כינוס כלל ישראל אין די Citi Field Stadium

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

תגובה דורך ליפשיץ »

איך האב גערעדט וועגן מאכן א נייע אגודה? איך האב מסביר געווען אז כבר הי' לעולמים פון אזא רעיון פון צוזאמנעמען דעם גאנצן ארטאדאקסישן כלל ישראל, בכדי מטכס עצה צו זיין און צו שטעלן מויערן לחומת היהדות. און נישט נאר כבר הי' לעולמים, נאר אייגנטליך כבר הם בעולם. זיי עקזעסטירן אין פאקט. והוא - "אגודת ישראל".
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אומאפיציעל האט געשריבן:טהור'ל האקט, איך האב נישט דורכגעליינט זיין בריוו גרינטליך, ער שרייבט אפשר עטליכע ריכטיגע נקודות, אבער דער בריוו שמעקט עפעס נישט גוט....

שמעקט גראדע זייער גיט.......... פאר משכילים!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

אינו דומה
די אגודה פון כלל ישראל זאל זיין די פאן טרעגער פון כלל ישראל, דאס איז געווען לדעת גדולינו א פראבלעם
משא"כ לתקן דבר אחד (ולא שהעסקנים יהיו הרא"ש בכל הדברים) איז נישטא "די" פראבלעם
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובה דורך שטארק זיך »

ליפשיץ האט געשריבן:איך האב גערעדט וועגן מאכן א נייע אגודה? איך האב מסביר געווען אז כבר הי' לעולמים פון אזא רעיון פון צוזאמנעמען דעם גאנצן ארטאדאקסישן כלל ישראל, בכדי מטכס עצה צו זיין און צו שטעלן מויערן לחומת היהדות. און נישט נאר כבר הי' לעולמים, נאר אייגנטליך כבר הם בעולם. זיי עקזעסטירן אין פאקט. והוא - "אגודת ישראל".

נו, גוט מ׳האמיר אגודת ישראל.
און?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

תגובה דורך ליפשיץ »

שטארק זיך האט געשריבן:
ליפשיץ האט געשריבן:איך האב גערעדט וועגן מאכן א נייע אגודה? איך האב מסביר געווען אז כבר הי' לעולמים פון אזא רעיון פון צוזאמנעמען דעם גאנצן ארטאדאקסישן כלל ישראל, בכדי מטכס עצה צו זיין און צו שטעלן מויערן לחומת היהדות. און נישט נאר כבר הי' לעולמים, נאר אייגנטליך כבר הם בעולם. זיי עקזעסטירן אין פאקט. והוא - "אגודת ישראל".

נו, גוט מ׳האמיר אגודת ישראל.
און?


איך האב זיך באצויגן צו משה'לעס פראגע אין מיין ריכטונג, וועלעכער האט זיך באצויגן צו מיין פריערדיגע תגובה (זע פריערדיגע בלאט), וועלכער האט זיך באצויגן צו דער פראגע פון וויאזוי מ'האט באהאנדלט אמאל די אלע סכנות ושמדיות וואס האט געלאקערט אויף כלל ישראל, חד גדיא חד גדיא...
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

איך פראביר צוריק קוילערן צי די נושא איך ווייס נישט ווי אנצופאנגן
די דרשות זענען דערווייל א סוד
די רבנים זענען אויך אין באהאלטעניש
די זינגערס האט מען שוין דא געברענגט און מכחיש געווען אויך
די אויפטיען פון דעם מעמד איז א סוד
די איינציגסטע זאך וואס איז קאנפורמד איז אז די FAA גייט פארקירעווען אלע פליגערס
אפשר טאקע ווייפיי אויף די לבנה
.
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

כינוס כלל ישראל אין די citi field stadium

תגובה דורך jkup50 »

קען זיין איינער האט עס שוין דערמאנט (איך האב נישט דארך געליינט די 27 בלעטער), אבער איך זעי אז סהאט זיך געטוישט פון 50 צי 40 ו טויזענט ואס איז פשט
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובה דורך דער תהילים איד »

אקעי, איך גיי צוריק צום נושא:

אפשר קען מען ארלעדיגן אז עס זאל זיין אזויפיל כינוסים ווי וויפיל 'סארט' אויסגאבעס מען האט געשיקט?

