r ... n-manager/
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

ראסמוססען פלארידע פאול ראמני 46 אבאמא 45
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

וואס הייסט אז אויסערן פאליסי איז גוט? ווער געדענקט דען נישט די צעמישטע מעסעזשעס פון די ווייט האוז וועגן עגיפטן? אבאמא האט געזאגט איין זאך היינט, מארגן עפעס אנדערש, און גאר פארקערט פון איידער נעכטן, קליטן פון איר זייט האט אויך געהאט זעקס באזינדערע מעסעזשעס, די אמבאסאדאר צו עגיפטן האט באזינדער געהאט זיינע געדאנקען, (ווער געדענקט נישט ווי מ'האט אים צוריקגערופן).

און נאכדעם? וואספארא ווארט האט היינט אמעריקע מיט עגיפטן? ווער אויב נישט די מאזלעם בראדערהוד נעמט איבער? איז דאס סוקסעס? .

אונטער וועמענס זייגער איז ארויסגערינען טויזענטער דיפלאמאטישע פאפירן וואס האט פארשעמט אמעריקע?.

עטליכע וואכן (!) נאכן דערקלערן מיט פאטאס אז מ'האט דערגרייכט א אפמאך מיט צפון קארעא אז זיי גייען אויפהערן מיט זייער נוקלעארע פראגראם, מעלדט צפון און טוט למעשה ארויסשיקן א לאנג שטרעקיגע מיסל.

וואס איז די פארשריט די לעצטע דריי יאר מיט איראן?.

וועמענס פארשלאג האט די יו. ען. גענומען לעבן סיריע? רוסלאנד אדער אמעריקע? וכהנה איז אמעריקא אויפן פאליטישן פראנט, אויסערן אנגעלעגהייטן, נאך קייינמאל נישט געשטאנען אזוי שוואך מיטן פארטרעטן אירע אינטרעסן.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tell.me.something »

איך האב אנגעהויבן צו שרייבן די תגובה פרייטאג. אבער איך האב נישט געהאט קיין צייט עס צו ענדיגן. איך האף אז איז נאך אלס אקטועל

מחותן האט געשריבן:אט דער אשכול איז געווידמעט פאר נייעס, אנקעטעס און אנאליזן איבער די פרעזידענטליכע פארמעסט און וואלן פארן יאר 2012.


מחותן. לויט ווי דו לייגסט עס אראפ קען ראמני פארשפארן זיין קאמפיין קאסע. און אבאמא האלט "שוין יעצט" 25 פוינטס אונטער ראמני.
אבער למעשה זעע איך אז עס איז נישט אזוי. זיי שטייען מער-ווייניגער גלייך(עוורעדזש)
סא מוז זיין זא דא איז דא א צווייטע זייט אויך. לאמיר אנהויבן:


מחותן האט געשריבן:חייב אדם בכבוד.. מוראה של מלכות, וועלן מיר אנהייבען מיט פרעזידענט אבאמא, ער איז א עקסטרעם לינקער ליבעראלער דעמקראט, אריינגעפירט דאס לאנד און איבער 5 טריליאן דאלער חובות, איבער 8% ארבייטסלאז, געז פרייזען ביי איבער 4 דאלער, עקאנעמי אויפן שוועל פון א דאבעל דיפ ריסעשאן, מיט שווערע פראבלעמען אויפן אויסערליכען און אינערליכען פראנט,


די חובות פראבלעם:

דו האלטסט אז די 5 טריליאן דאלאר חובות וואס ער האט צוגעלייגט צום חוב איז א שלעכטע זאך. למעשה האלטן זייער אסאך אמעריקאנער(וגם אני הקטן בתוכם) אז עס האט אויסגעפעלט אויסצוגעבן דאס געלט צוריקצוברענגען/אפהאלטן פון צוריקפאלן די עקאנאמיע

סך הכל: 50% אמעריקאנער האלטן אז ער האט גוט געטון מיטן צולייגן 5 טריליאן גאלדענע רענדלעך צום חוב און 50% האלטן אז נישט(די נומערן זענען בערך. כאפ מיך נישט אויפן ווארט)

די ארבייטסלאזע ראטע:

