57 אומגעקומענע

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

57 אומגעקומענע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

שוין, כאשוין ווייטער געטראפן עפעס א קאנספירעסי, און אז איך טרעף, וויל איך אז דער עולם זאל עס מיטהאלטן, פארוואס שרייב איך 'שוין ווייטער', ווייל ווער ס'געדענקט, האבעך מעך שוין אמאל געשטעלט אויף אזעלכע מאדנע פראבלעמען, ווי למשל, אז מ'וועט קיינמאל נישט קענען פארהוילן דעם סוד, אז ס'איז דא הודעות וואס ווערן פארשוואונדן, ווייל ווען מ'דרוקט אויף אן הודעה וואס מ'האט נארוואס אריין גע'שלח'ט צו די קרעטשמע, און מ'וועט דרוקן אויפן צעטל וואס איז מחובר דערצו, וועט מען זען אז ס'שטומט נישט מיט די נאמבער הודעות וואס ס'איז דא אין די קרעטשמע, אבער פארוואס פארקריך איך, איך האב דאך דאס שוין ערווענט איינמאל איז פארוואס חזר'עך דאס איבער? איז די תירוץ אזוי, ווייל איך וויל מיך נעמען צו א פרישע ענליכע פראבלעם, איי ווער לאזט מיך נישט? מ'לאזט מיך טאקע, און דערפאר וועלעך עס טוהן.

עמער אנפאנגען, איז אזוי, ווי מיר אלע זעעהן און ווייסן, האמער א פונקטליכן חשבון, אויף אלע מעמבער'ס דקהילתנו הקדושה והטהורה, כ'מיין ס'איז נישט קיין סודות, יעדער כל מי שיש לו מח בקדקדו, עינים בראשו, הארד דרייוו לצדו, סקרין על טישו, קיבאוד לידו, מייזל בשכנתו, קען נעמען ס'מייזל, און עפענען די היימישע קרעטשמע, און טוהן א קוק אויף די לינקע זייט אונטן, און באלד זעהן וואס דא טוהט זיך, וויפיל מעמבער'ס מיר האבן, און אז מ'וויל אריין קריכן טיפער אין ס'ענין, קען מען אפילו זעהן, ווער ס'איז אריין געקומען פריה, און ווער שפעט, נו, וואסי דען דער פראבלעם? לכאורה גארנישט, און ביז היינט, איז פאר מיר אויך געווען גארנישט, אבער היינט, כהיום יום, פרייטאג, אפס, שוין ווייטער א פרייטאג, עפעס גייט פאר מיט מיר, צופיל פאסירונגען גייט פאר ביי מיר פרייטאג, אבער וואס קענעך טוהן, ס'איז פאקטיש היינט פרייטאג, און כ'האב עס היינט באמערקט, קומט אויס, אז איך האב עס באמערקט פרייטאג.

נו, קום שוין צום ווארט, וואס שלעפסטו אזוי פיל ארום?

בארואיג דיך, ווען איך זאל ווען נישט אזוי פיל ארום שלעפן, וועט נישט נעמען מער ווי עטליכע סקונדעס, וואס די תגובה וועט שפרינגען פאר דיינע אויגן, און יעצט, יא יעצט ווען ס'איז ביי מיר פרייטאג, בין איך אין אזא מוד, צו וועלן אז ווען דו עפענסט דעם תגובה, זאל עס שפרינגען אין דיינע אויגן, פאר גענוג לאנג, אז דו זאלסט געדענקען, אז איך האב עפעס געשריבן, פארשטייסט? סאו פרעג נישט אריין צופיל, ווייל דו וועסט גארנישט פארדינען, נאר, אז איך וועל שרייבן לענגער, און ס'וועט דיר דויערן לענגער דאס אדוירך צו ליינען.

נו, ביסט שוין רואיג, הא? כ'האב דיך גוט דערשראקן, זייער גוט, דאס האבעך געוואלט זאלסט ווי א מעקעלע ווארטן, און מישן דעם סקרין ביז איך וועל צו קומען צום פוינט, און דאן זאלסטו קראכן, נעבעך דאס האט ער געוואלט, ער איז אינגאצן משוגע, פארדעם האט ער מיך אויפגעהאלטן, נישט ממש אז איך וויל זאלסט קראכן, אבער איך בין יעצט אין א מוד פון ארבעטן אויף דיינע מדות, און איינע פון די מדות דיינע וואס איך וויל יעצט אויסארבעטן איז 'געדולד', לייען מיט געדולד ביז איך דו וועסט צוקומען צום סוף, און האק נישט אריין אינמיטן ביז איך בין פארטיג מיט מיינע בויך קוועטשענישן.