דהיינו, אויב איז געווען צוויי סארט אויסגאבעס, איינס אויף אידיש און איינס אויף ענגליש, זאל זיין צוויי כינוסים. איינס פאר די וועלכע האבן געקריגן דעם אידישן און איינס פאר די וועלכע וגו', און אויב איז געווען א דריטע אויף לשה"ק/לשה"ט, זאל אפשר זיין דריי..
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובה דורך מומחה יוחס »

פשוט ווייל וויליאמסבורג מיט קרית יואל האבן זיך שוין אפגעזאגט פין זיך משתתף זיין ביים כינוס צילוב - פארשטענדליכע- סיבות ואכמ"ל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 12:28 pm

תגובה דורך על דא ועל הא »

די עסקנים לייענען אייוועלט.
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

תגובה דורך גבריאל »

דער עולם האקט...

אפשר מיט גאר גערעכטע טענות, אבער איך בין זיכער וויאזוי נאר מען וועט עס אויסשטעלן וואס מען וועט נאר אימער פראבירן צו טוהן,
וועלן זיין דעות פארוואס עס איז נאריש, נישטגעטויגן, וכו' וכו'

עס איז אבער פארשטענדליך כמיין מען קען נישט זיך צושטעלן צו 50,000 מיינונגען...

לדעתי די קלוגסטע און בעסטע איז צו פראבירן דו מערסטע און בעסטע וואס מען קען יא ארויסנעמען לטובה פון יעדע פעולה וואס וויל עכ"פ שטיפן די וואגן אויפן גוטען ריכטונג
און אויב זענט איר נישט מסכים און איר פארשטייט נאכאלץ בעסער דעמאלטס די וועג איז אפען שארט אייך ארויף די ארמעל...
און הייבט אן צו עסקנען.. (איך מיין איר וועט שנעלער מיד ווערן ווי די עסקנים..)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

יעצט ביינאכט אין קרית יואל ביי די סעודת הילולא פונעם ברך משה זי"ע האט בנו האדמו"ר מהר"א שליט"א געפייערט איבער קאמפיוטער אינטערנעט, און בעיקר מדגיש געווען בנוגע פילטערס, און דערמאנט דעם ענין אז מען קען איבערקלוגן פילטערס, ועכ"ז האט ער געזאגט, אז מען איז אפן צו די וועלט, איז מען מיט איין קנעפל אין שאול תחתית ס'איז ניטאמאל דא קיין צייט פאר א הרהור תשובה, אז מען האט אפילטער אפילו מען קען עס איבערקלוגן, ביז מען וועט עס איבערקלוגן איז נאך צו האפן ס'וועט אים כאפן א הרהור תשובה.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובה דורך ווינקל »

געוואלד געשריגן גערופן געפיפן געקוויטשט! א ריזן עולם וויל זייער מיטהאלטן, אבער פארלאנגן צו וויסן וואס מען וויל????? אבער עס קומט אלע ערליי הסברים און שיטות אן א טרוקענע ענטפער!

וואס זענען די דרעפט רעזעלאציעס פון די אסיפה?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובה דורך שטארק זיך »

גוט געזאגט
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

תגובה דורך משה קארנפעלד »

גבריאל האט געשריבן:דער עולם האקט...

אפשר מיט גאר גערעכטע טענות, אבער איך בין זיכער וויאזוי נאר מען וועט עס אויסשטעלן וואס מען וועט נאר אימער פראבירן צו טוהן,
וועלן זיין דעות פארוואס עס איז נאריש, נישטגעטויגן, וכו' וכו'

עס איז אבער פארשטענדליך כמיין מען קען נישט זיך צושטעלן צו 50,000 מיינונגען...

לדעתי די קלוגסטע און בעסטע איז צו פראבירן דו מערסטע און בעסטע וואס מען קען יא ארויסנעמען לטובה פון יעדע פעולה וואס וויל עכ"פ שטיפן די וואגן אויפן גוטען ריכטונג
און אויב זענט איר נישט מסכים און איר פארשטייט נאכאלץ בעסער דעמאלטס די וועג איז אפען שארט אייך ארויף די ארמעל...
און הייבט אן צו עסקנען.. (איך מיין איר וועט שנעלער מיד ווערן ווי די עסקנים..)


;l;p-
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
אינגאנצן צעמישט
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 19, 2012 11:57 pm

תגובה דורך אינגאנצן צעמישט »

wow wow, וואס דא גייט פאר...

א געדאנק נאר, כ'בין געווען "אביסל צעמישט" וואס איז פשט אין די נומבער 50,000? כלל ישראל האט דאך סאך מער ווי דעם, בפרט אויב גייען אויך קומען די אנדערע סארט אידן?

אבער זעהט אויס אז מ'האט שוין לכתחילה פארשטאנען אז ס'גייען זיין אויבער חכמים וואס וועלן האבן "לשם שמים'דיגע" קושיות, תירוצים, מסקנות, פירכות, פארשלאגן, אפשלאגן, הו"א'ס, און ראיות.

