כינוס כלל ישראל אין די Citi Field Stadium

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

תגובה דורך שמעק_טאביק »

בערטשע, קיינער איז נישט מחולק מיט דיר! יעדער האלט אז עס איז א פראבלעם און עפעס דארף געטון ווערן!

די מענטשן וואס האבן דא ספיקות זענען בלויז מסופק צו "דער כינוס" גייט זיין די סאלושען.

ס'איז אלו ואלו, מען קריגט זיך נישט, נאר דא איז דא 2 עקן, איין עק איז דער פראבלעם, און די צווייטע איז די עצות דערצו. דו רעדסט פון איין עק, און צו דעם עק איז יעדער מודה. ווידעראום די מפקפקים און אויפגעהויבענע ברעמען רעדן פונעם אנדערן עק, וואס אויף דעם רעאגירסטו נישט וואס דו האלטסט, צו ס'וועט טאקע זיין די ענדגילטיגע ישועה? אדער לכה"פ האפענונג אז ס'וועט זיין?

דו טראכסט אז נאכן כינוס ווען דו וועסט רעדן צו א בחור גייען די אלע שוועריגקייטן אוועקפאלן? דער בחור וועט דיר לויפן פאלגן, און נישט האבן צו וועמען צו גיין? דאס זענען די ספקות דא. אדרבה לאמיר הערן וואס דו האלטסט!
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובה דורך שויתי'ניק »

א בריוו פון הגה"ק סקוליענער רבי זצ"ל
אטעטשמענטס
מכתב קודש מאדמו''ר מסקוליען.pdf
(244.57 KiB) געווארן דאונלאודעד 158 מאל
לעצט פארראכטן דורך שויתי'ניק אום דאנערשטאג אפריל 19, 2012 7:04 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
אין שטעטל
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:38 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

תגובה דורך אין שטעטל »

מאנטריאלע'ר האט געשריבן:איין עצה היעוצה איז געבליבן!!! משיח זאל שוין קומען נישט ווארטן אפילו איין סקונדע נאך, מ'טראסקעט און מ'טראסקעט באלד גייט מען כאפן דעם לעצטען קלאפ פון די שמוציגע ערד, קום צו לויפן לייג אינטער דיין הענט און כאפ אונז ווייל באלד איז דערנאך!!

ניין איך בין מחולק מיט דיר ממש ווארט ביי ווארט, (חאף עסטמיך מוחל זיין) אבער איך זעה אז עס פעלט דיר אביסעלע היסטאריע?, די גדענקסטיך סך הכל איין דור אדער צוויי דורות פאר אונז, וואס די דייטש האט ארויסגעשטופט די יצר הרע מיט כח, די וואס זענען געבליבן ערליך זענען געווען תמימות וואוילע אידן, אבער וואס איז געווען איין דור פאר דעם? גאנצע שטעט זענען אפגעפארן, וואלאז'ינע ישיבה האט זיך פאר מאכט ווייל די בחורים זענען געווען מחללי שבתים, נאר וואס דען מהאט נאך נישט געהאט קיין טעקסט וואס האט מודיע געווען אין איין מינוט אלע פראבלעמען.
די יצר הרע איז קיינמאל נישט געגאנגען אויף סטרייק, אונז לעב מיר אין א הערליכע דור פין תורה אין גמילת חסד, אין דעי שפראך פין וויינען אין קרעצען אויפן דור ברענגט נישט קיין גוטס. פין מיין ארעמע בליק
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובה דורך leiby »

מאנטריאלע'ר האט געשריבן:צעיר, גיב עס שנעל צורוק ארויס!
האסט פיין ארויסגעברענגט דעם פונקט!

די פונקט איז אמת אבער נישט דאס וואס ער זאגט, פעיסבוק איז נאכאלץ נישט מותר, קען זיין מ'רעדט מער דורך גוגל טאלק, טשעט, נאכאלץ נישט קיין היתר פאר אלע סאשעל זאכן.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

תגובה דורך מאנטריאלע'ר »

אין שטעטל, דו רעדסט פון פוילן די ליטא וכו', אין אונגארן און אויבערלאנד איז אזאנס נישט געווען........

