איך וויל קויפן א "סמארט פאר 2" קאר, ווער נאך וויל?

אלעס איבער קויפן, ליעסן, און רענטן א קאר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דיזע ערצעלונג

איך וויל קויפן א "סמארט פאר 2" קאר, ווער נאך וויל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

עס ווערט נאנטער און נאנטער דער געהויבענער טאג, אי"ה אנהויב 2008, ווען אמעריקאנער בירגער וועלן האבן די זכי' אז מען וועט דא אויך קענען קויפן די "סמארט פאר טו" קארס, וואס איז שוין דא עטליכע יאר צו באקומען איבער דער גאנצער וועלט, אבער אין אמעריקע האט עס געשפעטיגט אנצוקומען, וויבאלד אמעריקאנער זענען באוואוסט מיט זייערע גרויסע השגות און גייען פאר גרויס און נישט פאר קליין.

דער "קלוגער פאר צוויי" וועט טוישן דעם אויסדרוק, "איך האב זיך אריינגעזעצט אין מיין קאר" צו "איך האב זיך אנגעטאן מיין קאר", וויבאלד דער קאר וועט זיין נישט צופיל גרעסער פון די סייז פונעם מענטש. עס וועט זיין פונקט ווי עמיצער טוט אן א מאנטל אויף זיך.

דער קלוגער איז א קאר, בעסער געזאגט א קארעלע, וואס איז נישט צופיל גרעסער פון א "גאלף קארט", אבער עס פארט א מחי', וויבאלד עס שלעפט א קליינע לאסט, און עס ציט אן אזויפיל ווי 90 מ.פ.ש. א שיין ביסל העכער דעם ספיד לימיט, און עס קען פארן איבער 40 מייל אויף בלויז איין גאלאן! והעולה על כולנה, דעם קאר צו קויפן קאסט בלויז 12 אלפים.

איך האב איין גרויסע פעמילי קאר וואס איז זייער גוט אויף צו פארן מיט דער משפחה ווען מען באדארף אנקומען ערגעץ וואו. די פראבלעם איז אבער אז ס'קאסט אסאך גאזאלין און מיילעדזש. איך קען אלזא באשטיין צו האבן נאך א קאר. (איך קען סתם אזוי באשטיין צו האבן צוויי קארס משום סיבות שונות.) אלזא, איז מיין שאלה, וועט דער היימישער עולם קויפן דעם קלוגן, אדער וועט מען אים באיקאטירן וויבאלד ער קאסט אביסעלע צו ביליג פאר אונזערע הויכע לעבנס סטאנדארטן? און צי דארף איך זיך שעמען ארומצורייטן מיט אזא קאר?

וועט דער סמארט פאר טו זיין אזוי ווי למשל דער פאמפקין וואס איז בבל יראה ובל ימצא אין פרומע שטובער משום גזירת הכתוב שאין רשות להרהר אחריה? דהיינו, עס איז א גוי'אישע זאך וואס באלאנגט נישט אין אידישע הייזער? אדער וועט דער עולם - ספעציעל יונגעלייטלעך וואס האבן נאכנישט קיין גרויסע משפחות - זאגן: די העק מיט בין לאדין און זיינע אויל-רייכע באנק אקאונטס, די העק מיט די גרויסע קאר קאמפאניס און זייערע פארשווענדערישע קארס. איך קויף זיך א סמארט קאר ווייל עס קאסט ביליג און ציט ווייניג ברענשטאף!

אה, און צי האב איך דערמאנט אז דער סמארט פאר טו וועט אוועקנעמען די פארקינג קאפל-ווייען, ווייל מען וועט אלעמאל האבן פלאץ וואו זיך צו פלארקן? ווייל דער קאר קען זיך אריינקוועטשן, ליטערעלי, צווישן צוויי קארס, ווען ס'פעלט זיך אויס?

