כינוס כלל ישראל אין די Citi Field Stadium

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובה דורך ירוחם »

שמעק_טאביק האט געשריבן:והרבנים הגדולים למה באים?
... פון מיר אויס קען מען לאזן אלע רבנים אינדערהיים, און אויך אלע קונטרסים פון תפלת השל"ה. אפאר טעקנישאנס זאלן רעדן צו די זאך, זיי קענען בעסער ארויסברענגען ווי אלע צדיקים אינאיינעם, סיי דעם פראבלעם און סיי די תיקונים, אי"ה, און תם ולא נשלם.

good luck explaining that to the Rabunim.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
סיטיפיעלד
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 16, 2012 1:44 pm

תגובה דורך סיטיפיעלד »

ענטפער פונעם שרייבער


יישר כח פאר'ן נעמען די מיה און ענטפערן, כ'האב יעצט באקומען די ענטפערס, און כ'וועל ענטפערן וואס איך פיל פאר וויכטיג. אבער קודם וויל איך מקדים זיין: כ'זיץ אסאך מיט מחנכים, און כ'קען נישט ארויסגעבן אלעס וואס כ'ווייס. אבער דאס איז זיכער, אז הרבה יותר ממה שכתבתי כאן האב איך זיך געוואלט שרייבן, אבער נישט אלעס איז פאר'ן פאבליק. און יא, דאס פאבליצירן דעם בריוו איז בהסכמת "גרויסע עסקנים".

שמעק טאביק, מיין אויפטוה איז נישט א סאלושען פאר גאנצן כלל ישראל און זיכער נישט אויפ'ן מינוט, ס'איז נאר אויף אזויפיל, אז אויב ס'איז דא א גוטע פראדוקט מיט א הכשר, וואס איז נוצבאר פאר ביזנעסלייט, וועט דאס מיט די צייט ווערן איינגעגעסן בעזר השם מער און מער. נאכאמאל, "מיט די צייט".
און איך גלייב נישט אז פון די סארט וואס האבן נישט קיין מנהיג וואס וועלן קומען צום כינוס, וועט זיך ביי זיי עפעס טוישן. אויפ'ן פלאץ וועלן זיי אפשר ווערן ווארים, אבער דעם נעקסטן טאג האבן זיי נישט ווער ס'זאל זיי איבערווארעמען, און אלעס בלייבט ביים אלטן.

אננעמער, די עסקנים פון "איחוד קהלות ישראל" האבן אונז יא דערגרייכט, פיל האבן מיר פארבראכט צוזאמען. און וויפיל מיר האבן זיי פרובירט צו איבערצייגן אז לא זו הדרך, לאזן זיי זיך נישט. ס'קוקט אויס ווי מתוך לשמה בא שלא לשמה... ס'איז געווארן ביי זיי ווי א פערזענליכע עסק דאס צוזאמשלעפן כל כולו פון כלל ישראל, אז זיי זענען יעצט איינגערעדט דערין, אפילו גרויסע עסקנים שרייען ניין מיט אן אל"ף.

ניין (די אנדערליינד איז וואס דו האסט געשריבן)
ווער עס האט א געפיל דערצו, וועט קומען.
מ'רעדט פון גיין צו א פלאץ און זיך אונטערנעמען עפעס צו טוישן מיין געוואוינהייט, איז דא זעלטן ווייניג פון די בלי מנהיג.
אפשר ביסטו מסביר וואס גענוי איז איינגעשטעלט.
איך האב ליידער פיל עקספיריענס פון זיצן בלויז אויף עטליכע שעה מיט אזעלכע אידן. און כ'האב נאר געשריבן אז ס'איז "איינגעשטעלט", אפשר טאקע א קליינע פראצענט, אבער דאך אן איינשטעל.
סארי, אבער מ'קען זיך נישט דא זארגן פאר אזעלכע נארישקייטן, ווען עס רעדט זיך פון אזא ברייטע מערכה.
פון א ריזן זאל אין מאנהעטן/ברוקלין וואס ווערט אויסגעליידיגט, ביז א גיגאנטישן רינדיגן סטעדיום איז א שטיקל חילוק. און כ'רעד נישט פון קינדער, נאר פון עלטערע בחורים.
מען רופט כדי צו מאכן א מצב.
למען המצב איז פונקט גענוג רובאשקין סטייל, מ'קען מאכן אויפאיינמאל, אפשר אפילו אין איין טאג, עטליכע כינוסים אין יעדן געגנט באזונדער, פאר יעדן געגנט לויט זיין לעוועל.
יעצט גלייב וועלן קומען פיל פיל מער, און דאס איז דער ציל.
דו גלייבסט? איך גלייב נישט. פיריעד.
למעשה האסטו און איך גארנישט געטון ביז היינט צו באקעמפן דעם ערגסטן רוחניותדיגע סכנה אויף כלל ישראל,
וואס? לייען ביטע איבער מיין הקדמה...