לייבי, איך האב אפגעלערנט זיינע ווערטער ווי סארקאסטיש אראפצורייסן דעם בריוול פון ד טייטלבוים, אז אלע עבירות חמורות שבתורה ברויך מען מתיר זיין לתועלת דעם יוגענט, אוי לנו שכך עלתה בימינו אלה.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

תגובה דורך תרנגול »

אין שטעטל האט געשריבן:וואלאז'ינע ישיבה האט זיך פאר מאכט ווייל די בחורים זענען געווען מחללי שבתים,

אזוי? כא'נישט געוויסט דערפון, כ'האב אלס געמיינט אז ס'האט זיך פארמאכט צוליב א מסירה.
לעצט פארראכטן דורך תרנגול אום דאנערשטאג אפריל 19, 2012 7:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובה דורך שויתי'ניק »

אין שטעטל האט געשריבן:
מאנטריאלע'ר האט געשריבן:די יצר הרע איז קיינמאל נישט געגאנגען אויף סטרייק, אונז לעב מיר אין א הערליכע דור פין תורה אין גמילת חסד, אין דעי שפראך פין וויינען אין קרעצען אויפן דור ברענגט נישט קיין גוטס. פין מיין ארעמע בליק


אה"נ, קרעכצן אז היינטיגע צייטן טויג נישט, ברענגט טאקע נישט קיין תועלת, חוץ אפשוואכן דעם מוט.

אבער ארומגיין אז: שלום עלי נפשי און אכשר דרא, טויג אוודאי נישט...

א איד איז משועבד צו די תוה"ק צו ער וויל, צו נישט. בכל הזמנים ובכל הדורות, און דאס איז די איינציגסטע וועג וואס קען אונז ראטעווען, צו מורא האבן אוועקצוגיין פון השי"ת, ווייל ער קען אפילו היינט אויך מאכן סדר! וכו'. וכו'.
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובה דורך leiby »

מאנטריאלע'ר האט געשריבן:לייבי, איך האב אפגעלערנט זיינע ווערטער ווי סארקאסטיש אראפצורייסן דעם בריוול פון ד טייטלבוים, אז אלע עבירות חמורות שבתורה ברויך מען מתיר זיין לתועלת דעם יוגענט, אוי לנו שכך עלתה בימינו אלה.

אה, נישט געליינט זיין בריוו.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

תגובה דורך ליפשיץ »

שויתי'ניק, וואו קומט דא אהער דעם סעקולעני רבי'נס בריוון - וכי מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובה דורך שויתי'ניק »

ליפשיץ האט געשריבן:שויתי'ניק, וואו קומט דא אהער דעם סעקולעני רבי'נס בריוון - וכי מה ענין שמיטה אצל הר סיני?


שוין גוט אפגעלערנט?
שויתי השם לנגדי תמיד
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובה דורך שטארק זיך »

ליפשיץ האט געשריבן:שויתי'ניק, וואו קומט דא אהער דעם סעקולעני רבי'נס בריוון - וכי מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

שוין אפגעלערענט, און עס בלייבט שווער
ליפשיץ האט געשריבן:שויתי'ניק, וואו קומט דא אהער דעם סעקולעני רבי'נס בריוון - וכי מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

תגובה דורך ליפשיץ »

כ'שטארק זיך - איני יודע מה מלמדינו
אוועטאר
אין שטעטל
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:38 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

תגובה דורך אין שטעטל »

שויתי'ניק האט געשריבן:
אין שטעטל האט געשריבן:
מאנטריאלע'ר האט געשריבן:די יצר הרע איז קיינמאל נישט געגאנגען אויף סטרייק, אונז לעב מיר אין א הערליכע דור פין תורה אין גמילת חסד, אין דעי שפראך פין וויינען אין קרעצען אויפן דור ברענגט נישט קיין גוטס. פין מיין ארעמע בליק


אה"נ, קרעכצן אז היינטיגע צייטן טויג נישט, ברענגט טאקע נישט קיין תועלת, חוץ אפשוואכן דעם מוט.

אבער ארומגיין אז: שלום עלי נפשי און אכשר דרא, טויג אוודאי נישט...

א איד איז משועבד צו די תוה"ק צו ער וויל, צו נישט. בכל הזמנים ובכל הדורות, און דאס איז די איינציגסטע וועג וואס קען אונז ראטעווען, צו מורא האבן אוועקצוגיין פון השי"ת, ווייל ער קען אפילו היינט אויך מאכן סדר! וכו'. וכו'.