טייערע אידן! מי לה' אלי!
ווער רופט?
וואסערע שאלה איז דאס?
דער הייליגע סקולענער רבי רופט!!
און ער רופט צו דיר און צו מיר און צו אלע וואס זענען זוכה צו לעבן אין זיין תקופה!


דער סקולענער רבי שליט"א לרפו"ש:
א איד וואס האט געכאפט פיזישע מכות אויף זיין לייב למען כבוד שמו יתברך.
א איד וואס טאג און נאכט בלוטיגט ער במסירת נפש ממש למען כבוד שמו יתברך.
א איד וואס האט מוותר געווען אלע יארן אויף אלעס נאר צו קענען פועל'ן ביי א איד ארויסצוווארפן א טעלעוויזשען.
א איד וואס האט נישט קיין מנוחה ווען ער האט די מינדעסטע צרה'לע ביי א אידיש קינד אפילו ער קען אים בכלל נישט.
א איד וואס קוקט בכלל נישט אויף זיין אייגענעם כבוד ווען ס'קומט צו שתדל'ען אריינצושטעלן א בחור אין א ישיבה.
א איד וואס קוקט בכלל נישט אויף זיין אייגענעם כבוד ווען ס'קומט צו שתדל'ען צו שאפן פאר א איד א דזשאב.
א איד וואס האט אריינגעברענגט עקסייטמענ"ט ענדזשוימענ"ט (וכל חניכא דאמר טייטלבוים-שדי חמד) על טהרת הקודש אין אידישע קינדער.
א איד וואס יעדע חופה פון אן אייניקל ווערט פארוואנדעלט אין א התעוררות שמועס קעגן אינטערנעט.
א איד וואס זיין עצם עקזיסטענץ אויף דעם וועלט איז מגין אויף "כלל ישראל" פון אלעם בייזן.

און אז סקולענער רבי רופט, פרעגט מען נישט קיין קושיות! מ'גייט נישט - מ'לויפט!!

הערט אויף מיט אלע טענה'רייען פלעפלערייען נארישקייטן, ס'וועט יא געלונגען, נישט געלונגען, הו קערס?
לעשות רצון צדיק גייט מען מיט פארמאכטע אויגן.

האף מיר אייך צו זען דארט.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובה דורך דער תהילים איד »

א "צדיק הדור" און א "מנהיג ישראל" זענען צוויי באזונדערע פאקטארן.

גיי זיי מסביר.. נו שוין, העמיר ענדיגן מיט א ודי.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

תגובה דורך שמעק_טאביק »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:סגייט זיין א קומזיץ מיט 50,000 מענטשן, מ'גייט זינגען ניגוני התעוררות. וואס קען זיין בעסער?


גארנישט קען זיין בעסער... נאר כ'האב נישט ליב ווען איינער וועט זינגען "וועהאָאייר איינייני בעסויראסֶעיכָא" און דער צווייטער דערנעבן וועט הרג'ענייזן "והאעֶיר עינֶעינָא בתוראסעכא" מיטן ליטווישן אקצענט, און דערנעבן וועט דער דריטער, א ספרדי, זיך אונטערברומען "והאָאעיר ענענַא בעטאָראַטעכַא".......
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

אינגאנצן צעמישט האט געשריבן:wow wow, וואס דא גייט פאר...

אבער זעהט אויס אז מ'האט שוין לכתחילה פארשטאנען אז ס'גייען זיין אויבער חכמים וואס וועלן האבן "לשם שמים'דיגע" קושיות, תירוצים, מסקנות, פירכות, פארשלאגן, אפשלאגן, הו"א'ס, און ראיות.


דער הייליגע סקולענער רבי רופט!!
און ער רופט צו דיר און צו מיר און צו אלע וואס זענען זוכה צו לעבן אין זיין תקופה![/center]

.


סארי אז איך בין מחולק מיט דיר, אבער די סקולענער רבי שליט"א רופט נישט, עסקנים בשם די סקולענער רבי שליט"ט רופען, עס איז א חילוק פון הימעל ביז ערד,

יעדער זאל פאלגן וואס זיין רבי זאגט, און סקלונער חסידים זאלן פאלגן וואס סקלונער רבי שליט"א זאגט,
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובה דורך מכטי1 »

שוין מקרוכט שוין אריין א זיבעטער נושא צו די סקולנע רבי דארף רופען כלל ישראל אדער יעדער זיין אייגענע רבי/משפיע/רב/דיין/דר. וכן הלאה.....
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובה דורך מבין נומ 1 »

כהאב געהערט פון קראנטע מקורות אז בעפאר מ'האט אנגעהויבן דעם קאמפיין האבן די עסקנים געוואלט אפשטופן דעם מעמד אויף קומענדיגעס יאר (צוליב געלט סיבות, אבער דער סקולענער רבי האט פארפירט אז אזא זאך קען מען נישט אפשטופן קיין איין רגע, סאיז הצלת נפשות, ער האט געהייסן אריינגשפרונגען געבן א דעפאזיט פארן זאל, (א ריזן סכום!) נאך בעפאר מ'האט געוואוסט פון וואנעט מ'גייט האבן די גאצע געלט!