אלף בית, יא, ס'איז בדעת "גרויסע" עסקנים, ועיין לעיל.
שטארק זיך, כ'ווייס נישט אויב חשוב, אבער אן אלטער עסקן זיכער. נאכ'ן ווייזן דער בריוו פאר אנדערע עסקנים, האב איך אסאך אויסגעמעקט פאר'ן פאבליצירן דעם בריוו.
שנאפס, כ'האב נישט קיין אהנונג פון וואס דו רעדסט, איך האב קיין אנדערע בריוו נישט פאבליצירט איבער דעם נושא.
Spusmm, כ'ווייס נישט ווער דו ביזט, אבער איך בין לכאורה עלטער ווי דו מיינסט...

און נאך עפעס, מיט KDC האט נישט אונזער עסקנים קיין שום שייכות, און מיר קענען נישט פאבליצירן אונזער מיינונג דערויף.
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

תגובה דורך משה קארנפעלד »

סיטיפיעלד האט געשריבן:.
למעשה האסטו און איך גארנישט געטון ביז היינט צו באקעמפן דעם ערגסטן רוחניותדיגע סכנה אויף כלל ישראל,
וואס? לייען ביטע איבער מיין הקדמה...


טאקע אט דער גראדער שקר אינעם הקדמה נעמט אוועק די ערענסקייט פון די גאנצע בריוו.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

תגובה דורך יענקל פאטאש »

לויט ווי איך האב געהערט נאך זאגן פון סקולענער רבי זז"ג אז מען קומט זיך צוזאם כמו באלי' בהר הכרמל און אויסרופען אז בגשמיות קענען אונז זיך נישט שלאגן אויף דעם נאר ה' הוא האלקים איז אפשר וועגען דעם זענען די רבנים איינגעליידענט.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובה דורך לחיים ולברכה »

טייערע חברים אחים לדעה.
כ'בין שוין זייער לאנג נישט דא געוועזן, כ'האף אז מיין פלאץ איז נאכנישט פארכאפט. אויף דערווייל זיצעך דא, און קיינער זאלמעך נישט אויפשטעלן. ווען כ'גיי ענדיגן מיין קורצע רעדע (סקאסט נאר 2 צענט...), געבעך רשות פאר ווער ס'וויל צו זיצן על משכן כבודי.
העי, כ'קען קיינעם נישטא... וויזוי הייסטו? יא? ניין? עםםם. שוין, עמיר צוריקנעמען דעם ערשטן באס צום נושא.

אייגענטליך, ווער האט מיך אהערגערופן דא? אה, כעלדיר שוין זאגן, פוצקעלע געדולדעלע.

ווער ס'קען מיך דאהי אויף אונזער וועלטעלע, ווייסט אז איך האב אסאך געטוען פאר די נושא פון טעכנעלאגיע, און ב"ה מ'האט אסאך אסאך אויפגעטוען. געזעצן מיט עסקנים, גערעדט, געשמועסט, געפלאנט, און אוודאי אויך גע'חלומ'ט, און אינצווישן אויך היבש אויפגעטוען. איבער דעם כינוס כלל ישראל בין איך אויך געווארן פארמישט אומדירעקט, און סישוין א לאנגע צייט, לאנג בעפאר ס'איז ארויסגעקומען אויפ'ן גאס, וואס אונזער עסקנים האלטן מיט דאס אויפבליעכטס פונעם איחוד הקהלות מיט'ן פלאן צו מאכן א מאסן טראנספארט, כ'מיין א גרויסע מעשה (דאן האט מען נאכנישט געשמועסט פון א ריזן כינוס, נאר פון אנדערע גרויסע זאכן).