ביסט נישט נארמאל איך בין שוין לאנג שטיל, און די שרייבסט נאך אלץ אויף דעם וואס איך האב דיך אריין געפרעגט פאר צוואנציג מינוט צוריק, כ'בעט דיר, ענדיג וואס דו האסט צו זאגן, און לאמיך גיין.

זעהסט האסטעך פארפאטשקעט, איך האב שוין אנגעפאנגען צו טראכטן פון קומען צום פוינט, און האסט ווייטער אריין געשריגן, און יעצט וועסטו ווייטער מוזן ליידן, ווייל פלעין דיך לאזן אריין שרייען, און איך זאל דיך פאלגן ווי א נארעלע, און טאקע אנפאנגען קומען צום פוינט, דאס עט נישט געשעהן, ווייל נאכדעם וועט יעדער דיר נאכטוהן, מ'וועט אריין שרייען, און איך וועל פאלגן, נאופס, נעווער עווער, איך ווער שרייבן לויט ווי אזוי ס'געפעלט מיר, און טייל מיר נישט איין וואס צו טהון, וממנו ילמדו אז ס'וועט גארנישט העלפן דאס אריין האקן, נאר איך וועל שרייבן ככל העולה על רוחי, און ציען ווי לאנג מעגליך, אז מ'וועט זיין שטיל, וועלעך סייווי נישט האבן קיין אנדערע ברירה, נאר ענדיגן צו שרייבן וואס איך וויל, אבער מיט יעדעס מאל וואס דו שרייסט אריין, האבעך נאך סחורה, און איך וועל עס אויסציען ווי לענגער.

נו, האסט שוין חרטה אויף דיין אויסברוך, ממש אין די לעצטע רגע, הא? פארפאלן, דאס האסטו געדארפט טראכטן איין סקונדע פארן אריין שרייען, יעצט איז שוין שפעט, אה, כ'זעה אז דו ביסט שטיל, סאו קען איך אנגיין מיט מיין אגענדע.

אבער ווי האלטעך טאקע? כ'בין שוין געהעריג צומישט, איך בין געווען אזוי ביזי אים צוריק צו ענטפערן, אז איך געדענק קוים וואס איך האב געוואלט מיט די גאנצע באשרייבונג.

חחחחח.

אהא, דו לאכסט מיך אויס, און דו האסט געמיינט אז דאס וועל איך יא אריבער לאזן שטילערהייט, נאופס, א מיסטעיק מצדך, איך וועל פון דעם אויך מאכן מטעמים, און דו וועסט צו ווארטן רואיגערהייט, ביז איך בין פארטיג, און הערשט דערנאך וועל איך ממשיך זיין, פארשטייסט? דו קענסט מיר בכלל מסביר זיין וואס ס'איז פשט פון דיין געלעכטער? כ'מיין דו האלטסט אז ס'איז נארמאל, אז ווען איך מושטע מיך אויף אן ארטיקל, און דו האקסט מיך אריין, און איך ענטפער דיר, און דערנאך פארגעס איך מיין ציל, האלטסטו אז ס'איז נארמאל אריין צו לאכן? כ'פרעג דיר, און ענטפער מיר, האסט פארשטאנען?

עמממ, איך וויל נישט אריין רעדן, ווייל נאכדעם רעגסטו דיך, אבער וואס קענעך טוהן אז ס'איז מיר געקומען צו לאכן?

אה, אקעי, אז דו פארענפערסט דיך ווי א מענטש, האלטן מיר שוין ערגעץ, סאו, רוה איין, און פארטיג, איך גיי שוין ענדיגן מיט וואס איך האב אנגעפאנגען.

