חומרי ומנהגי פסח ומקוריהם וטעמיהם

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע: אין ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד פיישוט »

סארי הרב מעדזשעלי
דו ביסט נישט דא אין פארברענגען
איך וויל עכט וויסן אויב סאיז דא א חשש דערויף
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

קרעמער האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:ביי מיין פאטער זז"ג אין שטוב איז ער מקפיד נישט צו בראקען אפילו אחרון של פסח, כך קיבל מאביו שהיה מקפיד ע"ז מאד.

שמעתי על הדיין הרב גרשון פאזען זצ"ל מ'פראנקפורט [אבי הרב מ'שאפראן זצ"ל] שלא אכל מצה שרויה באחרון של פסח, באומרו שאם הדיין יאכל שרויה יקילו המקילים לאכול חמץ גמור.


פון א סטריזובער אייניקל האב איך געהערט, אז ביי זיי פיהרט מען זיך אז מען עסט נישט קיין אייער-לאקשין אין פסח משום מעשה שהיה:

א זיידע זייערע איז געווען רב אין א שטאדט פון עם-הארץ'ים. איז אמאל פאר פסח אריינגעקומן א פרוי צום רעביצין אין שטוב, האט זיא געזעהן ווי די רעביצין מאכט אייער לאקשין. האט זיא געפרעגט די רעביצינ'ן וואס דאס איז, האט זיא געענטפערט "פסח'דיגע לאקשין". קומט ליל התקדש חג, קומט צו איר מאן צום רב מיט טענות אז זיין ווייב האט איהם געמאכט חמץ - זיא האט פארשטאנען אז פסח'דיגע לאקשין מאכט מען פון פסח'דיגע מעהל - דהיינו חמץ גמור.

אלץ דעם האבן זיי איינגעפיהרט ביי זיי אין משפחה אז מען עסט נישט קיין אייער-לאקשין פסח.
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

איך האב געהערט פון יוד אז אזוי ווי זיינע זיידעס האבען געגעסן מאשין מצות פירט ער זיך ארויף צי לייגען אויפן טיש א באקס אבער עס נישט עסען
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

דוד פיישוט האט געשריבן:טוט פיקס מעג מען נוצן פסח?

אין התאחדות בוך שטייט אז די פשוטע האלצערנע און די פלאסטיגע אן קיין פלעווערס איז נישט דא קיין שום חשש און מען מעג עס נוצען.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

אוועקאדאו:
מיין זיידע קומט פון דערהיים וואס דארט איז דאס נישט געווען בנמצא אבער שפעטער בארה"ק האבן זיי געהאט אין חצר אן אוועקאדאו בוים האבן זיי געגעסן פסח.
ער זאגט: אז ער זעט נישט דעם חילוק פון אן אנדער פרי, סתם מחמיר זיין?

דאס יא, סוף פסח האבן זיי שוין כמעט נישט געהאט קיין עסצייג ווייל מען האט נישט גענוצט וואס עס איז אראפ געפאלן.

געבראקטס:
נישט געגעסן, אבער נישט מקפיד געווען אויף ברעקלעך אויפ'ן טיש.
דער רואיגער און פרייליכער אטמאספער ביים טיש איז וויכטיגער געווען ווי זיין אנגעצויגן אויף יעדן ברעקל...
שמחת יו"ט איז א דאורייתא!!!
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

jkup50 האט געשריבן:איך האב געהערט פון יוד אז אזוי ווי זיינע זיידעס האבען געגעסן מאשין מצות פירט ער זיך ארויף צי לייגען אויפן טיש א באקס אבער עס נישט עסען

מיין רביצין האט ליב האנט מצה בין איך איר מיקל דאס צו עסען אחרון של פסח
אני כשלעצמי ריר נישט אהן קיין האנט מצה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

msp האט געשריבן:
jkup50 האט געשריבן:איך האב געהערט פון יוד אז אזוי ווי זיינע זיידעס האבען געגעסן מאשין מצות פירט ער זיך ארויף צי לייגען אויפן טיש א באקס אבער עס נישט עסען

מיין רביצין האט ליב האנט מצה בין איך איר מיקל דאס צו עסען אחרון של פסח
אני כשלעצמי ריר נישט אהן קיין האנט מצה


דאס איז שוין אן ערענסטע "חומרא"
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שויתי'ניק האט געשריבן:אוועקאדאו:
מיין זיידע קומט פון דערהיים וואס דארט איז דאס נישט געווען בנמצא אבער שפעטער בארה"ק האבן זיי געהאט אין חצר אן אוועקאדאו בוים האבן זיי געגעסן פסח.
ער זאגט: אז ער זעט נישט דעם חילוק פון אן אנדער פרי, סתם מחמיר זיין?