איינער פון אונזערע עסקנים, וואס איז פון דער הויפט פון די וועד הפועל, איז נישט קיין אנדערע ווי דער ניק "הרב מ. רובין", וועמען מיר קענען פערזענליך גאר גוט. און ער האט מיר פארבעטן צו קומען שלום מאכן דא אינעם זאל...

שששששששששששששש....... מאך נישט קיין גערודער, כ'בין עלטער פון דיר. יא יא, ס'איז מיין פלאץ, ווארט אביסל.
נננעה, לאמיך אויסרעדן. קעי.

אזוי ווי ער שרייבט, האט ער אונז טאקע געוויזן דעם בריוו, און נאך אפאר מיטינגען מיט די איחוד הקהלות אין די פארגאנגענע וואכן, האבן רוב פון אונז מסכים געווען צו דאס פאבליצירן.

און כ'וויל קלארשטעלן, אז מיר מאכן חלילה נישט אוועק די חשוב'ע עסקנים, און אוודאי נישט די רבנים שליט"א, אדרבה ואדרבה, זאלן זיי ווייטער ארבייטן און אויפטוען פאר וועם זיי קענען אויפטוען, אבער מעגסט הערן א צווייטן, און נישט לייגן לחץ אז מ'מוז קומען צום כינוס, און מ'מוז זיך צושטעלן צו זיי, אין די צייט וואס אונזער קהילה איז גענוג גרויס, און גענוג עקספיריענס אין דעם פעלד.

לאמיך אויסרע........ ווארף נישט קיין......... אוטש...... קעי, כ'לויף שוין ארויס. ביי ביי.

עי, וואוז נאר דער טיר, אה דא....

ר' חנני' בן עקשיא אומר...
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובה דורך ירוחם »

ס'האט מיר גענומען ביז יעצט צו כאפן צו וועלכע פארטיי "הרב מ. רובין" באלאנגט און וואס זענען זיינע אונטערליגענדע מאטיוון פארן שרייבן דעם בריוו. און יעצט אז איך האב שוין געכאפט פארשטיי איך נישט ווי בלינד כ'האב געקענט זיין. אוי טאטע זיסער אין הימל, פארוואס מוז אלעס זיין פארמישט מיט פאליטיק?
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
אננעמער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2012 9:58 pm

תגובה דורך אננעמער »

די ציל פון די בריוו שרייבער איז דאך שוין אויפגעטון געווארן,
דער פאבליק האט עס שוין געליינט.
יעצט, אויב האסטו נישט ליב די היץ דא, רוף נישט קיין שלום מאכערס, (אפילו ס'איז היינט אין סטייל...)
קענסט בעטן מ'זאל אפשפארן די אשכול, און דער עולם עטזיך ארויס געבן אין די אנדערע אשכול.

זיי געזונט לחיים ולברכה... ביי...
הוי "מקבל" את כל אדם בשמחה
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובה דורך היימישער איד »

!? וואאאס??? חיים ברוך קען נאך די אדרעס פון אונזער קרעטשמע דאסי גוטע נייעס
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

גבריאל האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי גייט זיך ערשט אנהייבן די עיקר א טאג נאך די כינוס,
אלע רבנים און קהילה פירער'ס וועלן באקומען קוראש זיך אויפשטעלן און פארלאנגען תיקונים
לויטן געברויך פון זיין אייגענעם ציבור, צו איז דאס ארויסווארפען די כלים פון שטוב וכו' וכו'
דעמאלטס וועט עס זיין בעז"ה אסאך גרינגער פאר זיי עס אויסצופירן

און וואס איז מיט א פלען בי? טאמער (כ'קלאפ מיין מויל דריי מאל) וועט דער כינוס זיין א דורכפאל?
.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

א אינגערמאן וואס האט נישט קיין קאמפויטער און שטוב, וואס גייט ער דארט הערן? אז מיט א גאר גיטע פילטער מעג ער עס יא האבן און שטוב?