יא, וועגן מיין קאנספירעסי, איז אזוי, ווען איר וועט נעמען ס'מייזל אייערע, און א רוק טוהן, צום משתמש הטרי ביותר, און געבן ס'מייזל א רוק ארויף אויפן ניק הטרי, וועט ארויף קומען אונטען אזא מין הודעה דער וויפילטער משתמש ער איז, לכאורה, למשל אלעקסיי, שטייט בלוי אויף ווייס, אז ער איז משתמש ה-226, יא, ווייל אז ס'איז דא 226 משתמשים, און ער איז הטרי ביותר, וואלט ער געדארפט זיין, דער צוויי הונדערט זעקס און צוואנגסיסטער, משתמש, אבער קוקט וואס דא פאסירט, למעשה ווען איר וועט טוהן דאס וואס איך האב אייך פריער געהייסן, יא, (איר געדענקט נאך וואס? נעמען ס'מייזל און ארויף רוקן אויפן ניק הטרי.) וועט ארויף קומען אז אלעקסיי איז גאר דער צוויי הונדערט דריי און אכציגסטער משתמש, נו, עטץ פארשטייסט שוין דעם חורבן? אלעקסיי, איז גאר דער צוויי הונדערט דריי און אכציגסטער משתמש, און דערווייל האמער נאר, זאגטס אלע מיט צוזאמען, נאר, צוויי הונדערט זעקס און צוואנציג, נו ווי זענען די איבריגע זיבן און פופציג משתשמים נעלם געווארן? הא?

אה, אין בית החיים ד'קרעטשמע'תינו? קען זיין, אבער ווי איז די ליסטע פון די נפטרים, און אין וועלכע שורה זיי ליגן? מ'קען עפעס פלעין אזוי שטארבן, און נישט לאזן נאך זיך קיין זכר? איינער מידעך קדיש זאגן נאך זיי.

מ'עמער נישט האבן קיין ברירה, נאר אויפצורודערן די גאנצע אונטער וועלט, און געוואר ווערן וואס מיט אונזערע הרוגים האט פאסירט, ווער האט זיי ערלעדיגט, און וואס איז געווען יענעם'ס חשבון, און צו ס'איז עוד ידו/ם נטוי', ווייל ווער ווייסט היינט מארגן, וועל איך אויך נישט זיין צום געפינען, ואין צופה פה ומפצפץ, און דאס קענעך איך נישט צולאזן בשום אופן.

כ'מאך מיך טאקע תם'יש, כאילו איך ווייס נישט וואס מיט זיי האט פאסירט, אבער אין די בעק אוו מיי מיינד ווייסעך זייער גוט וואס דא איז פארגעגאנגען, אבער דאך, אנציפילן אפאר פעידזשעס איז עס פונקט גענוג.

דבר אחר, נאך א פשט, דאס איז אויך א מעלדונג, צו אלע ניקים, וואס מ'זעט נישט דא קיינמאל אריין טרעטן, כ'רעד שוין נישט פון שרייבן, אז ווער ווייסט צו היינט מארגן, וועלן זיי זיך אויך געפינען אויפן זעלבן בית עולם, און קיינער, און טאקע קיינער, וועט קיין אהנונג האבן, ווי זייער געביין איז אהינגעקומען, סאו, ס'איז אלול יעצט, א זמן מסוגל לתשובה, עטץ פארשטייסט מיך אויפן ווינק, יא?

א גוט שבת.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פונקט ווי אין די ווירקליכע וועלט בלייבט נישט קיינער לעבן אויף אייביג (אויסער עלוויס, וועמענס 30'סטע יארצייט איז געווען די וואך), איז נישט מער ווי רעכטפארטיג אז אויך אין די ווירטואלע וועלט וואס שפיגלט אפ אלעס פונעם ווירקליכן לעבן זאל אויך אמאל קומען א צייט וואס דער ניק עקספייערט, ער וועפט אויס, ער איז מער גארנישט ווערט און מען שליידערט אים ארויס פונעם קהילה.

ביי אונז אין קרעטשמע איז דא אן אומאפיציעלע געזעץ וואס לויטעט אז א מעמבער וואס איז אומאקטיוו, ס'טייטש ער ליינט נישט און שרייבט נישט במשך א האלב יאר, אדער זאגאר א גאנץ יאר, קען מיט רעכט אנגערופן ווערן א געוועזענער מעמבער, וואס די קהילה איז נישט פארפליכטעט צו האלטן זיינע ביכער לעבנסלענגליך.