בילד: אין ארץ ישראל וואו דער "חכם" פון מאמע שטאנא איז שוין דא צובאקומען פונלאנג זענען זיך אסאך ארעמע אידעלעך מחי' דערמיט. בילד איז גענומען פון א גאס אין ירושלים.
אטעטשמענטס
aa.JPG
aa.JPG (78.73 KiB) געזען 8745 מאל
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

במלוא הודו והדרו
אטעטשמענטס
800px-Smart_car.jpg
800px-Smart_car.jpg (62.98 KiB) געזען 8731 מאל
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

ביז ווילאנג די ווירקליכקייט ווייזט נישט איבער מיין גרויסן גרייז, מיין איך אז פיל יונגעלייט וועלן זיך איינהאנדלען דעם קאר. דער איינציגסטער פראבלעם מיט דעם קאר איז נישט דאס אז עס קאסט ביליג (ס'איז אן ערנסטן פראבלעם מיט די אמעריקאנע צודרייטע געדאנקען גאנג, אבער צומאל קען א לאך אין טאש דאס אויך אוועקלייגן אין די זייט) נאר דאס אז זיין אויסזען איז היבש מאדנע. איך זעלבסט בין צוגעוואוינט דערצו, אבער איך גלייב אז אזעלכע וואס האבן קיינמאל געזען דעם קאר וועלן דאס אנקוקן אינטרעסאנט, און ס'איז טאקע נישט גלייך צו די געווענליכע קארס. אין אנדערע ווערטער, ס'איז אויפרייסעריש... עס איז צום האפן אז דער עולם וועט זיך אבער צוגעוואוינען דערצו, און ביז עטליכע מאנאטן וועלן מיר זעהן די פארקינג לאטס פון די בתי מדרשים איבערגעפולט מיט קליינע חכמים...
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

דיזער דו רייצט מיך אונטער. שעמען אין קאפ אריין, אויב קויף איך עני קאר וואלט איך זיך געקויפט אזא אויטא'לע. אבער אונזערע ברייטע אידן וועלן עס מן הסתם נישט אזוי צעכאפן, קודם כל ווייל עס האט נישט קיין פלאץ פאר קיין 'סטראופס'...... אבער אויך ווייל ווי נאר דו האסט איין קינד (און ווער האט נישט) קענסטו דאס נישט מער נוצן. און פאר די סיבה, מוז איך שוין מאכן א שארפן צוריקצי פון מיין לויזע פראקאלמירונג אז איך וואלט זיך געקויפט אזא אויטא. אבער אז דו האסט אן אנדערע עניוועי, און די קענסט עפארדן און נוצן צוויי, גאו אהעד! זיי נישט קיין בטלן. דא איט.

ביי דע וועי, די קארעלע איז אויך מן הסתם גוט אין א שניי, ברויכסט זיך נישט קיין סאך פלאגן, נעמסט עס אריין אינדערהיים, לייג עס אריין אינעם קעבינעט אונטערן פליישיגן סינק אויף איבערנאכט און פטור אן עסק.....
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דיזער;

קודם שלום עליכם. נישט קיין חילוק צי ביזט אהערגעקומען מיט א שיף אדער א קאר אן אויבער-חכם; דער עיקר אז דו ביזט דא.

איך וואלט דעם קארעלע נישט געקויפט, ווייל ס'האט נישט קיין פלאץ פאר דאס געזינדל. מ'דארף אסאך אסאך ארומפארן בלויז הוא וביתו אז ס'זאל זיך לוינען צו קויפן.

אגב, דעם בילד וואס דו ברענגסט פון ירושלים איז בכלל נישט קיין חידוש. ביי אונז אין ניו יארק זענען דא אידן מיט עס-יו-וויס, סטעישאן-וואגאנען און פיק-אפ טראקס, וואס פארקן זיך גענוי אויף דעם וועג... זיי געבן נישט קיין ווי-זוי-הייסטעס פאר קיינעם נישט...
An article a day keeps the babies away
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