אמת אז אין די ערשטע 2-2 1/2 יאר איז די ארבייטסלאזע ראטע ארויף. אבער למעשה דאס איז וויאזוי אן עקאנאמיע ארבייט. עס קומט נישט צוריק ארויף אין איין מינוט. און א גרויסע פראצענט פון די וויילער האלטן אז אבאמא האט געטון א גוטן דזשאב מיטן אראפברענגען די ארבייטסלאזע ראטע(גאר א שווערע זאך) און למעשה געינט מען יעצט איבער 200,000 דזשאבס יעדע חודש. און די ארבייטסלאזע ראטע איז אראפ פון 9% צו כמעט 8% ענד פאלינג

די רעפובליקאנע טענה'ן:
1) די נומערן זענען פאלש. ווייל דו האסט נאך הונדערטער טויזענטער אמעריקאנע וואס האבן שוין אויפגעגעבן און זוכן שוין נישט קיין דזשאבס(און דאס נעמט זיי אויטאמאטיש אראפ פון די ארבייטסלאזע ליסטע

2)נניח אז עס קומט יא צו דזשאבס יעדע חודש. קומט נישט צו גענוג אז מען זאל זאגן אז עס איז אבאמא'ס קרעדיט. ווייל דאס וואלט סייווי צוגעקומען פשוט ווייל די עקאנאמיע הייבט זיך אליין נאך אפאר יאר זיין אין דער ערד

סך הכל: 50% אמעריקא האלט אז אבאמא האט געברענגט -און ברענגט צו- גענוג דזשאבס. און 50% האלטן אז נישט


געז פרייזן:
די רעפובליקאנער טענה'ן: אז מען דארף גראבן דעם "קיעסטאן פייפליין" און דאס וועט אראפברענגען די גאז פרייזן צו א מינימום. די דעמאקראטן ווידער, טענה'ן אז די פייפליין אליינס גייט נישט צופיל העלפן און עס איז מוראדיג שלעכט פאר די ענווייראמענט. סא די שאדן איז סאך מער ווי די ריוח

די דעמאקראטן'ס סעלושען פאר די געז קריזיס. איז בעיקר ריינע ענערגיע(סאלאר. וכו') און פראדוצירן קארס וואס ציען ווייניגער געז. וואס דאס -זאגן זיי- וועט נאך אפאר יאר שטארק אראפברענגען אמעריקעס אנגעוויזנקייט אויף אויל

סך הכל: אמעריקע איז ווידער צוטיילט 50/50 איבער וויאזוי ענדגילטיג פטור צו ווערן פון די הויכע געז פרייזן

מחותן האט געשריבן:זיין קעגענער איז מיט ראמני, באמת ווייסט מען נישט צופיל פרטים אויף אים,ער האט כמעט נישט געהאט קיין פריימערי קעגענער, מען ווייסט אז ער האט אמאל פארלוירען א פארמעסט קעגן קענעדי, און ער איז קעגן אבאמא קעיר נאכדעם וואס ער איז געווען פאר אבאמא קעיר, זיין גרעסטע שטער איז אז ער האט געלט, ביי א חלק אמעריקאנער איז עס גאר א הארבע פארברעכן, און זיכער אזוי ביי אבאמא וואס האט כסדר געהאמערט דערמיט קעגן מקעין, די עקסטערעמע ליבעראלע זענענן ביי די מיינוג, אז נאר איינער וואס איז א לא יצלח, און קיינמאל נישט געמאכט קיין געלט, נאר אזא איינער וועט פארשטיין ווי אזוי ארויסצופירען אמעריקע פון אירע פראבלעמען,[b/]


דו האסט א טעות. זיין רייך איז נישט קיין פראבלעם. אבער א פרעזידענט(לייען:פירער) דארף זיין איינער וואס פארשטייט די ליידן פונעם פאלק. און איינער וואס האט זיך נאך קיינמאל נישט געפלאגט אויף פרנסה -נישט קיין חילוק ווי געלונגען ער איז- איז ער נישט עכט קוואליפיצירט צו פארטרעטן א פאלק וואס רוב דערפון זענען יא אזוי.