מיין אבזערוואציע נאכן דורכבלעטערן די 27 בלעטער ביז דא:
1 - סאיז אומגלויבליך וויאזוי מענטשן ווארפן מיינונגען מיט השערות און מסכנות אנעם האבן א מינדעסטן אנונג איבער אמת'ע פאקטן... (ווי גבריאל האט גוט ארויסגעברענגט)
2 - די ווערטל אז וואו ס'איז דא פינף אידן איז דא צען דעות, איז סאך מער אמת ווי א דזשאוק... דער עולם האט אזויפיל מין מיינונגען, פאר איינעם איז מען צו פרום, פארן צווייטן צו מאדערן... סאיז ממש אוממעגליך צופרידנצושטעלן פינף מענטשן, שוין אפגערעדט פון פופציג טויזנט... (אז מקוקט גוט קען מען זען ווי געוויסע ניקס דא האבן זיך געטוישט אפאר מאל זייער מיינונג במשך די טעג... אסאך מאל ממש סתירה'דיג...)
3 - דער סטאדיום גייט זיין פיל פון איין עק צום צווייטן, מ'פרעגט אהער און מ'פרעגט אהין, אבער דער עולם גייט למעשה קומען... ווי נענטער ס'ווערט צום אירוע אלס מער ווערן מער און מער מענטשן דערביי (נישט קיין נביאות, דזשאסט אן אפשאצונג)
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

אינגאנצען צימישט
סאיז דא א עדיטאריעל און זייער צייטונג איר האט דאס געליינט?
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובה דורך אייער_קיכל »

מחותן האט געשריבן:
אינגאנצן צעמישט האט געשריבן:wow wow, וואס דא גייט פאר...

אבער זעהט אויס אז מ'האט שוין לכתחילה פארשטאנען אז ס'גייען זיין אויבער חכמים וואס וועלן האבן "לשם שמים'דיגע" קושיות, תירוצים, מסקנות, פירכות, פארשלאגן, אפשלאגן, הו"א'ס, און ראיות.


דער הייליגע סקולענער רבי רופט!!
און ער רופט צו דיר און צו מיר און צו אלע וואס זענען זוכה צו לעבן אין זיין תקופה![/center]

.


סארי אז איך בין מחולק מיט דיר, אבער די סקולענער רבי שליט"א רופט נישט, עסקנים בשם די סקולענער רבי שליט"ט רופען, עס איז א חילוק פון הימעל ביז ערד,

יעדער זאל פאלגן וואס זיין רבי זאגט, און סקלונער חסידים זאלן פאלגן וואס סקלונער רבי שליט"א זאגט,

כ'פארשטיי נישט וואס דו ווילסט דא ארויסברענגן, וואס פונקטלעך איז א חילוק פון הימעל און ערד? האלסט אז די עקסנים האבן איינגערעדט סקולענער רבי אז די אינטערנעט איז געפערליך און ווען ער זאל ווען וויסן די אמת אז די אינטערנעט איז נישט מער ווי א קליינטשיגע מייקרא עס די קארטל וואלט ער זיך אפגעשאקלט פון די גאנצע מערכה?... אדער מיינסטע צוזאגן אז סקולענער רבי האט נישט ארומגעקאלט יעדן פערזענליך אויפן סעל?
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובה דורך msp »

אינגאנצען צומישט
ברוך בואך לשלום
איך ה אלט ביזט 100 פראצענט גערעכט
עס איז קלאהר אז דער סקולענער רבי שליט"א האלט פון דעם
ער האט נישט קיין חשבונות אדער פאליטיק...
אשרינו מה טוב חלקנו שהוא חי בתוכנו
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
Moshe101
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2011 1:22 pm

תגובה דורך Moshe101 »

אינגאנצן צעמישט האט געשריבן:דער סקולענער רבי שליט"א לרפו"ש:

א איד וואס האט מוותר געווען אלע יארן אויף אלעס נאר צו קענען פועל'ן ביי א איד ארויסצוווארפן א טעלעוויזשען.
א איד וואס יעדע חופה פון אן אייניקל ווערט פארוואנדעלט אין א התעוררות שמועס קעגן אינטערנעט.



יפה דברת ;l;p- ;l;p-
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”