דאס יא, סוף פסח האבן זיי שוין כמעט נישט געהאט קיין עסצייג ווייל מען האט נישט גענוצט וואס עס איז אראפ געפאלן.

געבראקטס:
נישט געגעסן, אבער נישט מקפיד געווען אויף ברעקלעך אויפ'ן טיש.
דער רואיגער און פרייליכער אטמאספער ביים טיש איז וויכטיגער געווען ווי זיין אנגעצויגן אויף יעדן ברעקל...
שמחת יו"ט איז א דאורייתא!!!

ווייס איך נישט, ביינונז לייגט מען קיין מצה אויפן טיש און עס מאכט קיינעם אנגעצויגן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אבער הרב פארשלאפען
וואס טוט זיך מיט די ברעקעלעך?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ברעקלעך? מען עסט נישט איבערן טיש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אההההה
שכוח
יעצט פארשטיי איך
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

עס זענען דא וואס זענען נישט מוזג מיט וואסער די וויין פסח, ווייל אויב עס גיסט זיך אויס איז עס נישט מחמיץ ווייל עס איז מי פירות,
און פארשטייט זיך אז ביים טיש ברענגט מען נאר 100% מי פירות צום טרינקען.
עס זענען דא וואס לייגען א דעקעל אויף די גלעזער ביים טיש אזוי וועט נישט אריינפאלען קיין ברעקלאך אינעם גלאז.
מען טינקט נישט איין די מצה אין די זאלץ נאר מען לייגט ארויף די זאלץ אויף די מצה, ווייל עס זאל נישט בלייבען ברעקלעך אין די זאלץ.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

מיינע הערות:
נישט מישען: די סיבה איז נישט וועגן יענעמ'ס קולות. והא ראי' מען מישט זיך נישט מיט איינער וואס איז מער מחמיר! און פארקערט אחרון של פסח האט מען זיך געמישט אפי' מיט איינער וואס מען וואלט נישט געגעסען ביי זיי א גאנץ יאר! זיך נישט מישן מיינט מען עסט נישט פון צוויי קיכער, אויב בין איך פסח ביי מיין שוואגער אפי' ער איז מקיל, און איך עס גאנץ פסח דארט, הייסט נישט געמישט.

בראקען: פסח בראקט מען, פסח "עסט" מען נישט געבראקט, והא ראי' קינדער בראקען. ממילא קען מען צוגרייטען קניידלעך חול המועד, מיט'ן תנאי אז די כלים וואס מען האט גענוצט נוצט מען נישט ביז אחרון של פסח.

אויל: איך קען יודען וואס מאכ'ן אייגענע אויל - עס איז נישט שווער...
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

איטשע האט געשריבן:מיינע הערות:
נישט מישען: די סיבה איז נישט וועגן יענעמ'ס קולות. והא ראי' מען מישט זיך נישט מיט איינער וואס איז מער מחמיר! און פארקערט אחרון של פסח האט מען זיך געשמיט אפי' מיט איינער וואס מען וואלט נישט געגעסען ביי זיי א גאנץ יאר! זיך נישט מישן מיינט מען עסט נישט פון צוויי קיכער, אויב בין איך פסח ביי מיין שוואגער אפי' ער איז מקיל, און איך עס גאנץ פסח דארט, הייסט נישט געמישט.

אויב האט דאס נישט מיט יענעם'ס חומרות/קולות דאן איז אומפארשטענדליך די גאנצע מנהג.