איר דארפט א ראי' דערצו? גוט א קוק אויף ניו יארק סיטי. מיר האבן א הויעכגעשעצטע מעיאר רב בלומענבערג, איינער פון די רייכסטע מענטשן אין די וועלט. און ער פירט די סיטי ווי א ביזנעס. וואס טוט א ביזנעס ווען מען האט חובות? מען העכערט די פרייזן פאר סערוויסעס! מען פרובירט צו שאפן געלט מיט אלע מיני דריידלעך. און דאס ארבייט טאקע זייער גוט ביי א ביזנעס, וואס אז דו ווילסט נעמסטו זייערע סערוויסעס און אז נישט נישט. אבער למעשה ווען עס קומט צו א סיטי. וואס מיר "מוזן" אנקומען צו זיינע סערוויסעס. און אז ער באשלוסט אז די סיטי דארף מער געלט. טרעפט ער עס וויאזוי ארויסצושלעפן פון אונז. צו איז עס ביי וואסער טעקס. צו פארקינג טיקעטס. צו עפעס אנדערש

יעצט קומט מיר נישט זאגן אז ווייל ער איז א ליבעראל טוט ער עס. ווייל ער אליין דערקלערט זיך נישט אלס ליבעראל. נאר אלס אזא איינער ווי דזשאן מעקעין(וואס איז אגב א נאנטער פריינד פאר אים. און אין 08' איז געווען א שטארקע רעדע אז ער וועט זיין מעקעינס וויצע פרעזידענט קאנדידאט) וואס איז א "מאוועריק". און גייט נישט דוקא מיט די פארטיי ליניעס. און אסאך פון זיינע קרומע פאליסיס האבן טאקע גארנישט מיט ליבעראליזם אדער קאנסערוואטיזם. עס איז פשוט נאך א קוואל פאר געלט


[b]סך הכל
: צו האבן אסאך געלט איז נישט קיין פראבלעם. אדרבה זאל יעדער דא האבן מיליאנען. אבער אזא איינער קען נישט פארשטיין די געדאנקענגאנג און ליידן פון איינעם וואס לעבט פעי-טשעק צו פעי-טשעק

מחותן האט געשריבן:נא


סך הכל: די פרעזידענט פארמעסט איז נישט אזוי גלענצנד פאר די רעפובליקאנער. און עס וועט -בדרך בטבע- זיין גאר א שמאלער פארמעסט. ווייל (ווייניגסטנס) כמעט האלב אמעריקע האלט אז אבאמא טוט א צופרידנשטעלנדע דזשאב אלס פרעזידענט. און לכבוד דעם וועט נאך לכאורה צוקומען אסאאאאאך בלעטער צו דעם אשכול


כולנו למערכת אבאמא-ראמני 2012!:
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

טעלל מי, פון וואו נעמסטו אז האלב אמעריקאנע זענען צופרידן מיט די פינעף טריליאן דאללער חובות וואס אבאמא האט אונז באגאסן?
א לינק ביטע.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אקעי ס'איז אזוי, די גאנצע אויסגאנג פון די וואלען, ווענט זיך אין די אינדיפענדענס, דאס הייסט אזוי, די פארטייאישע וויילער וועלען וואויטן פאר זייער קאנדידאט, חוץ אז עס מאכט זיך גאר א גרויסע אויסנאם, למשל אז א ריפאבליקען וועט נעמען א לאטינא קאנדידאט פארן וו. פי. סלאט (וואס ראמני וועט מן הסתם נישט טאן, ווייל ער איז אזוי אנגעזעצט ביי לאטינאס אז עס וועט אים נישט צופיל העלפען, וועט ער ענדערשט זיכען א קאנדידאט וואס וועט אנפילען עפעס אנדערשט ווי ער איז שוואך, אבער האט נאך א טשענס צו זיך פארבעסערען), אדער אז די ריפאבליקען קאנדידאט זאל זיין א שווארצער, און די דעמאקראט זאל זיין א ווייסער וכדו'.

אבער אז עולם כמנהגו נוהג, גייט יעדער מיט זיין אייגענע קאנדידאט.

עס איז אבער דא איין "סעגמענט" (טייל) פון וויילער וואס זיי קענען גיין אהער אדער אהין, זיי רופט מען "סווינג וויילער", און זיי זענען געווענדליך "אינדיפענדענט", און אויף זיי דרייט זיך די גאנצע וואויטס, נאך מער, זיי מאכן אויך נישט אויס קיין חילוק אין רוב שטאטן, נאר אין די שטאטען ווי די רעמאקראטען און די ריפאבליקאנער, זענען צוטיילט 50-50, דארט מאכן זיי א חילוק.

איז אז מען וויל זעהן ווער עס שטייט בעסער, זענען דא וואס זאגן, אז פרעגען סתם וויילער איז ארויסגעווארפן צייט, ווייל נישט קיין נפק"מ וואס זיי זאגן יעצט, וועלען זיי סיי ווי פאלן צו זייער קאנדידאט, פריער אדער שפעטער, אבער אז מען וועט פרעגען אינדיפענדענטס, וועט מען יא קענען זעהן די אמת'ע בילד.