דאס קארל איז ממש א נחת. אט גיט א קוק אויף דעם אידל וואס יאגט זיך אהיים צו די בני בית, דריי שעה פאר'ן זמן. ער וויל אריינשפרינגען אין רעסטוראנט קויפן טועמיה. א ביזי גאס (רח' בר אילן); ער האט נישט וואו צו פארקן. אבער נישט געזארגט, דער סיידוואק איז גענוג ברייט צו קענען אקאמאדירן אים און אויך די דורכגייערס. (אויפ'ן בילד זעט מען אים אראפפארן פון סיידוואק נאכ'ן פינישן זיין ארדער.)
אטעטשמענטס
SURY_MINI_SD_087.jpg
SURY_MINI_SD_087.jpg (70.09 KiB) געזען 8700 מאל
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

א רחמנות אויף דעם אויבער חכם וואס קויפט פיצא פאר טויעמיה. נעבעך, נעבעך. ער האט דאך טאקע נישט קיין געלט אויף עפעס אנדערש.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

חברה איך קען שוין פונלאנג דעם חכם, ווען כבין געווען אין לאנדאן א דריי יאר צוריק בערך האבעכעס דערזען און תיכף געזאגט אז כווארט קוים מזאל עם ליפערן קיין אמעריקע. שוין איינמאל א חכם, וועט מיר העלפן שפארן געז, פארקינג פראבלעמען ממש א נחת.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

פון עקספיריענס.

די קאר פארט א מחי'ה, שטיל, רואיג, סטעיבל, איך בין געפארן [אויך געדרייווט] מיט אזאנס (אונז האבמער געדונגען) מיט א זעקס יאר צוריק בערך אין איטאליע.
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

דזשובוי, ביי ענק אין ישראל איז עס נישט קיין חידוש. ס'איז דא לרוב דערפון. וואלסטו עס רעקאמענדירט פאר אונז אמעריקאנער?
אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

אבסלוטלי.

אגב.
ביי ענק איז דא נאך א מעלה, עטץ האטס ברייטע סיידוואלק'ס און אויבידא טרעפיק קענט עטץ געבן א קריך ארויף אויפן סיידוואק (אזויוי א ביגוויל פון די קינדער) און געבן א קליינע פייף און פארן ווייטער.
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איים אלל אין, מ'העמער אוועקלייגן דעם צוואנציג טויזענט דאלאר'דיגן טאיאטא עס נאר נוצן דאס ביסל וואס מען דרייווט ארום די שאמפאכע צוויי דריי טויזענט מייל א יאר, עס וועט האלטן אויף די קומענדיגע דרייסיג פערציג יאר, און ס'איבעריגע 25,000 מייל וועט מען זיין א חכם.

אוי מי יתן והי'.
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

בס"ד

דא ביי אינז וואז עס איז אויך שוין לאנג דא די קארעלעך , האבעך אבער נאכנישט געזעהן אז א יוד זאל עס פארמאגען
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

טשיז לאקשן,

אויב איהר וועט מיר ערלויבן פרעגן, וואו איז דאס "ביינונז"?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

די איידיע דערפון איז געוואלדיג, די איינציגסטע זאך איז, מ'דארף מאכן חשבונות, צו מ'פארדינט דערפון פון האבן צוויי עקסטערע קארס, (כ'רעד נישט פון די וואס דארפן סייווי צוויי, משום סיבות שונות.) פאקטיש, קאסט עס צוויי מאל געלט, און אינשורענס, און ס'וועט זיך געווענליך אין אזא פאל מאכן, אז פונקט ווען מ'איז געפארן אויף מאנסי מיט די קליינע קאר צו די ארבעט, איז די ווייב געקומען מיט די פאמיליע שאפינג, און אהיים צו טראגן ביסטו גארנישט ווערט.