מען האט שוין עטליכע מאל געפרעגט די קשיא דא, און קיינער האט עס האט נישט פארענטפערט,
וואס גייט מען דארט הערן? גייט מען ארויף ברענגן דעם שוואכען עולם צו די פרומע סטאנדערט אז זיי זאלן אלעס ארויסווארפען פון שטוב, אדער גייט מען אראפברענגן דעם פרומען עולם צום שוואכערן סטאנדערט אז מיט א גיטע פילטער איז אלעס גוט??

כלל ישראל קען נישט, און טאר נישט האבן איין סטאנדערט, מיר עסן אנדערע השגחות און מיר פירען אונזערע שטיבער אנדערש ווי די אידן או טינעק נוי דשערזי אדער די אידן פון 770,

געווענליך איז די ציל פון אזא אסיפות יסוד אראטפצושטעלן א יסוד אויף וואס מען אל ווייטער קענענן בויען אינאיינעם, איך זע נישט ווי אזוי מען זאל ווייטער קענען גיין אינאיינען מיט די נושא אינאיינעם גאנץ כלל ישראל,
לעצט פארראכטן דורך מחותן אום מיטוואך אפריל 18, 2012 1:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

תגובה דורך מוטשע נישט »

מיינע געדאנקן איבער דעם בריוו

דער רעיון פון פובליצירן אזא בריוו איז לענ"ד זייער נישט אויסגעהאלטן כל זמן אז עס זעהט אויס אז די כינוס אויפטוהן, האלסט די קענסט בעסער? געזונטערהייט. טוה, מאך, וכו' אבער וואס שטערט דיר אזוי אז א צווייטע טוהט אויך. האלסט ס'וועט נישט אויפטוהן? וואס גייט דיר אהן. קאליע מאכן וועט עס זיכער נישט.

און לגבי די עצם טענות, די עיקר צוויי טענות וואס קענען געהערט ווערן זענען ערשטנס 'ווער רופט' און זאלן טאקע די מנהיגי הקהלות אויפפאדערן און מחייב זיין זייער עולם צו גיין זיך משתתף זיין. צווייטנס, אז עס פעהלט אסאך בהירות מצד די ארגענזירער אינעם חלק 'וואס די אסיפה גייט אויפטוהן' דהיינו, גייט מען סתם רעדן און דרשנ'ן קעגן אינטערנעט? גייט מען אראפשטעלן תקנות? אויב יא דאן וועלכע תקנות? אבער נישט אז מען קען נישט יעדן מחייב זיין אייניג, נאר עס פעהלט פשוט אויס אז די איחוד עסקנים זאלן מער מסביר זיין וואס זייער ציהל גייט זיין און וויאזוי מען גייט דאס אינפארסירן.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

גבריאל האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי גייט זיך ערשט אנהייבן די עיקר א טאג נאך די כינוס,
אלע רבנים און קהילה פירער'ס וועלן באקומען קוראש זיך אויפשטעלן און פארלאנגען תיקונים
לויטן געברויך פון זיין אייגענעם ציבור, צו איז דאס ארויסווארפען די כלים פון שטוב וכו' וכו'
דעמאלטס וועט עס זיין בעז"ה אסאך גרינגער פאר זיי עס אויסצופירן


פאר א רב וואס האט נישט פטארפירט ביז היינט וועגן די פראבלעמען, וועט שוין אזא אסיפה נישט העלפן, און אויב קען עס נאך יא העלפן זאל זיי די סקולענער רבי פריוואט אריינריפען און שטוב און זיי מחזק זיין דערויף, עס וועט פול מער העלפן ווי די אסיפה



אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:און וואס איז מיט א פלען בי? טאמער (כ'קלאפ מיין מויל דריי מאל) וועט דער כינוס זיין א דורכפאל?


וואס מיינט א סקוסעס, און וואס מיינט א דורוכפאל?
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובה דורך מי חכם »

מחותן האט געשריבן:א אינגערמאן וואס האט נישט קיין קאמפויטער און שטוב, וואס גייט ער דארט הערן? אז מיט א גאר גיטע פילטער מעג ער עס יא האבן און שטוב?