ברענגט א אנעליסט אראפ א טטשארט ווי אבאמא שטייט ביי אינדיפענדענס, און אויך אבאמא ווי. ראמני, ביי אינדיפענדענס, אויף וויכטיגע אישאס.
אטעטשמענטס
qwsxzcde.png
rfvcdfr.png
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

אבאמא דרייט זיך ארום לעצטנס צווישן קאלעזשעס און סטודענטן קאמפיינען (קאמפיינען? עה! מ'האט נאך נישט אנגעהויבן די קאמפיין, א דרשה!) אז 'מ'זאל לאזן וויסן די רעפאבליקאנער און קאנגרעסס' אז מ'זאל נישט העכערן די רעגירונג געשטיצטע סטודענט לאונס אינטרעסט וואס דארף ארויפגיין די יאר פון פיר פאונט עפעס פראצענט צו איבער זעקס פראצענט.

וואס ער האט אבער פארגעסן איז, אז ער מיט פעלאוסי זענען די וואס האבן און 06' געשטיצט און געוואוט פאר די ביל...
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
ד. פריעדמאן
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ד. פריעדמאן »

געהערט נעכטן,

עס וואונדערט פארוואס מען באצייכנט אובאמא אלס א מוסלעמנער, ער ענדלט דאך סך מער אין אותו איש (ימ"ש). א) עס איז נישט דא קיין באווייזען ווען און ווי ער איז געבוירען. ב) מען ווייסט נישט זיין רעקארד ביז זייין פינען אין דרייסיג !

איבער געזעצט אויף מאמע לשון אויפן פארלאנג פון ידידינו ר' שטארק זיך באזירט אויף שארקע סיבות.

בעסער איבערגעזעצט געווארן דורך ידידנו ר' בוידעם
לעצט פארראכטן דורך ד. פריעדמאן אום זונטאג אפריל 29, 2012 10:50 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

גוט, אבער ענדערש איבערזעצן משום טעמים כמוסים...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

אויב איך האב פארשטאנען וואס ד. פריעדמאן ברענגט, מיין איך אז דאס שטייט דארט : עס וואונדערט פארוואס מען באצייכנט אובאמא אלס א מוסלעמנער, ער ענדלט דאך סך מער אין אותו איש (ימ"ש). א) עס איז נישט דא קיין באווייזען ווען און ווי ער איז געבוירען. ב) מען ווייסט נישט זיין רעקארד ביז זייין פינען אין דרייסיג !

----------------
שטארקי וואס זענען די פארבארגענע טעמים ?
רצונינו לעשות רצוניך.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

כפשוטו, ווען עימיצער חיפוש׳ט דעם שוויין אויף אנגלית, זאל ער ניקס לינקירט ווערען אנער...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
ד. פריעדמאן
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ד. פריעדמאן »

בוידעם האט געשריבן:שטארקי וואס זענען די פארבארגענע טעמים ?


ווי איך פארשטיי, האט ער מורא אז א יון קען מעגליך אריינקומען אין די סוכה ודי
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

ד. פריעדמאן האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:שטארקי וואס זענען די פארבארגענע טעמים ?


ווי איך פארשטיי, האט ער מורא אז א יון קען מעגליך אריינקומען אין די סוכה ודי


די פארשאלטענע צענזור מיינסטו ? גוט גוט !!!
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
ד. פריעדמאן
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ד. פריעדמאן »

צוריק צום ענין, עס גייען זיין וואלן אין ארום 6-7 חדשים ארום, דאס לאנד איז אויף צרות, און וויילער זענען צוטיילט אין מיינונגען אויף ווי אזוי עס צו ראטעווען. איך שטעל זיך צו צי דעם מיינונג:
אטעטשמענטס
save_america_road_sign_bumpersticker_bumper_sticker.jpg
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

גיט ;l;p-



tell.me.something האט געשריבן:איך האב אנגעהויבן צו שרייבן די תגובה פרייטאג. אבער איך האב נישט געהאט קיין צייט עס צו ענדיגן. איך האף אז איז נאך אלס אקטועל