קיינער האט נישט געזאגט שלום עלי נפשי ח"ו, איך האב נאר געזאגט אז אזוי ווי אין יעדער דור איז דא זיין יצר, איז דא היינט אויך, אין מ'דארף עס באהאנדלן לויטן יעצטיגע מצב, עיין בנועם אלימלך לגבי היצר הרע של ציצית.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

די נייע שרייבערס זענען אלס סוף בין הזמנים
אדער מחמת דעבאטע
אוועטאר
אין שטעטל
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:38 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

תגובה דורך אין שטעטל »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:די נייע שרייבערס זענען אלס סוף בין הזמנים
אדער מחמת דעבאטע

זיי זיך מזביר, פ"ו טאקע?
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובה דורך שויתי'ניק »

1. זיין גרויסער חשש צאמצוצונעמען אלע קהילות און מאכן א איחוד, און וואס ער האלט איבער זיך מחבר זיין מיט נישט קיין יראים אפילו אויפצוטון... יעצט איז ער א אורח מארגן בעה"ב... התבדלות דאס בעסטע פאר כלל ישראל, נישט קיין איחוד מיט מענטשן וואס ווי אויבנדערמאנט און שוין אויסגעשמועסט האבן נישט קיין פראבלעם מיט ענייני ...
וואס ווער ווייסט וואס עס גייט אלץ ארויסקומען דערפון...

2. דער אריכות וואס ער איז מאריך אין די גרויסקייט פון "פירוד"... הלא כללא הוא, אין אדם דר ונחש בכפיפה אחת... כ"ז שהרשע עמו, היה הדיבור פורש ממנו... וואס איז זייער שטארק נוגע דא (לדעת גדולי ישראל)

3. דער ערבוביא, אור וחושך צו מתקן זיין דעם חפשי, טויג נישט פאר אונז... און עס וועט אונזער יוגנט נאר קלי' מאכן...

הלאה הערבוביא הרעה, יבדל האור מן החושך, הטהור מן הטמא, הרע מהטוב, ...

הערליכע לשונות, ודפח"ח
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

זעהענדיג היינט די פלאקאטען פאר די מאדערנעעולם
האב איך תיכף פארשטאנען ווי דער בריוו קומט אהער
ייש"כ
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובה דורך שטארק זיך »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:זעהענדיג היינט די פלאקאטען פאר די מאדערנעעולם
האב איך תיכף פארשטאנען ווי דער בריוו קומט אהער
ייש"כ

אהא!
וואס שטייט דארט פארשריבן?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

תגובה דורך ליפשיץ »

במחילת מכבוד תורתך הגדולה. כ'אב מורא אז דו דארפסט איבערלערנען דעם בריוו. ער שרייבט דאך ארויס מיט א קלארקייט פון וועלכע סארט פארשוינען עס האט זיך גערעדט דארט... כ'גלייב אז דעם היינטיגן סקולענער רבי'ן, וועלכער איז דער עומד בראש רבני המארגנים, ביסטו נישט מדמה צו די יעניגע פאסקונדן פון וועלכן דער בריוו רעדט.
--

אגב, די נושא איז א נושא פאר זיך, און האט קיין שייכות נישט צום עצם אשכול. אדרבה, עפן אן אשכול וואו מ'זאל רעדן וועגן די שאלה צו די קרייזן וועלכע שפאנען אין דעם גייסט פון התבדלות דארפן און זאלן אנטייל נעמען, אדער נישט. און ווען דו עפנסט דעם אשכול זאלסטו ביטע פארלייגן בטוב טעם ודעת דיין צד, בכדי צו קענען דן זיין דערין פון אלע סארט פערספעקטיוון.
--

הרב ט"ב, וואס שטייט דארט אין די פלאקאטן?
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

שטייט נישט גארנישט אנדריש ווי ביי אונז
די בילדער איז מיר נישט געפאלען
שטייט אביסל זייער דער ענין פון אחדות (סקיקט אויס אז מגייט רעדען וועגען לשון הרע)

ליפשיץ ביזט גערעכט

אבער דאך איז מיר שווער אויפן הארצען
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובה דורך שויתי'ניק »