(והקושיא/הוכחה שלך אינו מכריח לענ"ד, כי מלתא דפסיקא נקטו, שלא לשנות בין איש ובין אחיו).
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אז דער מנהג איז אומפאשטענדליך, טוישט עס נאך נישט די סיבה, די סיבה פון קולות, קען אויך זיין א סיבה, די הוכחה וואס איך האב געברענגט דייט קלאר אן, אז עס איז פארהאן נאך א סיבה - א עיקר סיבה. כנעלנ"ד
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

מפי הרב מבאבוב ז"ל שמעתי, כי הסיבה פ"וו מען מישט זיך נישט, האט זיך גענומען, ווייל פסח איז אלס אסור במשהו, ובספק ספיקא, וכו'
איז פארצייטענס, אויב האט זיך געמאכט אן ערענסטע שאלה אין א קאך, למשל א ווייצעל אין די שמאלץ, איז לויטן סדר החיים פארצייטנס, וואלט א האלבע שטאט נישט געטארט עסען, ווייל ראובן וואלט געבארגט ביי שמעון א לעפעל, איז א שאלה, צו דער לעפעל איז געקומען אין בארירונג מיט די שמאלץ, צו מיט א מאכל וואס איז געקאכט דערמיט וכו', לוי וואלט געבארגט ביי ראובן א טעפעל, וואס אולי האט מען מיט דעם טעפעל געקאכט עפעס און געמישט מיט דעם לעפעל, וכן הלאה, און א האלבע שטאט וואלט פאר'חמץ'ט געווארן.
מיט דעם האט ער פארענטפערט פ"וו וויין האט מען זיך געמישט
און מיט דעם האט ער מסביר געווען (שמעתי שר' יענקלי ז"ל הקשה שאינו מבין זה המנהג כי אדרבא כאן יש החילוק היותר גדול בין המנהגים, אבל שמע מינה מדהקשה, כי כן הי' מנהג העולם), פ"וו מצה האט דער וועלט זיך געמישט, ווייל במדינתינו איז עס נישט געקומען און בארירונג מיט קיין אנדערע מאכלים
ומהאי טעמא האט מען זיך געמישט אחש"פ
און פאר דעם פאר פסח איז נישט געווען אזוי חמור, (וזה אחד מהטעמים למה שכתב קרעמער, אז אלס זאל זיין אין הויז פאר פסח, יש עוד טעמים בזה)
און פאר דעם ביי א טאטען אדער רבי'ן האט מען זיך געמישט, ווייל עס האט נישט געהייסן געמישט, עס האט געהייסן, איך שטיי איין ביי יענעם
און פארדעם אויב איז מען געווען מאיזה סיבה פסח אינטעוועגענס, האט מען זיך קובע געווען איין פלאץ ווי מען האט געגעסען, ולא יותר
(אגב שמעתי מפי נשים זקינות, שבפולין גדול, איין מאל מען האט אליין אנגעהויבן פירן א ווירטשאפט, מען איז נישט געווען אויף קעסט, האט מען זיך ביי עלטערען אויך נישט געמישט, ומתאים לטעם הנ"ל)
ידעתי אז מ' וועט דאס שווער מקבל זיין, וגם אני הצעיר הי' קשה לי לקבל בפעם הראשון ששמעתי הסבר זה, אבל כאשר התבוננתי הרבה, וחקרתי איך הי' המנהגים פארצייטענס, ראיתי כי הוא מילתא דמסתברא
און אזויווי ידידינו ר' איטשע איז כפי הנראה (גילוי?) א באבובער חסיד, האט ער צוגעטראפן לדעת רבו ז"ל
וידוע שאף פארצייטענס האט מען זיך געמישט מיט וויין, און גענומען וויין ביי א צווייטן בכלל (ויש לי כמה ראיות בדבר)
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

איטשע האט געשריבן:מיינע הערות:
בראקען: פסח בראקט מען, פסח "עסט" מען נישט געבראקט, והא ראי' קינדער בראקען. ממילא קען מען צוגרייטען קניידלעך חול המועד, מיט'ן תנאי אז די כלים וואס מען האט גענוצט נוצט מען נישט ביז אחרון של פסח.