האסט געשריבען אסאך גיטע פוינט'ס, עס איז וואס דא אויף וואס מסכים צו זיין, און אויף וואס זיך צו קריגען, איך וועל רעדן פון איין נקודה דערווייל, דו שרייבסט

tell.me.something האט געשריבן:דו האסט א טעות. זיין רייך איז נישט קיין פראבלעם. אבער א פרעזידענט(לייען:פירער) דארף זיין איינער וואס פארשטייט די ליידן פונעם פאלק. און איינער וואס האט זיך נאך קיינמאל נישט געפלאגט אויף פרנסה -נישט קיין חילוק ווי געלונגען ער איז- איז ער נישט עכט קוואליפיצירט צו פארטרעטן א פאלק וואס רוב דערפון זענען יא אזוי. איר דארפט א ראי' דערצו?

גוט א קוק אויף ניו יארק סיטי. מיר האבן א הויעכגעשעצטע מעיאר רב בלומענבערג, איינער פון די רייכסטע מענטשן אין די וועלט. און ער פירט די סיטי ווי א ביזנעס. וואס טוט א ביזנעס ווען מען האט חובות? מען העכערט די פרייזן פאר סערוויסעס! מען פרובירט צו שאפן געלט מיט אלע מיני דריידלעך. און דאס ארבייט טאקע זייער גוט ביי א ביזנעס, וואס אז דו ווילסט נעמסטו זייערע סערוויסעס און אז נישט נישט. אבער למעשה ווען עס קומט צו א סיטי. וואס מיר "מוזן" אנקומען צו זיינע סערוויסעס. און אז ער באשלוסט אז די סיטי דארף מער געלט. טרעפט ער עס וויאזוי ארויסצושלעפן פון אונז. צו איז עס ביי וואסער טעקס. צו פארקינג טיקעטס. צו עפעס אנדערש


איך בין מסכים מיט פרט אז בלומבערג איז זייער א שלעכטער מעיאר, זיין הויפט חסרון איז לדעתי, אז ער איז געפאלען געבראכן צו די יונאין'ס, און זיי האבן אלעס אויסגעפירט, אנשטאט צו פירען די סיטי ווי א ביזנעס און שניידען הוצאות האט ער עס געפירט ווי א פאליטישען, ער האט געלאזט די הוצאות וואקסען, ער האט ווי א פאלעטישען אלעס נאכגעגעבן פאר די יונאין'ס, און גערודפ'ט די אלגעמיינע באפעלקערונג מיט העכער פרייזען און קנסות אויף אלעם,

עכ"ז טראכט איך אז ער וואלט יא געווען א גיטע פרעזידענט, ווייל א פרעזידענט גיט זיך מער אפר מיט פאלאסי ווי מיט טאג טעליכע ווירטשאפט, א פרעזידענט דארף נישט צו קימען צו קיין טובות פון קיין יונאין'ס אויף א טאג טעגליכען פארנעם אזוי ווי א מעיאר, דערפאר איז שטארק מעגליך אז אלץ פרעזידענט וואלט ער געווען בעסערער ווי אלץ מעיאר,
tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tell.me.something »

ד. פריעדמאן האט געשריבן:געהערט נעכטן,

עס וואונדערט פארוואס מען באצייכנט אובאמא אלס א מוסלעמנער, ער ענדלט דאך סך מער אין אותו איש (ימ"ש). א) עס איז נישט דא קיין באווייזען ווען און ווי ער איז געבוירען. ב) מען ווייסט נישט זיין רעקארד ביז זייין פינען אין דרייסיג !

איבער געזעצט אויף מאמע לשון אויפן פארלאנג פון ידידינו ר' שטארק זיך באזירט אויף שארקע סיבות.

בעסער איבערגעזעצט געווארן דורך ידידנו ר' בוידעם

איך מיין אז דאס איז מיינט אז ער קוואליפייד צו זיין דער גרינדער פון א דריטע רעליגיע. קריסלמענער. ניין?

מחותן. דער מעכטיגער בלומבערג וואס האט מיט זיין געלט געטון וואס ער האט געוואלט. אזש ביזן אונטערקויפן דעם סיטי קאונסיל אים צו געבן א דריטן טערמין. ער האט מורא פון די יוניאן'ס? ער איז א ביזנעסמאן ווי אלע. און זיינע פראבלעמען זענען נישט געווען זיך צוצושטעלן צו די יוניאנס.
איך זאג נישט. למעשה האט ער זיך אסאך צוגעשטעלט צו זיי. אבער מורא געהאט? זיי האבן אים געצווינגען? איך גלייב נישט.