ליפשיץ האט געשריבן: כ'גלייב אז דעם היינטיגער סקולענער רבי, וועלכער איז דער עומד בראש רבני המארגנים, ביסטו נישט מדמה צו די יעניגע פאסקונדן פון וועלכן דער בריוו רעדט.
--
כ'האב מורא געהאט אז איינער וועט זיך אנכאפן צו כ'האב געמיינט ח"ו סקוליענער רבי'ן, אבער כ'מיין אז די תשובה איז זייער פארשטענדליך לכל בר דעת, און כ'ברויך נישט דערויף קאמענטירן!
כ'האלט נישט אז ער איז דער וואס פירט אן דער פראגראם... ודי


אגב, די נושא איז א נושא פאר זיך, און האט קיין שייכות נישט צום עצם אשכול. אדרבה, עפן אן אשכול וואו מ'זאל רעדן וועגן די שאלה צו די קרייזן וועלכע שפאנען אין דעם גייסט פון התבדלות דארפן און זאלן אנטייל נעמען, אדער נישט. און ווען דו עפנסט דעם אשכול זאלסטו ביטע פארלייגן בטוב טעם ודעת דיין צד, בכדי צו קענען דן זיין דערין פון אלע סארט פערספעקטיוון.
--
דער אשכול איז פאר דעם נושא, און כ'האלט נישט אז מ'דארף 2 אשכולות פונעם זעלבן נושא, איינס איז פונקט גענוג, ממילא עפן איך נישט א צווייט'ס, כ'פיל מיך זייער באקוועם דא דן צו זיין דערויף.
2טנס, סקוליענער רבי איז נישט געווען קיין סאטמארער, און איז נישט פון די "קרייזן וואס שפאנען אין רוח פון התבדלות" ער איז געווען אן ערליכער איד וואס איז דן מתורה"ק מיט א מורא'דיגע קלארקייט וואס אן ערליכער איד ברויך צו טון אין אזא מצב ודבריו הקדושים קילורין לעיניים בדור שפל כזה...

הרב ט"ב, וואס שטייט דארט אין די פלאקאטן?
שויתי השם לנגדי תמיד
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

תגובה דורך ליפשיץ »

ייש"כ הרב ט"ב. שויתי'ניק, כ'מיין אז ס'לוינט נישט צו פארקירעווען דעם אשכול, איבער דעם עצמיות האסיפה, אין א השקפה'דיגן אשכול. דאס זענען צוויי באזונדערע טעמעס.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובה דורך מי חכם »

ליפשיץ, איך גיי צוריק צו וואס דו האסט נעכטן געשריבן. מה ענין כינוס זה למפלגת אגודת ישראל? וואס עפעס מדמה זיין אן איינמאליגער כינוס התעוררות וואס באציט זיך צו א ספעציפישער פראבלעם וואס אפעקטירט יעדן צוגלייך, און איר פלאן איז ככל הנראה בכלל נישט אנצוהאלטן א פראגראם דערנאך, חוץ ארויסקומען מיט איין רעזאלוציע צו וואס יעדער איז מסכים, נעמליך, אומגעפילטערטע אינטערנעט איז אסור. צו די פראגראם פון אגודת ישראל וואס איז געשטעלט אויף צו ארבעטן צוזאמען בכל פרט ופרט פון אנהייב ביזן סוף, לאורך כל הדורות, מיט איין צענטראל קאמיטע און מועצת רבנים וואס זאלן פירן דעם כלל ישראל על כל צעד ושעל. באופן וואס אפילו די מתנגדים צו דעם רעיון פון אגודת ישראל, האבן בכלל נישט וואס חושש צו זיין ביי דעם כינוס. איך וואלט עס ליבערשט מדמה געווען צו די צוזאמען ארבעט פון אלע חרדישע קרייזן אין א"י אריין צוברענגען כשרע טעלעפאנען, היעלה על הדעת אז סיי וועלכער מתנגד לאגודה זאל זיך נישט צושטעלן צו די אינציאטיווע?

ואגב, ביי די היי יעריגע קאנווענשאן איז טאקע געווען דער מעין טאפיק די אינטערנעט.