סאו, אקאונטענטס, נעמט ענק צו די ארבעט.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

יא, כאנאר געוואלט ממשיך זיין, סימער זייער אינטערסאנט, א מעשה שוין כמעט צוויי יאר צוריק האבעך געדאפט זיין ערגעץ אין ניו דשויזי אויף א מיטינג, (כ'געדענק שוין נישט ווי), און לעבן דעם איז עפעס געווען א גרויסע ווערהאויז, און דארט אין חצר האבעך דערזען צענדליגער שפאגל נייע חכמים'לעך שטייען דארט פארקירט, מיטן גאנצן פראכט, כ'בין געווען זיכער אז ביז אפאר וואכן זעט מענעס אין אלע גאסן, ווייסט איינער וואסי געשען אסהאט געדויערט אזוי לאנג. וואס איז דא די מעשה דערמיט.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

די אויבער-חכמים זענען אלעמאל געווען צו קריגן אין אמעריקע אויך (דארף איך אייך דאס זאגן?...), אבער נישט דורך די אנגענומענע וועגן, נאר דורך די גרויע מארק. פון איצט ווען זיין צו קריגן נאר איינע פון זייערע מאדעלן, וועלכע איז היבש ביליג אבער קומט אן די געווענליכע באקוועמליכקייטן צו וועלכע מיר זענען צוגעוואוינט ווי למשל AM/FM נשא-תורה הערער און עירין-קדישין. די אנדערע מאדעלן קומען מיט אט די געווענליכע פונקציעס, אבער גרייכן שוין דעם סומע פון 17000 דאלער.

אט איז זייער זייטל: http://www.smartusa.com
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

נישט געווען צו באקומען אין אמעריקע. זיי קומען אן אין 2008. קוק אויף זייער FAQ:

פראגע: When will smart vehicles be available for purchase in the United States?
ענטפער: The smart fortwo is scheduled to be available in the first quarter of 2008.
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

ועיין ב: http://www.sbwire.com/news/view/9145 שכתב וז"ל:
All currently available Smart ForTwo vehicles in the U.S. are "gray market" cars, as they have been modified by a Registered Importer to meet stringent American safety and emission standards.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

אקעי, א כמעשה'דיגע ענפער, הייסט עס אז די חכמים'לעך וואס איך האב דארט געזען זענען געווען אימפארטירט דורך דעם גרויען מארקעט דילער.

יעצט נאך א קשיא, אויב דער עולם האט אזוי ליב אזא קליינטשיק'ס, פארוואס האט מען זיך קיימאל נישט צוגעכאפט צו די קליינע בונדלעך (איך האב פשוט נישט עפעס קיין בעסערן נאמען) טרעקלעך וואס די פאליס דרייוון, דארט גייט אריין איין מענטש און ס'ניצט זיכער זייער ווייניג ברוינפן, (כ'מיין ברענשטאף), ווייסט איינער אפשר א שטיקל הסבר?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

איך גלייב נישט אז די קליינע טרעקלעך זענען געאייגנט צו פארן פון איין שטאט צום צווייטן. עס איז געמאכט געווארן נאר פאר לאקאלע רייזעס. ווי אויך גלייב איך נישט אז די טרעקלעך קענען אנציען א שנעלקייט אזוי ווי א געווענליכער קאר.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

מיין חבר האט מיר שוין געבעטן אז איך זאל קויפן אזא קאר און ווען איך וועל דארפן פארן ערגעץ מיט די משפחה וועט ער גערן טוישן מיט זיין מיני ווען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

און וואס וועט ער האבן דערפון?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דארפסמאן מיט מיר וועסטו אויך טוישן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

קרעזי, אויב איז דאס אמת איז עס טאקע א גוטע סיבה, מען ברויך דעך אבער וויסן אויב איזט דאס טאקע עזוי, ווי וואלט מען דאס געקענט מברר זיין. און אז מען רעדט שוין פון דעם לאמעך דעך שוין פרעגן ווייסטו אפשר ווי מען קען קויפן אזאן בונדל, אדער האט די קאמפאני וואס מאכט דאס א וועבסייט?, אויב קאנסטו דאס אויסגעפונען וואלטעך שטארק הנאה געהאט, און פארטרונקען נאך א גלעזל שנאפס צו דיין לעבן.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
שרייב תגובה

צוריק צו “קאר דילערשיפ”