און אלס פרעזידענט האלט איך וואלט ער געווען נאך ערגער. ער וואלט געהעכערט טעקסעס לכאורה מער ווי א פשוטער ליבעראל(אפשר נישט אויף די רייכע...) ער וואלט לכאורה געקאט פון דעפענס מער ווי אבאמא(א גוטע פלאץ צו סעיוון געלט..) אדער אנדערע קריטישע זאכן. פשוט ווייל דאס מאכט די ביזנעס ראנען גוט

געלעגער האט געשריבן:טעלל מי, פון וואו נעמסטו אז האלב אמעריקאנע זענען צופרידן מיט די פינעף טריליאן דאללער חובות וואס אבאמא האט אונז באגאסן?
א לינק ביטע.

איך האב נישט קיין לינק יעצט. אבער איך וועל עס אפירזוכן. און אפילו אויב עס איז 60-40 אדער 30-70. איז עס נאכאלס נישט א סתירה מיט מיין פוינט אז דאס לאנד איז מער-ווייניגער צוטיילט צווישן פאר און קעגן זיינע פאליסיס
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!
פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2011 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר דוקא »

קרעמער האט געשריבן:אבאמא'ס אויסערן פאלעסי איז גלענצנד! עס האט טאקע נישט מיט אים - פונקט ווי עס האט נישט געהאט מיט בוש... - אבער למעשה האט מען אונטער זיין זייגער געפונען און אומגעבראכט דעם מייסטער טעראריסט אסאמא בין לאדין [יעצט ווערט די ערשטע יארצייט זינט ער שווימט מיט די פיש, אויב איר גלייבט די אמעריקאנער ארמיי], אונטער זיין זייגער און מיט זיין שטיצע האט נאט"א אומגעווארפן דעם טיראן און דעספאט מואמאר קאדאפי נאכדעם וואס ער האט ברוטאל אונטערדרוקט זיינע אייגענע בירגער, און אונטער זיין זייגער איז פארגעקומען די אראבישע אויפוואכונג וואס האט אומגעווארפן עגיפטן'ס פרעזידענט, תימנ'ס פרעזידענט, און האפנטליך בקרוב סיריע'ס פרעזידענט.

לאמיר נישט פארגעסן אז אויסערן פאלעסי איז געווען פון די זאכן וואס האבן אונז דאס מערסטע דערשראקן ווען דער אינגער אומערפארענער פרעזידענט איז אריינגעקומען אין אמט, אבער ער האט אונז ווייט פון אנטוישט, און מיר זענען נישט אזוי דערשראקן אויב ער וועט אנהאלטן דעם בענקל אויף נאך 4 יאר!
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

ערב די בעפארשטייענדע ערשטע יארטאג פון די אסאמא בין לאדין אקציע ווי דער מייסטער טעראריסט איז געכאפט און געהרגעט געווארן דורך א גרופע "נעיווי סיעל" קאמאנדאס, איז די אבאמא קאמפיין ארויסגעקומען מיט א עד ווי ביל קלינטאן לויבט אויס אבאמא'נען פאר נעמען די שווערערע און מער בכבוד'דיגע וועג, און דערנאך פרעגט די עד צו מיט ראמני וואלט געטוהן די זעלבע צו בין לאדין, און עס ברענגט ארויף דשאו ביידען ווי ער ווייזט אן אז ראמני האט אין 07' זיך אפגערעדט פארוואס מען גיט אויס אזויפיל געלט בלויז אויף צו כאפן איין מענטש.

די רעפובליקאנער ווארפן צוריק, ספעציעל יעצט ווען די ווייסע הויז האט צוריקגעוויזן דאס ארויסגעבן די בילדער פון די אקציע ווייל "יעדער ווייסט אז בין לאדין איז טויט, וואס פעלט אויס אויפצורייצן די געמיטער", טענה'ן די רעפובליקאנער אז מיטן עד טוט די אדמיניסטראציע אקורשט דאס.

חוץ מזה ווייזט אן א קאנסערוואטיווע מויל מאכער אז ביל קלינטאן איז די לעצטער וואס זאל רעדן איבער די בין לאדין אקציע, נאך וואס ער האט אכט מאל געהאט די געלעגענהייט אומצוברענגען בין לאדין, און פארשטייט זיך עס נישט געטוהן.

http://abcnews.go.com/WNT/video/obamas- ... y-16231795
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”