ביי מיין טאטע זז"ג האט מען אכטונג געגעבן אז קינדער זאלען אויך נישט בראקען, כ'האב געמיינט מיט א פשטות אז אין אלע פלעצער איז אזוי איינגעפירט.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

בענין בראקען לילדים יש מנהגים שונים
וכן בענין בראקען לנשים
ובספר מראה אש לר' שמעון מזעליכוב מביא שאמר לאיש זקן שלא היו לו שיניים, שיכול לאכול געבראקס, שכל הענין הי' ענין פנימי שתיקנו תלמידי בעש"ט
ובאחד מספרי ר' איציקל אמשינובער מנ"י ראיתי, שאמר בשם צדיקי פולין, שהטעם שתיקנו שלא לאכול גבראקס הי', מען האט נישט געוואלט אז פון אזא איידל מאכל ווי מצה זאל מען מאכן אן עס (פרעס בלע"ז)

אולם אודות לעשות קניידליך בשנה כשנה זו יש מנהגים שונים
יש עושים ערב יום טוב, משום שאין אוכלים בשביעי של פסח געבראקס (ואין סוברים שעל זה שייך הואיל ומקלעי וכו')
יש עושים דייקא שביעי של פסח לאחר הצהריים, (ויש שהקפידו להאכיל מזה לתינוק)
ויש שלא עשו כלל בשנה כזו
ואין זה תלוי דייקא במנהגים של אכילת נשים וקטנים, כי לעשות מאכל ולבשל יש לו דין אחר, מסתם בראקן,
וכן יש שחששו על כל הקעך וכו'
למה זה תשאל לשמי...
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

והוא פלאי האט געשריבן:מפי הרב מבאבוב ז"ל שמעתי, כי הסיבה פ"וו מען מישט זיך נישט, האט זיך גענומען, ווייל פסח איז אלס אסור במשהו, ובספק ספיקא, וכו'
איז פארצייטענס, אויב האט זיך געמאכט אן ערענסטע שאלה אין א קאך, למשל א ווייצעל אין די שמאלץ, איז לויטן סדר החיים פארצייטנס, וואלט א האלבע שטאט נישט געטארט עסען, ווייל ראובן וואלט געבארגט ביי שמעון א לעפעל, איז א שאלה, צו דער לעפעל איז געקומען אין בארירונג מיט די שמאלץ, צו מיט א מאכל וואס איז געקאכט דערמיט וכו', לוי וואלט געבארגט ביי ראובן א טעפעל, וואס אולי האט מען מיט דעם טעפעל געקאכט עפעס און געמישט מיט דעם לעפעל, וכן הלאה, און א האלבע שטאט וואלט פאר'חמץ'ט געווארן.
מיט דעם האט ער פארענטפערט פ"וו וויין האט מען זיך געמישט
און מיט דעם האט ער מסביר געווען (שמעתי שר' יענקלי ז"ל הקשה שאינו מבין זה המנהג כי אדרבא כאן יש החילוק היותר גדול בין המנהגים, אבל שמע מינה מדהקשה, כי כן הי' מנהג העולם), פ"וו מצה האט דער וועלט זיך געמישט, ווייל במדינתינו איז עס נישט געקומען און בארירונג מיט קיין אנדערע מאכלים
ומהאי טעמא האט מען זיך געמישט אחש"פ
און פאר דעם פאר פסח איז נישט געווען אזוי חמור, (וזה אחד מהטעמים למה שכתב קרעמער, אז אלס זאל זיין אין הויז פאר פסח, יש עוד טעמים בזה)
און פאר דעם ביי א טאטען אדער רבי'ן האט מען זיך געמישט, ווייל עס האט נישט געהייסן געמישט, עס האט געהייסן, איך שטיי איין ביי יענעם
און פארדעם אויב איז מען געווען מאיזה סיבה פסח אינטעוועגענס, האט מען זיך קובע געווען איין פלאץ ווי מען האט געגעסען, ולא יותר
(אגב שמעתי מפי נשים זקינות, שבפולין גדול, איין מאל מען האט אליין אנגעהויבן פירן א ווירטשאפט, מען איז נישט געווען אויף קעסט, האט מען זיך ביי עלטערען אויך נישט געמישט, ומתאים לטעם הנ"ל)
ידעתי אז מ' וועט דאס שווער מקבל זיין, וגם אני הצעיר הי' קשה לי לקבל בפעם הראשון ששמעתי הסבר זה, אבל כאשר התבוננתי הרבה, וחקרתי איך הי' המנהגים פארצייטענס, ראיתי כי הוא מילתא דמסתברא
און אזויווי ידידינו ר' איטשע איז כפי הנראה (גילוי?) א באבובער חסיד, האט ער צוגעטראפן לדעת רבו ז"ל
וידוע שאף פארצייטענס האט מען זיך געמישט מיט וויין, און גענומען וויין ביי א צווייטן בכלל (ויש לי כמה ראיות בדבר)