מען האט שוין עטליכע מאל געפרעגט די קשיא דא, און קיינער האט עס האט נישט פארענטפערט,



ער גייט דארט הערן, אז דער קאמפיוטער וואס ער גייט ממילא אריין נעמען אין שטוב אין אפאר (אדער עטוואס מער) יאר פון היינט, ברויך האבן א גוטן פילטער. און אויב וועט ער עס אריין נעמען א יאר פריער אבער מיט א גוטן פילטער, אדער א יאר שפעטער אן א פילטער, וועלכע איז בעסער?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

מחותן האט געשריבן:וואס מיינט א סקוסעס, און וואס מיינט א דורוכפאל?


אז אנשטאט 50 טויזנט גייט זיין 5 טויזנט
.
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובה דורך שטייסטענישט »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:וואס מיינט א סקוסעס, און וואס מיינט א דורוכפאל?


אז אנשטאט 50 טויזנט גייט זיין 5 טויזנט

נו וועט סך הכל פעלן א זערא, נישט געפערליך
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:וואס מיינט א סקוסעס, און וואס מיינט א דורוכפאל?


אז אנשטאט 50 טויזנט גייט זיין 5 טויזנט


פטר וואס איז 5 טויזענט א דרוכפאל?? מינסט טאקע אז עס איז שוין ימות המשיח און אלע אידן זענענן שוין גרייט אויף תשובה? 5טויזענט איז זייער אסאך! און טויב 5 טויזענט אידן וואפן אווער די משחיתים וועט עס האבן א השפעה אויף נאך 5 טויזענט אידן.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

מחותן האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:וואס מיינט א סקוסעס, און וואס מיינט א דורוכפאל?


אז אנשטאט 50 טויזנט גייט זיין 5 טויזנט


פטר וואס איז 5 טויזענט א דרוכפאל?? מינסט טאקע אז עס איז שוין ימות המשיח און אלע אידן זענענן שוין גרייט אויף תשובה? 5טויזענט איז זייער אסאך! און טויב 5 טויזענט אידן וואפן אווער די משחיתים וועט עס האבן א השפעה אויף נאך 5 טויזענט אידן.

מאך דיך נישט ווי א בטלן, אין קאנטינענטאל זאל איז 5000 א סוקסעס, אין סיטי פיעלד איז עס א דורכפאל!

בקיצור קושיא במקומה עומדת

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
גבריאל האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי גייט זיך ערשט אנהייבן די עיקר א טאג נאך די כינוס,
אלע רבנים און קהילה פירער'ס וועלן באקומען קוראש זיך אויפשטעלן און פארלאנגען תיקונים
לויטן געברויך פון זיין אייגענעם ציבור, צו איז דאס ארויסווארפען די כלים פון שטוב וכו' וכו'
דעמאלטס וועט עס זיין בעז"ה אסאך גרינגער פאר זיי עס אויסצופירן

און וואס איז מיט א פלען בי? טאמער (כ'קלאפ מיין מויל דריי מאל) וועט דער כינוס זיין א דורכפאל?
לעצט פארראכטן דורך אלד וויליאמסבורג אום מיטוואך אפריל 18, 2012 1:54 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובה דורך ירוחם »

מי חכם האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:א אינגערמאן וואס האט נישט קיין קאמפויטער און שטוב, וואס גייט ער דארט הערן? אז מיט א גאר גיטע פילטער מעג ער עס יא האבן און שטוב?

מען האט שוין עטליכע מאל געפרעגט די קשיא דא, און קיינער האט עס האט נישט פארענטפערט,



ער גייט דארט הערן, אז דער קאמפיוטער וואס ער גייט ממילא אריין נעמען אין שטוב אין אפאר (אדער עטוואס מער) יאר פון היינט, ברויך האבן א גוטן פילטער. און אויב וועט ער עס אריין נעמען א יאר פריער אבער מיט א גוטן פילטער, אדער א יאר שפעטער אן א פילטער, וועלכע איז בעסער?