אזוי אויך דאס וואס מאנכע האבן אפגעלערנט די התנגדות פון רבני אונגארן צו זיך משתתף זיין מיט די אגודה, אז דער עיקר טעם איז געווען וועגן די חשש אז דער ווייניגער פרומער איד וועט אראפברענגען די סטאנדארט פונעם העכערן, ואם כי ידוע מצדיקים שאכן אמרו טעם זה, מוכרח שאין זה עיקר הטעם, ווייל כידוע איז דאך דער גאנצער מחלוקה אין סיגוט (וגם במקומות אחרים) געווען איבער דער פראבלעם פון מקבל זיין אויף די חסידישע אידן די החלטות פון דער אויבערלענדישער קאנצעליי, וכידוע וויפיל דער קדושת יו"ט אליינס האט געשפיגן בלוט מיט זיי, און ביי איין שלב איז עס שוין שיעור געקומען צו א אינערליכע טיילונג מה"ט, נאר דער עיקר פראבלעם איז געווען די עקשנות פון די אגודה זיך נישט צו רעכענען צופיל מיט די גאנצע טיילונג, און זיי האבן בדוקא געוואלט אריין נעמען די שטאטוס קווא קהילות אין די אגודה.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובה דורך שויתי'ניק »

ליפשיץ האט געשריבן: די ארגאניזאציע "אגודת ישראל" איז געשאפן געווארן טאקע פאר אט דעם צוועק.

עס איז געווען דעמאלט ווען בייזע ווינטן האבן אנגעהויבן אריינצובלאזן צווישן דעם ארטאדאקסישן אידנטום לענגאויס אייראפע, און 'אגודת ישראל' איז געשאפן געווארן בכדי מאחד צו זיין דעם ארטאדאקסישן אידנטום צו זיין אויף דער וואַך און צו אדרעסירן אלע זיינע פראבלעמען און טרעפן לעזונגען דערפאר.

און זיי האבן געטראפן?

דער קלארער ציל איז געווען מאחד צו זיין דעם אלוועלטליכן ארטאדאקסישן אידנטום קעגן "אלע" בייזע ווינטן בהוה ובעתיד.
און?


בעיקר וועט פארענטפערט ווערן פאר אסאך סאטמארער חסידים פון פארום דאס התנגדות פון די גדולי אונגארן צו אגודת ישראל. דהיינו, אלע ווייסן צו זאגן אז דער פראבלעם וואס פילע גדולי מתנגדי האגודה האבן אנגעגעבן איז געווען אז מ'קען נישט צוזאמעננעמען גאנץ כלל ישראל אונטער איין דאך.

לדעתי ווען אזא פראבלעם ווי דער טעכנאלאגיע וואלט פארגעקומען פאר דער קריג אין אייראפע, וואלט אזא אסיפה פאררופן געווארן דורך דער אגודת ישראל. הפנים ביי דער כנסי' וואלט דאס זיכער באהאנדלט געווארן.

טא, פאר כלליות ארטאדאקסשן אידנטום איז דער געדאנק און מכ"ש די אסיפה גינגאלד, פאסיג און ריכטיג. אין פרידנס צייטן וואלט דאס פאררופן געווארן דורך דער אלוועלטליכער "אגודת ישראל".


דו ענטפערסט דא וואס דער הייליגער סקוליענער רבי זצ"ל האט מורא געהאט פון אזא אסיפה און מאכסט זייער קלאר פ"וו א סאטמארער איד דארף נישט גיין, ייש"כ...
שויתי השם לנגדי תמיד
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובה דורך מי חכם »

שויתי'ניק האט געשריבן:
ליפשיץ האט געשריבן: די ארגאניזאציע "אגודת ישראל" איז געשאפן געווארן טאקע פאר אט דעם צוועק.


לדעתי ווען אזא פראבלעם ווי דער טעכנאלאגיע וואלט פארגעקומען פאר דער קריג אין אייראפע, וואלט אזא אסיפה פאררופן געווארן דורך דער אגודת ישראל. הפנים ביי דער כנסי' וואלט דאס זיכער באהאנדלט געווארן.

טא, פאר כלליות ארטאדאקסשן אידנטום איז דער געדאנק און מכ"ש די אסיפה גינגאלד, פאסיג און ריכטיג. אין פרידנס צייטן וואלט דאס פאררופן געווארן דורך דער אלוועלטליכער "אגודת ישראל".


דו ענטפערסט דא וואס דער הייליגער סקוליענער רבי זצ"ל האט מורא געהאט פון אזא אסיפה און מאכסט זייער קלאר פ"וו א סאטמארער איד דארף נישט גיין, ייש"כ...


עס מאכט אויך זייער קלאר פארוואס א סאטמארער איד דארף נישט לייגן קיין תפילין און עסן כשר'ס...
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”