פערצופאל איז געווען אין פלאן צו מאכן נאך א ניק-רייניגונג אין די קומענדיגע טעג, א שאד אז דיין ארטיקל האט נישט צוגעווארט ביז דאן, וואלטן די מספר ההרוגים געווען פיל העכער, וכולי האי ואולי די מספר הצפיות דערפון...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לאמיך שוין גיין שרייבן עפעס מיט מיינע אנדערע ניקס..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

כ'הער? יעצט מעג איך שוין רעדן? אדער עס קומט נאך אפאר שורות מצדך, וואס ברענג אזוי אויטאמאטיש אפאר אויספלאצן מכריסי?
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4486
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

קרעמער האט געשריבן:פונקט ווי אין די ווירקליכע וועלט בלייבט נישט קיינער לעבן אויף אייביג (אויסער עלוויס, וועמענס 30'סטע יארצייט איז געווען די וואך), איז נישט מער ווי רעכטפארטיג אז אויך אין די ווירטואלע וועלט וואס שפיגלט אפ אלעס פונעם ווירקליכן לעבן זאל אויך אמאל קומען א צייט וואס דער ניק עקספייערט, ער וועפט אויס, ער איז מער גארנישט ווערט און מען שליידערט אים ארויס פונעם קהילה.

ביי אונז אין קרעטשמע איז דא אן אומאפיציעלע געזעץ וואס לויטעט אז א מעמבער וואס איז אומאקטיוו, ס'טייטש ער ליינט נישט און שרייבט נישט במשך א האלב יאר, אדער זאגאר א גאנץ יאר, קען מיט רעכט אנגערופן ווערן א געוועזענער מעמבער, וואס די קהילה איז נישט פארפליכטעט צו האלטן זיינע ביכער לעבנסלענגליך.

פערצופאל איז געווען אין פלאן צו מאכן נאך א ניק-רייניגונג אין די קומענדיגע טעג, א שאד אז דיין ארטיקל האט נישט צוגעווארט ביז דאן, וואלטן די מספר ההרוגים געווען פיל העכער, וכולי האי ואולי די מספר הצפיות דערפון...

קוקטס ווער עס רעדט!..
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

שוין געהערט אמאל דעם אויסדרוק, וואס מ'טוט טוטמען פאר זיך? איך האב עס יעצט געפילט, איך ליין און ליין, און כ'קעניש פארשטיין וויזוי כאב אזויפיל שטותים צוזאם געשריבן.

באט הו קערס, דעריקעריז, אז דעמאלטס האבעך הנאה געהאט, (כ'האמעך יעצט אויך צושמייכל'ט)

די פראבלעם איז, אז כ'בין נישט זיכער צו דער עולם נאכן איבער ליינען יעצט, וועט אפילו פארשטיין וואס איך וויל דא, באט עגעין, איך האדעך נישט געהייסן דעם ארכיאלאג ארויף ברענגען די געביין פון דעם אשכול.

עניוועי, דרך ארץ, סידא אין מיין זאפאס, פיל שענערע ארטיקלען ווי דאס. (קענסט גיין צו מיין נאמען, אין די אינפאו איז דא א לינק צו א גרויסע חלק פון מיינע ארטיקלען. [נישט אז דו מוזט אלע ארויפברענגען {און אפילו יא, שטערטעס מיך אויך נישט}] עסט האבן דארט אסאך אסאך וואס צו ליינען)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

derech eretz האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:פונקט ווי אין די ווירקליכע וועלט בלייבט נישט קיינער לעבן אויף אייביג (אויסער עלוויס, וועמענס 30'סטע יארצייט איז געווען די וואך), איז נישט מער ווי רעכטפארטיג אז אויך אין די ווירטואלע וועלט וואס שפיגלט אפ אלעס פונעם ווירקליכן לעבן זאל אויך אמאל קומען א צייט וואס דער ניק עקספייערט, ער וועפט אויס, ער איז מער גארנישט ווערט און מען שליידערט אים ארויס פונעם קהילה.

ביי אונז אין קרעטשמע איז דא אן אומאפיציעלע געזעץ וואס לויטעט אז א מעמבער וואס איז אומאקטיוו, ס'טייטש ער ליינט נישט און שרייבט נישט במשך א האלב יאר, אדער זאגאר א גאנץ יאר, קען מיט רעכט אנגערופן ווערן א געוועזענער מעמבער, וואס די קהילה איז נישט פארפליכטעט צו האלטן זיינע ביכער לעבנסלענגליך.

פערצופאל איז געווען אין פלאן צו מאכן נאך א ניק-רייניגונג אין די קומענדיגע טעג, א שאד אז דיין ארטיקל האט נישט צוגעווארט ביז דאן, וואלטן די מספר ההרוגים געווען פיל העכער, וכולי האי ואולי די מספר הצפיות דערפון...

קוקטס ווער עס רעדט!..

איך קוק און קוק אבער איך זעה נאך אלץ נישט, איז דאס אויך א קאנספיראציע?
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

ווען איז פארגעקומען די לעצטע ניק רייניגונג?
...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”