כירוחם ועוד למי חכם.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

ירוחם האט געשריבן:כירוחם ועוד למי חכם.

מען האט שוין דא אסאך געשמיסט דערפון נאך פאר האסט דא מגיב געווען אבער עס איז אלץ גוט ווען מען גייט איבער די וויכטיגע נקודות

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:מאך דיך נישט ווי א בטלן, אין קאנטינענטאל זאל איז 5000 א סוקסעס, אין סיטי פיעלד איז עס א דורכפאל!

בקיצור קושיא במקומה עומדת


קשיא מעיקרא ליתא, ואכמ"ל והבן כי קצרתי
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

ירוחם האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:א אינגערמאן וואס האט נישט קיין קאמפויטער און שטוב, וואס גייט ער דארט הערן? אז מיט א גאר גיטע פילטער מעג ער עס יא האבן און שטוב?

מען האט שוין עטליכע מאל געפרעגט די קשיא דא, און קיינער האט עס האט נישט פארענטפערט,



ער גייט דארט הערן, אז דער קאמפיוטער וואס ער גייט ממילא אריין נעמען אין שטוב אין אפאר (אדער עטוואס מער) יאר פון היינט, ברויך האבן א גוטן פילטער. און אויב וועט ער עס אריין נעמען א יאר פריער אבער מיט א גוטן פילטער, אדער א יאר שפעטער אן א פילטער, וועלכע איז בעסער?

כירוחם ועוד למי חכם.

וואס הייסט ער גייט ממילא אריין נעמען?

מצד קהילתו ורבו ומוסדותיו וועט ער דאך נישט אריין נעמען קיין קאמפיוטער אין שטוב, דאס וועט זיך נישט טוישן מיט די צייט, און אויב וועט ער טאקע הערן אז עס וועט יא זיך בייטן איז דאך דאס פראבלעם פון וואס מ'רעדט שוין דא פון אנהויב אן אז די וואס האבן שוין די תקנה וועט עס נאר אפקילן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובה דורך msp »

איין זאך האב איך אויפגעמערקט
אז כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א
א חוץ פון א קדוש א צדיק אנ'עובד השם
איז ער גאר א גרויסע פיקח און פארשטייט אנ'ענין
אשרינו ואשרי דורנו שהוא שרוי בתוכנו
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

מוטשע נישט האט געשריבן:און לגבי די עצם טענות, די עיקר צוויי טענות וואס קענען געהערט ווערן זענען ערשטנס 'ווער רופט' און זאלן טאקע די מנהיגי הקהלות אויפפאדערן און מחייב זיין זייער עולם צו גיין זיך משתתף זיין.


מען האט דאס שוין ברייט אויסגעשמיעסט אנפאנג פינעם אשכול און די ערשטע 5 6 בלעטער, און קורצען די פוינט, אז מנהגי הקהלות זענענן נישט מחיוב נאכצוגיין בלידנדערהייט 4 5 עסקנים, אן וויסען קלאר 100 פראצענט די תכלית און די מטרה פינעם אסיפה,

מוטשע נישט האט געשריבן:צווייטנס, אז עס פעהלט אסאך בהירות מצד די ארגענזירער אינעם חלק 'וואס די אסיפה גייט אויפטוהן' דהיינו, גייט מען סתם רעדן און דרשנ'ן קעגן אינטערנעט? גייט מען אראפשטעלן תקנות? אויב יא דאן וועלכע תקנות?


מיט דעים האסטע פארענפערט פארוואס מנהיגי הקהלות קענענן נישט געבן קיין בלענק טשעק פאר עסקנים

מוטשע נישט האט געשריבן:אבער נישט אז מען קען נישט יעדן מחייב זיין אייניג, נאר עס פעהלט פשוט אויס אז די איחוד עסקנים זאלן מער מסביר זיין וואס זייער ציהל גייט זיין און וויאזוי מען גייט דאס אינפארסירן.


האלסט טאקע אז גאנץ כלל ישראל קען האבן איין סטאנדערט?
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובה דורך ירוחם »

farshlufen האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:א אינגערמאן וואס האט נישט קיין קאמפויטער און שטוב, וואס גייט ער דארט הערן? אז מיט א גאר גיטע פילטער מעג ער עס יא האבן און שטוב?