יאך האב געוואוסט פון טאקע דער טעם - אבער איך האב מיך נישט גע'קענט דעמאנען, לכן כתבתי מה שכתבתי.
ייש"כ
מלאכי
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2011 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלאכי »

והוא פלאי האט געשריבן:
אולם אודות לעשות קניידליך בשנה כשנה זו יש מנהגים שונים
יש עושים ערב יום טוב, משום שאין אוכלים בשביעי של פסח געבראקס (ואין סוברים שעל זה שייך הואיל ומקלעי וכו')
'


פארוואס איז נישטא די סברא פון הואיל ומקלעי? וכ"ש ביי די משפחות וואס קינדער בראקן יא.

יש עושים דייקא שביעי של פסח לאחר הצהריים,


פארוואס? וואס איז די חילוק פון חול המועד ביז שביעי של פסח לגבי זהירות פון בראקן?
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

ביי מיין טאטע זז"ג האט מען געגעסן מצה נאר אין א זעקל/מצה טאש וועגען ברעקלעך, איך קען פשוט נישט היינט אנדערש.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

והוא פלאי; אויף דעם באבובער רב ז"ל'ס הסבר וואלט איך צוגעלייגט די ר"ת ודפח"ח. און דיר וואלט איך נאר נאר געבן זאגן תשוח"ח לך פארן איבערגעבן.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

פריערט האב איך מקבל געווען פון אמי מורתי תחי' אז מיר פירן זיך נישט צו עסן לעבער אום פסח. (כך קבלה ואינה יודעת למה).

ווייסט אפשר איינער פשט?
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

הרב איטשע ווהוא פלאי, די טעם פון באבוב'ער רב זצ"ל איז טאקע א דבר המסתבר אבער מען קען נישט מעלים עין זיין אז מען האט אויך חושש געווען צוליב דעם וואס די חומרות זענען נישט אייניג ביי יעדעם.

והא לך לשון הפלא יועץ סוף ערך חשוד: ועכ"פ בחג הפסח יוכל כל אדם ליזהר שלא לסעוד חוץ לביתו ואין בזה משום יוהרא ולא מקום קפידה שכבר מרגלא בפומייהו דאינשי לומר פסח איש אצל אחיו אינו אוכל כי לא כל אדם שוים בזהירותם והמרבה ליזהר הרי זה משובח.

קלארע ווערטער אז די טעם איז צוליב די חומרות (ואגב ווערט מען געוואויר אז די מנהג איז אויך געווען נהוג ביי אחב"י הספרדים).
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

ווינקל האט געשריבן:פריערט האב איך מקבל געווען פון אמי מורתי תחי' אז מיר פירן זיך נישט צו עסן לעבער אום פסח. (כך קבלה ואינה יודעת למה).

ווייסט אפשר איינער פשט?

עס האט זיך גענומען פון דעם וואס מען האט נישט געגעסען דעם אינעוויינייג פון די עופות, ווייל ווען מען האט אויפגעמאכט, האט זיך געקענט מאכן א ווייצל, וכו'
למעשה ערב פסח איז געווען די מנהג יא צו עסען,
און דער צאנזער רב האט א גאנץ יאר נישט געגעסען קארטאפל און לעבער, נאר ערב פסח, (כן סיפר הרב מקלז"ב ז"ל, ונכד הרב מבאכניא)
למה זה תשאל לשמי...
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”