מען האט שוין עטליכע מאל געפרעגט די קשיא דא, און קיינער האט עס האט נישט פארענטפערט,



ער גייט דארט הערן, אז דער קאמפיוטער וואס ער גייט ממילא אריין נעמען אין שטוב אין אפאר (אדער עטוואס מער) יאר פון היינט, ברויך האבן א גוטן פילטער. און אויב וועט ער עס אריין נעמען א יאר פריער אבער מיט א גוטן פילטער, אדער א יאר שפעטער אן א פילטער, וועלכע איז בעסער?


וואס הייסט ער גייט ממילא אריין נעמען?

מצד קהילתו ורבו ומוסדותיו וועט ער דאך נישט אריין נעמען קיין קאמפיוטער אין שטוב, דאס וועט זיך נישט טוישן מיט די צייט, און אויב וועט ער טאקע הערן אז עס וועט יא זיך בייטן איז דאך דאס פראבלעם פון וואס מ'רעדט שוין דא פון אנהויב אן אז די וואס האבן שוין די תקנה וועט עס נאר אפקילן.

ס'קען זיין אז ער גופא וועט זיך האלטן שטארק און נישט אריינעמען אין שטוב (אזוי ווי עס זענען דא היינט אידן וועלכע דרייוון נישט קיין קאר, האבן נישט קיין סעלפאון און ניטאמאל caller id האבן זיי). אבער זיין זון, וועלכע איז קיינמאל נישט אויפגעוואקסן מיט קיין מושג פון קיין פילטער, וועט נישט ווייסן אז א קאמפיוטער קויפט מען נאר מיט א שטארקען פילטער.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

כבוד ר' ירוחם, איר שאצט אונטער די כח פון אן הנהגה, דארט ווי עס איז פארהאן אזא מושג, די אלע מוסדות הכפופים לדברי רבם ורבניהם וועלן קיינמאל נאכלאזן פון די תקנה וואס איז מתחילה געמאכט געווארן מיט אסאך שיקול הדעת און דאס איז העיר טו סטעי, יעדעס אינגל וואקסט אויף אז אינדערהיים איז קיין קאמפיוטער פארהאן און צו דעם וועט ער זיך האלטן ווען ער וועט זיין אייגענע שטוב אויפבויען, דאס אז אין די ארבעט ברויך מען א פילטער איז א דבר פשוט פאר א יעדן איד וואס זאגט 3 מאל א טאג ולא תתורו, און דאס און אלע הלכות השייכות פאר א אינגערמאן וואס גייט ארויס אין די גרויסע גוי'שע גאס פאר פרנסה וואלט מען ווען טאקע געדארפט לערנען מיט א יעדן שנה ראשונה אינגערמאן אין כולל (און געבן א בחינה דערויף).
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובה דורך שטארק זיך »

ירוחם, מי חכם,

מען דערציילט א מעשה אויף איינעם פון די אונגערישע רבנים תופסי ישיבות ז״ל, איז אמאל דורכגעגאנגן דעם באן שטאציאן ווען ער האט באמערקט איינער פון די תלמידים זיינע זיצן אין אן דערנעבענדיגע טריפה׳נע רעסטאראון און האקט שטיקער רח״ל.

צומארגענס רופט דער ראש ישיבה אריין דעם צוציק און פרעגט אים, הלמאי א ישיבה בחור עסט טריפות?

ענטפערט דער בחור, דער רבי ווייסט דאך אז פריער אדער שפעטער גייט מען אונז אט אריינשלעפן אין מיליטער, דארט וועט מען במילא עסן טריפות, על כ ן עסט ער שוין...

טייערע חברים,
קיין שום איד וועט קיין שאדן נישט האבן אז ער וועט אפהאלטן דאס אריינברענגן טעכנאלאגיע אין שטוב ביז עס איז אבסעלוט א הכרח... הערט אויף האקן אין טשייניק אז דאס מיינט אז שפעטער וועט ער ארייננעמן אן א פילטער...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”